כתב עברי

כתב עברי איז די בוכשטאבן וואס אידן האבן געניצט צו שרייבן פאר גלות בבל. נאך ארויפקומען פון בבל האבן אידן געניצט כתב אשורית וואס מען ניצט ביז היינט, אבער פאר א שטיק צייט האט מען נאך אלץ געניצט כתב עברי פאר געוויסע זאכן, ווי למשל אויף מטבעות, אדער אין ספרים. די זעלבע בוכשטאבן האבן אויך גענוצט די כנענים און די שומרונים. די שומרונים נוצן עס ביזן היינטיגן טאג.

ספרי תורה

אין חז"ל איז דא א מחלוקת צו די תורה איז געגעבן געווארן אין כתב אשורית אדער אין כתב עברי. היינט שרייבט מען ספרי תורה אין כתב אשורית, אבער עס איז דא צו געפונען אור אלטע ספרים וואס זענען געשריבן אין כתב עברי. אין די ספרים פון ים-המלח זענען דא וואס די תורה איז געשריבן אין כתב אשורית נאר די שם "יהוה" איז געשריבן אין כתב עברי.

טאוול פון אלף-בית

כתב עברי Aleph Beth Gimel Daleth He Waw Zayin Heth Teth Yodh Kaph Lamedh Mem Nun Samekh Ayin Pe Sadek Qoph Res Sin Taw
כתב אשורית א ב ג ד ה ו ז ח ט י כך ל מם נן ס ע פף צץ ק ר ש ת
אלפא

אלפֿא (אייבערשטער פֿאל Α, אונטערשטער פֿאל α; גריכיש: Αλφα) איז דער ערשטער אות אין דעם גריכישן אלפֿאבעט. אין דער סיסטעם פֿון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 1. ער שטאמט פון דעם אלף אין כתב עברי . דער לאטיינישער בוכשטאב A און דער צירילישער בוכשטאב А קומען פון אלפא.

אשרה

אשרה איז די נאמען פון דער "געטליכער מוטער" וואס איז געווען שטארק פארשפרייט אין דעם מיטל-מזרח אין די צייטן פון דעם ערשטן בית המקדש און פריער.

בעטא

בעטאַ (אייבערשטער פֿאל Β, אונטערשטער פֿאל β; גריכיש: Βήτα) איז דער צוויטער אות אין דעם גריכישן אלפֿאבעט. אין דער סיסטעם פֿון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 2. ער שטאמט פון דעם בית אין כתב עברי . דער לאטיינישער בוכשטאב B און די קירילישע בוכשטאבן Б און В קומען פון בעטא.

גאמא

גאַמאַ (אייבערשטער פֿאל Γ, אונטערשטער פֿאל γ; גריכיש: γάμμα) איז דער דריטער אות אין דעם גריכישן אלפֿאבעט. אין דער סיסטעם פֿון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 3. ער שטאמט פון דעם גימל אין כתב עברי . די לאטיינישע בוכשטאבן C און G און די קירילישע בוכשטאבן Г און Ґ קומען פון גאמא.

דעלטע (אות)

דער ארטיקל דיסקוטירט אן אות אינעם גריכישן אלפאבעט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט דעלטע (באדייטן).דעלטע אדער דעלטא - (א גרויסער אות Δ, א קליינער אות - δ; גריכיש: Δέλτα) איז דער פערטער אות אין דעם גריכישן אלפאבעט. אין היינטיגע גריכיש ווערט דער אויס ארויסגעזאגט ווי th (אזויווי עס ווערט געזאגט אין דעם ענגליש this), אבער אין אלטן גריכיש איז דאס ארויסגעזאגט געווארן ווי א געהעריגן ד. אין גריכישער ליטעראטור צייכענט דער אות אן דעם נומער 4.

ער שטאמט פון דעם אלף אין כתב עברי . דער לאטיינישער בוכשטאב D און דער צירילישער בוכשטאב Д קומען פון דעלטע.

העברעאיש

העברעאיש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט העברעאיש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש (עברית ישראלית) איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

כדי צו קענען לייענען תנ״ך וויאזוי עס איז געווארן געשריבן דארף מען קענען (אלט-)העברעאיש, און אויך אראמיש.

מטבע

אַ מטבע (לשון רבים: מטבעות) איז אַ מעטאלענער אָדער פלאסטיקער אָביעקט װאָס האָט געלטיקע װערט. מען באַניצט מטבעות כּדי קויפן זאכן. מיט אַנדערע װערטער, מטבעות זײַנען אַ ממשותדיקע פֿאָרעם געלט, װאָס װערט נישט באַשאַפֿן פֿון פּאפּיר (באנקנאטן). געװײנטלעך, מטבעות זענען קײַלעכיק און שטעלן אױס טעקסט און בילדער. דאָס פֿאָרשן מטבעות הײסט „נומיזמאַטיק.“

היסטאָרישע מטבעות װערן באַשאַפֿן פון גאָלד, זילבער אָדער בראָנדז, הײַנט, שאַפֿט מען מטבעות מיט שטאַל, אַלומיניום און אַנדערע געמײנע מעטאַלן.

שריפט

א שריפֿט איז א סיסטעם פון סימבאלן וואס מען שרייבט צו רעפרעזענטירן א שפראך. די סימבאלן קענען זיין בילדער אדער אותיות. עס זענען פאראן פארשידענע שריפט סיסטעמען. אויך זענען פאראן שריפטן פאר געוויסע צוועקן, ווי למשל ברייל פאר בלינדע מענטשן.

נישט יעדע שפראך האט א באזונדערן שריפט. למשל, העברעיש און יידיש ביידע ווערן געשריבן מיט אלף בית. ענגליש, דייטש, שפאניש און נאך א סך שפראכן שרייבט מען מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

אוראלט עגיפטיש פלעג מען שרייבן מיט היעראגליפן, וואס זענען בילדער. היינט ניצט מען דאס מער נישט.

אין אן אלפאבעטישער שריפט באדײַט יעדער אות א פאנעם, אדער א קאנסאנאנט אדער א וואקאל. טייל שריפטן, ווי העברעיש און אראביש, האבן נישט קיין אותיות פאר וואקאלן.

די מעטאד און סינטאקס פון צאמשטעלן די סימבאלן צו שאפן ווערטער רופט מען ארטאגראפיע.

דער ערשטער אלפאבעט פון קאנסאנאנטן איז דער אלף בית פון כתב עברי צו שרייבן לשון קודש.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.