לאנדאן

לאנדאן (ענגליש: London לֹאַנדן) איז די הויפטשטאט פון ענגלאנד און פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך, און די גרעסטע שטאט און מעטראפאליטאנער שטח סיי אינעם פאראייניגטן קעניגרייך סיי אינעם אייראפעישן פארבאנד. לאנדאן געפינט זיך אויפן טעמז. דער יישוב פון לאנדאן גייט צוריק צוויי טויזנט יאר צום יאר ג'תת"ג ווען די רוימער האבן אויפגעשטעלט דאס שטעטל לאנדיניום. דער אלטער יישוב איז די סיטי פון לאנדאן, אבער היינט רופט מען לאנדאן דעם גאנצן געגנט פון לאנדאן, ד"ה דעם שטח פון גרויסלאנדאן, וואס ווערט רעגירט דורך די בירגערמייסטער פון לאנדאן און לאנדאנער פארזאמלונג.

הײַנט איז לאנדאן פֿון די וויכסטיגע צענטערס, סײַ פֿון האנדל, סײַ פֿון פֿינאנץ, סײַ פֿון קולטור. לאנדאן איז די שטאט מיט דער גרעסטער באפֿעלקערונג אין דעם אייראפעישן פֿארבאנד, מיט א געשאצטע 8,308,369 אײַנוווינער (אין 2012). צוזאמען מיט דעם ארומיגן ראיאן איז די באפֿעלקערונג צווישן 12 און 14 מיליאן.

לאנדאן איז אן אינטערנאציאנאלער טראנספארט מיטלפונקט: זי האט זעקס אינטערנאציאנאלע פֿליפֿעלדער און אויך א פארט פֿאר שיפֿן. דער הויפט פֿליפארט, לאנדאן היטרוי, האט פינף טערמינאלן און איז דער וועלטס מערסטע באשעפטיקסטער פליפארט לויט דעם נומער פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן.‏[1]

לאנדאן האט די מערסטע באזוכער פון נאר וועלכער שטאט אין דער וועלט[2]

די 43 אוניווערסיטעטן אין לאנדאן שאפן די גרעסטע קאנצענטראציע פון העכערער בילדונג אין אייראפע.

לאנדאן אנטהאלט פיר וועלט ירושה ערטער: דער טורעם פון לאנדאן, קיו גערטנער, דער פאלאץ פון וועסטמינסטער ארט און גריניטש. אנדערע בארימטע אנדענקפונקטן זענען באקינגהאם פאלאץ, דער לאנדאנער אויג, פיקאדילי צירקוס, טורעם בריק און וועמבלי סטאדיום. אויך אין לאנדאן זענען עטלעכע חשובע מוזייען: דער בריטישער מוזיי, נאציאנאלע גאלעריע, בריטישע ביבליאטעק און נאך.

דער לאנדאנער אונטערגרונט איז די עלטסטע אונטערגרונט סיסטעם אין דער וועלט.

לאנדאן
London
London collage

1 סיטי פון לאנדאן
2 לאנדאנער אויג 3 טורעם בריק
4 וועסטמינסטער פאלאץ
מדינה / טעריטאריע Flag of England.svg ענגלאנד
Flag of the United Kingdom.svg פאראייניגטע קעניגרייך
גרינדונג דאטע 43
קאארדינאטן 51°30′25″N 0°7′39″W / 51.50694°N 0.12750°Wקאארדינאטן: 51°30′25″N 0°7′39″W / 51.50694°N 0.12750°W
געביט גרויסלאנדאן
בירגערמייסטער סאדיק קאן
דיסטריקטן אין שטאט 32 לאנדאנער באראס און די סיטי פון לאנדאן
שטח 1,570 קוואדראט ק"מ
הייך 24 מעטער
באפעלקערונג (2012)

 ‑ אין שטאט
 ‑ ענגקייט

8,308,369‏
5,285 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC
london.gov.uk
London (European Parliament constituency)

געאגראפיע

לאנדאן האט עטלעכע באדייטונגען. אין דעם הארצן פון לאנדאן איז די אנטיקע שטאט פון לאנדאן.

דער לאנדאנער פאסטאלער דיסטריקט באדעקט 40% פון לאנדאן; דאס איז דער שטח וואו 'לאנדאן' איז א טייל פונעם אדרעס.

גרויס לאנדאן באדעקט א שטח פון 1,579 קוואדראט ק"מ (610 קוואדראט מייל). אין דעם שטח האבן געוואוינט א באפעלקערונ פון 8,173,941 אין 2011 מיט אן ענגקייט פון 5,177 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ (11,760 /קוואדראט מייל). א גרעסערער שטח, דער לאנדאנער מעטראפאליטאנער ראיאן, באדעקט א שטח פון 8382 קוואדראט ק"מ, מיט א באפעלקערונג פון 12,653,500 און אן ענגקייט פון 1,510 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ.[3]

טאפאגראפיע

מאדערנער לאנדאן שטייט אויפן טעמז, א טייך וואס פליסט אריבער דער שטאט פון דרום־מערב קיין מזרח. דער טעמז טאל איז א פארפלייצונג פלוין ארומגענומען מיט בערג ווי פארלאמענט בארג, אדינגטאן בערג און פרימראז בארג.

זייט די יארן פון דער מלכה וויקטאריע האט מען געבויט ברעגן ביים טעמז טייך, און אסאך פון זיינע בייטייכן פליסן אונטער דער ערד. דער טעמז איז א פלייצטייך, ממילא איז לאנדאן גרינג צו ווערן פארפלייצט.[4] די געפאר האט זיך פארגרעסערט דורך די יארן וועגן א שטענדיקער פאמעלעכער העכערונג אין דעם הויך וואסער ניווא.[5]

קלימאט

לאנדאן האט א קלימאט ענלעך צו גאנץ דרום בריטאניע. כאטש מענטשן מיינען אז לאנדאן האט פיל רעגן, איז דער דורכשניטלעכער אפזעץ (אראפגעלאזטע פייכטקייט) אין לאנדאן 602 מ"מ א יאר—ווינציקער ווי רוים (834 מ"מ), בארדא (923 מ"מ), טולוז, סידני און ניו יארק. אין ווינטער איז גוט קיל, און צווישן נאוועמבער אין מערץ פאסירט אין די פארשטעט פון לאנדאן א פראסט צוויי מאל א וואך. עס שנייט אפשר פיר מאל א יאר, נארמאל צווישן דעצעמבער און פעברואר. די טעמפעראטור אין ווינטער איז נארמאל צווישן  ºC ‏4- און  ºC ‏14. אין זומער איז ווארעם, און דער צענטער פון לאנדאן קען זיין ווארעמער מיט  ºC ‏5 ווי די פארשטעט. די דורכשניטלעכע זומער טעמפעראטור אין לאנדאן איז  ºC ‏24, און בערך 7 טעג אין יאר גייט די טעמפעראטור אריבער  ºC ‏30.

