זיכערהייט זאנע

די זיכערהייט זאנע איז א שטיק לאנד אין לבנון לעבן דעם גרעניץ מיט ישראל וואס איז באשטימט געווארן אין 1977, צו באשיצן ישראל, פון טעראר אטאקעס דורכגעפירט פון לבנון גרענעץ, מייסטנס דורך דער פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, און האט אנגעהאלטן ביז יאר 2000.

זי איז אויפגעשטעלט ביי דער ליטאני אקציע דורך צה"ל, און דערנאך איז דער גרענעץ באוואכט געווארן דורך קריסטליכע מיליציעס, און שפעטער צד"ל.

די קריסטליכע מיליציע גרופעס האבן קאלאבארירט מיט ישראל, און געזעצן ביים גרענעץ, ביזן פולשטענדיקן ריקצוג פון צה"ל אין יאר 2000.

דער שטח

עס איז געווען א באדן טיף 10 קילאמעטער אין לבנון, לענגאויס דעם גאנצן ישראל-לעבאנעזן גרעניץ, עס קומט אן צו בערך 130 קילאמעטער, הונדערטער ישראל זעלנער האבן דארט פארלוירן זייער לעבן פון כעזבאלא אנגריפן.

באפאר

באָפֿאָר (פראַנצויזיש: beau fort) איז אן אור אלטע פעסטונג, וואס געפונט זיך אין דרום לבנון, נאנט צו דער קני פון ליטאני טייך, וואס איז נישט באוואוסט ווען עס איז געבויט געווארן, ווען די קרייצצוג איז אנגעקומען קיין מיטל מזרח, אין זייער קאמף קעגן די אראבער, איז באפארט שוין געווען אן א סטראטעגיש ארט.

אין יאר 1189, האט סאלאדין איינגענומען די פעסטונג פון די קריסטן.

אין די 1970ער יארן האט די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע זיך באנוצט מיט די פעסטונג און בארג, וועלכע געפונט זיך ביי א הויכקייט פון 700 מעטער, צו אטאקירן און טעראריזירן מדינת ישראל.

ביי דער קריג פון פרידן פארן גליל, זענען שווערע שלאכטן פארגעקומען, ווען צה"ל זעלנער האבן איינגענומען דעם בארג. אין די נאכפאלגענדע יארן, האבן אסאך צה"ל זעלנער פארלוירן זייער לעבן, פון כעזבאלא אנגריפן, בעתן היטן אויף דער זיכערהייט זאנע. ביז ישראל האט זיך ענדגיליג צוריק געצויגן פון לבנון אין יאר 2000.

א פילם מיט דעם נאמען, איז ארויס אין ישראל באזירט אויף א בוך וואס באצייכנט אמתע פאסירונגען, וואס זענען פארגעקומען מיט ישראל זעלנער, ביים היטן אויפן בארג.

כעזבאלא

כעזבאָלאַ איז א שיאיטישע מוסלמענער ארגאניזאציע אין לבנון מיט פאליטישע און מיליטערישע צווייגן, וואס שטרעבט אויף צו באקעמפן מדינת ישראל. עס ווערט אנגעפירט דורך סאיעד כאסאן נאסראללא, און ווערט געשטיצט הויפטזעכליך דורך איראן און סוריע.

כעזבאָלאַ ווערט אנגעטיטלט דורך רוב לענדער אין דער מערב וועלט אלס א טעראריסטישע ארגאניזאציע. חיזבאלא און אירע שטיצער, אריינגערעכנט פילע פאליטישע פירער און סתם המון עם אין לבנון, האלטן אז זי איז א לעגיטימע מיליציע אויף צו היטן אויף לבנון קעגן ישראל'ישע אנגרייפן און אויף צו שטעלן ווידערשטאנד קעגן ישראל'ישע אקופאציע.

כעזבאָלאַ איז געגרינדעט געווארן אין די אנהויב 80'ער יארן אלס א קעגנשטאנד צו ישראל נאכן מלחמה מיט אראפאט'ס פ.ל.א. ארגאניזאציע און דער לבנון ברודער קריג, אין 1982-תשמ"ב. די ישראל'ישע אקופאציע פונעם זיכערהייט זאנע האט אנגעהאלטן פון 1982-תשמ"ב ביז דער ריקצוג אין מערץ 2000-תש"ס דורך דער ישראל'ישער פרעמיער מיניסטער אהוד ברק.

