ווערטערבוך

אַ װערטערבוך איז אַן אלפֿאבעטישע ליסטע פֿון װערטער און זייערע דעפֿיניציעס. א ווערטערבוך צווישן צוויי (אדער מער) שפראכן איז א ליסטע פון ווערטער אויף איין שפראך מיט זייער פארטייטשונג אויף דער אנדערער שפראך (די אנדערע שפראכן).

Villa di castello, biblioteca dell'accademia della crusca, dizionario petrocchi 02 crusca
ווערטערבוך

יידיש-װערטערביכער אויפן װעב

ענגליש

פּויליש

העברעאיש

זעט אויך

אונגעריש

אונגעריש (אױך אונגאַריש; אויף אונגעריש: magyar - מאַדזשיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגאריש אפשטאמיגע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.

פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג). אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדער אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

אוריאל וויינרייך

אוריאל וויינרייך (23סטן מיי, 1926 - 1967) איז געווען א גרויסער וועלט באוואוסטער לינגוויסט אין קאלומביע אוניווערסיטעט. ער איז געבוירן אין ווילנא, (דאן איז דאס געווען אין פוילן היינט איז דאס די הויפטשטאט פון ליטע.) ער האט באקומען זיין דאקטאראט פון קאלומביע, און דערנאך ווייטער געשטיגן צו ווערן א לעקטאר דארטן, ספעצילעזירענדיג זיך אין יידיש שטודיעס, געזעלשאפט-לינגוויסטיק, און דיאלעקטיאלאגיע. ער האט געשתדלט די היינטיגע מער-אנגענומענע מהלך פון סעמענטיק, און ער האט רעדאקטירט די וועלט'ס איינפלוסרייכסטע יידיש-ענגליש ווערטערבוך וואס איז ארויסגעקומען אין יאר 1987 מיטן נאמען דער מאָדערן ענגליש-ייִדיש, ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך, ער איז שוין אבער געשטארבן פון קענסער אסאך יארן פריער נישט דערלעבנדיג איר פובליקאציע.

ער איז א זון פון מאקס וויינרייך וואס איז געווען פון די גרינדער פון ייוו"א אינסטעטוט.

ער ווערט פארעכנט איבער די וועלט אלס דער טאטע פון די מאדערנע יידישיסטן, און אין פילע קאלעדזשן זענען דא קורסן צו לערנען אידיש מיט א ספעציעלע לערע טעכניק וואס טראגט זיין נאמען אוריאל וויינרייך שטודיע.

אליהו בחור

אליהו בחור (י"ב אדר ה'רכ"ט - ו' שבט ה'ש"ט/28סטן יאנואר 1549) איז געווען א יידישער לינגוויסט, פייטן, און מגיה.

ער האט ארויסגעגעבן דער ערשטער פילשפראכיקער יידיש ווערטערבוך.

ער איז געווען פון ניישטאט אן דער אײש (אין הײַנטיקן דײַטשלאנד).

ער איז נפטר געווארן ה'ש"ט (1549) אין ווענעציע.

דייוויד קאמעראן, פּרעמיער מיניסטער פון דעם פאראייניקטן קעניגרײַך, איז אן אָפּשטאמלינג זײַנער.

ער האט געשריבן דאס ערשטע סעקולער בוך אויף יידיש מיטן נאמען "בבא דאנטונא" וועלכע מיט דער צייט האט מען עס גערופן "בבא בוך" און דערנאך "בבא מעשיות". פון דא שטאמט דאס שפריכווארט "באבע מעשיות".

אקספארד ענגליש ווערטערבוך

דאס אקספֿארד ענגליש ווערטערבוך (ענגליש: Oxford English Dictionary, אין קורצן OED) איז א ווערטערבוך פון ענגליש וואס ווערט פארעפנטלעכט דורך דער אקספארד אוניווערסיטעט פרעסע. דאס ווערטערבוך ווערט פאררעכנט דאס מערסט באגלייבסטע פאר דער ענגלישער שפראך. אין 2005 האט דאס ווערטערבוך אנטהאלטעט 301,100 הויפט ווערטער. די לעצטע גאנצע געדרוקטע אויסגאבע איז געווען די צווייטע אויסגאבע, וואס האט ארויסגעשיינט אין 1989.

דער אפיציעלער צוועק פונעם ווערטערבוך איז דאקומענטירן אלע ניצן פון אלע ווערטער אויף ענגליש.