דער ווינטער פון 2010 איז געווען דער קעלטסטער מיט א טעמפעראטור פון  ºC ‏14- ( ºF‏6.8) אין נארדהאלט, און דער שווערסטער שניי זייט 20 יאר.

דיסטריקטן

לאנדאן איז צעטיילט זייט 1965 אין 32 לאנדאנער באראס און די סיטי פון לאנדאן. די סיטי פון לאנדאן נעמט איין די אוראלטע שטאט פון לאנדאן און איז דער הויפט פינאנץ דיסטריקט פון די פאראייניגטע שטאטן. נאנט צום אלטן פארט פון לאנדאן געפינט זיך דער איסט ענד, א גאנץ ארעם טייל פון לאנדאן, וואו ס'וואוינען א סאך אימיגראנטן. דער וועסט ענד איז דער פארוויילונג און איינקויף צענטער, וואס ציט די טוריסטן.

איבער גאנץ לאנדאן ניצט מען נאך די נעמען פון די אלטע דערפער ארום וועלכע לאנדאן איז געוואקסן, ווי למשל בלומזבורי, מייפער, וועמבלי און ווייטשעפל.

פארקן

די גרעסטע פארקן אינעם צענטראלן שטח פון לאנדאן זענען די קעניגלעכע פארקן, הייד פארק, קענזינגטאן גארטנס און רידזשנטס פארק (וואו דער לאנדאנער זאא געפינט זיך). ווייטער פונעם צענטער זענען גריניטש פארק, בושי פארק, ריטשמאנד פארק (דער גרעסטער פארק אין לאנדאן) און וויקטאריע פארק אין מזרח לאנדאן. אויך געפינט זיך אין צפון לאנדאן דער אפענער ארט העמפסטעד היט, מיט א שטח פון 320 העקטארן.

דעמאגראפיע

די באפעלקערונג פון לאנדאן האט געוואקסן גיך אין די 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערטער, און איז געווען די גרעסטע שטאט אין דער וועלט ביז אין 1925 איז ניו יארק געווארן גרעסער. די גרעסטע באפעלקערונג פון לאנדאן איז געווען 8,615,245 אין 1939 קורץ פארן אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה. ביים 2001 צענזוס איז די באפעלקערונג אראפ צו 7,192,091, אבער זי איז געשטיגן צו 8,173,941 ביים 2011 צענזוס. לאנדאן איז די גרעסטע שטאט אינעם אייראפעישן פארבאנד, און די צווייטע מערסט באפעלקערסטע שטאט אין אייראפע. לאנדאן איז די 19טע גרעסטע שטאט אין דער וועלט.

אין 2005 האט לאנדאן געהאט 7.5 מיליאן איינוואוינער. פון זיי זענען 71% ווייסע, 10% אינדישע אדער פאקיסטאנער, 5% שווארצע פון אפריקע, 5% שווארצע פון די קאראיבישע אינזלען, 3% געמישטע און 1% כינעזישע. לויט רעליגיע זענען 58.2% קריסטן, 15.8% קיין רעליגיע, 7.2% מוסולמענער, 4.1% הינדו, 2.1% יידן, און 1.5% סיקן. 21.8% פון די איינוואוינער זענען געבוירן אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד.

דער שטאטישער שטח פון לאנדאן האט אומגעפער 14 מיליאן איינוואוינער, און ווערט גערעכנט דער גרעסטער שטאטישער שטח אין אייראפע, און צווישן די 20 גרעסטע אין דער וועלט.

Uk-london-bigben-tower

היסטאריע

די רוימען האבן אויפגעשטעלט די פארצייטישע שטאט "לאנדיניום" אום יאר 43 לספירה, און אנדערע טענה'ן אז נאך פריער איז שוין געווען א שטאט אויפן ארט. ווערנט דעם צווייטן יארהונדערט לספירה איז די שטאט געווארן די הויפטשטאט פון דעם בריטאניע דיסטריקט אין דער רוימישער אימפעריע. נאכן איינפאלן פון דער רוימישער אימפעריע איז די שטאט איבערגעלאזט. די זאקסאנען האבן ווידעראמאל אויפגעשטעלט די שטאט אינעם 7טן יארהונדערט לספירה, עטלעכע קילאמעטער מערב פון דער פריערדיקער שטאט, מיטן נאמען "לאנדנוויטש". עס איז מעגלעך אז די שטאט האט געהאט א באפעלקערונג פון 10,000 מענטשן.

נאכן זיג פון וויליאם דער אייננעמער אין 1066, האט מען אים באקרוינט מלך אין וועסטמינסטער. ער האט געבויט דעם טורעם פון לאנדאן, דער ערשטער פון עטלעכע שטיינערנע טורעמען, אין דעם דרום־מזרחדיקן ווינקל פון לאנדאן. אין 1097 האט וויליאם דער צווייטער אנגעהויבן בויען וועסטמינסטער האל, וואס האט זיך אנטוויקלט אינעם היינטיקן פאלאץ פון וועסמינסטער.

דער נאמען לאנדאן האט באדייט נאר די סיטי פון לאנדאן ביז 1889, ווען מען האט אויפגעשטעלט די גראפנשאפט פון לאנדאן, וואס האט געדויערט ביז 1965, ווען מען האט פארביטן די גראפנשאפט מיט גרויסלאנדאן, וואס באדעקט דעם היינטיקן שטח.

אינעם 9טן יארהונדערט לספירה זענען מענטשן צוריקגעקומען אין גאר גיך איז זי געווארן די גרעסטע שטאט אין דעם ענגלישן קעניגרייך, און זיין הויפטשטאט פונעם 12טן יארהונדערט. מיט די יארן האט לאנדאן ווייטער צוגעצויגן די ארומיגע דערפער ביז זי איז געווארן די גרעסטע שטאט אין דער וועלט פון 1831 ביז 1925.