כעזבאָלאַ פארמאגט אן ארמיי פון עטליכע טויזנט קעמפפער, און פילע פארגעשריטענע וואפנס. זיי פארמאגן, לויט די אפשאצונג פון ישראל'ישע שפיאנאזש, איבער צען טויזנט קאטיושע ראקעטן, דאס מערסטע פון זיי אנטהאלטן פון איראן. אויך פארמאגן זיי פון איראן די ווייט שטרעקיגע מיסלס פאג'ר און זלזל.

במשך פון די יארן האט חיזבאלא געשיקט טויזנטער קאטיושע ראקעטן אויף די איינוואוינער אין צפון פון מדינת ישראל.

כרמיאל

כרמיאל איז א שטאט אין צפון דיסטריקט אין ישראל, אין צענטראלן גליל. ער געפונט זיך דרום פון שאסיי 85 עכו-צפת, די שטאט געפונט זיך צווישן דעם אונטער גליל און אויבער גליל, די געגנט ווערט גערופן די "בית הכרם טאל".

כרמיאל איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 1964, מיטן פלאן אויפצושטעלן א יידישע שטאט, וואס וועט אפהאקן די פארשפרייטונג פון אראבישע שטעט אין צפון, ישראל האט דעריבער אנעקסירט גרויסע שטרעקעס פון לאנד פון די ארומיקע אראבישע שטעט, דיר על אסאד, מאדזשדאל קורום, נאכעף, און באאנע. די שטאט איז געווארן פלאנירט ביזן לעצטן דעטאל, און נאכדעם האט מען עס אויפגעשטעלט. אין 1976 זענען נאך שטרעקעס אריינגערעכנט געווארן אין שטאט, וואס האט געפירט צו ראיאטן, וואס זענען גערופן געווארן "ערד טאג".

אין 1986, איז כרמיאל אנערקענט געווארן אלס שטאט. אין די 1990ער יארן זענען אסאך עולים פון רוסלאנד, אנגעקומען וווינען אין דער שטאט. אין יאר 2000, נאכן ריקצוג פון צה"ל פון דער זיכערהייט זאנע, אין דרום לבנון, זענען צד"ל זעלנער וואס זענען אריבער קיין ישראל, געקומען וווינען אין שטאט.

אין יאר 2006 ביי דער צווייטער לבנונישער מלחמה, האבן קאטיושא ראקעטן געטראפן דעם שטאט, און פאראורזאכט שאדענס, און שאקירטע ציווילע וואס האבן געדארפט אריבערגיין מעדיצינישע הילף. דאס איז געקומען נאכן איינרעדעניש, אז די הויכע גליל בערג וואס געפונען זיך צפון פון שטאט, וועלן באשיצן די שטאט פון ראקעטעס, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומריכטיק.

לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר 2009, שטייט די באפעלקערונג ביי 44,800 איינוווינער.

כרמיאל האט מערערע געשעפטן און קאמערץ צענטערן, און אינדוסטריעלע זאנעס. דער בירגערמייסטער איז עדי אלדר זייט 1989.

גרויס אינדוסטריעלע געגנט פון שטאָט מיט אַ גרויס נומער פון פאבריקן און וואַרשטאַטן. די פּלאַסטיק פֿאַבריק "קרוין", טיילערז "דעלטאַ" און די מעטאַל פאַבריק "ליכט" זענען עטלעכע פון די מערסט נאָוטאַבאַל קאַסעס.

לבנון ברודער קריג

דער לבנון ברודער קריג האט זיך אנגעהויבן אין 1975, צווישן קריסטליכע מאראנען, און דער פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע. ער האט אנגעהאלטן פאר פופצן יאר, און עטליכע הונדערט טויזנט מענטשן זענען אומגעקומען, און אלע עטנישע גרופעס וואס געפונען זיך אין לבנון האבן טייל גענומען. סיריע און ישראל, האבן געהאט זייערע אינטערעסן אינעם קריג, ווי זיי האבן טייל גענומען אינעם קריג, פינאנציעל, און פיזיש מיט זעלנער.

לבנון קרעפטן

די לבנון קרעפטן זענען געגרינדעט געווארן דורך באשיר זשומייעל, אין די סוף 1970 יארן, דורכאויס דעם לבנון ברודער קריג, פרובירנדיק צו ברענגן אלע קריסטליכע מיליציעס אונטער איין דאך.

אסאך קריסטן זענען אומגעקומען אין די קאמפן צווישן די פאלאנגען, און די אנדערע גרופעס. עס איז באוואוסט דער טאג פון די לאנגע מעסערס, צום סוף איז אים געלונגען צו ברענגען אלע אונטער זיין הערשאפט.

