זמן

זמן איז א פרומע מאנאטליכע מאגאזין מיט וועלטליכע ארטיקלען געשריבן אין העברעאיש.

עס ערשיינט אין אמעריקע און אין ישראל.

טייל ארטיקלען זענען איבערגעטייטשט און איבערגעארבעט פון דער שטערן און דער שפאקטיוו.

ענגלישע אויסגאבע

אויך געבן זיי ארויס אן ענליכע ענגלישע אויסגאבע ZMAN.

אור עקיבא

אור עקיבא איז א שטאָט אין דער חיפה דיסטריקט אין ישראל, זיין שטח איז גרויס 3,539 דונאם. ס'איז געווארן אַ שטאָט אין 2001. ס'איז דא אין אור עקיבא 16,000 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.2 פראצענט. רוב זענען אידן.

אילת

אילת (ענגליש: Eilat, אַראַביש: ايلات) איז א שטאָט אין דעם דרום דיסטריקט פון ישראל, א פארט שטאָט און פאר רעזארט (וואקאציע).

אילת איז די מערסטע דרום שטאָט אין ישראל, 238 ק"מ דרום-זייט פון באר שבע, און 346 ק"מ פון תל אביב. דער שטח איז גרויס 84,789 דונאם. דער יישוב אין אילת איז געגרינדעט געווארן 1951, און איז געווארן א שטאָט אין 1959. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר יוני 2010, איז דא אין אילת 47,600 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 2.5 פראצענט. רוב זענען אידן.

אינטערנעץ

די אינטערנעץ איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק, וואס אנטהאלט ביליאָנען קאָמפּיוטערס צונויפגעבונדן אין אַ גרױסער נעץ. דאָס דערלױבט א קעגנזײַטיגן אינפֿאָרמאַציע-פֿלוס פֿון-און-צו אלע אנגעשלאסענע קאָמפּיוטערס.

די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע, פובליק, אקאדעמישע, ביזנעס און רעגירונג נעצווערק.

די אינטערנעץ שטיצט א רייע סערוויסן, צווישן זיי די World Wide Web און דעם אינפראסטרוקטור פאר בליצפאסט.

די אינטערנעץ איז געשאפן געווארן אקטאבער 1969 אין אמעריקע. אין 1989 האט טים בערנערס-לי געשאפן די אלוועלטלעכע וועב.

היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מעדיע, ווי למשל טעלעפאן, מוזיק, פילם און טעלעוויזיע איבערגעארבעט דורך דער אינטערנעץ. אויך דאס פארעפנטלעכן פון צייטונגען, ביכער און אנדערע געדרוקטע זאכן ווערט צוגעפאסט צו וועבזייטל טעכנאלאגיע, ווי אויך די נייע מאדעס פון בלאגן און וועבפידן.

אמוראים

אמוראים זענען די חכמים און רבנים פון די תלמוד, וואס האבן געלעבט און געשאפן אין די תקופה פון די פארענדיגונג פון די משנה דורך רבי יהודה הנשיא און ביז נאכן פארענדיגן דעם גמרא.

די אמוראים זענען געווען פלאצירט אין צוויי אידישע צענטערן: אין ארץ ישראל און אין בבל.

בעפאר זיי האבן באלאכטן און געפירט כלל ישראל די הייליגע תנאים און נאך זיי האבן איבערגענומען די סבוראים.

דער טיטול און נאמען "אמורא" האט לכתחילה געדינט אלס מקור צו אידענטיפיצירן די אויפגאבע וואס איז געווען שייך אין א בית המדרש - דער "אמורא" האט פשוט און פראסט מסביר געווען די רייד פון די חכם פאר די פאבליק, דאס הייסט ער האט איבערגעזאגט אויף אזא אופן אז דער המון זאל דאס אויך פארשטיין, אבער אין די צייטן פון די אמוראים איז דאס געווארן א נאמען פאר יעדן חכם און רב.

אין ארץ ישראל איז דער צענטער פאר די תורה וועלט געווען אין ציפורי היינט א דארף נעבן נצרת אין אונטער גליל און דערנאך האט זיך דאס אריבערגעצויגן קיין טבריה.