לאנדאן איז געווארן זייער איבערגעפאקט, וואס האט גורם געווען עפידעמיעס פון כאלערע, פון וואס 14,000 מענטשן זענען געשטארבן אין 1848 און 6,000 אין 1866.

PalaceOfWestminsterAtNight
דער פאלאץ פון וועסטמינסטער ביינאכט, אריבער דעם טעמז

רעגירונג

לאקאלע רעגירונג

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן

די אדמיניסטראציע פון לאנדאן איז אין צוויי שיכטן: א סטראטעגישער שטאט שיכט און א לאקאלער שיכט. די שטאט אדמיניסטראציע איז די גרויסלאנדאנער אויטאריטעט מיט דעם בירגערמייסטער פון לאנדאן איר עקסעקוטיוו און די לאנדאנער פארזאמלונג וואס איז חוקר ודורש זיין ארבעט.

נאציאנאלע רעגירונג

לאנדאן איז א וויכטיגע שטאט ווייל די רעגירונג פונעם פאראיינגטן קעניגרייך איז פלאצירט ארום דעם פאלאץ פון וועסטמינסטער. גאנץ נאנט געפינען זיך אסאך דעפארטמענטן פון דער רעגירונג, טייל פון זיי אין ווייטאל. דער פרעמיער מיניסטער וואוינט אין דאונינג סטריט, נומער 10.

עקאנאמיע

לאנדאן, היים פון דער לאנדאנער בערזע, די הויפט בערזע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך און די גרעסטע אין אייראפע, איז ענגלאנד'ס פינאנציעלער צענטער—100 פון אייראפע'ס 500 גרעסטע קארפאראציעס זענען באזירט אין לאנדאן.[6] לאנדאן איז דער גרעסטער פינאנציעלער צענטער אין אייראפע, און אויך היינט (2009) די גרעסטע אין דער וועלט.[7]

דער פארט פון לאנדאן איז דער צווייטער גרעסטער פארט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך, און באהאנדלט 45 מיליאן טאן פראכט א יאר.

טוריזם

טוריזם איז א הויפט אינדוסטריע אין לאנדאן און באארבעט דעם עקוויוואלענט פון 350,000 גאנצטאגיקע ארבעטער אין לאנדאן אין 2003,[8] און די יערליכע הוצאות פון טוריסטן איז אומגעפער £15 ביליאן.[9] לאנדאן ציט צו מער ווי 14 מיליאן אינטערנאציאנאלע באזוכער א יאר, אזוי איז ער דער וועלטס מערסטע באזוכסטע שטאט.[2] לאנדאן ציט צו 27 מיליאן איבערנעכטיקע באזוכער יעדע יאר.[10]

Natural History Museum 001
דער נאטירלעכע היסטאריע מוזיי

טראנספארט

Tower bridge London Twilight - November 2006
די טורעם בריק איז פון די מערסטע דערקענט בריקן אין דער וועלט.

טראנספארט איז איינער פון די פיר שטחים פון פאליטיק געפירט דורך דעם מייאר פון לאנדאן. דאס פובליקע טראנספארט נעצווערק וואס טראנספארט פאר לאנדאן פארוואלטעט (TfL), איז דאס ברייטסטע אין דער וועלט,[12] אבער זי לייט פון געדראנג און פארלעסליכקייט פראגעס, וואס מ'זוכט צו לייסטן מיט א גרויסן אינוועסטיציע פראגראם, כולל £7 ביליאן (€10 ביליאן) פארבעסערונגען פלאנירט פאר דער אלימפיאדע.[13] לעצטנס איז לאנדאן פארלויבט אלס די שטאט מיט דעם בעסטן פובליק טראנספארט.[14]

ציקלען ווערט א פאפולערער וועג ארומצופארן אין לאנדאן.

באנען

Westminster.tube.station.jubilee.arp
דער לאנדאנער אונטערגרונט איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטע מעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנטיג פון 1863.[15][16]

דער צענטראלפונקט פון דער פובליק טראנספארט נעצווערן איז דער לאנדאנער אונטערגרונט — וואס מ'רופט אין אלגעמיין דער "טיוב"—וואס האט עלף צווישנפארבונדענע ליניעס. ער איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטע מעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנדיג פון 1863.[15][16] די ערשטע אונטערגרונטיגע ליניע איז געווען, די סיטי און דרום לאנדאן באן, וואס האט אנגעהויבן ארבעטן אין 1890.[17] יעדן טאג זענעו דא מער ווי דריי מיליאן רייזעס אויף דער אונטערגרונט נעצווערק, בערך 1 ביליאן א יאר.[18] דער אונטערגרונט באדינט דעם צענטראלן ראיאן פון לאנדאן און רוב פארשטעט צפון פונעם טעמז; די דרומדיקער זענען באדינט פון א ברייטער איבערפלאכיגער באן נעצווערק.

לאנדאן האט אויך א צווייטע 'מעטרא' סיסטעם, דאקלאנדס לייכטע באן, וואס ניצט קלענערע און גרינגערע צוגן. די באן האט געעפנט אין 1987 צו באדינען מזרח לאנדאן און גריניטש, פון ביידע זייטן פון דעם טעמז טייך.

רוב פון די צווישנשטעט באנען פארן נישט אדורך לאנדאן, נאר זיי ענדיגן אין איינער פון די פערצן סוף-סטאנציעס ארום דעם צענטער פון לאנדאן. דער איינציגער אויסנאם איז די טעמזלינק רוטע, וואס ווערט אפערירט היינט פון ערשטער קאפיטאל קאנעקט, צווישן בעדפארד און ברייטאן, פארנדיג אדורך לאנדאן.

