טערקיי

דאס טערקײַ (טערקיש: Türkiye), אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח. טערקיי באדעקט א שטח פון בערך 780,000 קוואדראט ק"מ.

די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.

טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"א אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד, וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעישע לענדער, וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען, וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעישע געמיינדע. ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן, ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער, און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי.

די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש, א טערקישע שפראך וואס בערך 85% פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך.

טערקיי איז דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[1] מיט 390,000 טאנען אין 2005.

רעפובליק פון טערקיי
פאן טערקיי
סימבאָל טערקיי
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: זעלבשטענדיגקייט מארש
אָרט פֿון טערקיי
קאנטינענט אייראפע, אזיע
אפיציעלע שפראך טערקיש
הויפטשטאט אנקארא
39°55′N 32°51′E / 39.917°N 32.850°E
גרעסטע שטאט סטאמבול
רעגירונג פארלאמענטארישע דעמאקראטיע
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
רעדזעפ טאיפ ערדאאן
אהמעט דאוואוטאגלו
גרינדונג דאטום
29סטן אקטאבער 1923
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
780,580 קוואדראט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|36סטע]]
1.3%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

69,660,559
17טע
89 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $570,748 מיליאן (18ט)
וואלוטע נייער טערקישער פונט
צייט זאנע UTC + 2
אינטערנעט דאמען tr.
טעלעפאן קאד 90+

היסטאריע

אינעם 13טן יארהונדערט האבן די אטאמאנען פאראייניגט אנאטאליע, און זיי האבן געשאפן אן אימפעריע וואס האט אריינגענומען א גרויסן טייל פון דרום-מזרח אייראפע, מערב אזיע און צפון אפריקע, און איז געווארן א גרויסע מאכט. די שפיץ פון איר מאכט איז געווען פונעם 15טן ביזן 17טן יארהונדערטער, אנהייבנדיק מיט סוליימאן דער ערשטער, וואס האט געהערשט פון 1520 ביז 1566.

ביים ים האט דער אטאמאנישער ים-פלאט געקעמפט פאר קאנטראל איבערן מיטלענדישן ים.

פונעם אנפאנג פון דעם 19טן יארהונדערט האט די אטאמאנישע אימפעריע אנגעהויבן גיין אונטער.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען איינער פון די צענטראלע מאכטן. אין דער גאנג פון דער מלחמה האט מען דעפארטירט די ארמענער פון מזרח אנאטאליע קיין סיריע, וואס האט אויסגעלאזט מיט דער שחיטה פון 1,500,000 ארמענער אין דעם ארמענער פאלקסמארד, וואס טערקיי טענה'ט איז נישט געווען קיין פאלקסמארד. אויך האט מען אויסגעפירט שחיטות קעגן אנדערע מינאריטען, ווי די גריכן און די אסיריער.

נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טערקיי געווען אקופירט דורך די ארמייען פון די אליאירטע מאכטן, און ס'איז געגרינדעט געווארן די טערקישע נאציאנאלע באוועגונג. מען האט געפירט די טערקישע אומאפהענגיקייט מלחמה אונטער דער פירערשאפט פון מוסטאפא קעמאל פאשא, א מיליטער קאמאנדירער וואס האט געקעמפט אין דער גאליפאלי קאמף.

דעם 18טן סעפטעמבער האט די טערקישע רעגירונג אין אנקארא זיך פראקלאמירט די לעגאלע רעגירונג אין טערקיי; די פרעמדע ארמייען זענען שוין געווען ארויס פון לאנד. אין יולי 1923 האט מען געחתמעט דעם לאזאן אפמאך וואס האט אנערקענט די סואווערענטעט פון דער טערקישער רעפובליק.

