יוחנן הורקנוס דער צווייטער

יוחנן הורקנוס דער צווייטער, איז געווען קעניג איבער ארץ יהודה, און כהן גדול, פון די חשמונאים דינאסטיע. געבוירן בערך אין יאר 110 איידער די ציווילע ציילונג, און געשטארבן אין יאר 30 איידער די ציווילע ציילונג.

הורקנוס איז געווען דער עלטערער זון פון ינאי המלך און פון שלומציון המלכה. ווען ינאי איז געשטארבן, איז שלומציון געווארן קעניגן, און הורקנוס כהן גדול, זיין מאמע האט אים אריינגערעכנט, אין די אנפירערשאפט פון דעםקעניגרייך. אין יוסיפון שטייט געשריבן, אז הורקנוס איז געווען א רויגער מאנס פארשוין, אין די צייט וואס זיין ברודער יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, איז געווען א היציקער פון נאטור אויס, שלומציון האט דעריבער זיך נישט פארלאזט אויף אריסטובולוס, און הורקנוס איז ביי איר געווען די קרוינפרינץ.

איידער זי איז געשטארבן, האט אריסטובולוס געווינען אלע קאמאנדירן, פון די פעסטונגען אין יהודה, צו זיין זייט, און זיך דערקלערט אלס נייע קעניג. שלומציון האט איינגעזעצט אריסטובולוס' ווייב און קינדער אין טורמע, אבער זי איז געשטארבן נאך איידער זי האט עספיעט צו טון עפעס.

נאך איר טויט, האט הורקנוס איבערגענומען, אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן. א בירגער קריג, האט אויסגעבראכן צווישן די יידן. צום ענדע, האבן די צוויי ברודער געקומען צום אפמאך, אז הורקנוס וועט זיין כהן גדול, און אריסטובולוס קעניג, און צו ברענגען די שלום צו א פאקט, האט אלכסנדר דער צווייטער זון פון אריסטובולוס, געהייראט הורקנוס' טאכטער אלכסנדרה החשמונאית.

הורקנוס האט געהאט א פריינט, מיטן נאמען אנטיפטרוס, וואס זיין טאטע איז געווען אנטיפס, גובערנאטאר פון אדום, אין די צייטן פון ינאי המלך, און די פאמיליע, האט זיך מגייר געווען אין די צייטן פון יוחנן הורקנוס דער ערשטער. דער אנטיפטרוס, האט צוגערעדט הורקנוס זאל צוריק ציען פון די אפמאך מיט אריסטובולוס, און די צוויי זענען אנטלאפן צו די קעניג פון נבטים, וועלכע האט מיט זיין ארמיי, ארויף מארשירט קיין ירושלים, און באלאגערט די הר הבית, ווי אריסטובולוס האט זיך באפעסטיקט, די גמרא דערציילט אז פאר געלט וואס די כהנים האבן אראפ געשיקט, האבן די באלאגערער צוריק געשיקט א שעפס, ביז איין טאג האבן זיי ארויף געשיקט א חזיר.

דאס אלעס האט זיך געענדיקט ווען א רוימישער גענעראל, מיטן נאמען סקווארוס, האט פארלאנגט פון די קעניג פון נבטים אפצוטרעטן. נאכן אפטרעטן, האט אריסטובולוס פלוצים אטאקירט, די ארמיי פון די נבטים, און האט אומגעברענגט אסאך פון זיי.

די צוויי ברודער האבן געברענגט זייערע טענות צו סקווארוס, און נאכן באקומען שוחד פון אריסטובולוס, האט ער געפסקנט אז אריסטובולוס איז קעניג. דער קאמאנדיר פון סקווארוס איז אנגעקומען זיין נאמען איז געווען פאמפאיוס, און ער האט רעכט געגעבן פאר הורקנוס, אריסטובולוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, ווי ער האט זיך באפעסטיקט, און פאמפאיוס איז אים נאכעקומען, און א קריג האט זיך ווידעראמאל אנגעפאנגען, די רויישע גענעראל האט איינגענומען ירושלים, אריין אין די בית המקדש, און אין די קדשי קדשים, אבער די עבודה האט ווייטער פארגעזעצט. 12,000 יידן זענען אומגעקומען דורך די רוימישע סאלדאטן, און אריסטובולוס, איז גענומען געווארן אין געפענגעניש, קיין רוים. ריזיקע שטחים פון לאנד, זענען אוועק גענומען געווארן, פון די הערשאפט פון הורקנוס, דורך די רוימישע אימפעריע.

אין יאר 58-, איז אלכסנדר דער צווייטער, אנטלאפן פון געפענגעניש, און אנגעקומען קיין ארץ ישראל, ער האט אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, און הורקנוס האט געמוזט אנקומען צו רוימישע הילף צוריק צו באקומען די הערשאפט, נאכן באקומען די הערשאפט, איז די לאנד צעטיילט געווארן צו געגנטער, און ער איז פארבליבן בלויז מיט די כהונה גדולה.