זייט די אנהייב 1990ער יארן, וואקסנדיקע דריקונגען אויף די צופארער באן און אונטערגרונט נעצווערק האבן גורם געווען מער נאכפרעג—בפרט פון געשעפטן און דער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע —פאר קרייצבאן: א £10 ביליאן מזרח-מערב שווערע באן פארבינדונג אונטער צענטראל לאנדאן, וואס איר קאנסטרוקציע האט אנגעפאנגען דעם 15טן מיי 2009.[19]

הויכע-גיך אייראסטאר באנען פֿארבינדן סט פאנקראס אינטערנאציאנאל מיט ליל און פאריז אין פראנקרייך, און בריסל אין בעלגיע. מיט רייזע צייטן קיין פאריז (2ש 15מ) און בריסל (1ש 51מ) איז לאנדאן געווארן נענטער צו קאנטינענטאלער אייראפע ווי אנדערע שטעט אין בריטאניע, א דאנק דער נייער היי ספיד 1 גערעלס פֿארבינדונג צו דעם קאנאל טונעל. פֿון 2009 וועט די ליניע אויך טראגן הויך-גיך אינלענדישע נסיעות פֿון קענט קיין לאנדאן. די סט פאנקראס באן סטאנציע באדינט צוויי אינטערנאציאנאלע ערפארטן דורך טעמזלינק , און וועט באזארגן דירעקטע באן פארבינדונגען צו דעם אלימפיאדע ארט אין סטראטפארד ניצנדיג בריטישע באן קלאס 395 צוגן, באזירט אויף יאפאנישע שינקאנסען הויכע-גיך באנען.

בוסן

London Bus route 139 A
דער מאדערנער ענווירא 400 טאפלדעק בוס וואס באדינט רוטע 139

דאס לאנדאנער בוס נעצווערק איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, ארבעטנדיג 24 שעה אין דער טאג, מיט 8,000 בוסן, 700 בוס רוטעס און העכער פון 6 מיליאן פאסאזשיר נסיעות יעדן וואכנטאג.

דאס בוס נעצווערק אין לאנדאן איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, פארנדיק 24 שעה'ן, מיט 8,000 בוסן, 700 בוס רוטעס, און העכער פון 6 מיליאן פאסאזשירן נסיעות יעדן ארבעטסטאג. אין 2003, איז מען געפארן אויפן נעצווערק העכער פון 1.5 ביליאן פאסאזשירן נסיעות א יאר וואס איז מער ווי די אונטערגרונט.[20] יעדע יאר קומט אריין אומגעפער £850m אין הכנסות. לאנדאן האט די גרעסטע רעדערשטול דערגרייכלעכע נעצווערק אין דער וועלט און, זייט 2007, איז געווארן מער דערגרייכלעך צו פאסאזשירן מיט פארשעדיקטע הערן און זען, מיט קאמפיוטער אנאנסן.[21] די אויטאבאסן זענען קענטלעך איבער דער גארער וועלט, אזוי אויך די טיוב.

לאנדאן האט א מאדערן טראמוויי נעצווערק, "טראַמלינק", באזירט אין קרוידן אין דרום לאנדאן. דאס נעצווערק האט 39 סטאנציעס און פיר רוטעס; אין 2008 האט עס געטראגן 26.5 מיליאן מענטשן. זייט יוני 2008 געהערט טראמלינק אינגאנצן צו טראנספארט פאר לאנדאן.

לופט

Heathrow Airport radar tower P1180333
היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס מערסט פארהאוועטער ערפארט לויט דער צאל פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן

לאנדאן איז א הויפט אינטערנאציאנאלער לופט טראנספארט קנופ. ס'זענען דא אכט פליפעלדער וואס רופן זיך "לאנדאן ערפארט", אבער דער עיקר פארקער פארט אדורך פינף הויפט ערפארטן.

לאנדאן היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס פארהאוועטסטער ערפארט פאר אינטערנאציאנאלן פארקער, און איז דער הויפט קנופ פאר'ן נאציאנאלן פאנטרעגער, בריטיש ערווייס. היטרוי באהאנדלט אינלענדישע, אייראפעישע און צווישן-קאנטינענטאלע פאסאזשער פליען. מ'הייבט אן מיט פלענער פאר א זעקסטן טערמינאל, כאטש די שכנותדיגע איינוואוינערס דערגעגן זיך שטארק.[22] אן ענלעכער פֿארקער, מיט אויך עטלעכע ביליגע קורצער-מהלך פליען, ווערט באהאנדלט דורך לאנדאן גאטוויק ערפארט. לאנדאן סטאנסטעד ערפארט און לאנדאן לוטאן ערפארט באדינען בעיקר ביליגע קורצער-מהלך פליען. לאנדאן סיטי ערפארט, דער קלענסטער און מערסט צענטראלער ערפארט, איז בעיקר פאר האנדל פֿארערס, מיט א געמיש פון קורצע-רייזע פלאנירטע פליערס און אסאך ביזנעס דזשעט פֿארקער.[23]

שאסייען

אין צענטראל לאנדאן פארן מערסטע מענטשן מיט פובליקן טראנספארט, אבער אין דרויסנדיקן לאנדאן פארט מען אסאך מיט אן אויטא. לאנדאן האט דריי רינג שאסייען: די אינערוועניגסטער רינג שאסיי, די צפון און דרום קיילעכדיגע גאסן און דער M25.

אין צענטראל לאנדאן זענעו די מערהייט פון רייזעס מיט פובליקן טראנספארט, אבער אין די פארשטעט פארט מען מער מיט אויטאס. די אינער רינג גאס (ארום דעם שטאט צענטער), די צפון און דרום צירקולארע גאסן (אין די פארשטעט), און דער דרויסדיקער ארביטיר־אויטאסטראד (דער M25, אינדרויסן פונעם אויפגעבויטן שטח) רינגלען ארום דער שטאט און דרונגען אריין אין אינעווייניקסטן לאנדאן און שניידן אדורך עטלעכע באשעפטיקע ראדיאלע רוטעס—אבער ווייניק אויטאסטראדעס. אין 2003, האט מען איינגעפירט א געדראנג אפצאל צו מינערן דעם פארקער אין דעם שטאט צענטער. אחוץ א פאר אויסנאמען, דארפן מאטאריסטן צאלן £10 א טאג צו פארן אין א געוויסער זאנע וואס נעמט איין א גרויסן טייל פון פארשטאפטן צענטראלן לאנדאן.[24] מאטאריסטן וואס וואוינען אין דער זאנע קענען באקומען א פאס אויף ביליג וואס מען באנייט יעדן מאנאט, און איז ביליגער ווי דאס פארגעלט אויף די אויטאבוסן.[24]

לאנדאן האט אויך צוויי "פארקירן און פארן" ערטער וואס זענען באקוועם פאר איינקויפער אויף אקספארד גאס און באנד גאס, וועסמינסטער סיטי ראט אויטא פארקן האט א בוס דינסט פון די פארק ליין און מארבל ארטש אויטא פארקן.