אטאטורק איז געווען א פראגמאטישער פירער וואס האט איינגעפירט ברייטע רעפארמען אין טערקיי, וואס האבן צוגעברענגט צו מאדערניזאציע, און האבן איבערגעקערט דאס איסלאמישע לאנד צו סעקולערער רעפובליק מיט א מערבדיקע אריענטאציע. צווישן די רעפארמען, האט מען געטוישט די אראבישע שריפט מיט א שריפט באזירט אויפן לאטיינישן אלפאבעט, פרויען האבן אנגעהויבן גיין מיט אויפגעדעקטע פנימער און מענער האבן אויפגעהערט טראגן אויפן קאפ דעם טארבוש. מ'האט אויסגערופן אנקארא ווי די נייע הויפטשטאט פון טערקיי אנשטאט סטאמבול.

געאגראפיע

טערקיי איז א לאנד וואס ציט זיך אויס אויף צוויי קאנטינענטן, און שאפט א בריק צווישן אייראפע און אזיע. די באספארוס, ים פון מארמארא און דארדאנעלן דורכגאסן צעשיידן זיין אזיאטישן טייל (אנאטאליע אדער "קליין אזיע") פון זיין אייראפעישן טייל (טראקיע). דער אייראפעישער טייל איז נאר 3% פונעם שטח פון לאנד.

די טעריטאריע פון טערקיי איז מער ווי 1600 ק"מ אין דער לענג און 800 ק"מ אין דער ברייט, מיט א פארעם מער אדער ווייניגער ווי א גראדעק. ער ליגט צווישן די גארטל ליניעס 35º און 43º N, און די מערידיאנען 25º און 45º E.

טערקיי באדעקט א שטח פון 780,580 קוואדראט ק"מ. טערקיי האט לאנד גרענעצן וואס זענען לאנג 2,627 ק"מ מיט 8 לענדער: בולגאריע (240 ק"מ), גרוזיע (252 ק"מ), ארמעניע (268 ק"מ), אזערביידזשאן (9 ק"מ), איראן (499 ק"מ), איראק (331 ק"מ), סיריע (822 ק"מ) און גריכנלאנד (206 ק"מ). די ים גרענעצן זענען לאנג 7,200 ק"מ אויפן שווארצן ים, ים פון מארמארא, אגאישן ים און מיטלענדישן ים. טערקיי איז דאס 37סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח.

דער אייראפעאישער טייל פון טערקיי, מזרח טראקע, שאפט די גרענעצן פון טערקיי מיט גריכנלאנד און בולגאריע. דער אזיאטישער טייל, אנאטאליע, איז א הויכער צענטראלער פלאטא מיט שמאלע בארטנדיגע פלוינען. אזיאטישער טערקיי איז מערסטנס בארגיש, אבער אין אייראפעישן טערקיי זענען נאר דא בערגלעך. דער העכסטער פונקט אין טערקיי איז דער שפיץ פון בארג אררט וואס איז הויך 5,166 מעטער. אומגעפער 85% פונעם לאנד איז העכער פון 450 מעטער. אין צפון פון לאנד פאראלעל צום שווארצן ים שפרייטן זיך די פאנטוס בערג, און אין דרום פון לאנד פאראלעל צום מיטלענדישן ים שפרייטן זיך די טאורוס בערג.

טערקיי איז א לאנד רייך אין וואסער; ער האט 1,200 ק"מ פון טייכן, וואס די לענגסטע און וויכטיקסטע פון זיי זענען די פרת, חידקל און קיזילירמארק טייכן.

די הויפטשטאט פון טערקיי, אנקארא, איז באקאנט פאר די אנגארא קאץ, אנגארא קיניגל און אנגארא ציג.

קלימאט

די בארטן געגנטן פון טערקיי אויף די אגאישן און מיטלענדישן ימען האבן א טעמפעראטן מיטלענדישן קלימאט, מיט הייסע טרוקענע זומערס און צארטע אדער קילע און נאסע ווינטערס. די געגנטן אויפן בארטן פון שווארצן ים האבן א טעמפעראטן אקעאנישן קלימאט מיט ווארעמע, נאסע זומערס און קילע, נאסע ווינטערס.

