זשאנער

זשאנער (שורש איז א פראנצויזיש ווארט אויף סארט אדער מין) איז א באצייכענונג אפצוצייכענען מיט א לויזע פאר פון קריטעריע צאמזאמעלן און מאכן א געוויסע קאטעגאריע פון ליטעראטורישע קאמפאזיציעס, מען שאצט דאס לויט א פנימיותדיגער טראדיציאנאלער אפטיילונג פון סיי וואסערע מין קונסט וואס ענדעלט עפעס גלייך, און מען מאכט דאס אויך אין גרופעס אין צו פארשידענע קלענערע אפטיילונגן און גרופעס.

אין אלע קונסט פארעמען זענען זשאנערס זייער שוואכע קאטעגאריעס מיט נישט קיין פעסטע גרענעצן. דאס איז צוליב דעם וואס די זשאנערס ווערן געוויינליך אויפגעשטעלט דורך פארן פון קאנוועשאןס, און אסאך ארבעטן זענען ענדליך און קענען אויסגעטייטשט ווערן אלס ביידע.

דער פארנעם פונעם ווארט זשאנער ווערט בלויז באנוצט ביי די פעלדער פון קולטור און קונסט, ספעציעל ליטעראטור.

אברהם פריד

אברהם שבתי הכהן פרידמאן (געב' י"ג אדר ב' ה'תשי"ט, 22סטן מערץ 1959), באקאנט מיטן נאמען אברהם פריד, ווערט פאררעכנט אלס דער צווייטער צום "מלך פון יידישער מוזיק", מרדכי בן דוד, וואס איז זיין הויפט שותף. די צוויי זענען די גרעסטע אין חסידישע מוזיקר.

ער האט אנגעהויבן זינגען אלס קינד אין דעם חב"ד קינדער כאר.

ער איז א ליובאוויטשער חסיד און וואוינט אין קרוין הייטס.

דזשעז

דזשעז איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. דזשעז האט עלעמענטן פון אפריקאנער־אמעריקאנער מוזיק און אייראפעאישער מוזיק.

די אינסטרומענטן וואס מען שפילט אין דזשעז זענען דער סאקסאפאן, דער טרומייט, די פיאנע, דער קאנטראבאס און פויקן.

איינער פון די הויפט עלעמענטן אין דזשעז איז אימפראוויזאציע.

אין די סוף 1980ער און די אנהייב 1990ער יאר האט דזשעז שטארק באאיינפלוסט היפ האפ.

דיכטונג

דיכטונג (אדער פאעזיע) איז א ליטערארישע זשאנער. דאס איז די קונסט פון שרייבן טעקסט אויף א שיינעם פורעם (ווי צום ביישפיל מיט גראמען אדער קלאנגען אד"ג). א דיכטונג איז אין אלגעמיין אן אפטייל פון טעקסט מיט אפגעשניטענע שורות אויף די זעלבע לענג. און איז מיינסטנס געמישט מיט מעטאפערען און פאנטאזיע. עס קען זיין א קורצער טעקסט אדער לאנג ווי א בוך.

לידער זיינען אנדערש ווי דיכטונגען. לידער זיינען טעקסטן וואס מען האט געשאפן כדי צו מאכן פון זיי מעלאדיעס. לידער איז געבויט אויף א פֿאַל וואס דער פראסטער מענטש קען פארשטיין, אבער דיכטונגען זיינען טיפערע טעקסטן וואס מען קען זיי אנאליזירן.

דער וואס שרייבט דיכטונגען הייסט א דיכטער.

דיכטונגען זיינען צעטיילט אין עטלעכע זשאנערס:

באלאדע

מאקאמע

עפאס

ליריקאין א דיכטונג קען זיין פון די פאלגענע ליסטע:

גראם (ליד)

עסאיי

גראמאטישע סטרוקטור

דראמא

דראמא איז אַ ליטערארישע זשאנער וואָס איר אויסדרוק איז דורך אקטיארן. ווי צום ביישפיל: פארשטעלונגען, פילמען אדער טעלעוויזיע. דאָס וואָרט "דראַמאַ" שטאמט פון גריכיש וואס באדייט "טאן".

דער אויסדרוק פון דראמא איז די באציונג צווישן מענטשן. א דראמאטישע סצענע אין א שפיל אדער פילם, אדער אין רעאליטעט, ווען עס פאסירט א דראמאטישע ערשיינונג.

