יידיש

ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן[פֿעלט אַ מקור].

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא

Machzor
דער ערשטער יידישער אידיאם

תקופות פון דער שפראך

די יידישע שפראך באשטייט פון 3 גרונד-תקופות:

  1. אלט יידיש - פון 1000 ביז 1400 יארהונדערט.
  2. מיטל יידיש - פון 1400 ביז 1800 יארהונדערט.
  3. מאדערנע יידיש - זינט 1800 יארהונדערט.

היינט צוטאג

היינט צוטאגס רעדן מערערע מענטשן יידיש אין אמעריקע, אין ארץ ישראל, ענגלאנד, קאנאדע, אבער אלס אַ מאמע שפראך, איז עס אנגענומען בעיקר ביי די פרומע חסידישע קרייזן.[3] און אויך ביי די ירושולים'ער פרושים קרייזן וואס ביי זיי ווערט באטראכט אידיש אלס א מיטל זיך אפטיילן פון די גויאישע און פרייע גאס.

אין דער פארגאנגנהייט איז יידיש געווען זייער א רייכע טאָג טעגלעכע שפראך און פעסטגעשטעלט מיט מאדערנע קולטור (ליטעראטור, פארשטעלונגען, דיכטונגען, טעאטער און נאך).

צאל יידיש רעדערס

פאלגנד זענען די צאל יידיש־רעדערס אין דער וועלט וואס האבן יידיש פאר זייער מוטערשפראך און זייער אומגאנגשפראך.‏[4]

לאנד מוטערשפראך אומגאנגשפראך
פאראייניגטע שטאטן 350,000 60,000
ישראל 250,000 130,000
אנדערע לענדער 50,000 10,000
סך הכל 650,000 200,000

יידיש אין ארץ ישראל

יידש ווערט באניצט ביי פילע חסידישע קהילות אין ארץ ישראל, און אויך צווישן די פרושים אין ירושלים. די צייטונג "לעצטע נייעס" איז געווען וויכטיג פאר די יידן וואס זענען געקומען פון אייראפע.

לױטן געזעץ אין ישראל איז לאנגע יארן געווען פֿאַרבאָטן צו שפּילן אין טעאַטער אױף יידיש.[5] אבער זייט די 1960ער יארן, די ישראלדיקע געזעלשאפט האט געענדערט. "דזשיגאן און שומאכער" זענען געווען א פאר וואס האבן געשפילט קאמעדיעס, און אויך "די צווי שמואל'ן": שמוליק סעגאל און שמואל רודענסקי. זייט 1987, ס`איז דא אין ישראל א טעאטער וואס הייסט "יידישפיל" וואס גיבט אויס טעאטערשפילן אויף יידיש. אויפ'ן ישראלדיקן ראדיא איז דא א פראגראם אויף יידיש, אין "קול ישראל" נעץ א'.

דיאַלעקטן

ייִדיש האָט צװײ גרױסע גרופּעס דיאַלעקטן: דאָס מזרח יידיש און דאָס מערבֿ ייִדיש ייִדיש. ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדערס שטאַמען פֿון מזרח־אײראָפּע און גײן נאָך די מזרחדיקע נוסחאָות אין רײד, בעת די מערבֿדיקע דיאַלעקטן זענען אין גאַנצן אָפּגעשטאָרבן. דאָס מערבֿ ייִדיש טײלט מען אין דרום־מערבֿ, צענטראַל־מערבֿ (צוזאַמען: דאָס דורמדיקע מערבֿ ייִדיש) און צפֿון־מערבֿ דיאַלעקט גרופּעס. מזרח ייִדיש האָט אױך צװײ צװײַגן: צפֿון־מזרח ייִדיש ("ליטװיש", װאָס שליסט אײַן דאָס "שטאַם־ליטװיש" און קורלענדער ייִדיש) און די דרומדיקע גרופּע מיט דעם דרום־מזרח יידיש און דעם צענטראל־מזרח יידיש[6][7].

שרײַבן ייִדיש

ייִדיש איז בעיקר געשריבן געוואָרן מיט לשון־קודש'דיקע אותיות (א"ב), אזוי ווי לאַדינאָ און אַנדערע שפראַכן פון ייִדן, ווײַל דאָס איז געווען די שריפט וואָס ייִדן האָבן געקענט. לעצטנס האָבן אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש פּאַרשוינען וואָס קענען נישט קיין ייִדישע בוכשטאַבן[פֿעלט אַ מקור]. האָט ייִוו"א ערפֿונדן אַ סיסטעם פון ראָמאַניזאַציע, ד.ה. אויסלײגן ייִדיש אויף אַ לאַטײנישע שריפט אָבער זי איז כמעט נישט באַנוצט.

