י' אייר

היום חמשה ועשרים יום שהם שלשה שבועות וארבעה ימים לעומר.

<< >> אייר תש"ף

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א
ב ג ד ה ו ז ח
ט י יא יב יג יד טו
טז יז יח יט כ כא כב
כג כד כה כו כז כח כט

לוח לשנת ה'תש"ף

אנווייז: יומא דפגרא

יארצייטן

אברהם יעקב פרידמאן

דער ארטיקל דיסקוטירט דער זון פונעם הייליגן רוזשינער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אברהם יעקב פרידמאן (באדייטן).

רבי אברהם יעקב פרידמאן (כ' חשוון ה'תק"ף - י"א אלול ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא, איז געווען דער צווייטער זון פון דעם רוזשינער.

אייר

אייר איז דער צווייטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן (און דער אכטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי).

באבאוו (הויף)

באבאוו, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.

דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש (ד' אב ה'ת"ש), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאוו'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק,ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פינף און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' ה'תשס"ה). אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.

רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.

נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט.

דער גרעסערער טייל איז אריבער געגאנגען צו זיין יונגערן ברודער (פונעם טאטנ'ס זייט) רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר.

בערך א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם: רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב אין דער באבאוו 45.

באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.

ס'זענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, מיאמי, מאנטרעאל, טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער פערטל קרית באבוב אין בת ים.

בן-ציון האלבערשטאם

רבי בן־ציון האלבערשטאם הי"ד (י' אייר ה'תרל"ד - ד' מנחם אב ה'תש"א) איז געווען דער צווייטער באבאווער רב.

דוד טווערסקי (טאלנא)

רבי דוד טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ח - י' אייר ה'תרמ"ב), מגיד פון טאלנא.

הויפט זייט/י' אייר

היום חמשה ועשרים יום שהם שלשה שבועות וארבעה ימים לעומר.

ב'תת"ע -נפטר געווארן עלי הכהן און זיינע צוויי זין.

ד'תתס"ג - נפטר געווארן דער רי"ף - רבי יצחק אלפסי פון די גרעסטע פוסקים ביי די ספרדים

הלל ליכטנשטיין

רבי הלל ליכטנשטיין (באקאנט ווי "רבי הלל קאלאמייער"; י"א כסלו תקע"ה, 1815 – י' אייר תרנ"א, 1891) איז געווען שטאטס־רב אין מארגארעטין און קאלאמיי. ער איז געווען א תלמיד פונעם חתם סופר און א חסיד פונעם דברי חיים פון צאנז.

זוועהיל (הויף)

זוועהיל, וואהלין, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האט געוואוינט רבי משה זוועהילער, א זון פון רבי יחיאל מיכל, דער זלאטשאווער מגיד.

זיין זון הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע האט איבערגענומען דעם זוועהילער הויף, און נאך זיין פטירה י"ב תשרי תרט"ז איז די הנהגה אריבער צו זיין זון הרה"ק רבי מרדכי'לע זי"ע, דער פאטער פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהילער זי"ע, וועלכער האט איבערגעפלאנצט דעם זוועהילער הויף אין ארץ ישראל.

זלאטשאוו (הויף)

זלאטשאוו, וואהלין, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האט געוואוינט רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, באקאנט אלס דער זלאטשאווער מגיד.

טשערנאבילער גזע

טשערנאביל אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל באקאנט אלס דער מאור עינים, דער גרינדער פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. עס איז באקאנט אז אין רוסלאנד און פוילן פאר דער ערשטער וועלט קריג זענען געווען מער ווי א האלב מיליאן חסידים וואס האבן אנבאלאנגט צו די הויפן פון דער טשערנאבילער גזע.

יחיאל מיכל פון זלאטשאוו

רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו (ה'תפ"א - כ"ה אלול ה'תקמ"א), מגיד אין זלאטשאוו.

ישראל פרידמאן (טשארטקאוו)

רבי ישראל פרידמאן זצ"ל (י' אייר ה'תרי"ד - י"ג כסלו ה'תרצ"ד), איז געווען דער צווייטער טשארטקאווער רבי.

מרדכי דוד אונגאר (זשמיגראד)

רבי מרדכי דוד אונגאר זצ"ל (ה'ת"ר – י' אייר ה'תרס"ו), רב אין זשמיגראד.

מרדכי טווערסקי

רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל (ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז), מגיד פון טשערנאביל. באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער.

משה זוועהילער

רבי משה פון זוועהיל זצ"ל ( - י' אייר ה'תקצ"א), מגיד אין זוועהיל.

סאדיגורא (הויף)

סאדיגורא איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי אברהם יעקב פרידמאן זצ"ל דער ערשטער סאדיגורער רבי און גרינדער פון דער סאדיגורער דינאסטיע אן אפצווייג פון דער רוזשינער דינאסטיע.

דער היינטיקער רבי איז רבי ישראל משה פרידמאן, דער איינציקער זון פון רבי אברהם יעקב פרידמאן, דער זון פון רבי מרדכי שלום יוסף. רבי ישראל משה איז אן איידעם ביי ר' חיים משה פעלדמאן פון לאנדאן, פון די חשובסטע וויזשניצער חסידים.

דאס סאדיגורער חסידות האט היינט עטלעכע הונדערטער משפחות. עס פירט חדרים, ישיבות און כוללים, מיט בתי מדרשים און שטיבלעך אין בני ברק, תל אביב, ירושלים, מודיעין עילית, ביתר, אשדוד ואלעד. אין חוץ לארץ זענען דא סאדיגורער קלויזן אין לאנדאן, אנטווערפן און ניו יארק.

רוזשין (הויף)

רוזשין אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי ישראל פרידמאן זצ"ל דער גרינדער פון דער רוזשינער דינאסטיע.

דעם הויף האט געגרינדעט הרה"צ ישראל פרידמאן. די הויפן פון באהוש, סאדיגורא, באיאן, טשארטקאוו, וואסלוי, הוסיאטין שטאמען אלע פון חסידות רוזשין.

שלום אליעזר האלבערשטאם

רבי שלום אליעזר האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ב – ט"ז סיון ה'תש"ד), דער ראצפערטער רב, דער זעקסטער זון פון דברי חיים.

שלום עליכם (שרייבער)

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שרייבער פון ראמאנען. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט שלום עליכם (באדייטן).

שלום עליכם (פּען־נאָמען פֿון שלום נַחומאָוויטש ראַבינאָוויטש) (כ"ו אדר א' ה'תרי"ט - י' אייר ה'תרע"ו) איז געווען אַ שרײַבער, איינער פֿון די באַרימטסטע קלאַסיקער פֿון דער ליטעראַטור אויף ייִדיש. ער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף דער ייִדישער שפּראַך, אָבער אויך אויף רוסיש און העברעיִש.

פֿון זײַנע באוווּסטע ביכער: טבֿיה דער מילכיקער, מנחם מענדל, מאָטל פּייסע דעם חזנס.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.