אין בבל איז דער עיקר דאס געווען אין ישיבת סורא, און טייל מאל איז דאס אריבער צו ישיבת פומבדיתא און צו די ישיבת נהרדעא.

די אמוראים פון בבל און ארץ ישראל האבן אנגעהאלטן א פארבינדינג מיט איינער דעם אנדערן און זיך געהאלפן שליכטן שווערע אישו וויאזוי אידן זאלן זיך פירן דורך שיקענדיג שליחים איינער צום אנדערן.

די צאל אמוראים וואס זענען אונז באקאנט שטייגט איבער צו מער פון דריי טויזנט, לויט דער ציילונג פון די חוקרים וואס שטודירן די גמרא.

צווישן די אמוראים זענען געווען אזאלעכע וואס האבן זיך גאר שטארק אויסגעצייכענט אין זייער בקיאות זיי האט מען אנגערופען "סיני".

עס איז אבער געווען אזעלכע וואס האבן זיך אויסגעצייכענט אין זייער שארפקייט, ד.ה. און זייער מעגליכקייט צו דערגרייכן, דורך לאגישע מסקנות, צו א שליכטונג פון אלע סוגיות וואס זענען ארויפגעקומען צום דעבאטע פון די אמוראים - זיי האט מען גערופען איטליכער "עוקר הרים".

אסאך ביאגראפישע אנעקדאטן פון די אמוראים איז באזירט פון די גמרא וואס זייער אסאך פון זיי קען מען נישט אנעמען אלס א ריכטיגער ביאגראפיע ווייל פיל פון זיי זענען אגדתא שטיקער וואס זענען געשריבן אלס משל.

די תקופה פון די אמוראים אין ארץ ישראל ווערט צעטיילט אוף 5 דורות און אין בבל אויף 7 דורות.

די מערסטע מערקווירדיגע אמוראים פון יעדן דור איז ווי פאלגנד.

בארא פארק

באָראָ פּאַרק איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום-מערב'דיגער זייט פון ברוקלין, ניו יארק. די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט, און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט. אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן - די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב, סאטמאר און מונקאטש.

עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו, דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק, די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן, און איז א גרויסער ביזנעס צענטער, עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן, ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך.

פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו. אייכלער'ס ספרים געשעפט, סאבוועי רעסטאראן.

בית מדרש גבוה

בית מדרש גבוה איז א בארימטע ישיבה אין לייקוואד, ניו דזשערסי, געגרינדער אין ה'תש"ג דורך הרב אהרן קאטלער.

די ישיבה איז די גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, און אפשר אפילו אין דער וועלט. די ישיבה שטעלט צו א דארמעטארי מיט עסן, און אלץ מיט אן אויסערגעווענליכן סדר. די אדמיניסטראציע האט א פונקטליכן (ביז 98% פונקטליך) חשבון אויף יעדן בחור וואו ער שלאפט, און אויף וועלכן פון איבער 4000 זיצן אין איבער 8 בתי מדרשים ער זיצט.

דער קאמפוס איז כולל פיר געביידעס מיט אכט בתי מדרשים און פיל וואוינזאלן.

גאונים

גאונים ווערן אנגערופן די רבנים נאך די סבוראים.

דעם טיטל גאון טרעפט מען צוערשט אין די תקופה פון נאך די רבנן סבוראי, ווען מען האט אזוי באטיטלט דעם ראש ישיבה פון די צוויי הויפט ישיבות אין בבל, סורא און פומבדיתא, וואו עס איז אין יענער תקופה געווען די הויפט תורה צענטערן אין דער אידישער וועלט, און וועמענ'ס ראש ישיבה איז דערפאר אנערקענט געווארן אלס דער הויפט תורה אויטאריטעט נישט בלויז אין לאנד נאר איבעראל וואו עס האט זיך געפינען א איד. דעריבער ווערט יענע תקופה אנגערופן תקופת הגאונים.