אין מזרח טייל פונעם אנאטאלישן פלאטא זענען די ווינטערס גאר הארב. די טעמפעראטורן קענען אראפגיין ביז 30º- צו 40ºC-, און שניי קען ליגן מער ווי 120 טעג פון יאר.

עקאנאמיע

Modern Istanbul skyline
וואלקנקראצערס אינעם ביזנעס דיסטריקט פון סטאמבול, טערקיי'ס פירנדיקער עקאנאמישער צענטער

טערקיי האט דער וועלט'ס 17טע גרעסטע פראדוקט ווערדע. דאס לאנד איז א פונדאציע מיטגליד אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און די גרופע פון 20 הויפט עקאנאמיעס.

טערקיי האט עקספארטירט $143.5 ביליאן אין 2011 און $163 ביליאן אין 2012 ( די הויפט עקספארט שותפים אין 2012 זענען געווען: דייטשלאנד 8.6%, איראק 7.1%, איראן 6.5%, דאס פאראייניגטע קעניגרייך 5.7%, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן 5.4%). אבער אימפארטן זענען געווען גרעסער ביי $229 ביליאן.

שטארקע סעקטארן פון דער טערקישער עקאנאמיע זענען אויטאמאבילן, שיפבויען, אוטערהאלטונגס־עלעקטראניק, באנקירן, קאנסטרוקציע, טעקסטילן, אויל ראפינירן, מינעריי, אייזן און שטאל.

טוריזם

טוריזם אין טערקיי איז געוואקסן גיך אין די לעצטע צוואנציג יאר און איז היינט א וויכטיקער טייל פון דער עקאנאמיע. אין 2013 האבן 37.8 אויסלענדישע טוריסטן אנגעקומען אין טערקיי; זיי האבן אריינגעשטעלט $27.9 ביליאן צו טערקיי'ס איינקומפטן. אין טערקיי געפינען זיך צוויי פון די זיבן ווינדער פון די וועלט.

אינפראסטרוקטור

אין 2013 האט טערקיי געהאט 98 פליפעלדער, כולל 22 אינטערנאציאנאלע פליפעלדער. דאס סטאמבול אטאטורק פליפעלד איז דאס 13טע מערסט באשעפטיגסטע פליפעלד אין דער וועלט, און האט באדינט 31,833,324 פאסאזשירן צווישן יאנואר און יולי 2014. מען פלאנירט א ניי דריט פליפעלד פאר סטאמבול וואס וועט זיין דאס גרעסטע אין דער וועלט, מיט א מעגלעכקייט צו באדינען 150 מיליאן פאסאזשירן א יאר. דער פאן־טרעגער פון טערקיי זייט 1933 איז טערקישע לופטליניעס, און ווערט בארעכנט די בעסטע לופטליניע אין אייראפע אין די יארן 2011, 2012, 2013 און 2014.

די טערקישע אינטערנעץ האט 35 מיליאן באניצער.

גאלעריע

Anit Kabir (6526103103)
Aya sofya
Kocatepe Mosque Ankara
State Painting and Sculpture Museum of Ankara
DolmabahceMainGate
İzmir clock tower

איזמירער זייגער־טורעם

Pamukkale00
Eskişehir-Aycan
Antalya falezler
Alanya
Bluemosquefront
Diyarbakir P1050751 20080427135832

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. The tendencies of Apricot producers
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן
10טן נאוועמבער

10 נאוועמבער איז דער 314טער טאג פון יאר (315טער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 51 טעג.

13טן אקטאבער

דעם 13טן אקטאבער איז דער 286סטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (287סטער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 79 טעג.

13טן מערץ

דעם 13טן מערץ איז דער 72סטער טאג פון יאר (73סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 293 טעג.

17טן אויגוסט

דעם 17טן אויגוסט איז דער 229סטער טאג פון יאר (230סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 136 טעג.

19טן יולי

דעם 19טן יולי איז דער 200טער טאג פון יאר (201טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 165 טעג .

25סטן סעפטעמבער

25 אין סעפטעמבער איז דער 268סטער טאג פון יאר (269סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 97 טעג.

