לאדינא

לאדינא איז א יידישע שפראך, גערעדט בעיקר דורך יידן וואס שטאמען אפ פון שפאניע, גערעדט געווארן ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, דורך מערערע יידן אין די באלקאן לענדער, עס ווערט אויך גערופן ספאניאליש, דזשודעזמא, אדער דזשודעא-עספאניאל, די שפראך שטאמט בעיקר פון דעם שפאנישן אקצענט פון קאסטיליע, אריינגעמישט העברעישע און אראמישע ווערטער.

ביי גירוש שפאניע, זענען אסאך יידן אנגעקומען צו די באלקאן לענדער, טערקיי, בולגאריע, דרום רומעניע, און צפון אפריקע, ווי זיי האבן מיטעברעגט די שפראך מיט זיך. עס זענע פארהאן צוויי דיאלעקטן, די צפון אפריקאנע און די אייראפעישע.

די שפראך אמאל

ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, איז עס געווען א ברייטע שפראך, מיט קולטור און דיכטער, וואס פלעגן שרייבן די שפראך, דער גרעסטער תורה ווערק וואס איז געשריבן געווארן אין לאדינא, איז מעם לועז וואס איז איבערגעשריבן געווארן אויף לשון קודש, די גרעסטע יידישע שטאט, וואס איז געווען א צענטער פאר דער שפראך, איז געווען סאלאניקי, גריכנלאנד, וואו איבער 60,000 יידן האבן זיך באנוצט מיט דער שפראך, אויפן טאג טעגליכן לעבן, אריינרעכנדיק צייטונגען און ביכער, וואס זענען פובליצירט געווארן אויף לאדינא.

דאס אלעס האט זיך געענדיקט מיטן אנקום פונעם נאצי, 96 פראצענט פון דער יידישער קהילה, זענען אנגעקומען צו די טויט לאגערן, און זענען אומגעקומען דורך דער נאצי מארד מאשין.

אין מדינת ישראל

אין 1948, זענען רוב יידן פון אייראפע, וואס האבן באהערשט די שפראך, אנגעקומען קיין ישראל, אריינגערעכנט יידן פון בולגאריע, און טערקיי, זענען אריבער דעם שמעלץ טאפ, און האבן געטוישט זייער לשון אויף העברעיש, באקומענדיק א קלאפ ווי רוב יידישע שפראכן אזוי ווי יידיש, ווי די רעגירונג האט נישט געלאזט רעדן קיין שפראכן פונעם גלות, און דערפאר ווערן טאקע די מענטשן וואס רעדן לאדינא, ווייניגער און ווייניגער.

אין די לעצטע פאר יאר האט די רעגירונג אויפגעשטעלט דער "צענטער פאר לאדינא קולטור", וואו מען פרובירט אויפצולעבן דאס פארלוירענע.

צאל מענטשן וואס רעדן לאדינא

עס ווערט געשאצט אז אומגעפער 150,000 מענטשן קענען די שפראך, און דאס מערהייט אלס מאמע לשון, ארום 100,000 אין ישראל, דאס איבריגע אין טערקיי, גריכנלאנד, און אין אנדערע פלעצער.

גראמאטיק

לאדינא ווערט געשריבן אין העברעישע בוכשטאבן, אמאל בעיקר אין רש"י אותיות, אדער געהעריקע אותיות היינט, אבער היינט איז עס אויך שטארק אנגענומען צו שרייבן אויפן לאטינישן אלפאבעט. וויבאלד עס איז נישט דא קיין כללים פארן שפראך, איז אין אמעריקע וועלן זיי שרייבן אויפן אות ש sh, און אין פראנקרייך ch. אויפן אינטערנעט איז דא, א קהילה וואו די שפראך איז באנוצט ביי אירע באנוצער, עס הייסט lodino komunita, ווי אויך אין ירושלים, קומט ארויס א צייטונג, מיטן נאמען אקי ירושלים, וואס מיינט דא אין ירושלים.

וועבלינקען

Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף דזשודעא-עספאניאל (לאדינא)
העברעאיש

העברעאיש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט העברעאיש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש (עברית ישראלית) איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

כדי צו קענען לייענען תנ״ך וויאזוי עס איז געווארן געשריבן דארף מען קענען (אלט-)העברעאיש, און אויך אראמיש.

ייד

דער ארטיקל דיסקוטירט א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק. טאמער זוכט איר דעם אות י, זעט י.ייד (אויך איד אדער יוד); ביי א פרוי יידענע (אויך אידענע אדער יודענע), איז א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק.

מיסירלו

מיסירלוּ (ארויסגעזאגט: מיסערלאָ; ענגליש: Misirlou, גריכיש: Μισιρλού, אראביש: مصر) איז אן אלט גריכיש־אפשטאמיג ליד וועגן א עגיפטיש מיידל. ס'איז פארשפרייט געווארן אין די מערב וועלט עס איז אפילו אנגעקומען צו די יודישע טעאטער.

עס ווערט אויך געזונגען ביי די ירושלימער יודן.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

ריטשארד באטאן

ריטשארד באטאן (ענגליש: Richard Botton) איז א חזן וועלכער האט געדינט די אמט אין צענטראל סינאגאג פון 1974 ביז 1998 ווען ער האט רעטייערט.

