טבריה

טבריה איז א שטאט אויפן ברעג פונעם ים כנרת אין אונטער גליל אין צפון זייט פון מדינת ישראל.

הורדוס אנטיפאס האָט מיסד געװען טבריה ווי זײַן הױפּטשטאָט אינעם גליל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אומגעפער אין יאר ג'תת"פ, דארט האבן געוואוינט דער תנא בן עזאי און אויך א טייל פון די אמוראים וואס האבן מסדר געווען תלמוד ירושלמי: רבי יוחנן און ריש לקיש.

חז"ל זאגן אז טבריה איז געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת.‏[1]

הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים.

אין 2018 האט מען געוויילט רון קובי בירגערמייסטער פון טבריה.

טבריה
Coat of arms of Tiberias
Tiberias from air

טבריה פון דער לופט
מדינה / טעריטאריע Flag of Israel.svg ישראל
קאארדינאטן 32°48′N 35°32′E / 32.800°N 35.533°Eקאארדינאטן: 32°48′N 35°32′E / 32.800°N 35.533°E
דיסטריקט צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער רון קובי
שטח 10.872 קוואדראט ק"מ
הייך 200- מעטער
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטאט
 ‑ ענגקייט

41,734‏
3,911 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2
www.tiberias.muni.il

רעפערענצן

  1. תלמוד בבלי, מסכת מגילה, דף ו, עמוד א
א' אייר

א' אייר איז דער ערשטער טאג פונעם צווייטן חודש.

אמוראים

אמוראים זענען די חכמים און רבנים פון די תלמוד, וואס האבן געלעבט און געשאפן אין די תקופה פון די פארענדיגונג פון די משנה דורך רבי יהודה הנשיא און ביז נאכן פארענדיגן דעם גמרא.

די אמוראים זענען געווען פלאצירט אין צוויי אידישע צענטערן: אין ארץ ישראל און אין בבל.

בעפאר זיי האבן באלאכטן און געפירט כלל ישראל די הייליגע תנאים און נאך זיי האבן איבערגענומען די סבוראים.

דער טיטול און נאמען "אמורא" האט לכתחילה געדינט אלס מקור צו אידענטיפיצירן די אויפגאבע וואס איז געווען שייך אין א בית המדרש - דער "אמורא" האט פשוט און פראסט מסביר געווען די רייד פון די חכם פאר די פאבליק, דאס הייסט ער האט איבערגעזאגט אויף אזא אופן אז דער המון זאל דאס אויך פארשטיין, אבער אין די צייטן פון די אמוראים איז דאס געווארן א נאמען פאר יעדן חכם און רב.

אין ארץ ישראל איז דער צענטער פאר די תורה וועלט געווען אין ציפורי היינט א דארף נעבן נצרת אין אונטער גליל און דערנאך האט זיך דאס אריבערגעצויגן קיין טבריה.

אין בבל איז דער עיקר דאס געווען אין ישיבת סורא, און טייל מאל איז דאס אריבער צו ישיבת פומבדיתא און צו די ישיבת נהרדעא.

די אמוראים פון בבל און ארץ ישראל האבן אנגעהאלטן א פארבינדינג מיט איינער דעם אנדערן און זיך געהאלפן שליכטן שווערע אישו וויאזוי אידן זאלן זיך פירן דורך שיקענדיג שליחים איינער צום אנדערן.

די צאל אמוראים וואס זענען אונז באקאנט שטייגט איבער צו מער פון דריי טויזנט, לויט דער ציילונג פון די חוקרים וואס שטודירן די גמרא.

צווישן די אמוראים זענען געווען אזאלעכע וואס האבן זיך גאר שטארק אויסגעצייכענט אין זייער בקיאות זיי האט מען אנגערופען "סיני".

עס איז אבער געווען אזעלכע וואס האבן זיך אויסגעצייכענט אין זייער שארפקייט, ד.ה. און זייער מעגליכקייט צו דערגרייכן, דורך לאגישע מסקנות, צו א שליכטונג פון אלע סוגיות וואס זענען ארויפגעקומען צום דעבאטע פון די אמוראים - זיי האט מען גערופען איטליכער "עוקר הרים".