מיט דער צייט איז דער אפיציעלער טיטל פארשוואונדן געווארן רב האי גאון איז געווען דער לעצטער צו טראגן דעם טיטל - און ווען די צוויי ישיבות פון סורא און פומבדיתא האבן זיך פארשפארט האט זיך אויפגעהערט דאס קרוינען עמיצן אפיציעל מיט דעם טיטל, און עס האט זיך אנגעהויבן די תקופה פון די ראשונים, אנגעהויבן מיט די ארבעת השבויים, דאן רבינו גרשום מאור הגולה, דערנאך רש"י און זיינע תלמידים די בעלי התוספות, און די איבריגע ראשונים.

חול המועד

די וואכן-טעג אינעם יום טוב (חולו של מועד).

כפר סבא

כפר סבא איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט פון ישראל, דער שטח איז גרויס 14,000 דונאם. זי איז געווארן אַ שטאָט אין 1962. די שטאָט איז אַ מיטגליד אין פארום 15.

כרמיאל

כרמיאל איז א שטאט אין צפון דיסטריקט אין ישראל, אין צענטראלן גליל. ער געפונט זיך דרום פון שאסיי 85 עכו-צפת, די שטאט געפונט זיך צווישן דעם אונטער גליל און אויבער גליל, די געגנט ווערט גערופן די "בית הכרם טאל".

כרמיאל איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 1964, מיטן פלאן אויפצושטעלן א יידישע שטאט, וואס וועט אפהאקן די פארשפרייטונג פון אראבישע שטעט אין צפון, ישראל האט דעריבער אנעקסירט גרויסע שטרעקעס פון לאנד פון די ארומיקע אראבישע שטעט, דיר על אסאד, מאדזשדאל קורום, נאכעף, און באאנע. די שטאט איז געווארן פלאנירט ביזן לעצטן דעטאל, און נאכדעם האט מען עס אויפגעשטעלט. אין 1976 זענען נאך שטרעקעס אריינגערעכנט געווארן אין שטאט, וואס האט געפירט צו ראיאטן, וואס זענען גערופן געווארן "ערד טאג".

אין 1986, איז כרמיאל אנערקענט געווארן אלס שטאט. אין די 1990ער יארן זענען אסאך עולים פון רוסלאנד, אנגעקומען וווינען אין דער שטאט. אין יאר 2000, נאכן ריקצוג פון צה"ל פון דער זיכערהייט זאנע, אין דרום לבנון, זענען צד"ל זעלנער וואס זענען אריבער קיין ישראל, געקומען וווינען אין שטאט.

אין יאר 2006 ביי דער צווייטער לבנונישער מלחמה, האבן קאטיושא ראקעטן געטראפן דעם שטאט, און פאראורזאכט שאדענס, און שאקירטע ציווילע וואס האבן געדארפט אריבערגיין מעדיצינישע הילף. דאס איז געקומען נאכן איינרעדעניש, אז די הויכע גליל בערג וואס געפונען זיך צפון פון שטאט, וועלן באשיצן די שטאט פון ראקעטעס, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומריכטיק.

לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר 2009, שטייט די באפעלקערונג ביי 44,800 איינוווינער.

כרמיאל האט מערערע געשעפטן און קאמערץ צענטערן, און אינדוסטריעלע זאנעס. דער בירגערמייסטער איז עדי אלדר זייט 1989.

גרויס אינדוסטריעלע געגנט פון שטאָט מיט אַ גרויס נומער פון פאבריקן און וואַרשטאַטן. די פּלאַסטיק פֿאַבריק "קרוין", טיילערז "דעלטאַ" און די מעטאַל פאַבריק "ליכט" זענען עטלעכע פון די מערסט נאָוטאַבאַל קאַסעס.

מנחה

מיינט איר קרבן מנחה?

מנחה איז די תפילה וואס אידן דאווענען פאר-נאכטס.

די מיטאג תפילה ווערט אזוי אנגערופן, דאס האט מתקן געווען יצחק אבינו. דער זמן איז פון א האלבע שעה נאך חצות (דאס ווערט גערופן מנחה גדולה ביזן זמן פון דאווענען מעריב וואס דאס ווענט זיך אינעם לענג פונעם טאג (שעות זמניות) זומער איז עס שפעטער ווינטער איז עס פריער. עס ווערט געברענגט א דיעה צו דאווענען אין דעם זמן פון מנחה קטנה, וואס הייבט אן צוויי און א האלב שעה'ן פארנאכט.