בילדונג

לאנדאן איז א הויפט צענטער פון העכערער בילדונג, סיי לערנען סיי פארשונג, און זיינע 43 אוניווערסיטעטן זענען די גרעסטע קאנצענטראציע פון העכערער בילדונג אין אייראפע. אין 2008/9 איז געווען די העכערע בילדונג סטודענטן באפעלקערונג אין לאנדאן אומגעפער 412,000, פון זיי 287,000 איינגעשריבן פאר ערשטע דיפלאמען און 118,000 וואס שטודירן ביי שוין גראדואירטן ניווא. די צאל אינטערנאציאנאלע סטודענטן אין לאנדאן איז געווען 97,150, א פערטל פון סה"כ אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

עטלעכע וועלטס בילדונג אנשטאלטן געפינען זיך אין לאנדאן. לויט די ראנגירונג פון 2012 זענען אוניווערסיטעט קאלעגיע לאנדאן (ראנגיק 4טער אין דער וועלט), אימפעראלע קאלעגיע לאנדאן (6טער) און קינגס קאלעגיע לאנדאן (26טער).

קולטור

לאנדאן האט צענדליקע טעאטערן, דער מערסטע טייל פון זיי אינעם וועסט ענד. אויך האט לאנדען עטלעכע ארקעסטערן און אפערע הייזער.

מוזייען און קונסט גאלעריעס

British Museum from NE 2
דער בריטישער מוזיי

לאנדאן איז דער היים פון א סך מוזייען און גאלעריעס וואס ציען טוריסטן; טייל פון זיי דארף מען צאלן אריינצוגיין אבער א סך קען מען באזוכן בחינם. דער ערשטער מוזיי אין לאנדאן איז געווען דער בריטישער מוזיי אין בלומסבורי, געגרינדעט אין 1753. היינט האט דער מוזיי זיבן מיליאן ארטעפאקטן פון ארום דער וועלט. אין 1824 איז געגרינדעט געווארן די נאציאנאלע גאלעריע פאר דער נאציאנאלער בריטישער זאמלונג פון געמעלן; די גאלעריע פארנעמט א חשובן ארט אין טראפאלגאר סקווער. אין דעם צווייטן העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האט אנטוויקלט אין דרום קענזינגטאן א קולטורעלער און וויסנשאפטלעכער צענטער, מיט דריי הויפט נאציאנאלע מוזייען, דער וויקטאריע און אלבערט מוזיי, דער נאטירלעכע היסטאריע מוזיי און דער וויסנשאפט מוזיי.

מוזיק

Royal Albert Hall Crop, London - Nov 2012
ראיאל אלבערט האל

לאנדאן איז איינער פון די קלאסישע מוזיק און פאפולערע מוזיק הויפטשטעט פון דער וועלט. די שטאט פארמאגט עטלעכע חשובע ארקעסטערס און קאנצערט זאלן ווי למשל דער בארביקאן קונסט צענטער (היים פונעם לאנדאנער סימפאני ארקעסטער), קאדאגאן זאל (קעניגלעכער פילהארמאנישער ארקעסטער) און דער ראיאל אלבערט האל (די פראמס). די הויפט אפערע הייזער אין לאנדאן זענען דאס קעניגלעכע אפערע הויז און דער קאליסעום טעאטער. די שטאט פארמאגט אויך עטלעכע קאנסערוואטאריעס: די קעניגלעכע אקאדעמיע פון מוזיק, די קעניגלעכע קאלעגיע פון מוזיק, גילדהאל שולע פון מוזיק און דראמע און טריניטי קאלעגיע פון מוזיק.

ספארט

Wembley Stadium, illuminated
וועמבלי סטאדיאן ביינאכט

אין לאנדען געפינען זיך וועמבלי סטאדיאן, וואס קען האלטן 90,000 מענטשן, און די פעלדער פון די ווימבלדאן טעניס מייסטערשאפטן.

לאנדאן איז די איינציגסטע שטאט אין דער וועלט וואס האט גאסטירט די אלימפיאדע דריי מאל: אין 1908, 1948 און 2012.

דער פאפולערסטער ספארט אין לאנדאן איז פוטבאל, מיט 14 קלובן אין דער פוטבאל ליגע, זעקס פון זיי אין דער פרעמיער ליגע: ארסענאל, טאטנהאם האטספער, וועס האם יונייטיד, טשעלסי, פולהאם און קווינס פארק ריינדזשערס.

אויך האט לאנדאן פינף ראגבי יוניאן קלובן אין דער אביבה פרעמיערשאפט. דער נאציאנאלער ראגבי סטאדיאן געפינט זיך אין טוויקנהאם, דרום־מערב לאנדאן, און קען האלטן 84,000 מענטשן.

לאנדאן האט צוויי טעסט קריקעט גרונטן, לארדס אין סט דזשאנס וואוד און דער אוול אין קענינגטן.

יעדע יאר אין אפריל קומט פאר דער לאנדאנער מאראטאן מיט עטלעכע 35,000 לויפער וואס לויפן א וועג פון 42.2 ק"מ ארום דער שטאט.

אויך קומט פאר יעדע יאר דער אקספארד און קעמברידזש רודערשיפל געיעג אויפן טעמז, פון פאטני קיין מארטלייק.

אידישער יישוב אין לאנדאן

לאנדאן האט א גרויסן יישוב פון אומגעפער 200,000 יידן, די גרעסטע יידישע קהילה אין בריטאניע. דער היינטיקער יישוב פון יידן אין לאנדאן גייט צוריק צום יאר ה'תט"ז, ווען מנשה בן ישראל איז געקומען פון האלאנד און האט געגרינדעט א ספרדישע קהילה. בערך 80 יאר שפעטער האבן אנגעהויבן צו קומען אשכנזישע יידן פון די דייטשע לענדער. די ערשטע פאראייניגטע אשכנזישע קהילה אין לאנדאן איז געווען די "פאראייניגטע שול" (ענגליש: United Synagogue). דער אב"ד פון דער פאראייניגטע שול איז דער "הויפט רב", היינט הרב לארד סאקס. אין די תר"ם יארן האבן די שולן און שטיבלעך אינעם איסט ענד, בעיקר פוילישע און רוסישע יידן, זיך פאראייניגט אונטער דער "פעדעראציע פון שולן" (ענגליש: Federation of Synagogues). זייער אב"ד איז הרב ליכטנשטיין.