ער איז געבוירן אין די בראנקס, ניו יארק צו ספרדישע עלטערן. זיין מאמע איז געקומען פון אינסטאנבול און די טאטע פון סאלאניקי.

ער איז אויפגעוואקסן רעדנדיג לאדינא און ביי פינעף יאהר האט ער שוין געוואלט ווערן א חזן.

ער האט געלערנט חזנות אין די היברו יוניאן קאלידזש.

פון 1955 ביז 74' איז ער געווען חזן אין טעמפל עמנואל אין לאנג ביעטש, ניו יארק.

ער וואוינט היינט צו טאג אין קאנעטיקעט און איז א אקטיוויסט פאר זיין מוטער שפראך לאדינא, וואס ער האט אויך ארויסגעגעבן א מוזיק אלבאם פון פאלקס לידער אין די שפראך.

רק"ע

רק"ע (ראשי תיבות פון רשת קליטת עלייה, ווערט צומאל גערופן ווי: ״נעץ פינעף״) איז א ישראלישער מלוכישער ראדיא קאנאל וואס לויפט אין די ראמען פון ישראל שטימע (קול ישראל) און טראנסמיטירט אויף עטלעכע שפראכן וועלכע זענען נישט אפעציעל אין ישראל (העברעאיש און אראביש).

רש"י אותיות

רש"י אותיות זענען בוכשטאבן וועלכע איז טראדיציאנאל געווען דער האנט-שריפט ביי די ספרדישע יודן.

אויך די לאדינא שפראך פלעג זיין געשריבן געווארן מיט די בוכשטאבן.

עס ווערט אנגערופן נאך רש"י ווייל אין דעם ערשטן דרוק פון פירוש רש"י, וועלכער איז טאקע געווען דאס סאמע ערשטע געדרוקטע יודישע ספר, האט דער דרוקער דאס גענוצט אונטערצושיידן דעם פירוש פון דער תורה זעלבסט. ביז צום היינטיקן טאג איז מען געוואוינט צו דרוק פירוש רש"י אויף תורה און אויף גמרא מיט די אותיות.

איראניש איז אז רש"י אליין, וועלכע האט געלעבט אין אשכנז, האט גאנץ זיכער נישט געקענט לייענען די אותיות וואס ווערט גערופן אויף זיין נאמען.

אזוי איז דאס שפעטער אריין אין באנוץ ביי אלע דרוקן וועלכע האבן געלייגט מפרשים ארום און אין דער זייט פונעם הויפט טעקסט. ווי דער חומש, גמרא, משניות, טור און שלחן ערוך.

באזונדער איז דאס גענוצט געווארן אין די אמאליגע חסידישע און שאלות ותשובות ספרים, וויבאלד די רש"י אותיות זענען באטראכט געווארן אלס ווייניגער הייליג ווי די העברעאישע און נישט יעדער האט זיך געהאלטן פאר ראוי צו דרוקן זיין ספר אין די זעלבע אותיות ווי די חומש.

די אמאליגע לשה"ק'דיגע צייטונגען פלעגן עס אויך נוצן צו שרייבן די הערות אונטן פונעם בלאט.

מוסר ספרים פלעגן אין אלגעמיין געדרוקט ווערן אין אותיות מרובעות.

שלום (צייטונג)

שָׁלוֹם (Şalom) איז א יידישע צייטונג געגרינדעט אין 1947 און ווערט פארעפנטליכט אין טערקיי. רוב פון דער צייטונג איז אויף טערקיש, אויסער איין בלאט געשריבן אין לאדינא.

זינט מערץ 2005 האבן זיי צוגעלייגט א ביילאגע אין לאדינא.

עס ווערט געליינט ביי ארום פינעף טויזנט, דאס מערהייט זענען אבאנירער וואס א טייל פון זיי זענען אויסער טערקיי.

שפאניש

שפאַניש (español, עספּאַניאָל), אויך גערופן קאַסטיליש (castellano, קאַסטעיאַנאָ), איז א ראמאנישע שפראך וואס איז די הויפט שפראך פון שפאניע און רוב לענדער פון דרום אמעריקע. די שפראך איז אין אמת'ן קאסטיליש, ד.ה. די שפראך וואס האט אנטוויקלט פון לאטיין אין קאסטיל (צפון שפאניע).

שפאניש איז די מערסט פארשפרייטע שפראך אין דער מערב האלבקויל, מיט גרויסע באפעלקערונגען פון מוטערשפראך שפאניש רעדערס פון פאטאגאניע צו קאנאדע. אין דעם 21סטן יארהונדערט, ווערט שפאניש מער געלערנט און גענוצט פון פראנצויזיש ווי די צווייטע שפראך פאר אינטערנאציאנעלער קאמוניקאציע, נאך ענגליש.

אומגעפער 75% פון שפאניש שטאמט פון לאטייניש.

מער ווי 360 מיליאן מענטשן אין דער וועלט רעדן שפאניש ווי זייער ערשטע שפראך.

שפאניש איז איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז זי אן אפיציעלע שפראך פונעם אייראפעאישן פארבאנד, פון דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן, פונעם פאריין פון דרום-אמעריקאנישע לענדער און נאך א סך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע. זי איז די צווייטע שפראך אין דער וועלט לויט דער צאל פון מענטשן וואס רעדן זי ווי מוטערשפראך, נאך מאנדארין כינעזיש, מיט 437 מיליאן מאמע־לשון רעדער.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.