יהודה הלוי

רבי יהודה הלוי אָדער ריה״ל (בערך 1075, טאָלעדאָ, שפּאַניע - בערך 1141, אַפּנים אין ארץ־ישראל) איז געווען אַ פייטן, אַ יידישער פילאסאף און אַ דאקטער אין מיטל־עלטערישן שפּאַניע. ער איז באַוואוסט אַלץ דער מחבר פונעם פילאָסאָפישן ספר הכוזרי, שאַפער פון אַ צאָל באַרימטע פיוטים און אויך אַלץ באַזינגער פון ציון, וואָס האָט פּערזענלעך עולה געווען בעת די שווערע צייטן פון קרייצפארער.

ביאָגראַפיע

יהודה הלוי איז געבאָרן געוואָרן אין טאָלעדאָ, אין קריסטלעכער (צפון) שפּאַניע. שוין אין זיינע יונגע יאָרן איז ער אָבער אַריבערגעפאָרן אין אַראַבישן חלק פונעם איבערישן האַלבאינזעל, וואָס האָט כולל געווען די באַרימסטע צענטערס פון דער קולטור פון ספרדישע יידן.

זיין נסיעה קיין ארץ־ישראל

אין אַ ריי פון זיינע פאָעמעס האָט ריה״ל באַזינגט ירושלים און זיין שטרעבונג צו ארץ־ישראל. הגם ער האָט באַקומט אין ספרד אַ ברייטע אָנערקענונג, האָט ער באַשלאָסן זיך אָפּצושיידן מיט זיין משפּחה און צו פאָרן קיין ארץ־ישראל. אין יאָר ד'תת"ק (1140) איז ער אָנגעקומען אין אַלעקסאַנדריע אין עגיפּטן און האָט קורץ געוואוינט אין קייראָ. האַלב יאָר נאָכדעם איז ער געפאָרן מיט אַ שיף קיין ארץ־ישראל. ווינציק ווייס מען פון זיין לעצטער נסיעה, אָבער ס׳איז דאָ ראיות, אַז ער איז יאָ אָנגעקומען אין יורשלים און איז געשטאָרבן אָדער איז דערהרגעט געוואָרן קורץ נאָכן אָנקום.

זיין דיכטונג

זיין געדיכט "ליבי במזרח":

לִבִּי בְמִזְרָח וְאָנֹכִי בְּסוֹף מַעֲרָב - מיין האַרץ איז אין מזרח און איך בין אין מערב.
אֵיךְ אֶטְעֲמָה אֵת אֲשֶׁר אֹכַל וְאֵיךְ יֶעֱרָב - ווי אַזוי קען שפּירן דעם טעם פון מיין עסן און געניסן.
אֵיכָה אֲשַׁלֵּם נְדָרַי וָאֱסָרַי, בְּעוֹד - ווי אַזוי קען איך אויספירן מיינע נדרים און געבאָטן, בעת
צִיּון בְּחֶבֶל אֱדוֹם וַאֲנִי בְּכֶבֶל עֲרָב - אדום (קריסטן) האָט אַרומגעבונדן ירושלים, און איך בין אין קייט פון ערב (אַראַבער).
יֵקַל בְּעֵינַי עֲזֹב כָּל טוּב סְפָרַד, כְּמוֹ - עס וואָלט מיר געווען לייכט נאָכגעבן אַלץ דאָס גוטס פון ספרד, און
יֵקַר בְּעֵינַי רְאוֹת עַפְרוֹת דְּבִיר נֶחֱרָב. - ס׳וואָלט מיר געווען טייער צו זען (כאָטש) דעם שטויב פונעם חרובן דביר (בית־המקדש).

ער האט זייער אסאך געגלוסט און געבענגט צו זיין אין ארץ ישראל און וואוינען אין דער הייליגער שטאט. דער ספר יוחסין פארציילט אז ווען ער איז אלט געווארן פופציג יאָר איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, קומענדיג קיין ירושלים און זעענדיג וואו וויסט די הייליגע שטאט איז האט ער צוריסן זיינע בגדים און איז געגאנגען בארפוס מקיים זיין דעם פסוק כי רצו עבדיך את אבניך ואת עפרה יחוננו, ער האט מיט ליבשאפט און בענקשאפט געזונגען דעם פיוט "ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך". עס איז דארט געשטאנען אן אראבער וואס האט צוגעגקוקט דעם גרויסן דביקות און ליבע פון רבי יהודה הלוי צו דער הייליגע ערד, ער האט איהם זייער מקנא געווען און פון גרויס קנאה האט ער איהם געשטאכן און גע'הרג'ט, ה' ינקם דמו.