אין תרפ"ו איז געשאפן געווארן דער יסוד פון דער היינטיגער חרדישער קהילה, דאס התאחדות קהלות החרדים. היינט צוטאג דינט דארטן אלס רב הרב משה חיים אפרים פאדווא וואס ער איז אן איידעם ביים ריסקעווער רב, וואס האט שוין איבערגענומען דעם כתר הרבנות פון זיין טאטן, הרב חנוך העניך פאדווא, וואס האט געדינט דארטן ארום א יובל יארן.

די גרויסע צענטערן פון יידן אין לאנדאן זענען אין אילפארד, גאלדערס גרין, עדזשווער, הענדאן און סטאמפארד היל, אחוץ פון צענדליקע געגנטן ארום לאנדאן וואו יידן וואוינען.

די חרדישע קהילה איז קאנצענטרירט אין דריי געגנטן: סטאמפארד היל, גאלדערס גרין און הענדאן, און עדזשווער. די יידן וואס וואוינען אין סטאמפארד היל זענעו אין מערסטן טייל חסידיש.

צווישן די גרויסע יידישע שולעס אין לאנדאן זענען JFS, חשמונאים, יסודי התורה און בית יעקב פון גאלדערס גרין. די ישיבות אין לאנדאן זענען כולל בעלז, באבאוו, לב שמחה (די גערער ישיבה פון אייראפע), ישיבת חיי עולם און די מתיבתא.

אין לאנדאן דערשיינען יעדע וואך דריי זשורנאלן, דער דזשואיש קראניקל, די אידישע טריבונע און המודיע.

שוועסטער שטעט

גרויסלאנדאנער אויטאריטעט -

Flag of Peru.svg ארעקיפא, פערו
Flag of Colombia.svg באגאטא, קאלאמביע
Flag of Germany.svg בערלין, דייטשלאנד
Flag of the People's Republic of China.svg בייזשינג, כינע
Flag of Japan (bordered).svg טאקיא, יאפאן
Flag of Iran.svg טעהראן, איראן
Flag of South Africa.svg יאהאנעסבורג, דרום אפריקע
Flag of Bolivia.svg לא פאז, באליוויע
Flag of Russia.svg מאסקווע, רוסלאנד
Flag of the United States.svg ניו יארק סיטי, פאראייניגטע שטאטן
Flag of France.svg Coat of arms of département 75 פאריז, פראנקרייך
Flag of Malaysia.svg קואלא לומפור, מאלייזיע

רעפערענצן

  1. "Delta Expects New Slots To Foster Growth At Heathrow Airport", The Wall Street Journal (23סטן פעברואר 2011). דערגרייכט דעם 7טן מערץ 2011. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 19טן מיי 2011.
  2. a b Euromonitor International's Top City Destination Ranking (2011 update). Euromonitor International (6 January 2011). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 8טן אויגוסט 2011. דערגרייכט דעם 8טן אויגוסט 2011.
  3. Metropolis: 027 London, World Association of the Major Metropolises. דערגרייכט דעם ‏3טן מיי 2010.
  4. Flooding. UK Environment Agency. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 15טן פעברואר 2006. דערגרייכט דעם 19טן יוני 2006.
  5. "Sea Levels" – UK Environment Agency. Environment Agency. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 23סטן מיי 2008. דערגרייכט דעם 6טן יוני 2008.
  6. פינאנציעלער צענטער. London.gov.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-05.
  7. City of London Policy and Resources Committee. The Global Financial Centres Index (PDF). cityoflondon.gov.uk. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2009-10-07. דערגרייכט דעם 2009-09-05.
  8. London is the HR centre of opportunity in the UK. PersonnelToday.com (15 פעברואר 2005). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 19טן מיי 2011. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
  9. "The Importance of Tourism in London (PDF). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 28 June 2007.", Visit London. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
  10. "London 101: One Hundred and One Amazing Facts About London (PDF). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 28 June 2007.PDF (1.15 MiB)", Visit London. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
  11. Top 10 London Attractions. Visit London (1 April 2011). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏19טן מיי 2011. דערגרייכט דעם ‏26סטן אפריל 2011.
  12. "World's most expensive cities", CNN (2007-06-19). דערגרייכט דעם 2007-08-16.
  13. London 2012 Olympic Transport Infrastructure. דערגרייכט דעם 2007-08-17.
  14. London voted best for transport. BBC News (2006-08-29). דערגרייכט דעם 2007-08-09.
  15. a b Transport for London. London Underground: History. דערגרייכט דעם 2006-09-17.
  16. a b "Beijing plans to overtake London with world's longest subway", Guardian Unlimited, דערגרייכט דעם 2007-12-14.
  17. Schwandl, Robert (2001) London Underground UrbanRail.net. דערגרייכט דעם 2006-09-24.
  18. "וויאזוי בעסט ניצן די לאנדאנער אונטערגרונט", The Travel Insider, 4 July 2004 (לעצט דערהיינטיקט: 8טן מיי 2006). דערגרייכט דעם 2006-06-03.
  19. קאנארי ווארף סטאנציע אנגעפאנגען צוריקגעקריגט אום 2009-05-26.
  20. טראנספארט פאר לאנדאן. לאנדאנער בוסן. דערגרייכט דעם 2007-10-11.
  21. London's bus improvements get Parliamentary seal of approval. Transport for London. דערגרייכט דעם 2008-01-03.
  22. וועגן היטרוי, BAA Heathrow. דערגרייכט דעם 2006-09-17.
  23. London City Airport - Corporate Information. דערגרייכט דעם 2006-06-17.
  24. a b London Congestion Pricing. דערגרייכט דעם 2007-08-17.
23סטן אויגוסט

דעם 23סטן אויגוסט איז דער 235סטער טאג פון יאר (236סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 130 טעג.