דעפיניציע

דעפיניציע איז א פונקטליכער ארויסזאג וואס גיבט אן הסברה אויף דער מיינונג פון א טערמין, ווארט אדער פראזע.

אן ענציקלאפעדיע געבט מער אינפארמאציע איבער א זאך ווי סתם א טרוקענע דעפעניציע וואס דאן איז דאס בלויז א ווערטערבוך.

א מאטעמאטישע דעפיניציע איז א גענויער ארויסזאג, וואס מ'קען ניצן אין א מאטעמאטישן דערווייז.

ווארט

אַ װאָרט איז אַ טײל פֿון לשון.

דער אינסטינקטיווער טייל פונעם ווארט, איז אז מען גיט איבער בעל־פה אדער שריפטלעך א זאך וואס מען האט אין דער מחשבה, אזוי אז יענער זאל דאס קענען פארשטיין.

טיפּן פֿון װאָרט:

סובסטאַנטיװ

אדיעקטיוו

פּראָנאָם

װערב

אַדװערב

פרעפאזיציע

קאניונקציעאויסטרעפן די אנטוויקלונג פון א ווארט הייסט עטימאלאגיע.

צוויי ווערטער וואס מען רעדט אויס גלייך ווערן גערופן "האמאפאנען".

א ווערטערבוך איז א ליסטע פון ווערטער מיט זייערע באדייטן אדער מיט זייער טייטש אויף אן אנדער שפראך.

א טעזארוס ברענגט צוזאמען ווערטער וואס זענען סינאנימען.

א ווארט איז געבויט פון (איינעם אדער מער) טראפן.

א זאַץ איז געבויט פון ווערטער.

וויקיווערטערבוך

וויקיווערטערבוך איז א פילשפראכיק ווירטועל פריי ווערטערבוך. עס איז א שוועסטער-פראיעקט פון דער וויקיפעדיע אונטער דער וויקימעדיע געזעלשאפט.

דאס וויקיווערטערבוך, אזוי ווי די וויקיפעדיע, ווערט געבויט דורך די באניצער אליין, אנדערש ווי אנדערע געשריבענע ווערטערביכער וואס איז פראדוצירט דורך עטלעכע איינציקע פראפעסארן.

ווערטערבוך פאר שול און היים

ווערטערבוך פאר שול און היים איז א ווערטערבוך פון אהרן בערגמאן און רעדאקטירט דורך איטשע גאלדבערג. עס איז ערשינען אין יאהר ה'תשכ"ח דורך פארלאג קינדערבוך און געדרוקט אין ניו יארק.

דער בוך באשטייט פון צוויי טיילן, די עהרשטע טייל זעצט איבער ווערטער פון יודיש אויף ענגליש און די צווייטע העלפט פון ענגליש אויף יודיש.

ביים ענגלישען אנהייב שרייבט איטשע אן אריינפיהר אין פינעף זייטן איבער די היסטאריע פון יודיש און זיין גראמאטיק און ביים יודישן אנהייב איז פארהאן עטלעכע קורצע כללים אויף די יודישע שפראך.

דער יודישער טייל באשטייט פון 130 זייטן און דער ענגלישער 132. אינדערצווישן איז פארהאן עטלעכע בלעטער מיט כללים אין די דזשענדער און לשון יחיד און רבים אין יודיש.

יודל מארק

יודל מארק (געב' 1897 - געש' 1975) איז געווען א גרויסער יידיש שפראך פילאלאג און רעדאקטער פון א זשורנאל ארויסגעגעבן דורך דעם ייוו"א אינסטיטוט איבער יידיש, ער האט ארויסגעגעבן 4 בענדער אויף א יידיש ווערטערבוך מיטן נאמען גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפראך און נאכאלטס געבליבן ביי אות א. און אוועק פון דער וועלט. ער האט געשריבן 12 בענדער ביים לעבן אבער עס איז דערווייל נישט אפגעדרוקט געווארן. אין אנפאנג האט דאס דער ייוו"א געברויכט צו אפדרוקן אבער מארק האט נישט געוואלט זיך צושטעלן צו זייער ארטאגראפיע האט ער דאס געמוזט אליין'ס אפדרוקן.[1]

יידיש

ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן[פֿעלט אַ מקור].

