חיים וואלאזשינער

רבי חיים וואלאזשינער (ז' סיון ה'תק"ט - י"ד סיון ה'תקפ"ט) איז געווען דער הויפט תלמיד פון דעם ווילנער גאון, און האט אויפגעשטעלט די "מוטער ישיבה" אין וואלאזשין (היינט בעלארוס).

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן געווארן ז' סיון תק"ט צו זיין פאטער ר' יצחק בן חיים, פרנס אין דער וואלאזשינער קהילה, און צו זיין מוטער רבקה, א טאכטער פון רבי יוסף ראפאפארט. ער האט געלערנט תורה ביי רבי רפאל הכהן האמבורגער (מחבר פון "תורת יקותיאל"), דער מינסקער רב, און ביי רבי אריה לייב, דער "שאגת אריה", בשעת ער איז געווען רב אין וואלאזשין.

ווען ער איז געווען אלט ניינצן יאר איז ער געווארן מקורב צום ווילנער גאון ביז ער איז געווארן זיין תלמיד מובהק.

אין תקל"ד האט מען אים אויפגענומען ווי שטאטס-רב אין וואלאזשין. נאך פופצן יאר, אין תקמ"ט, איז ער אריבער צו ווערן רב אין ווילקאמיר, אבער ער איז געבליבן דארט נאר איין יאר.

רבי משולם דוד סאלאווייטשיק דערציילט אין נאמען פון זיין פאטער דעם בריסקער רב:‏[1]

אינעם שטעטל וואלאזשין ווען עס פלעג שנייען, האט עס געשנייט א לאנגע צייט ביז אלע וועגן זענען געווען פארדעקט. די ישיבה בחורים האבן באמערקט אז יעדע מאל וואס עס איז געפאלן א שווערער שניי, און אלע וועגן פונעם שטעטעלע זענען געווען פארמאכט צוליבן הויכן שניי, איז אבער דער וועג וואס האט געפירט צו דער ישיבה געווען ריין און לייכט צו גיין.
ווען מען האט נאכגעפארשט וועגן דעם, און אויפגעשטאנען פרי צו דערגיין וואס קומט פאר דא, האט מען געזען ווי רבי חיים וואלאזשינער איז אויפגעשטאנען פארטאגס און האט אליין געארבעט אוועקצוקערן דעם שניי וואס האט זיך פארזאמלט.

זיינע ספרים

  • נפש החיים

רעפערענצן

  1. אהרן פערלאוו אין דער אידישע טריבונע, 2074, י"ד סיון תשע"א, אין נאמען פון הרב שמעון יוסף מעלער
אוטיאן

אוטיאַן (ליטוויש: Utena, פויליש: Uciana,רוסיש: Утена) איז א שטאט אין אוטענער דיסטריקט, צפון־מזרח ליטע, אויפן טייך קראשואנע. די שטאט געפינט זיך 92 ק"מ צפון פון דער הויפטשטאט ווילנע. די שטאט האט 26,491 איינוואוינער (2017).

הויפט זייט/ז' סיון

יארצייט פונעם נביא הושע בן בארי

ה'תק"ט - געבוירן הר"ר חיים וואלאזשינער

הויפט זייט/י"ד סיון

ה'תקפ"א - נפטר געווארן רבי חיים וואלאזשינער

וואלאזשינער ישיבה

די וואלאזשינער ישיבה (אפיציעל ישיבת עץ חיים) איז געווען די "מוטער ישיבה" פון די ליטווישע ישיבות. זי איז געגרינדערט געווארן אין 1802 אינעם שטעטל וואלאזשין, מינסקער גובערניע, ליטא (היינט בעלארוס), רוסלענדישע אימפעריע, דורך רבי חיים וואלאזשינער. די ישיבה האט זיך ביז די רוסישער רעגירונג האט זי פארמאכט מיט דער טענה אז מען זאל לערנען רוב פון טאג לימודי חול.

נאך ר' חיים איז געווארן דער ראש ישיבה זיין זון ר' יצחק.

אין 1895 האט רבי רפאל שפירא געעפנט די ישיבה פונדאסניי, ביזן צווייטן וועלט קריג.

חיים סאלאווייטשיק

ר' חיים הלוי סאלאווייטשיק (ט"ו אדר ב' ה'תרי"ג, וואלאזשין - כ"א אב ה'תרע"ח), באקאנט אלס ר' חיים בריסקער.

יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם "בית הלוי". טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (באדייטן).

הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (נעזשוויז, ה'תק"ף- ד' אייר ה'תרנ"ב, בריסק) באקאנט ווי רבי יאשע בער, איז געווען דער בריסקער רב און מחבר פונעם ספר "בית הלוי".

יוסף זונדל פון סאלאנט

רבי יוסף זונדל פון סאלאנט (ה'תקמ"ו - ה'תרכ"ו), איז געווען דער רבי מובהק פון רבי ישראל סאלאנטער. אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען א מורה הוראה אין דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים.

ישיבה

א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".

ישראל סאלאנטער

רבי ישראל ליפקין, באקאנט אלס רבי ישראל סאַלאַנטער (ו' חשוון ה'תק"ע, 3טן נאוועמבער 1810, זשאגער, ליטע - כ"ה שבט ה'תרמ"ג, 2טן פעברואר 1883, קעניגסבערג, דייטשלאנד) איז געווען דער גרינדער פון דער מוסר באוועגונג און א באקאנטער ראש ישיבה און תלמיד חכם. מען האט אים גערופן "סאלאנטער" ווייל רוב פון זיין ערציאונג איז געווען אין סאלאנט, ליטע, וואו ער האט געלערנט ביי זיין רבי'ן, רבי יוסף זונדל פון סאלאנט.

מאטל כ"ץ

רבי חיים מרדכי "מאטל" כ"ץ; ה'תרנ"ד-י"ב כסלו תשכ"ה) איז געווען דער ראש ישיבה פון טעלזש אין קליוולאנד און פון די פראמינענטע פירער פון אמעריקאנישן יידנטום.

נפתלי צבי יהודה בערלין

רבי הירש לייב (נַפְתָּלִי צְבִי יְהוּדָה) בערלין (כ"ט מרחשון ה'תקע"ז - כ"ח אב ה'תרנ"ג ; 1816-1893), באקאנט מיט די ר"ת דער נצי"ב פון וואלאזשין, איז געווען ראש ישיבה אין דער עלטסטער און בארימסטער וואלאזשינער ישיבה.

רפאל שפירא

הרב רפאל שפירא (אדר ה'תקצ"ז, 1837 - כ"ג אדר ב' ה'תרפ"א, 1921) איז געווען דער רב און ראש ישיבה אין וואלאזשין.

שלמה זלמן אלכסנדר כהנא שפירא

הרב שלמה זלמן סענדער כהנא שפירא (ה'תרי"א - כ"ג שבט ה'תרפ"ג) איז געווען רב און ראש ישיבה אין מאלטש, (Малеч - היינט אין בעלארוס), און דערנאך אין קריניק, און קאמפאזיטאר פון ניגונים און נסחאות התפלה וועלכע ווערט נאך היינט געזונגען ביי די ליטווישע קרייזן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.