די תפילה איז איינגעטיילט אזוי:

קרבנות

אשרי

שמונה עשרה, און עלינו, ביי אסאך קהילות זאגט מען תחנון ביי מנחה פונקט ווי ביי שחרית.די מעלה פון מנחה

אין די הייליגע ספרים שטייט אז מנחה איז די גרעסטע תפילה פון טאג, אליהו הנביא ביים הר הכרמל איז נישט געענטפערט געווארן נאר ביז ווען עס איז געקומען דער זמן פון תפילת מנחה און ער האט דאן מתפלל געווען איז ער גענטפערט געווארן.

נאכט

נאכט איז די צייט פון טאג וואס די זון שיינט נישט. אין אלגעמיין נוצט מען אויס די נאכט אויף צו שלאפן, אבער פון זינט ס'איז ארויס די עלעקטריק, טוהען פילע מענטשן ארבייטן און פארבריינגען אויך אין די נאכט.

אויך טוט די נאכט העלפן אין זמן איינציטיילן פאר פארשידענע חכמות.

אויך דינט די נאכט פאר טונקלקייט.

אין דער היינטיקער מאדערנער וועלט נוצט מען אויס די נאכט צו פארבריינגען אין פארשידענע קלאבס און שענקען, און שטופען די צייט. די רעליגיע נוצן אויס די נאכט צו דינען גאט מיט תפילות און תיקון חצות.

סבוראים

סבוראים אדער רבנן סבוראי זענן די חכמים פון די ישיבות בבל פון די סוף תקופת אמוראים ביז די גאונים.

דער טיטל שטאמט פון תלמוד ירושלמי, מסכת קידושין, וואס איז מסביר די ווארט "סבורא" אלס בעל סברא, איינער וואס פארשטייט א זאך.

סוכות

סוכות (חג האסיף - הארבסט פייערונג) - איז אַ יִידישע זיבן טאגיגע פייערונג, פון ט"ו תשרי ביז כ"א תשרי. גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת.

עס הייסט אויך חג האסיף דער יום טוב פון הארבסט וואס מען טוט איינזאמעלן די תבואה.

עס געפאלט אין חודש "תשרי", פיר טעג נאך יום כיפור.

דער ערשטער טאג (אין חוץ לארץ די ערשטע צוויי טעג) פון סוכות איז א יום טוב, און די איבעריגע טעג זענען חול המועד.

סוכות עסט מען און שלאפט מען אין דער סוכה.

רש"י

ר' שלמה בן יצחק (רש"י איז ראשי תיבות ר'בי ש'למה י'צחקי אדער רבי שלמה ירחי) (ד'תת"א - כ"ט תמוז ד'תתס"ה) איז געווען א גרויסער תורה ריז אין דער תקופה פון ראשונים. און איז פאררעכנט אלס דער גרעסטער מפרש אויף תורה און גמרא.

רש"י האט געוואוינט אין פראנקרייך און דערפאר באנוצט ער זיך אסאך מאל מיט (בלע"ז) אלט פראנצויזישע ווערטער צו פארטייטשן געוויסע ווערטער.

שבועות

שבֿועות (אַרויסגערעדט: שוואועס) איז איינער פֿון די „שלש רגלים“, פֿון דרײַ יידישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות. דער יום–טובֿ געפֿאלט דעם 6טן אין סיון (דאָס איז אין ארץ–ישׂראל, אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7טן טאָג אין סיון).

דער נאָמען „חג שבֿועות“ שטייט אין חומש (דבֿרים ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכן“, ווײַל ווי דער חומש זאגט אין ויקרא כ”ג דאַרף מען אָפצײלן זיבן וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג עומר „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער פופציגסטער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די תורה שבעל פה דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיג, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“.‏ דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די פרושים, די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האלטן פֿון תורה שבעל פה, אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע יודישע סעקטעס, ווי צדוקים, שומרונים, קאַראַיִמער, וועלכע האַלטן, אַז ממחרת השבת מײנט מען פֿון זונטיג, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיג. און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ (מסכת שמות כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן תבֿואה, יום הבּיכּורים (במדבר כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער משנה און גמרא הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון שמיני עצרת ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.