באנק-מאנומענט סטאנציע

באַנק (Bank) און מאנומענט (Monument) זענען צוויי לאנדאנער אונטערגרונט און דאקלאנדס לייכטע באן סטאנציעס אין דער סיטי פון לאנדאן, וואס זענען אין אמתן איין סטאנציע מיט צוויי נעמען. באנק סטאנציע, וואס טראגט דעם נאמען פונעם באנק פון ענגלאנד, האט געעפנט אין 1900, און ווערט באדינט פון די צענטראלע, נארדערן און וואטערלו און סיטי ליניעס, און דער דאקלאנדס לייכטע באן. מאנומענט סטאנציע, וואס האט געעפנט אין 1884, נאכן מאנומענט צו דער גרויסער שריפה פון לאנדאן, געפינט זי אויף די דיסטריקט און קרייז ליניעס.

מען האט פארבונדן די צוויי סטאנציעס אין 1933. די פארבודענע סטאנציע איז די אכטע מערסטע באשעפטיקסטע אין דער לאנדאנער אונטערגרונט נעצווערק, און איז אין טראוולקארט זאנע 1.

בלעקפרייערס סטאנציע

בלעקפֿרייערס (ענגליש: Blackfriars), אויך לאנדאן בלעקפֿרייערס, איז א צענטראל־לאנדאן באן סטאנציע און א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע פלאצירט אין דער סיטי פון לאנדאן, אויפן בלעקפרייערס באן בריק. זי איז די איינציקסטע באן סטאנציע אין לאנדאן מיט אריינגאנגען אויף ביידע זייטן פונעם טעמז. די נאציאנאלע באן סטאנציע ווערט באדינט דורך סאדאיסטערן און טעמזלינק, און די אונטערגרונט סטאנציע ווערט באדינט דורך די דיסטריקט און קרייז ליניעס.

די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

דאקלאנדס לייכטע באן

די דאקלאנדס לייכטע באן (DLR) איז אן אויטאמאטישע מעטרא אדער לייכטע באן סיסטעם, געעפנט 31סטן אויגוסט 1987 צו באדינען דעם ווידער־אנטוויקלט דאקלאנדס געגנט פון לאנדאן. די באן פארט אדורך עטלעכע געגנטן אין לאנדאן: צפון קיין סטראטפארד, דרום קיין לואישעם, מערב קיין באנק אין דעם סיטי פון לאנדאן, און מזרח קיין בעקטאן און לאנדאן סיטי פליפארט.

די דל״ב ווערט אפערירט דורך סערקא דאקלאנדס לימיטיד פאר טראנספארט פאר לאנדאן. די סיסטעם געהערט צו דל״ב געזעלשאפט, טייל פון דעם לאנדאנער באן אפטייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) וואס פארוואלטעט אויך לאנדאנער איבערגרונט און לאנדאן טראמלינק (אבער נישט לאנדאנער אונטערגרונט, וואס איז א באזונדערער אפטייל פון טראנספארט פאר לאנדאן.

אין 2006 האט די DLR געטראגן מער ווי 60 מיליאן פאסאזשירן.DLR האט (זייט 2014) פינעף רוטעס: באנק–לואישעם, באנק–וואוליטש ארסענאל, טאער גייטוויי–בעקטאן, סטראטפארד–לואישעם און סטראטפארד אינטערנאציאנאל–וואוליטש ארסענאל.

טראנספארט פאר לאנדאן

טראנספארט פאר לאנדאן (TfL) איז דער לאקאלע רעגירונג קערפער פאראנטווארטליך פאר רוב אספעקטן פון דער טראנספארט סיסטעם אין גרויסלאנדאן אין ענגלאנד. זיין ראלע איז דורכצופֿירן די טראנספארט סטראטעגיע און צו פארוואלטן מיט טראנספארט דינסטן איבער לאנדאן.

י"ח ניסן

היום שלשה ימים לעומר.

לאנדאן ברידזש סטאנציע

לאנדאן ברידזש סטאנציע (ענגליש: London Bridge לאנדאנער בריק) איז א צענטראל-לאנדאן סוף-סטאנציע און א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין סאדארק, וואס פֿארנעמט א שטח אויף צוויי ניוואען דרום־מזרח פון און לעבן לאנדאנער בריק, און 2.6 ק״מ מזרח פון טשארינג קראס. די סטאנציע האט געעפנט אין 1836 און איז די עלטסטע סטאנציע אין לאנדאנער פֿאָרגעלט זאנע 1 און איינע פון די עלטסטע אין דער וועלט. זי איז איינע פון צוויי הויפטליניע וואקזאלן אין לאנדאן דרום פונעם טעמז, די צווייטע איז וואטערלו

די הויפטליניע סטאנציע איז איינע פון 19 אינעם פאראייניגטן קעניגרייך וואס זענען פארוואלטעט דורך נעצווערק באן. די אונטערגרונט סטאנציע איז באדינט דורך דער יובילי ליניע און דעם באנק צווייג פון דער נארדערן ליניע.

לאנדאן ברידזש ווערט באדינט דורך סאדאיסטערן באדינונגען פון טשארינג קראס און קאנאן סטריט קיין צילן אין דרום־מזרח לאנדאן, קענט און מזרח סאסעקס, און איז א סוף־סטאנציע פאר פיל סאדערן צופארער און ראיאנישע באדינונגען קיין דרום־לאנדאן און א סך צילן אין דרום־מזרח ענגלאנד. טעמזלינק באדינונגען פון בעדפארד, קעמברידזש און פיטערבארא קיין ברייטאן און אנדערע צילן אין סאסעקס און קענט האבן אנגעהויבן באדינען די סטאנציע אין 2018.

לאנדאנער אונטערגרונט

דער לאנדאנער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט דעם גרעסטן טייל פון גרויסלאנדאן, ענגלאנד, און עטלעכע ארומיגע געגנטן. ער איז די עלצטע אונטערגרונטיקע באן סיסטעם אין דער וועלט. די ערשטע ליניע איז געווען די מעטראפאליטאנע באן (היינט איז דאס א טייל פון דער האמערסמיט און סיטי ליניע), וואס האט געעפנט 10 יאנואר 1863. אין אמת'ן 55% פון דער נעצווערק איז איבער דער ערד. רוב מענטשן אין לאנדאן רופן אים "דער טיוב" (Tube) ווייל די טיפע טונעלן זעען אויס ווי א רערל (אויף ענגליש tube).