29סטן אקטאבער

דעם 29סטן אקטאבער איז דער 302טער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (303טער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 63 טעג.

29סטן מערץ

דעם 29סטן מערץ איז דער 88סטער טאג פון יאר (89סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 277 טעג.

3טן יאנואר

דעם 3טן יאנואר איז דער דריטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 362 טעג (363 אין אן עיבור־יאר).

9טן פעברואר

דעם 9טן פעברואר איז דער 40סטער טאג פון יאר אין דער זעקסטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 325 טעג (326 אין אן עיבור־יאר).

אזערביידזשאן

אַזערבײַדזשאַן (ענגליש: Azerbaijan) איז אַ מוסלעמענישע מלוכה אין קאווקאז, מערבֿ־אַזיע וואס גרענעצט מיט רוסלאנד אין צפון, גרוזיע, ארמעניע אין מערב און איראן אין דרום. חוץ דעם, האָט זי א גרענעץ פון 12 ק"מ מיט טערקיי. איר הױפּטשטאָט איז באַקו. 9 מיליאָן נפשות וואױנען אין אַזערבײַדזשאַן.

ארמעניע

אַרמעניע איז אַ לאַנד אין דעם קאווקאז ראיאן פון מערבֿ־אַזיע און אייראפע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאָט איז יערעוואן. 3.2 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין אַרמעניע. איר פרעזידענט איז ראָבערט קאָטשאַריאַן. אַרמעניע איז אַ רעפּובליק. 750 יידן ווױנען אין אַרמעניע. די גרעסטע פאליטישע פארטיי איז די רעפובליקאנער פארטיי פון ארמעניע.

ארמעניע גרענעצט טערקיי, גרוזיע, אזערביידזשאן און איראן; די גרענעצן מיט טערקיי און אזערביידזשאן זענען פארמאכט. ארמעניע איז אן אוראלט לאנד וואס האט אמאל אויך באדעקט שטחים פון היינטיגע טערקיי, סיריע, לבנון, איראק, איראן און אזערביידזשאן. פון 1920 ביז 1991 איז ארמעניע געווען א מיטגליד אינעם סאוועטן פארבאנד.

98% פון די איינוואוינער אין ארמעניע זענען עטנישע ארמענישע.

.

בולגאריע

בולגאַריע איז א לאַַנד אין דרום-מזרח אייראפּע. די הױפּטשטאָט איז סאָפיע. זי גרענעצט פינף לענדער: רומעניע צו צפון (בעיקר דורכן דוניי), סערביע און די רעפובליק פון צפון=מאקעדאניע צו מערב, און גריכנלאנד און טערקיי צו דרום; און דעם שווארצן ים צו מזרח.

די גרעסטע שטעט נאך סאפיע זענען פלאוודיוו (באפעלקערונג 338,153) און ווארנא (באפעלקערונג 334,870).‏

גריכיש

גריכיש (ελληνικά העלעניקאַ) איז א שפראך מיט א היסטאריע פון 3400 יאר. בערך 17–25 מיליאן מענטשן רעדן גריכיש היינט, אין די לענדער גריכנלאנד (אפיציעל), ציפערן (אפיציעל), אונגארן, אוקראינע, איטאליע, אלבאניע, ארמעניע, טערקיי און רומעניע אחוץ פון גריכישע אויסלענדער געמיינדעס איבער דער וועלט, איינשליסנדיג אויסטראליע, בולגאריע, גרוזיע, מאלדאווע, מאקעדאניע, פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוסלאנד, דייטשלאנד און נאך.

מען שרייבט גריכיש אינעם גריכישן אלפאבעט (דער ערשטער אלפאבעט מיט וואקאלן) זייט דעם 9טן יארהונדערט פאר נול אין גריכנלאנד (פריער פלעג מיין שרייבן גריכיש מיט לינעאר B), און זייט דעם 4טן יארהונדערט פאר נול אין ציפּערן.