ווען יוליוס קייסער, איז ארויף צו די מאכט אין רוים, האט ער געשיקט אריסטובולוס איבערצונעמען די הערשאפט פון הורקנוס, רוים איז געווען פארנומען אין א קריג צווישן יוליוס, און פאמפאיוס, און פאמפאיוס' מענטשן, האבן פארסמט אריסטובולוס און ער איז געשטארבן, וויבאלד הורקנוס האט זיך גערעכנט צווישן פאמפאיוס מענטשן. אלכסנדר דער צוייטער איז אומגעברענגט געווארן אויפן באפעל פון פאמפאיוס.

שפעטער האט פאמפאיוס פארלוירן די קאמף קעגן יוליוס, און הורקנוס האט אנערקענט אין יוליוס אלס קייסער פון רוים. אנטיפטרוס איז געווארן פאקטישע הערשער איבער יהודה, און ער האט געשטעלט זיין זון הורדוס, אלס גאווערנער, איבער די גליל. נאכן האבן א געפעכט מיט אים, וויבאלד הורדוס האט געהרגט מענטשן אן א משפט, האט הורקנוס אים געגעבן מרים החשמונאית הורקנוס' אייניקל פאר א ווייב.

דעמאלט איז יוליוס געהרגט געווארן, און מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, זון פון אריסטובולוס, איז אנגעקומען מיט אן ארמיי, און האט פארטריבן הורקנוס קיין בבל, נישט איידער ער האט אים אפגעשניטן די אויערן, אים צו פסול מאכן פאר די כהונה. און אנטיגונוס איז געווארן קעניג.

הורדוס האט דעמאלט אנגעפאנגען גרויס ווערן, און הורדוס האט געוויסט, אז ווילאנ הורקנוס לעבט אפילו נישט אין ארץ ישראל, וועט אים זיין שווער צו ווערן קעניג. דעריבער האט ער אים איבערצייגט צוריק צוקומען קיין ירושלים, ווי ער האט אים געגעבן גרויס כבוד, אבער האט אים געהיטן אויף טריט און שריט, ער זאל נישט קענען טון וואס ער וויל.

מרים די ווייב פון הורדוס, האט געהאט א ברודער מיטן נאמען אריסטובולוס דער דריטער, וועמען הורדוס האט געשטעלט אלס כהן גדול, אבער מורא האבנדיק פון אים, האט הורדוס דערטראנקן דעם יונג, אין א שווים באסיין, אין יריחו. דערנאך האט הורדוס געטענהט אז הורקנוס האט אים פרובירט פארסמן, האט ער אים אומגעברענגט, אויך האט ער דערנאך אומגעברענגט זיין שוויגער אלכסנדרה, און זיין ווייב מרים, די טראגעדיע האט זיך געענדיקט, ווען הורדוס האט אומגעברענגט זיינע צוויי זון וואס ער האט געהאט פון מרים אריסטובולוס און אלכסנדר.

דאס איז געווען די ענדע פון די חשמונאים דינאסטיע.

אלכסנדר דער צווייטער

אלכסנדר דער צווייטער, איז געווען א פרינץ פון די חשמונאים, א זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, און געווען פארהייראט צו אלכסנדרה החשמונאית, טאכטער פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און געהאט מיט איר צוויי קינדער, מרים החשמונאית ווייב פון הורדוס, און אריסטובולוס דער דריטער. זיין יונגערער ברודער איז געווען מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, וואס האט איבערגענומען דאס פרובירן ווערן קעניג איבער ארץ יהודה, פון אלכסנדר.

אין יאר 63 איידער די ציווילע ציילונג, האט זיך אפגעטון אין ארץ ישראל א בירגער קריג, צווישן הוקנוס דער צווייטער, און אריסטובולוס דער צווייטער. די צוויי האבן געברענגט זייערע טענות צו פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, וואס האט גענויגט מער צו הורקנוס' זייט, אריסטובולוס איז דערפאר אנטלאפן קיין ירושלים, די רוימישע זעלנער זענען נאכגעקומען, באזיגט אריסטובולוס, און אים גענומען אין געפאנגשאפט קיין רוים, מיט זיין פאמיליע, אלכסנדר און זיינע קינדער, ווי אויך אנטיגונוס.

אלכסנדר האט באוויזן צו אנטלויפן פון רוים, ער איז צוריק קיין יהודה, און פרובירט אויפשטעלן אן ארמיי, לויט יוסיפון האט זיין ארמיי געהאט 10,000 פיסגייער, און 1,500 רייטער. זיי האבן אנגעהויבן אויפבויען די מויער פון ירושלים, וואס די רוימער האבן צעווארפן. די רוימישע גאווערנאר אין סיריע, איז דעריבער געקומען צופארן צוצעברעכן די אויפשטאנד, אין א שלאכט נעבן ירושלים, האט אלכסנדר פארלוירן, און דעריבער צוריק געצויגן צו אנדערע פעסטונגען, די רוימישע לעגיאנערן האבן באלאגערט די פעסטונגען, צום ענדע האט זיך אונטערגעגעבן, און איז אפגעפירט געווארן נאך רוים א געפאנגענער.

