מדינה

דער ארטיקל דיסקוטירט א וועזן אין פאליטישער וויסנשאפט. טאמער זוכט איר א געאגראפישן ארט, זעט לאנד.

א מדינה אין פאליטישער וויסנשאפט איז א געזעלשאפט פון מענטשן וואס וואוינען אין א געוויסער טעריטאריע לויט א געזעצלעכן אויטאריטעט אונטער א רעגירונג.

אין דער אלטער היסטאריע פלעג זיין שטעט מיט אייגענע מלכים, אזוי איז יעדע שטאָט געווען א באזונדערע מדינה, למשל אין אוראלט גריכנלאנד. שפעטער האט זיך געמאכט גרעסערע מדינות, וואס זענען לענדער. היינט איז פאראן א באגריף פאר א באזונדערע מדינה פאר יעדן פאלק.

26סטן מערץ

דעם 26סטן מערץ איז דער 85סטער טאג פון יאר (86סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 2801 טעג.

2טן נאוועמבער

דער 2טער נאוועמבער איז דער 306טער טאג פון יאר (307טער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 59 טעג.

אוקראינע

אוקרײַנע, אוקראַיִנע (אוקראיניש: Україна "אוקראַײִנאַ", רוסיש: Украина "אוקראַיִנאַ") איז אַ לאַנד אין מזרח אײראָפּע. אירע אײנװאוינער באַטרעפן 47,425,336 (אין יאָר 2005). איר הױפּטשטאָט איז קיעוו; זײַן באַפעלקערונג איז ~ דרײַ מיליאָן מענטשן.

אוקראינע איז אײנע פֿון לענדער אין מזרח אייראפע, איר גרעניץ איז צװישן פױלן און סלאוואקיי און אונגארן פֿון אײן זײט, בעלארוס און רוסלאַנד פֿון דער צװײטער זײט, װאָס גײט ביז צום רומעניע, מאלדאווע און שװאַרצן ים.

פֿון די גרויסע באַוואוסטע וואַסערן אין אוקריינע זענען דער דניעפער, דער טייך בוג, און דער נעסטער.

אוקראינע איז אַ פֿרוכטבאַר לאַנד, עס איז באַדעקט מיט ריזיגע פעלדער און שוואַרצע סטעפּס וואָס זענען באַוואַקסן מיט פייכטע גוטע פירות און פֿרוכט. זי איז וואיול באַקאַנט מיט איר ווייץ, קאַשע, קארן, גערשטן, קאַרטאפֿל, צוקער, און איבער אַלץ מיט אירע רייכע אויל פעלדער.

אין די צייטן פֿון קאָמוניזם האָט רוסלאַנד בא'גנב'ט דאָס גאַנצע האב און גוט'ס פֿון אוקראינע, זי האָט איר אריינגעוואָרפן אין אַ שרעקליכער אָרימקייט, אויך האָט דער קאָמינינזם צוגעהאָלפֿן אז די פשוט'ע פויערן אין אוקריינע זאלן נישט ארבעטן זיך נישט זיך אנשטרענגען צו מאכן געלד, דאָס האָט געהאָלפן מאַכן אַ טעל פֿון גאַנץ אוקריינאַ. דעריבער האָט זי פאַרלוירן איר גלאַנץ זי איז געוואָרן אַן אָרימע צוריקגעשטאַנענע מדינה. אויך איז די כאבאר און שוחד געוואָרן דאָרט אומדערטרעגליך.

אין די לעצטע יארן זייט זי איז ארויס פון די רוסישע שטיוול, פרובירט זי זיך צוריק צוכאפן, די עקאנאמיע ווערט בעסער, אומבאוועגלעכע גיטער גייען ארויף, און זיי פרובירן צו ווערן א מדינה פון געזעץ.

כאטש אוקראינע איז נישט קיין גרויסע מאכט דאך האט זי אין זיך נוקלעארע וואפן, דאס איז ווייל אין די יארן אונטער קאמוניזם האט רוסלאנד דארט געבויט נוקלעארע רעאקטערן ווייל זיי האבן געהאלטן עס וועט זיי העלפן פאר פארטיידיגונג, שפעטער ווען קאמוניזם איז צופאלן האט עס אוקריינע נישט געוואלט צוריקגעבן צו רוסלאנד, אנפאנג האט רוסלאנד פראטעסטירט, אבער מען האט זיך פארגליכן מיט דער הילף פון די אמעריקאנער.