אסאך ביאגראפישע אנעקדאטן פון די אמוראים איז באזירט פון די גמרא וואס זייער אסאך פון זיי קען מען נישט אנעמען אלס א ריכטיגער ביאגראפיע ווייל פיל פון זיי זענען אגדתא שטיקער וואס זענען געשריבן אלס משל.

די תקופה פון די אמוראים אין ארץ ישראל ווערט צעטיילט אוף 5 דורות און אין בבל אויף 7 דורות.

די מערסטע מערקווירדיגע אמוראים פון יעדן דור איז ווי פאלגנד.

בית דין

בית דין צדק (אדער אין ר"ת בד"ץ) איז א יידישע רעליגיע געריכט וואס פסקנ'ט לויט די יידישע הלכה איבער הויפט בדיני ממונות. די דיינים ווערן אויסגעקליבן דורך פריעריגע רבנים נאך וואס זיי ווערן אויסגעפרוווט מיט אן עקזאם.

אין א בית דין דארף זיין דריי דיינים.

די גרויסטע באוווסטע בתי דין אין מדינת ישראל זיינען:

עדה החרדית

בעלזא

אגודת ישראל

דגל התורה

רבנות הראשי

בית מדרש

בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען עקסטער פון א שול. אין א שול דארף מען זיין שטארק נזהר נישט אויסצורעדן קיין שום דברים בטלים.

בני ברק

בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176,556.

די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.

בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה.

הלכה

הלכה איז דער אידישער באגריף וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט ביים לעבן און ביים טויט. עס איז א מאדערן ווערסיע פון תרי"ג מצוות.

עס איז דא א 4 טיילן שלחן ערוך: חושן משפט געלט און האנדל. יורה דעה - כשרות. אורח חיים טעגליכע פירונגען. און אבן העזר - מאן און ווייב.

לעצטענס איז דא דער משנה ברורה וואס זענען פארשריבן אלע מאדערן הלכות.

עס איז דא וואס זענען צווישן איין מענטש און אנדערן. און צווישן גאט אין דעם מענטש.

ישיבה

א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".

מנהג

מנהג איז א פיראַכץ וואס אידן האלטן אייביג אן, אפילו זיי פארשטייען נישט דעם טעם און ציל דערפון פשוט ווייל מען וויל זיך האלטן ווי מער אריגינעל און ווי ווייניגער אסימילירט אינעם היינטיקען מאדערנעם פאקט פון ציוויליזאציע. [פֿעלט אַ מקור]הגם רוב מאל איז מנהגים איינגעפירט צו ארויסברענגן געוויסע מחשבות און גוטע מדות אינעם איד.[פֿעלט אַ מקור]

פלעטבוש

פלעטבוש איז א פרומע אידישע ארטאדאקסישע געגענט אין ברוקלין נעבן בארא פארק.

עס זענען דארט נישטא קיין סאך חסידים; בעיקר זענען זיי דארטן מאדערן ארטאדאקסן און ליטווישע מיט ספרדים.

צפת

צפת איז א שטאט אין צפון ישראל. סוף 2003 האט צפת געהאט א באפעלקערונג פון 26,600. עיה"ק צפת איז איינע פון די פיר הייליגע שטעט ביי יידן; די אנדערע זענען ירושלים, חברון און טבריה (פון קבלה ווערט געברענגט אז די דאזיגע פיר הייליגע שטעט זענען אנטקעגן די פיר יסודות אויף וואס די וועלט באשטייט, "אש-פייער" אקעגן ירושלים אוואו מפלעגט מקריב זיין די קרבנות אויפן "פייער", "עפר-ערד" אנטקעגן חברון אוואו עס ליגן די ישיני עפר די אבות הקדושים, "מים-וואסער" אקעגן טבריה וואס שטייט ביים ברעג פונעם ים כנרת, און "רוח-ווינט" אקעגן צפת, צוליב וואס כמעט שטענדיג וועט דארט בלאזן א ווינטל, אפי' אין א גאר הייסע טאג, אזוי אויך טוט "רוח" באדייטן אויף די "גייסטליכקייט" און "העכערקייט" וואס הערשט אין דעם שטאט.