ער האט ווידעראמאל באוויזן צו אנטלויפן פון רוים, און ער איז אנגעקומען קיין יהודה, און נאכאמאל פרובירט אויפשטעלן א ווידערשטאנד צו רוים, די גאווערנאר פון סיריע האט זיך געפונען אין עגיפטן, דאס האט אים געגעבן די מעגליכקייט צו טון וואס ער וויל. נאנט צו הר תבור, איז פארגעקומען די קאמף, ווי אלכסנדר האט פארלוירן, און זיך אונטערגעגעבן, די גאווערנאר האט אים צוגעטיילט טויט שטראף, און האט אים אומגעברענגט.

אלכסנדר ינאי

(יהונתן) אלכסנדר ינאי, איז געווען א קעניג, און כהן גדול, פון די חשמונאים דינאסטיע. ער האט געקעניגט איבער ארץ יהודה אנגעפאנגען אין יאר 103, ביז יאר 76 איידער די צווילע רעכענונג.

ער האט זיך אסאך פארנומען מיט מלחמות, און קאמפן קעגן די גויים וואס האבן זיך געפונען אין ארץ ישראל, און האט איינגענומען, און פארברייטערט די גרענעצן פון די יידישע מדינה.

זיין טאטע איז געווען יוחנן הורקנוס דער ערשטער, זון פון שמעון התרסי, און אייניקל פון מתתיהו הכהן. זיין ברודער יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, האט געהערשט איידער ינאי איז ארויף, און ער האט פיינט געהאט ינאי, און אים איינגעזעצט אין טורמע. ווען ער איז געשטארבן האט ינאי געהייראט ארוסטובולסנס ווייב, שלומציון המלכה די שוועסטער פון שמעון בן שטח, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, אלס ייבום. ינאי איז ערשט געווארן קעניג ערשט נאכדעם וואס זיין צווייטער ברודער אנטיגונוס דער ערשטער איז געשטארבן.

אין זיינע מלחמות האט ינאי פארברייטערט די גרענעצן פון דעם יידישן לאנד, אין אלע ריכטונגען. אין צפון, ער האט אויך פארברייטערט די יידישע אנוועזנהייט אויפן מיטלענדישער ים, דרום האט ער איינגענומען עזה, און אנגעקומען קיין היינטיקן על אריש, און צפון סיני. מזרח אויפן גלעד, און די בשן, צפון האט ער איינגענומען עכו. און שטחים אויפן מזרח זייט ירדן טייך.

אלכסנדר ינאיס עלטערער ברודער אריסטובולוס איז געווען דער ערשטער פון די חשמונאים, זיך צו רופן מלך. נאך זיין טויט איז די מלוכה אריבער צו אלכסנדר ינאי און ער האט געפירט א קעניגרייך באזירט אויף זיך, און איגנארירט די סנהדרין, און האט גענויגט און אנגעפירט די צדוקים, וואס האט געברענגט אנטוישונג, און שפעטער צו אן אויפשטאנד פון די פרושים קעגן דעם קעניג.

אין אן אויפשטאנד, האבן די פרושים גערופן די סירישע, אז זיי זאלן קומען צו העלפן די פרושים אין ארץ ישראל, ינאי האט אונטערדריקט די אויפשטאנד מיט גרויס אכזריות, און אומגעברענגט מערערע אויפשטענדלער.

זיין שוואגער שמעון איז געבליבן לעבן, א דאנק דעם וואס שלומציון האט אים אויסבאהאלטן.

ינאי איז געשטארבן אינמיטן באלאגערן א שטאט, און זיין ווייב האט אים איבערגענומען די מלוכה, זיין זון יוחנן הורקנוס דער צווייטער די כהונה גדולה, און זיין צווייטער זון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער הויפט פון ארמיי. ער האט מיט זיינע מלחמות, דערגרייכט די הויכפונקט פון די חשמונאים קעניגרייך, וואס האט נאכגעפאלגט שפעטער אונטער זיין ווייבס הערשאפט.

אלכסנדרה החשמונאית

אלכסנדרה איז געווען א פרינצעסין פון די חשמונאים פאמיליע, איר טאטע איז געווען יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און זי איז געווען פארהייראט צו אלכסנדר דער צווייטער, מיט וועמען זי האט געהאט צוויי קינדער, מרים החשמונאית די ווייב פון הורדוס, און אריסטובולוס דער דריטער.

אין די יאר 40 איידער די ציווילע ציילונג, האט איר שוואגער מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, איינגענומען ארץ יהודה מיט די הילף פון די פרתים, און איז געווארן קעניג. אלכסנדרה איז אנטלאפן מיט איר טאכטער, צוזאמען מיט די הורדוס פאמיליע. און ווען הורדוס האט צוריק איינגענומען די לאנד, אין יאר 37-, איז זי צוריק געקומען מיט איר טאכטער.