זי פארמאגט עטליכע נוקלעארע רעאקטארן, דער באקאנסטער דערפון איז דער רעאקטער אין טשערנאביל. דארט איז פארגעקומען דער ריזיגער אויפרייס אין יאר תשמ"ה, דער אויפרייס האט געשדעיגט און פארפעסטעט די לופט ארוים מיט שעלדיכע ראדיא־אקטיווע שטראלן, עס האט געשאדט נישט בלויז פאר די גענעגט נאר פאר גאנץ אייראפע, ביז היינט צו טאג ליידן אלע מדינות ארום פון די פארפעסטונגען, עס איז אויך נישט ערלויבט פון די רעגירונג צו צו גיין אין די געגנט ארום.

די צען גרעסטע שטעט אין אוקראינע זענען קיעוו (הויפטשטאט זייט 1919), כארקעוו, אדעס, דניפראפעטראווסק, דאנעצק, זאפאריזשיע, לעמבערג, קריווי ריה, מיקאלייעווע און מאריופאל.

בארקשיר

בארקשיר (ענגליש: Berkshire) איז א היסטארישע גראפנשאפט אין דרום ענגלאנד, וואס גרענעצט אקספארדשיר, באקינגהאמשיר, סארי, ווילטשיר, האמפשיר און, זייט 1995, גרויסלאנדאן. בארקשיר באדעקט א שטח פון 1,262 קוואדראט ק"מ, און האט געהאט א באפעלקערונג פון 825,600 אין 2007.

אין 1998 האט מען מבטל געווען דעם בארקשיר גראפנשאפט ראט, און די לאקאלע הערשאפט ליגט ביי די זעקס אפטיילן פון בארקשיר.

געאגראפיע

געאָגראַפֿיע (פֿון גריכיש γεωγραφία - געאָגראַפֿיאַ) איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט דעם אויסשטעל און כאראקטאר פון דעם ערד פלאנעט, סיי פון דעם ים און סיי פון דער יבשה. צום ביישפיל, די וויסנשאפט פון א געוויסער מדינה, וואו זי ליגט ווער זענען אירע שכנים, די קלימאטן, די איינוואוינער, אדער די גרויסקייט פון א באשטימטן אקעאן, וואספארא סארט באשעפענישן שווימען אין אים, אא"וו.

מאדערנע געאגראפיע איז א שטודיע וואס שטרעבט צו פֿארשטיין די וועלט מיט אלע אירע מענטשלעכע און נאטירלעכע פארוויקלונגען -- נישט נאר וואו זאכן זענען אבער ווי אזוי זיי זענען געענדערט געווארן. אלס א "בריק צווישן די מענטשלעכע און פֿיזישע וויסנשאפטן", ווערט געאגראפיע צעטיילט אויף צוויי הויפט אפטיילונגען - מענטשלעכע געאגראפיע און פיזישע געאגראפיע.

געזעץ

אַ געזעץ איז אַן אָפיציעלער פירונג וואָס ווערט בעשטימט דורך אַן אַלגעמיינע מענטשליכע פאַרשטאַנד ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן.

עס איז געבויט אויף פרינציפען.

עס זענען דא געזעצן וואס קהילות און קאמפאניס מאכן זיך אליין'ס געזעצן אויף זייערע געזעלשאפטן הייסט דאס דאן נישט בלויז געזעצן נאר מער דירעקט פאליסיס.

עס זײַנען דאָ געזעצן וואָס ווערן געצווּנגען דורך דעם געריכט פון דער מדינה, און עס זיַינען דאָ געזעצן, וואָס יעדער פאַרשטייט פון זיך אַליין אַז מען דאַרף זיי פאָלגן וואס דאס הייסט "סאציאלער אפמאך".[פֿעלט אַ מקור]

הארטפארדשיר

האַרטפֿארדשיר (ענגליש: Hertfordshire) איז א גראפנשאפט אין דרום ענגלאנד. האַרטפֿארדשיר גרענעצט באקינגהאמשיר צו מערב, בעדפארדשיר צו צפון, קעמברידזשיר צו צפון־מזרח, עסעקס צו מזרח און גרויסלאנדאן צו דרום. האַרטפֿארדשיר באדעקט היינט א שטח פון 1,643 קוואדראט ק"מ.

די גראפנשאפט שטאט איז הארטפארד.

טעריטאריע

אין אינטערנאציאנאלן פאליטיק, איז א טעריטאריע א געאגראפישער שטח וואס איז נישט סואווערען נאר קומעט אונטער דער הערשאפט פון אן אנדער מדינה. למשל, פארטא ריקא איז א טעריטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.

יארדאניע

צי מיינט איר ירדן טייך?

יאָרדאַניע (ירדן) איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז אַמאַן.