גריכנלאנד

גריכנלאנד (גריכיש: Ελλάδα עלאַדאַ אדער Ελλάς עלאַס), אפיציעל די העלענישע רעפובליק (גריכיש: Ελληνική Δημοκρατία), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.

גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײַט 1981, און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001, נאט"א זײַט 1952, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961, און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.

מיטלענדישער ים

דער מיטלענדישער ים איז א ים פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיט לאנד — פון צפון זייט אייראפע, פון דרום אפריקע און פון מזרח אזיע. ער באדעקט א שטח פון 2.5 קוואדראט קילאמעטער, און איז באהאפטן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורך דעם שמאלן דורכגאס פון גיבראלטאר וואס איז ברייט אינגאנצן 14 קילאמעטער, און שיידט אפ גיבראלטאר און שפאניע אין אייראפע פון מאראקא אין אפריקע.

דער דורכשניט טיף פונעם ים איז 1500 מעטער, און דער טיפֿסטער פונקט איז 5,267 מעטער אין דער קאליפסא טיף אינעם יאנישן ים.

אמאל איז ער געווען די חשבסטע רוטע פאר סוחרים אין קדמונישע צייטן, מיט מסחר צווישן בבל, מצרים, גריכנלאנד, טערקיי און רוים.

די לענדער מיט בארטנליניעס אויפן מיטלענדישן ים זענען איטאליע, אלבאניע, אלזשיר, באסניע און הערצעגאווינע, גריכנלאנד, טוניסיע, טערקיי, ישראל, לבנון, ליביע, מאלטא, מאנאקא, מאנטענעגרא, סיריע, סלאוועניע, עגיפטן, פראנקרייך, ציפערן, קראאטיע און שפאניע. דערצו, האבן אויך דער עזה פאס און די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס גיבראלטאר און אקראטירי און דעקעליע בארטנליניעס אויפן ים.

סיריע

סיריע (אױף אַראַביש الجمهورية العربية السورية) איז אַ לאנד אין מערבֿ־אַזיע. איר הויפטשטאט איז דמשק. סיריע האָט גרענעצן מיט לבנון (קײן מערבֿ און דרום), איראק (קײן מזרח), טערקיי (קײן צפֿון), ישראל (קײן דרום), און דער מיטלענדישער ים (קײן מערבֿ). סיריע האָט פֿאַרלאָרן די רמת הגולן במשך פֿון דער זעקסטאגיקער מלחמה אין יאָר 1967. דער פרעזידענט פֿון סיריע איז באשער על אסאד (بشار الأسد‎ אין אראביש). די אָפֿיציעלע שפראך פֿון דעם לאַנד איז אראביש.

פון די ערשטע ציוויליזאציעס אין דער וועלט זענען געווען אין סיריע. די אוראלטע שטאט עבלע, וואו א פערטל מיליאן מענטשן האבן געוואוינט, ווערט פאררעכנט פאר א באווייז אויף א גרויסער סעמיטישער אימפעריע וואס האט געהערשט פונעם ים סוף ביז אנאטאליע אין די צייטן פון אברהם אבינו. במשך דער היסטאריע האבן געהערשט אין סיריע פארשידענע אימפעריעס, צווישן די שבטי ישראל, די אשורים, די בבלים, די פערסישע אימפעריע, די גריכן, ארמעניע, די רוימען, די ביזאנטישע אימפעריע, די אראבער און די קרייצצוגער. דמשק איז פון די עלצטע שטעט אין דער וועלט, און איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער אומאיאדישער אימפעריע, וואס האט געהערשט פון שפאניע ביז צענטראל אזיע, צווישן די יארן 661-760.

די גרעסטע שטאט איז ארם צובא (חאלאב).

ציפערן

ציפּערן אדער ציפּרוס (גריכיש: Κύπρος קיפּראָס) איז אַן אינזל לאנד אין דעם מיטלענדישן ים, דרום פון טערקיי און מערב פון סיריע. זײַן הױפּט און גרעסטע שטאָט איז ניקאָסיע.

די אפיציעלע שפראכן דארט זענען גריכיש און טערקיש.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.