זי איז געווען שטארק אקטיוו, אין גרויס מאכן איר זון אריסטובולוס דער דריטער, נאכדעם וואס הורדוס האט געשטעלט חננאל פון בבל, אלס כהן גדול, האט זי איבערגעדרייט א וועלט, אז איר זון זאל ווערן. זי האט זיך באקענט מיט קלעאפעטרא די זיבעטע, קעניגן פון עגיפטן, און זי האט ערלעדיקט אן אוידיענץ, ביי מארקוס אנטיניונס, וועלכע האט איר אויפגענומען, און פארלאנגט פון הורדוס, צו מאכן אריסטובולוס פאר כהן גדול.

הורדוס האט מורא געהאט פון אריסטובולוס אלס כהן גדול, און דעריבער אים דערטראנקען אין א שווים באסיין, צו מאכן זיין טויט אויסזען אלס אומגליק און נישט אלס א מארד, ווי איינער האט אים אומגעברענגט.

צו איר טאכטער מרים, איז אויך געווען באשערט אן ענליך צושטאנד, ווען הורדוס האט איר אומגעברענגט אין יאר 28-.

אלכסנדרה איז געבליבן עלנד אין פאלאץ, נאכן אומקום פון אירע צוויי קינדער, און הורדוס האט איר געלייגט אין הויז ארעסט, ווען הורדוס איז איינמאל קראנק געווארן, האט זי פרובירט פארכאפן די מאכט אין ירושלים, עס איז אבער דורכגעפאלן, און הורדוס האט איר אומגעברענגט.

אנטיפטרוס

אנטיפטרוס, איז געווען א וויכטיקער שטאטסמאן, און פאליטיקער, אין די צייטן פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער, אין די צייטן פון צווייטע בית המקדש, און דער פאטער פון צוקונפטיקע קעניג הורדוס. געבוירן אין יאר 104, געשטארבן אין יאר 43 איידער ציווילע רעכענונג.

ער איז געבוירן צו אנטיפס, א פאמיליע פון אדום, א פאלק וואס האט זיך געפונען אין דרום פון ארץ ישראל, נאכן איינעמען די געגנט דורך די אלכסנדר ינאי, האבן אלע איינוווינער זיך מגייר געווען, אנטיפס צווישן זיי, און ינאי האט אים געשטעלט אלס גובערנאטאר פון אדום. אנטיפטרוס האט געהייראט אן אראבקע מיטן נאמען קיפראס פון די נבטים שבט, און הורדוס איז געבוירן פון די פרוי, אין אשקלון.

אין די צייטן פון ינאי המלך, און שפעטער זיין פרוי שלומציון המלכה, איז די קעניגרייך געווען רואיג, איינמאל די צוויי זענען געשטארבן, האט אויסגעבראכן אין ארץ יהודה, א בירגער קריג, צווישן די צוויי קינדער, יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און יהודה אריסטובולוס דער צווייטער. הורקנוס איז געווען א שוואכער מאנספארשוין, און ער האט געשלאסן א שלום מיט זיין ברודער, אנטיפטרוס האט געהעצט הורקנוס די גאנצע צייט, אז די מלוכה קומט זיך אים און נישט צו זיין ברודער.

די רוימישע אימפעריע, האט זיך אריינגעמישט אין די קריג, און אנהייב האבן זיי געפסקנט לטובת אריסטובולוס, נאכדעם וואס ער האט זיי אונטערגעשמירט, אבער פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, האט זיך אנגענומען פאר הורקנוס, און נאך א קורצע קריג קעגן אריסטובולוס, האט פאמפאיוס ארויף געשטעלט הורקנוס אויפן בענקל.

גאנצע שטיקער פון ארץ יהודה זענען אוועקגעריסן געווארן פון די מלוכה, ווי בית שאן, און יפו. הורקנוס איז געווארן עטנארך (געוועלטיגער אויס קעניג), אנטיפטרוס איז געווארן פאקטישע הערשער איבער די יידן. ער האט געוועליטיקט מיט אן אייזערנעם פויסט, זייענדיק פארפיינטעט ביי די פאלק.

אלכסנדר דער צווייטער, זון פון אריסטובולוס, האט אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, נאכן אנטלויפן פון רוימישע געפענגעניש. אין די ענדע פון די קריג, נאכן שיקן די רוימישע מיליטער אונטערצוברענגען די אויפשטאנד, איז הורקנוס צוריק געווארן כהן גדול, רוים האט אבער צעטיילט די געגנטער אין ארץ ישראל צו באצירקן, אונטער באזונדערע הערשאפט, געפירט דורך רוים און מער נישט דורך הורקנוס.

אין רוים איז פארגעקומען דערווייל א קריג, צווישן גענעראל פאמפאיוס, און יוליוס קייסער, אנטיפטרוס האט געשיקט א מיליטער צו העלפן די גענעראל, אבער יענער האט פארלוירן, אנטיפטרוס האט זיך נישט פארלוירן, און זיך אנגעשלאסן צו די קייסערס וואגן.

יוליוס קייסער האט געשטיצט אנהייב אריסטובולוס, און זיין זון אלכסנדר, אבער געטוישט זיין מיינונג, און געשטעלט אנטיפטרוס פאר אפוטרופוס (וואס איז דער באדייט דערפון איז נישט באוויסט) איבער די יידן, אנטיפטרוס הא געשטעלט זיין זון פצאל אלס קאמאנדיר פון ירושלים און זיין זון הורדוס אלס קאמאנדיר פון די גליל.