א סך ייִדיש רעדערס אין די הײַנטיקע טעג זענען פרומע ייִדן וואָס זענען נישט באַקאַנט מיטן ייִוו"א אויסלייג און שרײַבן און לייענען אַ ייִדיש געמישט מיט ענגלישע אָדער העברעישע ווערטער (קוקט ווײַטער) מיט ייִדישע בוכשטאַבן.

די כללים פון שרײַבן ייִדיש זענען:

  1. קמץ - אָ למשל דאָס
  2. פתח - אַ למשל גאַס
  3. צירי - יי למשל גיין
  4. חולם - וי למשל אזוי
  5. סגול- ע למשל ווען
  6. מען ניצט ב פאַר ענגליש b און נאָר וו פאַר v, למשל ווירוס נישט בירוס
  7. נישט קיין תי"ו נאר א טי"ת


אויך זענען דאָ ענגליש רעדערס וואָס מישן ארײַן ווערטער פון ייִדיש אין זייער שפראַך; דאָס איז באַקאַנט ווי ייִנגליש

חסידיש ייִדיש

טייל חסידישע ייִדן האָבן שטאַרק מקפיד געווען צו רעדן נאָר ייִדיש אַזוי ווײַט אַז אין געוויסע געגנטן אַזוי ווי וויליאַמסבורג וועט איר טרעפן א סך ייִדן וואָס קענען נישט קיין איין שפראַך אויסער ייִדיש , אָבער מען האָט נישט מקפיד געווען אַז מען זאָל נישט אַרײַנמישן ענגלישע ווערטער ווײַל דער עיקר בײַ זיי איז געווען אַז מען זאָל האָבן אַ באַזונדערע שפראַך אָפּצוטיילן זיך פון די גויים , אין די לעצטע יאָרן האָט חסידיש ייִדיש שטאַרק אַנטוויקלט און הײַנט צו טאָג איז פֿאַראַן זייער א סך רײַכע ליטעראַטור אין ייִדיש און אויך א סך ספרים ווערן איבערגעזעצט פון לשון הקודש אויף ייִדיש.

100K
באנקנאט

צייטונגען און זשורנאלן

די ערשטע יידיש־שפראך צייטונג אין בראזיל איז געווען "די מענטשהייט", וואס האט דערשינט אין פארטא אלעגרא אין תרע"ה.

אינטערנעץ

מער ווי 10,000 ביכער אויף יידיש, אפשר מער ווי העלפט פון אלע ביכער פארעפנטלעכט אויף יידיש, זענען אצינד אנליין מיט דער ארבעט פון די יידישער ביכער-צענטער, וואלונטירן און דער אינטערנעץ ארכיוו.‏[8][9]

זעט אויך

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. פּארווערטס
  2. Yiddish, Eastern
  3. "סטאנדארט יידיש", לייזער בורקא, יוני 8 2007.
  4. שיקל פישמאן, פארווערטס, סטאטיסטיק וועגן יידיש (2010)
  5. מיין פאטערס הויז, מיין מאמעס לשון/ שרה רחל שעכטער אין ענגלישן פארווערטס 17טן אפריל
  6. קאַץ ד (1979) די אינעװײניקסטע קלאסיפיקאציע פון די מערב יידישע דיאלעקטן. 53סטע יערלעכע ייװאָ קאָנפערענץ, 10-13 נאָװעמבער 1979
  7. Katz D (1983) Zur Dialektologie des Jiddischen. In: W Besch et al (eds) Dialektologie. Ein Handbuch zur deutschen und allgemeinen Dialektforschung: 1018–1041
  8. Yiddish Book Center's Spielberg Digital Yiddish Library. Internet Archives. דערגרייכט דעם ‏10טן יאנואר 2014.
  9. The Yiddish Book Center Website. דערגרייכט דעם ‏10טן יאנואר 2014.
11טן אויגוסט

דעם 11טן אויגוסט איז דער 223סטער טאג פון יאר (224סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 142 טעג.

18טן מיי

דעם 18טן מיי איז דער 138סטער טאג פון יאר (139סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 227 טעג.

1טן אפריל

דעם 1טן אפריל איז דער 91סטער טאג פון יאר (92סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 274 טעג.

אין די מערב לענדער איז דער טאג באקאנט אלס שפאס טאג.

20סטן יוני

דעם 20סטן יוני איז דער 171סטער טאג פון יאר (173סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 194 טעג.

