ים-רויבונג

ים-רויבונג איז א פֿארברעך וואס ווערט דורכגעפֿירט אויף שיפֿן אינעם ים. ים-רויבערס ווערן אויך גערופֿן פּיראַטן. געוויינטלעך האבן זיי קליינע און שנעלע שיפֿלעך. זיי ניצן אזלעכע שיפֿלעך צו אַטאַקן שיפֿן, געוויינטלעך גרויסע לאַסט-שיפֿן.

שוין זינט אז שיפֿן האבן ערשטנס געפֿאָרן אינעם ים זענען דא געווען פּיראַטן. אוראלט עגיפטן און גריכנלאנד, די רוימער, קעניגן אין דער מיטל אלטער און די בריטישע אימפעריע האבן געליטן פֿון פּיראַטן. א מאל איז דער קעמף קעגן פּיראַטן געווען איינער פֿון די מערסט וויכטיקע ראלעס פֿון א פֿלאָט.

Pirate Flag of Jack Rackham
די דזשאָלי ראָדזשער פֿאָן

מאדערנע צייטן

ים-רויבונג ערשיינט נאָך א סאך מאָל היינט אין דער אַדען איינגאס, בפֿרט דורך סאָמאַלישע פּיראַטן. מאדערנע פּיראַטן געוויינטלעך אױפֿשטייגן שיפֿן צו רויבן געלט. ביי צייטנס קענען זיי מאָרדן דער מאַנשאַפֿט אדער האַלטן זיי פֿאַר אױסלייז-געלט. אויף ווייניקע פֿאַלן קענען זיי אויך באהערשן די שיף און פֿאַרקויפֿן איר לאַסט.

די לאַסט-שיפֿן וואס פֿאָרן אין די אָקעאַנען זענען ריזיק. געוויינטלעך האָבן זיי זייער קליינע מאַנשאַפֿטן. ווייל די שיפֿן זענען ריזיק, זיי אפֿט טראגן א סאך געלט אין דער סייף פֿונעם שיף. דאָס געלט ווערט באנוצט צו צאָלן צו דער מאַנשאַפֿט, און אויך צו צאָלן שטייערן צו בלייבן אין א פּארט אדער פֿאָרן דורך א קאַנאַל.

וועבלינקען

אינטערנאציאנאלער רעדן ווי א פיראט טאג

דער אינטערנאציאנאלער רעדן ווי א פיראט טאג (ענגליש: International Talk Like a Pirate Day) איז א פאראדישע חגא וואס איז געשאפן געווארן אין 1995 דורך דזשאָן באָר און מאַרק סאַמערס פון אלבעני, ארעגאן, די פאראייניקטע שטאטן. זיי האבן דעקלארירן דעם 19טן סעפטעמבער יעדע יאר אלס דער טאג אויף וועלכער יעדער איינער אין די וועלט זאלן רעדן ווי א ים-רויבער. צום ביישפיל, איינער וואס פייערט די חגא וואלט באגריסן "אַהוי, חבֿרים" אנשטאט "שלום עליכם". די חגא און די פייערונג שטאמען פון א פארפוצטע פערספעקטיוו איבער די גאלדענע עפאכע פון ים-רויבונג.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.