אין די יאר 43 איידער די ציווילע רעכענונג, נאכן פארלירן זיין חן ביי הורקנוס, האט מליכוס א ראטגעבער פון הורקונוס אים פארסמט, און אנטיפטרוס איז געשטארבן. וואס ער האט אנגעפאנגען האט ער שפעטער אויסגעפירט, טאקע נאך זיין טויט הורדוס איז געווארן קעניג איבער די יידן. אלס נקמה האט הורדוס פארסמט די ראטגעבער, און יענער איז געשטארבן.

ארץ יהודה

ארץ יהודה, איז די לאנד פון שבט יהודה, וואס זיי האבן איינגענומען ביי די יידישע אפענסיווע, אינאיינעם מיט יהושע בן נון, און די טייל איז געגעבן געווארן צו די שבט.

הורדוס

הורדוס דער ערשטער (74 פאר דער נוצרישער ציילונג - 4 פאר דער נוצרישער ציילונג), וועלכער ווערט אויך אונגערופן אין די גויאישע וועלט הורדוס דער גרויסער, איז איינע פון די גרעסטע און חשובסטע פערזענליכקייטן אין די אידישע היסטאריע, הורדוס איז געבליבן אין די אידישע היסטאריע באוואוסט אלטס א גרויסער רשע און רוצח, אבער פונק אזוי א חשובה חלק פון אידישע היסטאריע, בפרט אין די תקופה פון די רומישער הערשאפט אויף די אידן.

הורדוס איז געווען דער צווייטער זון פון דעם רוימישן גענעראל אנטיפאטער, און א דריטער דור פון גרים (זיין זיידע -טאטעס טאטע) האט זיך מגייר געווען.

יהודה אריסטובולוס דער צווייטער

יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, איז געווען דער יונגערער זון פון אלכסנדר ינאי, און פון שלומציון המלכה. און נאכן טויט פון זיין מאמע, געקעניגט איבער ארץ יהודה, און געווען כהן גדול, פאר פיר יאר פון 67 ביז 63 איידער די ציווילע רעכענונג. געבוירן אין יאר 100 געשטארבן יאר 49 איידער די ציווילע רעכענונג.

שלומציון האט געוואלט אז יוחנן הורקנוס דער צווייטער, זאל איבערנעמען די קעניגרייך, און די כהונה גדולה, אבער צו יענע צייט איז זי קראנק געווארן, און אריסטובולוס מיט זיינע פריינט האבן געדינגען א מיליטער, און זיך געקרוינט אלס נייע קעניג. שלומציון האט געהאט אין פלאן אים צו רופן צו בית דין, אבער זי איז געשטארבן. און א בירגער קריג האט אויסגעבראכן.

אין די געגנט פון יריחו, איז פארגעקומען א קאמף, צווישן די צוויי קריגערישע זייטן, אריסטובולוס האט געזיגט, און הורקנוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, און דארט האט ער זיך אונטער געגעבן. אריסטובולוס, האט פארגעזעצט איינצונעמען געגנטער, און האט אויך אויפגעשטעלט א ים פלאט, וואס איז געווען געשטעלט איינצוקאסירן שטייערן, פאר אימפארט.

הורקנוס האט געהאט א פריינט אנטיפטרוס, דער פאטער פון הורדוס, און ער האט פארגעשלאגן צו הורקנוס, ארויסצוגיין אין א קריג קעגן זיין ברודער, אויך האט ער אים פארשאפט סאלדאטן, וואס האבן אטאקירט יהודה. זיי זענען אנעקומען אויף ירושלים, די גמרא דערציילט די מעשה אין צוויי נוסחאות. די כהנים האבן פארגעזעצט די עבודה, און נישט האבנדיק שעפסן פאר קורבנות, האבן זיי אראפגעשיקט גאלד, און צוריק באקומען א שעפס, ביז איין טאג האבן זיי ארויפגעשיקט א חזיר.

שפעטער איז אנגעקומען קיין סיריע, א גענעראל מיטן נאמען סקווארוס, וואס נאכן באקומע שוחד פון אריסטובולוס, האט ער זיך אנגענומען פאר אים, און האט באזיגט די ארמיי פון זיין ברודער.

דערנך איז אנעקומען די קאמאנדיר פון סקווארוס, פאמפאיוס, וואס ער האט גענויגט צו הורקנוס' זייט.

אריסטובולוס זענדיק צו וועמען פאמפאיוס איז גענויגט, איז אנטלאפן קיין ירושלים, און זיך דארט באפעסטיקט, פאמפאיוס איז געווארן אויפגערעגט, און גענומען זיין מיליטער, און ארויף קיין ירושלים.