זיין פילאסאפיע

  • די תורה קען נישט סותר זיין דעם גראדן שכל.
  • די השגחה אויף די יידן איז למעלה מהטבע און גייט אן אין אלע דורות.
אתי אנקרי

אסתר "עטי" אַנקרי (געבוירן דעם 4טן יאנואר 1963) איז אן ישראלדיקע זינגערין-לידער שרייבערין. זי איז געוועזן א "פרוי זינגערין פונעם יאר" אין ישראל, און האט אויך אויפגעטראטן אין די פאראייניקטע שטאטן, ענגלאנד און אינדיע.

זי האט ארויסגעגעבן און געזינגען אסאך לידער אין ישראל צווישן זיי דעם אלבאם "רואה לך בעיניים", "קראת לי אסתר", און נאך. פון די וואס איז גאר אויפגעכאפט איז דער אלבאם "בשירי רבי יהודה הלוי".

ד'תת"ק

ד'תת"ק (4900) איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט ‏פארן 28סטן אויגוסט, 1139, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: ‏ 13טן סעפטעמבער, 1140. ד'תת"ק איז אן עיבור יאר (מיט צוויי חדשים אדר: אדר א' און אדר ב') וואס איז לאנג 383 טאג. דאס איז א שמיטה יאר.

דיכטער

דיכטער אדער פאעט (און אויף לשון קודש פייטן) איז דער וואס שרייבט דיכטונגען, דהיינו, געשריבענע לידער וואס זיינען נישט באשטימט ווילנדיק פאר געזאנגען.

אנדערש איז א ליריקער (אדער "קופלעטיסט") וואס שרייבט טעקסט פאר א קאמפאזיטער כדי צו מאכן דערפון א מעלאדיע.

דער וואס שרייבט הייליקע דיכטונגען, הייסט א פייטן.

איינער וואס שרייבט דיכטונגען פאר קינדער, הייסט א קינדער-דיכטער.

דענקער

א דענקער איז א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד, וואס האט א טיפע און גרונטליכע הבנה איבער נאטור.

דאס טיטל דענקער ווערט צוגעטילט צו פיליזאפן אדער מענטשן וועלכע דערגרונטעווען זיך אין וויסנשאפט, ווי חכמת התכונה, חקירה אין אמונות ודעות.

טראצדעם וואס דער דענקער באזיצט די טאלאנטן צו מערערע חכמות און וויסנשאפט, אויסער דעם פראפארץ פון חקירה, איז דער דענקער געבליבן דער טיטל ווי פילאזאף, וואס שטרייכט אונטער זיין וויסנשאפט אין העכערע, געטליכע פארשטאנד אין די בריאה.

צווישן די גרעסטע אידישע דענקער און פיליזאפן ווערן פאררעכנט:

רבי משה בן מימון, דער רמב"ם

רבי יוסף אלבו, דער עקרים

רבי יהודה הלוי, דער כוזרי

דער אבן עזרא, ר' אברהם בן מאיר.

פון די גרעסטע גוי'ישע דענקער ווערן פאררעכנט:

אלעקסאנדר דער גרויסער, אדער אלכסנדר מוקדון.

סאקראטעס

זיין תלמיד פלאטו אדער, ווי ער ווערט אנגערופן אין די ספרים אפלטון

זיין תלמוד אריסטא

הכוזרי

ספר הכוזרי איז א פילאזאפישער ספר פון ר' יהודה הלוי. דער ספר איז געשריבן געווארן אויף אראביש דורך ר' יהודה הלוי און יהודה אבן תיבון האט דאס איבערגעזעצט אויף לשון קודש.

עס איז דא חילוקי דעות צווישן די היסאריקער צו רבי יהודה הלוי האט עס ארגינעל געשריבן אבער ער דער שרייבער איז געווען דער חבר ר' יהודה אלמנגרי וואס האט דאס געשריבן אויף כוזרי, ר' יהודה הלוי האט עס איבערגעשריבן פון כוזרי אויף אראביש, און רבי יהודה אבן תיבון פון אראביש אויף לשון הקודש מוסטער:זעה שלשלת הקבלה, סדר הדורות.

עס איז אויך דא וואס זאגן אז עס איז געווען צוויי ר' יהודה הלוי, דער ערשטער האט עס געשריבן און דער צווייטער זיינס אן אייניקעל האט עס געדרוקט מוסטער:צמח דוד

דער ספר איז אויסגעשטעלט פון דיסקוסיעס צווישן א גוי (מלך הכוזרים) מיט א ייד אויף די יסודות הדת. פאלגנדיג איז א טייל פון דער ספר:

(ב) אמר הכוזרי: תאר נא לי אפוא, מה מעשי החסיד אצלכם:(ג) אמר החבר: החסיד הוא האיש המפקד על מדינתו. הנותן לכל יושביה את לחם חוקם, ומספק להם כל צורכם במידה נכונה, והוא נוהג בכולם בצדק. לא יעשוק איש מהם ולא יתן לאיש יותר ממנתו הראויה לו. כי על כן, הוא מוצא את כולם בשעה שהוא צריך להם, נישמעים לו, ממהרים להענות לקריאתו, עושים ככל אשר יצוום ונזהרים מכל אשר יאסור עליהם:(ד) אמר הכוזרי: לחסיד שאלתיך, לא למושל:(ה) אמר החבר: החסיד הוא הוא המושל. שהרי כל חושיו וכחותיו הנפשיים והגופניים סרים אל משמעתו, והוא מנהיג אותם הנהגה מדינית ממש, כמו שנאמר "ומושל ברוחו מלוכד עיר", והוא האיש הראוי לשלוט כי אילו עמד בראש מדינה, היה נוהג בה בצדק, כשם שנהג מנהג צדק בגופו ובנפשו. שכן הוא חוסם את הכוחות המתאוים ומונע אותם מעבור גבולם, לאחר שנתן להם חלקם, וסיפק להם כל מה שממלא חסרונם: מאכל במידה, ומשתה במשורה ורחיצה, וכל השייך לה כפי הצורך, וכן הוא חוסם את הכוחות הכעסניים השואפים להגלות שלטונו, לאחר שסיפקם ונתן להם חלקם בנצחנות, עד כמה שזו נחוצה לויכוחים בחכמות או בדעות ולשם גערה באנשים רעים..." (ספר הכוזרי, מאמר שלישי, ב'-ה')כוזרי איז א אידישער גרונד ספר איבער אמונה און השקפה אויסגעפארעמט אין א דעבאטע מיט א קעניג וואס האט זיך נאכדעם מגייר געווען צו די אידישע גלויבן צוזאמן מיט זיין גאנץ פאלק.

עס איז דא חילוקי דעות ביי די היסטאריקער צו איז עס אמת געווען אז עס האט עקזיסטירט א מלך אין כוזרי וואס האט זיך מגייר געווען אדער איז עס נישט געווען אין פאקט נאר דער בעל מחבר האט דאס אזוי אויסגעפארמט.

ביי די חסידים האט מען נישט געלערנט דער ספר פון וועגן דער איסור פון פארשן אין אמונה.

יודל קאמינער

רבי יהודה הלוי (יודל) קאַמינער (אויך באקאנט ווי ר' יודל כענטשינער; תקפ"ז, 1827 – כ"ד תשרי תרנ"ב, 1891) איז געווען א חסידישער תלמיד חכם און סוחר אין פוילן, און דער שווער פונעם גערער רבי׳ן דעם שפת אמת.

יקותיאל יהודה האלבערשטאם

רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם (ד' שבט ה'תרס"ה - ט' תמוז ה'תשנ"ד) איז געווען רב אין קלויזנבורג, רומעניע, און אין קרית צאנז, נתניה, באקאנט אין זיינע יונגע יארן אלס רבי זלמן לייב, נאך דעם חורבן אייראפע דער קלויזענבורגער רב, און אויך אלס דער שפע חיים.

מויסיי פישביין

מויסיי (משה) פישביין (אוקראַיִניש: Мойсей Абрамович Фі́шбейн /מויסיי אבראמאוויטש פֿישביין/; געבוירן דעם 1טן דעצעמבער 1946 אין טשערנאָוויץ) איז איינער פון די גרעסטע הײַנטצײַטיקע אוקראַיִנישע דיכטער, אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג.

מויסיי פישביין האָט פאַרענדיקט אין 1976 דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם קיִעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין דעצעמבער 1970 מיט אַ ליד אינעם קיִעווער זשורנאַל "וויטשיזנאַ" («Вітчизна»). אין 1974 איז אין קיִעוו דערשינען מויסיי פישביינס ערשטע לידער-זאַמלונג «Ямбове коло» ("יאַמבען-קרײַז").

אין 1979 איז דער דיכטער עולה געווען קיין ישראל. אין 1982 האָט מויסיי פישביין זיך אַריבערגעצויגן קיין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט במשך פון אַ סך יאָרן געאַרבעט אין דער אוקראַיִנישער און אין דער רוסישער רעדאַקציע פון דער ראַדיִאָ-סטאַנציע "פרײַהייט". אין 1984 איז אין ניו-יאָרק דערשינען זײַן צווייטע לידער-זאַמלונג «Збірка без назви» ("זאַמלונג אָן אַ נאָמען"). דאָס בוך האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן באַנאַנד מיט מויסיי פישביינס אָריגינעלע לידער אויך זײַנע איבערזעצונגען פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון העברעיִש (רבי יהודה הלוי און חיים נחמן ביאַליק) און פון ייִדיש (מאיר חרץ). אין 2003 האָט מויסיי פישביין זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע, וועלכע איז צו יענער צײַט געוואָרן אומאָפּהענגיק, און זיך באַזעצט אין קיִעוו. דאָרט וווינט ער ביז איצט.