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא

מרדכי צאנין

מרדכי ישעיה צאנין (1טן אפריל 1906 ; ו' ניסן ה'תרס"ו, פוילן - 4טן פעברואר 2009) איז געווען א יידישער שרייבער, לינגוויסט און א זשורנאליסט, פון די גרינדער פון דער לייוויק הויז און שאפער פון א יידיש-העברעיש ווערטערבוך אינעם יאר 1982.

ער האט לוחם געווען קעגן דער איינפירונג פון דער שפראכן קריג צו רעדן נאר העברעיאיש. ער האט געגרינדעט, נאך א לאנגן קאמף, די צייטונג לעצטע נייעס.

נארמאל

דער טערמין נארמאל איז געווענליך צו באטיטולן יעדעס פיראכץ, געשעניש, זאך. א.א.וו. וואס פעלט אן אפנויג פון איר דורכשניטליכער מיטל-מעסיגקייט.

נישט נארמאל איז אפט באנוצט אין א נעגאטיווער זין (ווי אנצודייטן אז א מענטשס פיראכץ אדער סיי וואסערע סיטואציע איז אומריכטיג אדער קראנק א.ד.ג.)

דער אקספארד ווערטערבוך טייטשט דאס: צושטעלן זיך צו א סטאנדארט. אבער אין ברייטערן אפטייטש פון דעם מידה איז דאס נישט דוקא צום עצם סטראקטור פון סטאנדארט נאר אפילו בלויז צום אידיאלאגיע דערפון און נישט צום עצם סטאנדארט.[פֿעלט אַ מקור]די טעמים און סיבות קענען זיין פארשידענארטיק פארוואס א מענטש איז נארמאל: סיי נעגעטיווע ווי פחד אדער בושה א.א.וו. אדער פאזיטיווע ווי הייליגקייט אדער ליבע און שעצונג צום סטאנדארט.

אויב איינער וואונט אין א ציוויליזאציע מיט א אן אייגענארטיגער קאלטור וואס פירט זיך איין וועג און דער יחיד פירט זיך פארקערט איז ער נישט נארמאל רעלאטיוו צווישן זיין געזעלשאפט.

ענגליש

ענגליש איז אַ מערב־גערמאנישע שפּראַך וואס שטאמט פון גרויסבריטאניע װאָס װערט היינט גערעדט אלס א מוטער שפראך דורך אַרום 380 מיליאָן פּערזאָנען.

די שטאַטן ווו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך זיינען: גרויסבריטאניע, אירלאנד, קאנאדע, ניו זילאנד, אינדיע, פאקיסטאן, מאלטא, די פיליפינען און סינגאפור, און געציילטע שטאטן אין אפריקע. די פאראייניגטע שטאטן און אויסטראליע האבן נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש ניצט מען ענגליש.

היינטצוטאג איז ענגליש די איינציגסטע וועלט שפראך. ענגליש האט אסאך ווערטער; דאס אקספארד ענגליש ווערטערבוך ברענגט מער ווי 250,000 ווערטער.

ענגליש איז אפיציעל אנערקענט מיט דריי באזונדערע דיאלעקטן, דער אמעריקאנישער, דער בריטישער און דער קאנאדישער.

כאטש ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, קומט 60% פון זיין וואקאבולאר פון לאטיין.

ענגליש איז די דריטע גרעסטע מוטערשפראך אין דער וועלט, נאך כינעזיש און שפאניש, און די מערסט פארשפרייטע צווייטשפראך. ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך פון די פאראייניגטע פעלקער, דעם אייראפעישן פארבאנד און גאר א סך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס. 70% פון רעדער פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש.

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא־יידיש

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא-יידיש איז א ווערטערבוך וועלכער ערקלערט די גראמאטיק און אופן ווי אזוי עספּעראַנטאָ ארבעט, אויף יידיש, באארבעט פון ח. רוסאק אין צוויי בענדער.

עס איז אין געטייפּטע אותיות, און ערשינען דורך פארלאג בית זמנהוף אין ירושלים אין יאר ה'תשכ"ט.

דער פאַרפּאַסער שרייבט אין זיין פארווארט אז ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף מיט פינעף-און-דרייסיג יאהר פריער, ווען ער איז געזעסן אין תפיסה אין קאליש.

ער שרייבט אויך אז כאטש פארן עולם וועט זיין פרעמד די יידישע כללים פון ייווא, וועט ער זיך דאך האלטן דערצו ווי איידער מאכן א מישמאַש פון סטילן.

דער ערשטער באנד אנטהאלט פון די אות A-M אין א ס"ה פון 382 זייטן.