אריסטובולוס האט פארשפראכן, צו געבן אלע פעסטונגען פון יהודה, און איבערגעבן די שטאט ירושלים, פארן רוימישן גענעראל, ער האט אבער גארנישט געגעבן. אנקומענדיק קיין ירושלים, האבן די יידן געעפנט די טויערן, און ער איז אריין אין שטאט, ער איז געגאנגען צו די בית המקדש, אריין אין די קדשי קדשים, ווי ער האט גאנישט צוגערירט, אבער זיין ארמיי האט אומגעברענגט די כהנים אינמיטן די עבודה, 12,000 יידן זענען דעמאלט אומגעקומען.

די העלעניסטישע שטעט, זענען אוועק גענומען געווארן פון יהודה, און די איינציקסטע פלאץ וואס איז געבליבן, אונטער יהודה הערשאפט איז געווען די גליל.

אריסטובולוס איז גענומען געווארן אין געפענגעניש, און געברענגט געווארן צו רוים, זיין זון אלכסנדר דער צווייטער, איז אנטלאפן פון די געפענגעניש, און צוזאמען גענומען סאלדאטן, און אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, וואס האט זיך געענדיקט גאר שנעל, און אלכסנדרוס האט זיך אונטערגעגעבן. אריסטובולוס, איז אויך אנטלאפן פון געפענגעניש, און אויך פרובירט נאכאמאל אנצופאנגן אן אויפשטאנד, ער איז גענומען געווארן אין געפענגעניש נאכאמאל, נישט איידער עס זענען אומגעקומען נאך עטליכע טויזנט יידן.

נאך אן אויפשטאנד פון אלכסנדרוס, האט זיך געענדיקט אויפן זעלבן וועג.

אין רוים איז ארויף יוליוס קייסער, וואס האט געוואלט אז אריסטובולוס זאל צוריק אויף צום מלוכה, און האט אים געשיקט קיין ארץ ישראל, אבער פאמפאיוס שטיצער האבן אים פארסמט, און ער איז געשטארבן, זיין זון אלכסנדוס איז אויך דעמאלט געשטארבן.

אריסטובולוס האט געהאט נאך א זון, מיטן נאמען מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, וואס ער האט נאך אסאך אנגעדרייט וועגן די מלוכה.

מרים החשמונאית

מרים קעניגן איבער ארץ יהודה, ווייב פון הורדוס, און די לעצט איבערגעבליבענע פרינצעסין, פון די חשמונאים דינאסטיע. געבוירן אין יאר 54 איידער די ציווילע רעכענונג, און געשטארבן אין יאר 29 איידער די ציווילע רעכענונג.

זי איז געווען די טאכטער פון אלכסנדרה החשמונאית, די טאכטער פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער. און מרימס טאטע איז געווען אלכסנדר דער צווייטער, די עלטערע זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער. הורקנוס און אריסטובולוס, האבן זיך ארומגעשלאגן אין א בירגער קריג, ווער עס זאל געוועלטיקן איבער די יידן, און די חתונה פון מרימס עלטערן, האט געזאלט באצייכענען די שלום, אבער נאכן חתונה האט זיך די קריג אנגעהויבן פונדאסניי, אנהייב דורך אריסטובולוס, שפעטער אלכסנדר, און צום סוף מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער.

אין יאר 43-, איז הורדוס' פאטער אנטיפטרוס, אומגעקומען דורך שטיצער פון הורקנוס, ווען הורדוס איז געקומען קיין ירושלים, איז ער שוין געווען זייער מאכטפול, און קעגן הורקנוס' ווילן, איז מרים געווארן הורדוס' כלה.

שפעטער אין יאר 40-, איז אנטיגונוס דער צווייטער אנגעקומען מיט אן ארמיי, און פארטריבן הורקנוס מיט הורדוס, הורדוס איז צוריקגעקומען עטליכע יאר שפעטער מיט א געדינגענע ארמיי, פון רוים. וואס צום ענדע האט הורדוס טאקע געווינען, דורכאויס די שלאכטן צווישן אנטיגונוס און הורדוס, האט הורדוס געהייראט מרים אין שומרון.

ווען הורדוס האט איבערגענומען די מלוכה, האבן זיך געפונען עטליכע חשמונאים אין די פאלאץ, הורקנוס און אלכסנדרה די מאמע פון מרים, אריסטובולוס דער דריטער, מרימס ברודער.

הורדוס האט אנגעהויבן מיט זיין אומברענגען די חשמונאים, מיטן דערטרענקען אריסטובולוס, וואס איז געווען כהן גדול, זיין אומקום איז פארשטעלט געווארן, ווי אן אומשולדיק אומגליק.

הורדוס' מאמע קיפריס, און זיין שוועסטער שלומית, האבן פיינט געהאט מרים, און געזיכט אלע וועגן ווי צו מאכן א געפעכט צווישן די צוויי.

די פראבלעמען פון די רוימישע אימפעריע, האט געצווינגען הורדוס צו פארן צו די נייע הערשער, אין די צייט וואס ער איז געווען אין אויסלאנד, האט ער געשטעלט זיין שוואגער יוסף שלומיתס ווייב, אז ער זאל היטן אויף מרים, און אים געזאגט אז אויב געשעט עפעס צו הורדוס, זאל ער הרגנען מרים.