יארדאניע איז געווען א טייל פון פאלעסטינע, און דער בריטישער מאנדאט האבן אויפגעשטעלט דאס לאנד אין יאר 1922, און זיי האבן געשטעלט פאר קעניג דעם פרינץ אבדאללא, פון די האשעמיטן שבט, וואס זענען אין מקור בעדואינער, דאס לאנד איז א מדברדיקע, עס הערשט א גרויסע מאנגל אין וואסער, טרוקן און הייס.

פון צפון איז איר גרענעץ סיריע, מערב ישראל, פון מזרח איראק, און פון דרום האט זי איר גרענעץ מיט סאודי אראביע.

איר באפעלקערונג איז געשאצט אויף 5,759,732 און עס ווערט צוטיילט אויף 62 מענטשן, אויף יעדע סקווער קילאמעטער

דאס לאנד איז פאקטיש געווען א מאנדאט אונטער דעם פאראייניגטן קעניגרייך, ביזן יאר 1944, דאן איז זי געווארן זעלבסטשטענדיק, און אבדאללא איז געווארן פולשטענדיק, דער קעניג פון טראנס יארדאניע.

אין יאר 1948 האט יארדאניע מלחמה געהאלטן קעגן ישראל, און איינגענומען די מערב ברעג פונעם ירדן טייך, און ירושלים אלטשטאט, לאטראן, און אנדערע ערטער ווי שכם, חברון, יריחו, און ראמאללא, די מלחמה איז אנגעפירט געווארן דורך בריטישע גענערעלער, און די הויפט גענעראל איז געווען גלאב פאשא, דערנאך האט יארדאניען אנעקסירט די מערב ברעג, אבער בלויז גרויס בריטאניען, און פאקיסטאן האבן אנערקענט אינדעם.

אין 1951, איז אבדאללא קעניג פון יארדאניע געהרגט געווארן, אין אן אטענטאט אויפן הר הבית, ווען א פאלעסטינער האט אים דערשאסן, ווען ער האט באזוכט די על אקסא מעטשעט.

זיין זון טאלאל, איז געווארן קעניג נאך אים, אבער זיין זון איז אראפ נאך א יאר, ווען מע האט אנטדעקט, אז ער איז גייסטיש קראנק.

כוסיין איז געווארן קעניג אין 1952, און ער האט געפירט דאס לאנד פאר לאנגע יארן, ער האט געטאן א פאטאלע טעות, ביים זיך אנשליסן אינעם אראבישן קריג, ביי די זעקסטאגיקע מלחמה, ווי ער האט פארלוירן די מערב ברעג צו ישראל, ביי די יום כיפור מלחמה, האט ער טאקע נישט מלחמה געהאלטן קעגן ישראל דירעקט, פארקערט ער האט געווארענט ישראל אז עגיפטן, און סיריע גרייטן זיך צו אטאקירן ישראל.

אין יאר 1969, האבן פאלעסטינע טעראריסטן אים פרובירט אומצוברענגן, און דערפאר האט ער דורכגעפירט א בלוטיקע נקמה, ער האט געשיקט די ארמיי, צו אטאקירן פאלעסטינע באזעס, וואס זיי האבן אויפגעשטעלט אינערהאלב יארדאניען, פאר טעראר צוועקן, און אומגעבענגט צענדליקע טויזענט פאלעסטינער, שפעטער האט מען גערופן די צייט "בלעק סעפטעמבער", און די פאלעסטינער האבן אויפגעשטעלט זייערע טעראר באזעס, אין לבנון, די סירישע האבן געדראט מיט א קריג, אבער ער האט מצליח געווען און עס איז גארנישט געווען.

אין יאר 1994, נאכדעם וואס ער האט יארן לאנג געפירט געהיימע געשפרעכן מיט ישראל, האט כוסעין אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט ישראל, מיט יצחק רבין.

אין יאר 1999 איז כוסיין קעניג פון יארדאניע געשטארבן, אין אן אמעריקאנער שפיטאל אין מינעסאטע, און זיין זון אבדאללא, האט איבערגענומען די מאכט,

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

לאנד

אין פאליטישער געאגראפיע און אינטערנאציאנאלער פאליטיק איז א לאנד א געאגראפיש ארט וואס איז די טעריטאריע פון א מדינה אדער א שטאַט.

אחוץ אנטארקטיקע איז די גאנצע יבשה פון דער ערד צעטיילט אויף לענדער.

לאנד איז קען זיין א קליין שטיק לאנד ביז א לאנד וואס דעפינירט א רעגירונג וואס פארפיגט אויף א לאנד, ווי די דאס לאנד קאנאדע. א לאנד קען אויך זיין וואס האט אמאל געהאט אן אייגענע רעגירונג אבער איז אצינד א טייל פון א גרעסערער מדינה, ווי ענגלאנד, סקאטלאנד און וויילס.