וועגן דעם שייכות צווישן עספעראנטא און יודיש, שרייבט ער ווי פאלגנד:

"א סאך נאענטקייט געפינען מיר אין די צוויי שפראכן: יודיש און עספעראנטא. ביידע האבן זיי דעם זעלבן גורל. יודיש, די שפראך מיט איר פיל אייגנארטיגע זאפטיגקייט און חן, די שפראך אין וועלכער ס'זענען געשאפן געווארן אזעלכע גרויסע קונסט-ווערק – און דאך רעדט מען וועגן איר, ווי וועגן אן "אפשטארבנדיגע". אויך עספעראנטא, וואס האט אזוי פיל לאָגישן גרונט כדי צו שאפן אין איר און כדי זי זאל עקזיסטירן, איז זי אבער דאך נישט ארויס פון אירע ארעמע דלת אמות און דערווייל נישט געווארן קיין וועלט-שפראך, נאר א שפראך פון אייניגע מיליאנען."

פערסיש

פערסיש (فارسی, פֿאַרסי) איז אן איראנישע שפראך אין דעם אינדא־איראנישן צווייג פון די אינדא־אייראפעישע שפראכן. מען רעדט זי אין איראן, אפגאניסטאן, טאדזשיקיסטאן, פאקיסטאן און אוזבעקיסטאן, און אויך א ביסל אין ארמעניע, טורקמעניסטאן, אזערביידזשאן און באכריין.

די היסטאריע פון די שפראך ווערט צוטיילט אין דריי פעריאדן:

די אלטע

מיטעלע, וועלכע איז געשריבן געווארן מיטן אראמישן אפאלבעט.

און נייעעס ווערט היינט געשריבן מיטן אראבישן אלפאבעט, זינט איסלאם האט זיך דארט אריינגערוקט.

קאשוביש

קאַשוביש (קאשוביש: kaszëbsczi jãzëk, pòmòrsczi jãzëk, kaszëbskò-słowińskô mòwa; פויליש: język kaszubski) איז איינע פון די לעכישע שפראכן, אן אפטייל פון די סלאווישע שפראכן.

קאשוביש איז די נאנסטע לעבעדיגע שפראך צו פויליש.

ענלעך צו פויליש, האט קאשוביש געבארגט אסאך ווערטער פון נידערדייטש, ווי kùńszt (קונסט), און אויך פון דייטשיש.

די ערשטע געדרוקטע קאשובישע דאקומענטן זענען פונעם 16טן יארהונדערט. די היינטיגע לאטיינישע ארטאגראפיע איז ערשט פארגעשטעלט אין 1879.

אין דעם 2002 צענזוס, האבן 53,000 מענטשן אין פוילן געמאלדן אז זייער ערשטע שפראך אין שטוב איז קאשוביש. די קאשוביש רעדער רעדן אלע פליסיג פויליש. קאשוביש איז א צווייטע אפיציעלע שפראך אין טיילן פון דער פאמעראנישער וואויוואדעשאפט. ס'איז אויך דא אין קאנאדע קאשובער וואס רעדן קאשוביש.

די הויפט ליטעראטור אין קאשוביש איז Xazeczka dlo Kaszebov פון פלאריאן ציינאווא (1817–1881).

רוסיש

רוסיש (русский язык [רוסקיִי]) איז אַן אסט־סלאַווישע שפּראַך װאָס װערט היינט גערעדט דורך אַרום 295 מיליאָן פּערזאָנען אין רוסלאַנד, בעלארוס, גרוזיע, קאַזאַכסטאַן, קירגיזסטאַן, ‫מאָלדאַװיע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אוקרײַנע, ישראל און אנדערע לענדער.

רוסיש שרייבט מען מיט א וואריאנט פונעם קירילישן אלפאבעט.

שטאטישער ווערטערבוך

שטאטישער ווערטערבוך (ענגליש: Urban Dictionary) איז אן אינטערנעץ ווערטערבוך פון סלענג ווערטער. דער וועבזייטל אי געשאפן געווארן אין 1999 דורך דער קאליפארניע פּאָליטעכנישע שטאט אוניווערסיטעט ערשטע יאר סטודענט אהרון פּעקהעם. דער וועבזייטל איז געראנגקט געווארן אלס נומער 29 אין "צייט"'ס רשימה פון די 50 בעסטע וועבזייטלעך פון 2008.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.