האנג קאנג

האנג קאנג (כינעזיש: 香港), אפיציעל דער האנג קאנג באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן (כינעזיש: 香港特別行政區), איז געווען א בריטישע קאלאניע וואס איז געווארן א באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע אין 1997. האנג קאנג נעמט אריין א האלבאינזל און 236 אינזלען אויף כינע'ס דרום בארטן. האנג קאנג האט אנטוויקלט צו איינעם פון דער וועלט'ס הויפט פינאנציעלע צענטערן.

חסידישע מוזיק

חסידישע מוזיק איז אזעלכע מוזיק וואס ווערט געזונגען אין רבישע הויפן און אין אלגעמיין ביי די פרומע קרײַזן, וואס בדרך כלל ווערן זיי געזונגען מיט הייליגע ווערטער פון הייליגע ספרים, ווי תנ"ך, גמרא, מדרשים א.א.וו.

די הויפט קינסטלער פון חסידישע מוזיק היינט זענען חיים באנעט, יוסף משה כהנא, ירמיה דאמען און בן-ציון שענקער.

אפילו מען רופט דעם זשאנער חסידישע מוזיק, מוז עס נישט זײַן געזונגען נאר ביי די חסידישע קרײַזן. נאָר הײַנט איז אײַנגעפירט רופן אלערליי מאָדערנע פרומע מוזיק - "חסידישע מוזיק". ווארשיינליך אַלס די פּאָפּאָלאַרישע מוזיק וואס ווערן געזונגען דורך יעקב שוועקי, אברהם פריעד און מרדכי בן דוד.

די עכטע חסידישע מוזיק הייסן חסידישע ניגונים, דאָס זײַנען די לידער וואס ווערן געזונגען בײַ די אדמור"ים אין זייערע חצרות קודש.

אויך חזנות מיט כלעזמער ווערט גערעכנט אלץ חסידישע מוזיק, (זעהט מער אין זייערע לינקען).

ליטערארישע זשאנער

די קונסט פון ליטעראטור קאטעגאריזירט מען אין פארשיידענע זשאנערס לויט די כאראקטערס פון זייער אויסדרוק.

די הויפט ליטערארישע זשאנערס:

פראזע

ראמאן

נאוועלע

קורצע דערציילונג

שוידער ליטעראטורדראמא

טראגעדיע

שייקספיר טראגעדיע

קאמעדיע

פארשטעלונג

דיכטונג

ליטערארישע פיקציע

ליטערארישע פיקציע זענען פיקטישע ווערק וועלכע האבן א ליטערארישן ווערט. דער טערמין ווערט באנוצט אויף צו פונאנדערטיילן צווישן די ווערק און זשאנער פיקציע.

מאריאטשי

מאַריאַטשי (שפאניש: Mariachi) איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון כאליסקא פראווינץ אין במערב מעקסיקא. מוזיק פון דער זשאנער שליסט איין סטרונע אינסטרומענטן און איז באאיינפלוסט פון דער היסטארישער און קולטורערלער אנטוויקלונג פון מערב מעקסיקע. דורכאויס דער היסטאריע פון מאריאטשי, האבן מוזיקאנטן עקספערימענטירט מיט בלאז אינסטרומענטן און שלאג-אינסטרומענטן. דערצו האבן סאציא־היסטארישע פֿאקטארן געהאט א השפעה אויפן רעפערטואר פון דער מוזיק און אויך אויף דער עוואלוציע פון דער קליידונג.

א מאריאטשי טרופע איז נארמאל צוזאמענגעשטעלט פון פידלען, טרומייטן, קלאסישן גיטאר, וויאלע און א באס גיטאר. די שפילער זענען אלע אנגעטון גלייך מיט זילבערנע קליידער, א טשארא (רייטהויזן) און ברייטע קאפעליטשן.

מוזיק

מוזיק, איז אן אָרגאנעזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קולות און אזוי ווײַטער.

מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגעבן געפילן, געדאנקען און אזוי ווײַטער.

די אָפטײַטש פון מוזיק ווערט געטוישט לויטן קולטור.