די באפעל איז אנגעקומען צו מרים, און ווען הורדוס האט זיך אומגעקערט, האט זי אים קאנפראנטירט היתכן, דאס האט איבערצייגט הורדוס אז זי האט געהאט געשלעכטלעכע באציונגען מיט יוסף, און איר אומגעברענגט דורך הענגען. שלומית הורדוס' שוועסטער, האט געמאכט נאך א בלבול אויף מרים, אז זי האט געוואלט פארסמען הורדוס.

ווען זי איז אלט געווען 25, איז זי אומגעקומען, און איר מאמע איז אויך אומגעברענגט געווארן קורץ דערויף. יארן שפעטער, האט הורדוס אויך אומגעברענגט, די צוויי זון וועלכע זי האט געבוירן, און געטענהט אז זיי ווילן אין אים מורד זיין.

זי האט געהאט פינעף קינדער, אריסטובולוס, אלכסנדר, נאך א זון וועלכע איז געשטארבן יונג, און צוויי טעכטער. זי איז געווען די לעצטע פון די חשמונאים, אירע קינדער ווערן שוין פארעכנט, ווי די הורדוס פאמיליע.

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, איז געווען דער לעצטער קעניג, פון די חשמונאים דינאסטיע, און כהן גדול, ער האט געקעניגט צווישן די יארן 40 ביזן יאר 37 איידער די ציווילע ציילונג.

אנטיגונוס איז געווען דער יונגסטער זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, און אייניקל פון ינאי המלך. זיין טאטע און זיין ברודער אלכסנדר דער צווייטער, זענען געווען פארנומען דורך זייער לעבן, צו אונטערגראבן די קעניג יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און זיך אליין קעניגן איבער ארץ יהודה. איינע פון די הויפט צילן פון זייערע אויפשטאנדן איז געווען, אפרייסן די יידישע אנהענגיקייט, פון די רוימישע אימפעריע.

אין יאר 49 איידער דער ציווילער ציילונג, האט אויסגעבראכן א בירגער קריג צווישן יוליוס קייסער, און פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, יוליוס האט געשיקט אריסטובולוס, צו העלפן אים באזיגן פאמפאיוס, אבער אריסטובולוס איז פארסמט געווארן, און אלכסנדר דער צווייטער איז אומגעברענגט געווארן, דורך אראפהאקן זיין קאפ, אויפן באפעל פון פאמפאיוס. אנטיגונוס איז צו יענע צייט געווען ווי אן אויסטויש אין טורמע, אין רוים.

נאכן זיג פון יוליוס קייסער, האבן יוחנן הורקנוס, און אנטיפטרוס, געשטיצט יוליוס קייסער און באקומען זיין שטיצע. אנטיגונוס האט דא פארלוירן זיין געלעגנהייט.

נאכן אטענטאט אויף יוליוס קייסער, און געברענגט אויף רוים נאך א בירגער קריג, אין ארץ ישראל האט ויך אויסגעראכן א קריג, אין ירושלים קעגן פצאל זון פון אנטיפטרוס, און אין גליל קעגן הורדוס. ווען מארקוס אנטיניוס האט געווינען אין רוים, זענען יין געגאנגען בעטן פון אים, ער זאל אראפנעמען די פאמיליע פון אנטיפטרוס פון די מאכט, אבער אן דערפאלג.

צו יענער צייט האבן די פרתים, אויסגעניצט די אומקלארע צושטאנד אין רוים, און איינגענומען ריזיגע געגנטער אין סיריע. אנטיגונוס האט אויסגעניצט די געלעגנהייט, און זיך געוואנדן צו די קעניג נאך הילף. אנטיגונוס האט באקומען אן ארמיי, און געקומען קיין ירושלים, ער האט איבערצייגט פצאל די ברודער פון הורדוס ארויסקומען זיך אונטער געבן, פצאל איז באגאנגען זעלבסטמארד. און זיין פעטער הורקנוס, האט ער אפגעשניטן די אויערן, און אים געפסלט פון די כהונה.

פאר הורדוס איז געלונגען צו אנטלויפן קיין אדום.

אנטיגונוס איז געווארן קעניג, נישט אויף צו לאנג, פאר בלויז דריי יאר, ער האט געלאזט גיסן מטבעות, וואס דאס איז די איינציקסטע זאך געבליבן פון זיין הערשאפט, וויבאלד צופיל איז נישט באוויסט איבער אים. אויף זיינע מטבעות האט ער געשריבן פריינט פון די יידן, נישט קעניג. ווארשיינליך איז ער געווען באליבט ביי אלע פארטייען.

אין יאר 40-, איז הורדוס געקרוינט געווארן אין רוים, אלס קעניג איבער יהודה, און זיך געלאזט אין וועג אריין. נאך א יאר איז ער אנגעקומען אויף עכו, און ער האט אנגעהויבן זיין קאמף קעגן אנטיגונוס, וואס איז אים אנגעקומען גאנץ שווער, ווען ער האט נישט געוואלט צוקומען צו קיין הילף, פון פרעמדע קרעפטן.