3טן אויגוסט

דעם 3טן אויגוסט איז דער 215טער טאג פון יאר (216טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 150 טעג.

3טן יולי

דעם 3טן יולי איז דער 184סטער טאג פון יאר (185סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 181 טעג.

3טן מיי

דעם 3טן מיי איז דער 123סטער טאג פון יאר (124סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 242 טעג.

4טן אפריל

דעם 4טן אפריל איז דער 94סטער טאג פון יאר (95סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 271 טעג.

6טן אפריל

דעם 6טן אפריל איז דער 96סטער טאג פון יאר (97סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 269 טעג.

ה'תשע"ט

ה'תשע"ט (5779) – אדער אין קורצן תשע"ט – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט ‏פארן 10טן סעפטעמבער, 2018, און עס וועט זיך ענדיקן כ"ט אלול: ‏ 29סטן סעפטעמבער, 2019. ה'תשע"ט איז אן עיבור יאר (מיט צוויי חדשים אדר: אדר א' און אדר ב') וואס איז לאנג 385 טאג. דאס איז דאס פערטע יאר צו שמיטה.מדינת ישראל פייערט אין יום העצמאות ה'תשע"ט 71 יאר זעלבשטענדיקייט.

העברעאיש

העברעאיש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט העברעאיש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש (עברית ישראלית) איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

כדי צו קענען לייענען תנ״ך וויאזוי עס איז געווארן געשריבן דארף מען קענען (אלט-)העברעאיש, און אויך אראמיש.

יידיש-וויקיפעדיע

די יידיש-װיקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער יידישער שפראך.

עס איז אן עלעקטראנישע ענציקלאפעדיע וואס א יעדער יידיש רעדער אויף דער וועלט, איז ערמעגליכט, באויפטראגט און איינגעלאדן, דאס פרייערהייט און אפנערהייט, צוגלייך פאר יעדן אייניג, שרייבן און רעדאגירן.

זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (13טן מערץ 2004). היינט צוטאגס אנטהאלט זי 14,863 ארטיקלען.

יידישער לוח

דער אידישער לוח איז א יערליכער קאלענדאר וואס האט אין זיך די טעג, חדשים און יאר, ווי אויך די פרשת השבוע און יומ־טובים.

עס קען אויך האבן אין זיך יארצייטן, דף היומי, חק, און אנדערע טעגליכע באזירטע שיעורים.

עס זענען געווען צוויי פארמען פון דעם אידישן לוח, דער ערשטער ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און עס איז נאך געווען די סנהדרין און ירושלים דאן האט מען געמאכט די חדשים לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה. שפעטער ווען די סנהדרין איז בטל געווארן האט מען אנגעהויבן מאכן דעם לוח לויט דער רעכענונג פון דער דורכשניטליכער צייט פון איין נייער לבנה צו דער אנדערער.

דער היינטיקער לוח איז דער וואס מען "רעכענט" די באנייעונג פון דער לבנה, און איז צום ערשטן מאל באשריבן באריכות דורך דעם רמב"ם אין הלכות קידוש החודש.

דער אידישער קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס גייט סיי לויט דער זון און סיי לויט דער לבנה, צוליב דעם וואס א יאר פון דער זון איז מער פון 12 לבנה מאנאטן מיט בערך 11 טעג, לייגט מען צו 7 חדשים אין א דורכגאנג פון 19 יאר. וואס דורך דעם גלייכט זיך דאס אויס.

וויבאלד דאס אלץ גייט לויט ירושלים איז די ווינטער אדער זומער לויט די צפונדיגער טייל פון דער וועלט.

כ"ג אייר

היום שמונה ושלשים יום שהם חמשה שבועות ושלשה ימים לעומר

רוסיש

רוסיש (русский язык [רוסקיִי]) איז אַן אסט־סלאַווישע שפּראַך װאָס װערט היינט גערעדט דורך אַרום 295 מיליאָן פּערזאָנען אין רוסלאַנד, בעלארוס, גרוזיע, קאַזאַכסטאַן, קירגיזסטאַן, ‫מאָלדאַװיע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אוקרײַנע, ישראל און אנדערע לענדער.

רוסיש שרייבט מען מיט א וואריאנט פונעם קירילישן אלפאבעט.

תפילה

תפילה איז פונעם לשון קודש'דיגן ווארט "פילל - האפן און בעטן". אויך איז דאס א לשון פון באהעפטן, זיך אנהענגען אויפן אייבערשטן. אין (מזרח-) אידיש הייסט דאס דאַװנען אדער דאַווענען (אין מערב-יידיש הייסט דאס אָרען).

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.