פעלדהיים

פעלדהיים איז א פארלאג פון ספרים און יידישע ביכער, הויפטקווארטירט אין ניו יארק.

צענטער פאר מאפע צייכענונג פון ישראל

דער צענטער פאר מאפע־צייכענונג פון ישראל (העברעיִש: מרכז למיפוי ישראל, מפ"י; ענגליש: Survey of Israel - SOI) איז דער מעסטונג און אנמאפעווען אפטיילונג פון דעם ביורא פאר בויען און קאנסטרוקציע.

דער צענטער געפינט זיך אין לינקאָלן גאס 1, ראג יהודה הלוי גאס, תל אביב, אין אַ בנין געניצט דורך די אָרדנאַנסע פון דעם בריטישן מאנדאט.

רי"ף

דער רי"ף - רבי יצחק בן יעקב אלפסי (ד'תשע"ג - י אייר דתתס"ג) איז געווען א ספרד'ישער ראשון און פון די ערשטע פוסקים ביי כלל ישראל.

ער האט געלעבט צווישן די ענדע פון תקופת הגאונים און אנהייב ראשונים. מ'זעהט טאקע ווי דער רי"ף פארכט זיך נישט צו קריגן אויף א גאון.

איבער דעם נאמען אלפסי איז דא וואס זאגן אז ער האט האט זיך באזעצט אין די שטאט פאס אין מאראקא, אבער אנדערע זאגן אז עס איז בלויז געווען א פאמיליע נאמען וואס צייגט אז ער שטאמט פון פאס און ער זעלבסט איז נישט דארט געווען.

שמואל אליעזר הלוי איידלס

רבי שמואל אליעזר הלוי איידל'ס ( ה'שט"ו - ה' כסלו ה'שצ"ב), פון די גרויסע מפרשים אויף ש"ס בבלי צווישן די אחרונים. ער און זיין פירוש אויף גמרא, רש"י, תוספות זענען באקאנט מיט די ראשי תיבות מהרש"א.

שמואל דוד לוצאטו

שמואל דוד לוצאַטא איז געווען אן איטאליענער אידישער חכם, דיכטער, און א מיטגלידער אין די "וויסנשאפט דעס אידנטומס" באוועגונג. ער איז אויך באוואוסט מיט זיינע ראשי תיבות שד"ל.

שד"ל איז געבוירן אין טריעסטע (היינט איטאליע), ראש חודש אלול תק"ס, און איז נפטר געווארן אין פאדווא, איטאליע יום כיפור תרכ"ו.

צוזאמען מיט נחמן קראכמאל (רנ"ק), שלמה יהודה ליב הכהן ראפאפארט (שי"ר) און יום טוב ליפמאן צונץ איז שד"ל געווען פון די ערשטע מיטגלידער און די חכמת ישראל באוועגונג, וואס האט עוסק געווען אין דער וויסענשאפטליכער/אקאדעמישער שטודיע פון אידישקייט.

שד"ל האט עוסק געווען אין היבש אפאר פראיעקטען במשך זיין לעבן. ער איז די מערסטע באוויסט פאר זיין פירוש אויף חמשה חומשי תורה, וואס ער האט ארויסגעגעבן צוזאמען מיט אן איבערזעצונג פון די תורה אויף איטאליעניש. אזוי אויך האט ער מחבר געווען פירושים אויף אנדערע ספרים פון די כתבי הקודש, ספרים אויף די גראמאטיק פון העברעאיש און אראמיש, אן איבערזעצונג פון דעם סידור אויף איטאליעניש, שטודיעס אין די היסטאריע פון די אידן, ווי אויך ביבליאגראפישע און ביאגראפישע ביכער.

שד"ל איז געווען א ראציאנאליסט, אבער ער איז געווען אנטקעגן דער פילאסאפיע פונעם רמב"ם און אבן עזרא, און האט ליבערשט אויסגעוועלט דעם מהלך פון רבי יהודה הלוי.

שד"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין ערנסטע אנהענגערס פון זיין מהלך. ביי די משכילים איז ער פאררעכענט געוארן אלץ צו קאנסערוואטיוו, און ביי די פרומע אז ער פאררעכנט געווארן אלץ צו משכיל'יש. אבער און זיין שטעלע אלץ ראש בית מדרש לרבנים און פאדאווא, האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם ביי די איטאליענישער אידן.

תשעה באב

תשעה באב איז א טאג ווען יידן פאסטן און קלאגן. דער טאג באצייכנט דעם חורבן פון די צוויי בתי מקדש און אויך אנדער צרות וואס האבן פאסירט דאס יידישע פאלק.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.