דער אונטערגרונט האט 275 סטאנציעס און די ליניעס זענען לאנג אינגאנצן 408 ק"מ, אזוי איז דאס די לענגסטע אונטערגרונטיקע באן אויף דער וועלט. אחוץ די היינטיגע סטאנציעס זענען אויך דא אסאך פארמאכטע סטאנציעס. אין 2005–2006 האבן 971 מיליאן פאסאזשירן געפארן, און אין 2006–2007 מער ווי א ביליאן. אין מערץ 2007 האט מען געמאלדן אז יעדן טאג זענען דא מער ווי דריי מיליאן פאסזאשירן (אויף ארבעטסטעג א דורכשניט פון 3.4 מיליאן).זייט 2003 איז דער אונטערגרונט א טייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), דער פארוואלטער פון פילצאליקע טראנספארט פונקציעס אין לאנדאן, למשל די בארימטע רויטע טאפלדעקבוסן. פריער איז דער פארוואלטער געווען לאנדאן אונטערגרונט באגרענעצט, אן אונטערגעזעלשאפט פון לאנדאנער רעגיאנאלער טראנספארט.

לאנדאנער איבערגרונט

דער לאנדאנער איבערגרונט (ענגליש: London Overground) איז א פארשטאטישע באן נעטווארק אין לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך, געגרינדעט אין 2007. די איבערגרונט באדינט א גרויסן טייל פון גרויסלאנדאן און הארטפארדשיר, און האט 112 סטאנציעס אויף עטלעכע ליניעס: די צפון לאנדאן ליניע, מזרח לאנדאן ליניע, מערב לאנדאן ליניע, וואטפארד ליניע, גאספל אק צו בארקינג ליניע, די לי וואלי ליניעס און די ראמפארד-אפמינסטער ליניע.

דער איבערגרונט ווערט באצייכענט מיטן קאליר אראנזש, וואס ווערט געניצט אין איבערגרונט רונדל און און אויף דער טיוב מאפע.

ליווערפול סטריט סטאנציע

ליווערפול סטריט (ענגליש: Liverpool Street), אויך באוואוסט ווי לאנדאן ליווערפול סטריט, איז סיי א צענטראל־לאנדאן באן טערמינוס סיי א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויף פיר אונטערגרונט ליניעס. די סטאנציע געפינט זיך אין דער סיטי פון לאנדאן, און איז אין טראוולקארט זאנע 1.

די סטאנציע איז די דריטע מערסט באשעפטיגסטע אין לאנדאן (נאך וואטערלו און וויקטאריע), מיט 123 מיליאן פאסאזשירן א יאר.

די סטאנציע האט זיך געעפנט אין 1874 אנשטאט בישאפסגייט סטאנציע ווי די הויפט לאנדאנער סוף־סטאנציע פון דער גרויסאיסטערן באן.

סטראטפארד סטאנציע

סטראַטפֿארד (ענגליש: Stratford) איז א גרויסע באן סטאנציע אין סטראטפארד, נייהעם, מזרח לאנדאן. די סטאנציע ווערט געדינט דורך לאנדאנער אונטערגרונט (צענטראלע און יובילי ליניעס), לאנדאנער איבערגרונט, דאקלאנדס לייכטע באן און נאציאנאלע באן.

די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 3.

סטראטפארד סטאנציע האט מער ווי 40 מיליאן פאסאזשירן א יאר.

מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 20סטן יוני 1839.

סיטי פון לאנדאן

די סיטי פון לאנדאן (ענגליש: City of London שטאט פון לאנדאן) איז א קליינער שטח אין גרויסלאנדאן, ענגלאנד וואס איז אריגינעל געווען די שטאט לאנדאן. זי האט דעם סטאטוס פון א שטאט אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך שוין פון אדם הראשון'ס צייטן. דער סיטי'ס גרענעצן האבן זיך כמעט נישט געענדערט זייט דער מיטל אלטער. דער שטח פון דער סיטי איז 1.12 קוואדראט מייל (2.90 קוואדראט ק"מ), און דערפאר איז מען געוואוינט צו רופן די סיטי דעם Square Mile (קוואדראט מייל).די סיטי ווערט גערעכנט א טייל פון צענטראל לאנדאן. זי האט א באפעלקערונג פון 8,000, אבער טאג טעגלעך ארבעטן דארט 300,000 מענטשן.

די סיטי ווערט געפירט דורך דעם לארד בירגערמייסטער פון לאנדאן און דער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע.

ענגלאנד

ענגלאנד איז דאס גרעסטע און מערסט באפעלקערטע באשטייטיילע לאנד אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. זיינע איינוואוינער זענען 83% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די יאדערלאנד טעריטאריע פון ענגלאנד פארנעמט דאס דרום'דיג צוויי דריטל פונעם גרויסבריטאניע אינזל און האט יבשה גרענעצן מיט סקאטלאנד צו צפון און וויילס צו מערב; די ים גרענעצן זענען דער צפון ים, אירישער ים, אטלאנטישער אקעאן און ענגלישער קאנאל.

ענגלאנד איז געווארן א פאראייניגטע שטאַט אין דעם 10טן יארהונדערט. דער נאמען 'ענגלאנד' שטאמט פון די אנגלען, א דייטשיש פאלק וואס האט באזעצט די טעריטאריע אין די 5טער און 6טער יארהונדערטער. די הויפטשטאט פון ענגלאנד איז לאנדאן, וואס איז די גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און אויך (לויט רוב מאסן) די גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעאישן פאראיין.

עסעקס

עסעקעס (ענגליש: Essex) איז א גראפנשאפט אין מזרח ענגלאנד, וואס גרענעצט קענט צו דרום אריבער דעם טעמז, קעמברידזשיר און סאפאלק צו צפון, הארטפארדשיר צו מערב און גרויסלאנדאן צו דרום־מערב. עסעקס באדעקט א שטח פון 3,670 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז טשעלמספארד.

לאנדאן סטאנסטעט פליפארט געפינט זיך אין עסעקס.

טילבורי איז איינער פון די הויפט פארטן אין עסעקעס.

גרויסלאנדאן · לאנדאן · סיטי פון לאנדאן
ראיאן

גרויסלאנדאנער אויטאריטעט · לאנדאנער אסיפה · בירגערמייסטער פון לאנדאן · לאנדאנער אנטוויקלונג אגענטור · טראנספארט פאר לאנדאן

לאנדאנער באראס

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.