שבת

שבת (ארויסגערעדט שאַבעס) איז דער נאמען פונעם רוהטאג וואס דער אייבערשטער האט געבענטש און געהייליגט, און דאס געגעבן אלס געשאנק פאר זיינע יידישע קינדער, וועלכער איז א צייכען צווישן דעם אייבערשטן און די יידישע קינדער אז השם האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם זיבעטן טאג, און ווערט גענוצט אלס נאמען פונעם זיבעטן טאָג פון דער וואָך.

ס'איז מערקווירדיג אז דאס ווארט שבת האט נישט קיין איבערזעצונג אין אנדערע שפראכען, וואס צייגט אויף זיין אייניגקייט מיט דאס יידישע פאלק.

די מצוה שבת ערקלערט דער רמב"ם אין יד החזקה, ענטהאלט פינף מצות, צוויי מצות עשה און דריי מצות לא תעשה.

רוהען אום שבת

נישט טוהן קיין מלאכה (ארבעט) אום שבת

נישט שטראפן אום שבת

נישט ארויס גיין אויסער דעם גרעניץ אום שבת

הייליגן דעם שבת דורך דערמאנונגהיטן שבת איז פון די שטרענגסטע מצוות אין דער תורה. ווען א ייד איז מחלל שבת (איז עובר איינע פון די 39 מלאכות פון שבת) במזיד און עדים האבן אים געווארנט קומט אים דער טויט שטראף פון סקילה, וואס איז דער הארבסטער שטראף פון די פיר מיתות בית דין, אדער קומט אים כרת טאמער ס׳איז נישט געווען קיין עדים.

שמעיה

שמעיה, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.

תנאים

תנאים זענען די אידישע רבנים וואס האבן געפירט די תורה אידישקייט פון הלל הזקן ביז די נאך משניות.

דאס איז געווען אין די עפאכעס פון ערשטען יאר הונדערט און אין צווייטען יאר הונדערט.

זיי הייסן אזוי ווייל תנא אין אראמיש מיינט א איבערזאגער ווי שנה וואס איז אויך די נאמען פון משניות, ווייל אן איבערזאגער אנדערשט ווי א פארלערנער, זאגט דאס פון אויסענווייניג און דאן האט מען נישט געלערענט פון אינווענייג נאר פון מויל צו אויער פון איינער צום צווייטען, נישט דורך'ן שרייבן און ליינען.

עס קומט נאך די תקופה פון די זוגות פאר די תקופה פון די אמוראים.

א תנא ווערט באטראכט אלס איינער וואס מ'זאגט א הלכה אין זיין נאמען אין דער משנה.

עס איז אנגענומען אז די תנאים זענען געווען 5 דורות, און א זעקסטער דור וואס איז געווען תיכף נאכן משניות וואס ווערן פארעכענט אלס האלב אמוראים און האלב תנאים.

די צאל פון וואס זענען דאקומענטירט אין חז"ל ביי די נעמען זענען 120

די תנאים האבן געלעבט און געשאפען אין ארץ ישראל אין פארשידענע צענטערן. נאכן חורבן פון ירושלים איז דער צענטער אנגעפירט דורך ר' יוחנן בן זכאי אריבער קיין יבנה. זיינע תלמידים האבן געגרינדעט תורה צענטערן אין לוד און אין בני ברק.

אסאך פון די תנאים האבן געהאט זייער פרנסה אלס האנט ארבייט פון פאך אויס וו. צ.ב.ש. ר' יוחנן הסנדלר וואס איז געווען א שיסטער, כאטשיג וואס זיי זענען געווען חשובע מרביצי תורה און פוסקים וואס האבן גענטפערט שאלות אין הלכה. א טייל תנאים זענען אויך געווען פירער פונעם פובליק, און זיי האבן אויך פארטרעטן דעם פאלק צו שתדלן און עסקענען פאר די רעגירונג אינסטאנצען פון די רוימער וואס האבן דאן געוועלטיגט אין ארץ ישראל דורך די רומישע אימפעריע.

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.