איז א פאליטישע געמיינדע וואס באוואינט אַ געאגראפישע אָרט, און באזיצט אינערליכע און אויסערליכע סאַווערענץ, און איז למעשה דער וואס קען ניצן די שטארקייט.

עס איז מעגליך עס זאל אדער זאל נישט האבן אן ארגאניזירטע רעגירונג צו בכלל עקזיסטירן. עס איז שוין געווען מדינות וואס מער ווי איין גרופע האט זיך פארמאסטן צו זיין די רעגירונג. אבער זייער סטאטוס אלס מדינה/שטאַט איז נישט געטוישט געווארן. ווי למשל די רעפובליק פון כינע אין 1912.

א רעגירונג איז נישט א זאך וואס מוז זיין אז די מדינה/שטאַט זאל זיין א שטאַט, אויב און ווילאנג די אינטערנאציאנאלער געמיינדע אנערקענט איר עקזיסטענץ אלס א מדינה.

אבער די אנערקענונג פון אנדערע שטאַטן/מדינות איבער די סאַווערענץ פון א שטאַט/מדינה איז וויכטיג כדי צו קענען מאכן אפמאכן מיט די אנדערע שטאַטן/מדינות. נאכמער עס מוז האבן א רעגירונג פאר די אינערליכע ווירטשאפט.

א מדינה איז א גרויסער געאגראפישער ארט מיט אירע אינסטיטוציעס פון רעגירונג וואס פירן די ווירטשאפט, אנדערשט ווי א שטאָט אדער שטעטל אדער דארף, ווערט דאס באטיולט דורך איר פירערשאפט, ווי למשל ניו יארק סטעיט איז זייער גרויס און ווערט געפירט דורך אלבאני אבער יעדע שטעטל און ניו יארק סיטי ווערט אנגערופן באזונדער, זיי האבן א באזונדערע אבער נישט אינגאנצען א לעגאלער כח, און באוואינטקייט/פאפולאציע.

נאציאנאליזם

נאציאנאליזם מיינט א גרופע מענטשן וואס האבן צווישן זיך אן אייגענעם שניט ווילנדיגערהייט אידיאלאגיש אדער פאליטיש און זייער ציל איז צו האבן א אויבערשאפטע מדינה.

אנדערש איז א פאלק (אדער עדה) וואס האבן אויך ענדלעכע כאראקטעריסטיקייטן אבער זייער ענדליכקייט אין נישט ווילנדיק נאר מען ווערט מיט זיי געבוירן (צ.ב.ש זיי האבן אן אייגענעם שפראך, קולטור, שטאם, רעליגיע, היסטאריע אדג"ל) אבער זיי שטרעבן נישט צו האבן אן אייגענע מדינה. (ווי צ.ב.ש. די דרוזן זיינען א קראנגעגאציע אבער נישט קיין נאציע).

עס זיינען דא מדינות וואס זיינען געשטעלט מער קאנגרעגאציש (צ.ב.ש. מדינת ישראל וואס זייער אידיאלאגיע שטאמט פון קאנגרעגאצישע סיבות און דערפאר פירט זי זיך אפטמאל לויט די קאנגרעגאציע (זעט מער אין "יידישע מדינה") און עס זיינען דא מדינות וואס זיינען געשטעלט מער פאליטיש (צ.ב.ש. אמעריקע וואס איז געגרינדעט געוורן בלויז פון א פאליטישע אידיאלאגיע. און דערפאר פירט זי זיך גלייכרעכטיק מיט אלע בירגער און פארמאגט נישט קאנגרעגאצישע געזעצן).

סארי

סאַרי (ענגליש: Surrey) איז א גראפנשאפט אין דרום־מזרח ענגלאנד. סאַרי גרענעצט האמפשיר צו מערב און דרום־מערב, בארקשיר צו צפון־מערב, גרויסלאנדאן צו צפון, קענט צו מזרח, מזרח סאסעקס צו דרום־מזרח און מערב סאסעקס צו דרום. סאַרי באדעקט א שטח פון 1,663 קוואדראט ק"מ.

די היסטארישע גראפנשאפט שטאט איז גילדפארד.

עגיפטן

עגיפטן (אמאליקע מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

עסעקס

עסעקעס (ענגליש: Essex) איז א גראפנשאפט אין מזרח ענגלאנד, וואס גרענעצט קענט צו דרום אריבער דעם טעמז, קעמברידזשיר און סאפאלק צו צפון, הארטפארדשיר צו מערב און גרויסלאנדאן צו דרום־מערב. עסעקס באדעקט א שטח פון 3,670 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז טשעלמספארד.