ישראל האט ביי דער ערשטער לבנון מלחמה געגרינדעט צד"ל, וואס רוב פון די זעלנער זענען געקומען פון די לבנון קרעפטן, די אויפגאבע פון די זעלנער איז געווען, באשיצן די זיכערהייט זאנע, פון כעזבאלא אנגריפן.

אין די שפעטע 1980ער יארן, איז סאמיר דזשאדזשא געווארן קאמאנדיר פון די קרעפטן, אונטערשרייבנדיק אויפן טייף אפמאך, ברעגנדיק דעם קריג צו אן ענדע.

שפעטער זענען זיי געווארן א פאליטישע פארטיי אין לבנון.

ליטאני טייך

די ליטאני איז א טייך אין לבנון, וואס לויפט אין לבנון טאל, און אין דרום טייל פון לאנד. זי איז לאנג 170 קילאמעטער, און דינט אלס איינע פון די וויכטיקסטע זיסע וואסער קוועלער אין לבנון. ווען דער טייך קומט אן צו דרום לבנון, דרייט זי זיך צו מערב, וואו זי פליסט אריין אין מיטלענדישן ים, צפון פון צור. דער טייך קומט אן פיר קילאמעטער ווייט פון ישראל, אויף די נאנסטע טייל, צפון פון קרית שמונה און מטולה, אויף דער לעבאנעזער זייט, אין א שטאט וואס הייסט מארזש איון, דארט דרייט זיך די ליטאני; דער דריי ווערט גערופן די קני.

די לבנונע האבן אויפגעשטעלט א רעזערוואר, און א וואסער דאמבע, אין דער ענדע 1950ער יארן, אנהייב 1960ער יארן פארן באנוץ פון דעם וואסער. דאס איז אין דעם טאל, ווען עס קומט אן צום "קני", לעבן באפאר פעסטונג. אין דרום לבנון ווי עס לויפט צום ים, איז עס ווייט געווענליך 29 קילאמעטער, פון די גרענעץ מיט ישראל. אין אראביש ווערט די דרום טייל גערופן על קאסמיע.

מישעל אאון

מישעל אַאון (געב' 17טן פעברואר 1935) איז א לעבאנעזער פאלטיקער, אן אלטער גענעראל, פרעמיער מיניסטער, און א קאנטראווערסיאלע פיגור, אין די לבנונישע האריזאנט.

משה לוי

משה לוי (1936 - 8טן יאנואר 2008), איז געווען א ישראלדיקער זעלנער, און דער 12טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל אין די יארן 1983-1987, ביים סוף פון דער ערשטער לבנון מלחמה און ביים אויפשטעלן די זיכערהייט זאנע.

ערשטע לבנון מלחמה

די ערשטע לבנון מלחמה האט אויסגעבראכן דעם 4טן יוני 1982, נאך א טעראר פרווו, וואס א פאלעסטינער טעראר גרופע האט געשיקט א בריוו באמבע צו שלמה ארגוב. הגם די גרופע וואס האט דורכגעפירט די אטאקע, זענען געווען קעגנער פון פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, איר אנפירער איז אבו נידאל איז עס פארעכנט אלס די שטרוי וואס האט געבראכן דעם רוקן פונעם קעמל. עס ווערט אויך גערופן אין העברעיש, "מלחמת שלום הגליל", אדער פרידן פארן גליל קריג.

צד"ל

צד"ל איז די קריסטליכע מיליציע, און שפעטער מיליטער פון דרום לבנון, וואס צה"ל האט געהאלפן אויפשטעלן, דורכאויס די לבנון ברודער קריג, נאך דער ערשטער לבנון מלחמה.

איר אויפגאבע איז געווען באשיצן די צפון גרענעץ פון ישראל, אין דער זיכערהייט זאנע.

אין יאר 2000, נאכן צה"ל ריקצוג פון לבנון, און כעזבאלא האט איבערגענומען קאנטראל פון דרום לבנון, זענען אסאך צד"ל זעלנער אריינגעלאזט געווארן אין ישראל, זיי האבן זיך באזעצט בעיקר אינעם גליל טייל פונעם צפון.

שאול מופז

שאול מופז (געבוירן ב' חשוון ה'תש"ט 4טן נאוועמבער 1948), איז א כנסת דעפוטאט, אמאל פון ליכוד, היינט פון קדימה, דער זעכצנטער שעף פון גענעראל שטאב, און פופצנטער זיכערהייטס מיניסטער.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.