מוזיק זשאנער

א מוזיק־זשאַנער (פון פראנצויזיש: genre) איז אן אנגענומענע קאטעגאריע אין וואס מוזיק ווערט געשפילט לויט א געוויסער טראדיציע. צווישן די מערסט באקאנטע מוזיק־זשאנערס זענען:

קלאסיש

ראק

בלוז

דזשעז

קאנטערי

היפ האפביי יידישער מוזיק איז פאראן:

חזנות

חסידיש

דביקות

משל

משל איז א ליטערארישע זשאנער. א משל איז א בקיצורדיקע געשיכטע (וועגן בעלי חיים אדער פלאנצן מיט תכונות פון מענטשן, ווי למשל רעדן) וואס איז ווי א ביישפיל צו א נמשל וואס מען וויל מסביר זיין און ארויסברענגן א מוסר השכל.

דער משל איז א געוויסע געשיכטע, אבער דער נמשל ווענדט זיך גאנץ ברייט. אפטמאל איז שווער איבערצוגעבן א מוסר השכל, אבער מיט א משל גייט עס גרינגער.

אין אידישקייט איז דא א גאנצער ספר משלי פון שלמה המלך וואס איז געווען א קלוגער מאן.

סאמבע

סאַמבע (פארטוגעזיש: samba) איז א טאנץ און מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון בראזיל, וואו זי האט אנגעהויבן אין די 1920ער יארן. ארום דער גארער וועלט ווערט די סאמבע אנערקענט ווי דער סימבאל פון בראזיל.

די סאמבע ווערט געשפילט אין בראזיל ביי די קארניוואלן. די אינסטרומענטן וואס מען שפילט ביי א סאמבער זענען פויקן און גלאקן, אויך אן אפיטא פייף ביים אנהייב פון יעדן פאל.

עלעקטרא

עלעקטרא איז א זשאנער פון עלעקטראנישער מוזיק באאיינפלוסט דורך עלעקטראנישע אינסטרומענטן. רעקרארדן פון דעם זשאנער זענען געווענליך כולל פויק מאשינערייען און שווערע עלעקטראנישע גערודער אן מענטשליכע קולות בדרך כלל.

פאפ מוזיק

פאפ מוזיק (א פארקורצערונג פון דעם ווארט "פאפולער") איז א טערמין ווערט געווענליך גענוצט פאר קאמערציאלע רעקארדירטע מוזיק, אפט אריענטיד צו די יוגנטליכע. נערמאל באשטייט עס פון רעלאטיוו קורצע פשוטע לידער נוצנדיג פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פראדוצירן נייע וועריאציעס אויף עקזעסטירענדע טעמעס. אלץ א זשאנער איז עס פארבונדן מיט די ראק און ראל און שפעטערע ראק מוזיק סטיל. דער אנהויב פון פאפ מוזיק איז אין די זעכציגער יארן.

פלאמענקא

פֿלאַמענקא איז א זשאנער פון געזאנג, מוזיק און טאנץ וואס איז פאפולער אין שפאניע. ער שטאמט פון די ציגיינער אין אנדאלוזיע, שפאניע.

ביי פלאמענקא שפילט מען א גיטאר, מען זינגט, פאטשט די הענט, צעטרעט די פיס און מען שפילט קאסטאניעטן.

פראזע (ליטעראטור)

פּראָזע איז א ליטערארישע זשאנער וואס איז נישט געשריבן מיט א באשטימטן אויסשטעל אזוי ווי למשל דיכטונג, רשימות און טאבעלעס.

פראזע ווערט ברייט געניצט, צום ביישפיל, אין ליטעראטור, צייטונגען, ענציקלאפעדיעס, פילמען, היסטאריע, פילאסאפיע, געזעצן און אנדערע פארעמען פון קאמוניקאציע.

ראפ מוזיק

רעפ איז אן אפריקאנישער מוזיק זשאנער, ווי מ'גראמט מיט פיוטים, און מ'טענהט זיך מיט לאזונגען, אויף ווילדע טענער און תנועות פון גוף. עס איז ווי א דעבאטע מיט כלי זמר און נגינה.

ראק מוזיק

ראק איז א מוזיק זשאנער וואס ווערט געשפילט שטארק באמבאדיריש און אומרוהיג. דאס האט זיך אנגעהויבן אין די 1940ער און 1950ער יארן, און האט זיך אנטוויקלט פון די 1960ער יארן אינעם פאראייניגטן קעניגרייך און די פאראייניקטע שטאטן. מען שפילט עס מיט אן עלעקטרישער גיטאר, צוזאמען מיט א קאנטראבאס גיטאר און פויקן.

געוויינטלעך האט א ראק קאפעלע פיר מוזיקאנטן.

די באקאנטע ראק מוזיקאנטן זענען באב דילן און די ביטלס.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.