דער נאמען "צפת" טראגט עטליכע באדייטן: "צופה-קוקן" צוליב וואס צפת פארמאגט א הערליכע אויסקוק אויף די גאנצע גליל בערג, ווי אויך "צפי'" א לשון פון "האפן" צוליב די געגועין וואס אירע אמאליגע הייליגע איינוואוינער האבן פארמאגט צו ביאת המשיח.

צפת געפינט זיך אין דעם שטח פון שבט נפתלי. צפת ווערט פארעכנט אלס דער הויפטשטאט פונעם העכערן גליל ראיאן.

צפת איז באקאנט אלס דער הויפט וואוינארט פון די אידישע מקובלים, צוליב וואס אין איר האבן געוואוינט א ריזיגע צאל אידישע מקובלים ווי דער רמ"ק, דער אריה"ק, און נאך פילע.

אין תקל"ח איז אנגעקומען אין צפת די ערשטע גרופע פון 300 חסידים, וואס ווערט גערעכנט דער אנהייב פונעם "אלטן אשכנזישן יישוב" אין צפת. אין תקנ"ט, גלייך נאך ווען נאפאלעאן האט זיך צוריקגעצויגן פון ארץ ישראל, האבן די אראבער אומגעווארפן דאס יידישע פערטל אן אסאך פון די ארטיקע יידן האט מען געהרגעט. אין תק"ע זענען געקומען קיין צפת מתנגדים, תלמידים פונעם ווילנער גאון, אונטער דער פירערשאפט פון רבי ישראל שקלאווער. דאס האט פארשטארקט דעם יישוב אין צפת. איינער פון די אימיגראנטן, ר' ישראל ב"ק (וואס האט געצויגן 200 יידן פון בארדיטשוב) האט געגרינדעט דארט די ערשטע יידישע דרוקעריי אין ארץ ישראל.

אין יאר ה'תקצ"ז האט צפת איבערגעפילט א שרעקליכן ערדציטערניש וואס האט געהרגעט 2,000 מענטשן, און חרוב געמאכט די גאנצע שטאט, און אנגעברענגט אונגעהויערע שאדענעס, וואס קען זיך אנזען אין מערערע ערטער אין צפון.

אין יאר ה'תרפ"ט איז פארגעקומען א פאגראם ווי די אראבער האבן אומגעבראכט 19 אידן ל"ע.

היינט צוטאגס פארמאגט צפת א באפעלקערונג פון 33,000.

רב

א רב (לשון רבים: רבנים) איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהל'ישע ענינים לטובת דעם ציבור.

תורה

תורה (תּוֹרָה) א לשון קודש ווארט וואס מיינט "לערנען", "אנווייזונגען" אדער "געזעצין". עס איז דער צענטראלער און די מערסטע וויכטיגסטע דאקומענט פון אידישקייט פארהייליגט דורכאויס אלע דורות. עס איז געשריבן אין לשון הקודש. אויך באדייט די ווארט "תורה" אלע געזעצין ווי אזוי א רעליגיעזער איד דארף זיך אויפפירן, אריינגערעכנט, משנה, תלמוד, מדרש און הלכה.

תורה איז א טייל פון תנ"ך.

תלמוד

תלמוד (מער באוואוסט מיטן אראמישן נאמען גמרא) איז א זאמלונג פון די מאמרים און שקלא וטריא פון די אמוראים , ד"ה די חכמים ביי יידן פון דער תקופה גלייך נאכן פעסטשטעלן פון דער משנה (בערך 200 יאר נאכן צווייטן חורבן בית המקדש). די אמוראים שטעלן זיך אויף די ווערטער און סברות פון די תנאים אין דער משנה און ברייתות.

אין ציפורי און אין טבריה אין ארץ ישראל האט מען צוזאמענגעשטעלט דעם תלמוד ירושלמי. א הונדערט יאר שפעטער האט מען אין בבל צוזאמענגעשטעלט דעם תלמוד בבלי. מען לערנט דעם בבלי אסאך מער ווי דעם ירושלמי.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.