לאנדאן סטאנסטעט פליפארט געפינט זיך אין עסעקס.

טילבורי איז איינער פון די הויפט פארטן אין עסעקעס.

עקוואטארישע גינע

עקוואַטארישע גינע (שפאניש: Guinea Ecuatorial), אפיציעל די רעפובליק פון עקוואַטארישער גינע (שפאניש: República de Guinea Ecuatorial), איז אַ לאַנד אין מערב צענטראל אַפֿריקע וואס גרענעצט זיך מיט קאמערון אין צפון און גאבאן אין דרום און מזרח. דער צפון טייל פון דעם לאנד איז דער אינזל ביאקא אין דעם איינגאס פון גינע. די הױפּטשטאָט מאַלאַבא געפינט זיך אויף ביאקא.

עקוואטארישע גינע איז איינע פון די קלענסטע לענדער אויף דער יבשה פון אפריקע, מיט א שטח פון 28,000 קוואדראט ק"מ.

עקוואטארישע גינע איז א גרויסער נאפט פראדוצירער. מיט א באפעלקערונג פון 650,702, איז זי די רייכסטע מדינה פער מענטש אין אפריקע.

פאן

א פֿאָן איז א שטיקל געוועבטער שטאף וואס פלאטערט אויף א זייל אדער סיי ווי ארויפגעלייגט, בדרך כלל אנצווייזן א צייכן פון אידענטיטעט אלס סימבאל פון א מדינה אדער פארטיי א.א.וו.

פון אנפאנג אן איז איר עיקר ציל געווען צו נוצן דאס פון די זעלנער אין מיליטער זיך צו אינדעטיפיצירן אלס זייער לאנד אין מלחמה צו קענען קאראדענירן דעם שלאכט דורך וויסן ווער איז דער שונא און ווער פון די אייגענע.

היינט צוטאגס טוען פענער אויך דינען אלס קאמוניקאציע צו אריבערפירן מעסעדזשעס אדער עדווערטייזונג, אדער צו באצירען אבער דער עיקר דינסט איז אידענטיפיקאציע מיט שטאלץ ארויסציווייזן לאיאליטעט און פאטריאטישקייט. די עלטסטע פאן וואס איז נאך אין באנוץ אויף דעם ציל איז די דענמארק פאן נאך פון פערצנטן יארהונדרערט.

פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן בלויז די פֿאַראײניקטע שטאַטן—איז אַ פעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפּובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאָלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט האוואי איז אין דעם פּאציפישן אָקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אָקעאן און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפישן און אינעם קאראאיבישן ים.

דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

די פאראייניגטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאָן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאָן קוואדראט מײל), איז דאָס דריטע אָדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאָטאלן שטח, און דאָס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאָן אײנוואוינער, דאָס דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".

דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די אמעריקאנישע רעוואלוציע. דעם 4טן יולי 1776 האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט, וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.

במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.

די עקאָנאָמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאָנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאָן דאָלאר – 19% פונעם גלאָבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פּאריטעט, פון 2011.די עקאָנאָמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטורליכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטער אינפראסטרוקטור, און הויכן פּראדוקטיוויטעט;. דאָס לאנד איז נאָך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס. עס גיט ארויס 39% פון דער גלאָבאלער מיליטערישער אויסגאבע, און איז א פּראָמינענטע עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטליכער פאָרשונג און טעכנאָלאָגישער אינאָוואציע.

רעגירונג

רעגירונג איז די אינסטיטוציע וואס באשטימט אלע דורכפירונגען אין א מדינה. די רעגירונג איז אחראי אויף די באַוואָפנטע מאַכטן ווי דער מיליטער, פאליציי א.א.וו. (וואס הייסט "די אויספירער אויטאריטעט"), און אין געוויסע דעמאקראטישע מדינות, (ווי צ.ב. מדינת ישראל) באשטימט זי אויך די געזעצן פון דער מדינה (וואס הייסט "געזעצגעבער אויטאריטעט")

אין א פארלאמענט-רעגירונג, שטייט די רעגירונג אונטער דעם פארלאמענט, אזוי אז אויב רוב פון די מיטגלידערס אינעם פארלאמענט שטעלן זיך קעגן דער רעגירונג, פאלט באלד די רעגירונג אונטער און דער פרעזידענט קלייבט אויס איינע פון די מיטגלידערס אין דעם פארלאמענט אויפשצוטעלן א נייע רעגירונג.

די רעגירונג קאנטראלירט פארשידענע טעטיקייטן, למשל האנדל, בילדונג און מעדיצין.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.