דאס פאלק איז מיטגעשטאנען און געשטיצט אנטיגונוס, ווי אויך האט אנטיגונוס געגעבן שוחד פאר רוימישע גענעראלן, נישט צו קומען צו הילף פאר הורדוס.

אנטיגונוס האט אויסגעניצט די קריגס צושטאנד אין רוים, און איינגענומען אדום פארניכטעט מורשה, און באלאגערט מצדה, ווי די קעניגס סוויטע האט זיך געפונען, הורדוס' טאטע אריינגערעכנט.

הורדוס האט איינגענומען די שומרון, און דארט געמאכט זיין הויפט באזע. און דערנאך האט ער באקומען הילף פון מארקוס אנטוניניוס.

אין די צייט וואס הורדוס האט איינגענומען די גליל, איז אנטיגונוס געזעצן אין ירושלים רויג, און גארנישט פרובירט צו טון.

ווען אנטיגונוס איז ארויס אין א קאמף קעגן הורדוס, האט ער געווינען אין עטליכע שלאכטן, אבער ווען די רוימישע סאלדאטן זענען אנגעקומען, האט ער ביטער פארלוירן. אין איינע פון די קאמפן, וואס איז פארגעקומען אין יריחו, האט אנטיגונוס צעטיילט זיין ארמיי, און איין טייל געשיקט קיין שומרון, אפצוהאקן, די סופלייען פון הורדוס' ארמיי, הורדוס האט צעמאלן אנטיגונוס' ארמיי. אנטיגונוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, ווי הורדוס האט זיך גענומען באלאגערן די שטאט, נאך 55 טעג האט די שטאט זיך אונטערגעגעבן.

אויפן באפעל פון מארקוס אנטיניונס, איז אנטיגונוס וועלכע איז געווען געפאנגען, אומגעברענגט געווארן.

זיין אומקום צייכענט אן, די ענדע פון די חשמונאים, און די אנהייב פון הורדוס קעניגרייך.

ציפורי

ציפורי איז געווען א שטאט אין אונטער גליל פון ארץ ישראל, צפון מערב פון דער היינטיגער שטאט נצרת אומגעפער פיר קילאמעטער.

א יידישע שטאט האט עקזיסטירט דארט פון דער תקופה פון די חשמונאים ביזן 5טן יארהונדערט, און יידן האבן נאך געוואוינט אין דעם געגנט ביזן 10טן יארהונדערט. די שטאט האט א ספעציעלן חשיבות אין דער יידישער היסטאריע, ווייל אין ציפורי זענען געווען טעטיג עטלעכע פון די הויפט תנאים פון דער משנה, דארט האט רבי יהודה הנשיא געפירט דעם סנהדרין, אן דארט האט ער געשלאסן די משנה. די שטאט ווערט דערמאנט א סך מאל דורך חז"ל.

שלומציון המלכה

שלומציון (שלומית אלכסנדרה), איז געווען קעניגן, פון ארץ יהודה, פון די חשמונאים דינאסטיע, פון יאר 76 ביז יאר 67 איידער דער ציווילער ציילונג.

זי איז געבוירן אין יאר 139-, און האט געהייראט יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, וואס איז געשטארבן אן האבן קינדער, און דעריבער האט זי נאכאמאל חתונה געהאט מיט אלכסנדר ינאי, ארוסטובולוס' ברודער, אלס יבום. זי איז געווען די שוועסטער פון שמעון בן שטח. איידער ינאי איז געשטארבן, האט ער באשטימט שלומציון אלס זיין יורש, און זי איז געווארן קעניגן נאך אים.

שלומציון האט געענדערט די מלוכישע אנגאלעגנהייטן, און האט געגעבן די פרושים די רעכט צו פירן דאס קעניגרייך, אינאיינעם מיט איר, נאכדעם וואס איר מאן האט גענויגט צו די צדוקים.

דורכאויס איר רעגירן, איז די חשמונאים קעניגרייך געקומען צו איר הויכפונקט, נאכדעם וואס ינאי האט אין זיינע מלחמות איינגענומען פולע טעריטאריעס, און זי האט אלעס געהיטן ביים זעלבן גרויסקייט. זי האט איינמאל פרובירט שיקן א מיליטער, מלחמה האלטן מיט דמשק, אבער מיט ווייניק סוקסעס.

די גרעסטע געפאר פאר יהודה צו יענע צייט, איז געווען ארמעניע, וואס זייער קעניג האט געווארפן זיין פחד אויף אלע לענדער אין די ראיאן. שלומציון האט איינגעשטימט אים צו געבן צינזן, אנשטאט ער זאל ארויסגיין אין א קריג קעגן יהודה.

יוסף בן מתתיהו שרייבט, אז אין אירע צייטן האט די יידישע מיליטער דערגרייכט איר גרעסטע שטארקייט, און אלע שכנים האבן געציטעט פון די יידן.

נאך איר טויט, האט אויסגעבראכן א בירגער קריג, אין ארץ ישראל, צווישן אירע צוויי זין, יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און יהודה אריסטובולוס דער צווייטער. הורקנוס, האט געירשנט די כהונה גדולה פון זיין טאטע, און געזאלט זיין קעניג.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.