ווייסע רויז

די ווייסע רויז (דייטש: Die Weiße Rose) איז געווען אַ גרופּע ​​סטודענטן וואס האבן זיך געשטעלט קעגן דער נאַצי פּאַרטיי אין נאצי דייטשלאנד.

די "ווייסע רויז" גרופע איז געווען אַ פאַרבאַנד פון פינף סטודענטן, אַלע אין די יונגע צוואנציגער יארן, אין לודוויג מאַקסימיליאַן אוניווערסיטעט אין מינכן. פון יוני 1942ביז פעברואר 1943, האט די גרופּע צוגעגרייט און צעשיקט זעקס פאַרשידענע בלעטלעך וואָס האט פֿאַר סאָף די הערשן פון נאַצי טיראַני דורך אַקטיוו קעגנשטעל פון די דייַטש מענטשן. דער נאָמען "ווייסע רויז" איז אומזיכער, אָבער קען זייַן אַטריביאַטאַד צו די ווערטער פון דעם ליד "ונאַ ראָסאַ בלאַנקאַ קולטיוואָ" קובאַן פּאָעט דזשאָסע מאַרטי.

האַנס שאל און זיין שוועסטער סאָפֿי זענען געווען די ערשטע ארעסטירט פאר זייער אקטיוויטעטן אין דער גרופּע און האָבן ווערן באַוווסט פיגורעס סימבאָליזירן קעגנשטעל צו נאַזיסם. דער אַנדערער מיטגלידער פון די גרופּע זענען קריסטאָף פּראָבסט, אַלעקסאַנדער לאַורעל און ווילי גראַף. זיי זענען זיך דורך פּראָפעסאָר קערט הובער ווער דראַפטעד די צוויי פריש בולאַטאַנז. כל זעקס מיטגלידער פון די גרופּע זענען אַרעסטירט, האָב, און הינגעריכט דורך אַ גיליאָטין. זיבעט נעווסלעטטער איז ווייל צוגעגרייט בייַ די צייַט פון די אַרעסט פון די באַנדע.

הייַנט די גרופּע אין דייטשלאנד זענען געהאלטן יגזעמפּלערי מוט און מענטשהייַט אַפֿילו אין די פּנים פון גרויל דיקטאַטאָריאַל הערשן.

Scholl-Denkmal, München
מאנומענט צום אנדענק פון דער "ווייסער רויז" אין מינכן, אין דער פארעם פון בלעטלעך צעשפרייט אויפן טראטואר.

וועבלינקען

היסטאריע פון דייטשלאנד

דייטשלאנד איז שטענדיג געווען אן ארט וואו מענטשן פון אלע מינים האבן געוואוינט און האט קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד מיט איין פאלק ביז אין 90'ער יארן. דאס ארט פלעגט זיין א וואלד וואו אלע ערליי מענטשן פון גאנץ אייראפע האבן זיך געטראפן פלעצער וואו צו וואוינען און האבן צוביסלעך אנגעהויבן באזעצן און אויסהאקן די וועלדער.

דורכאויס די טויזנטער יארן וואס דייטשלאנד איז געווען א ליידיג ארט אן קיים שום רעגירונג האט די געגנט געהאט פארשידענע הערשער, געוואנדן לויט די שטארקייט פון די קעניגן ארום איר. דאס מערסטע טייל יארן האבן די ראמענישע קעניגן געקעניגט אויף די געגענטער וואו עס איז היינט דייטשלאנד. שפעטער זענען שוין אויפגעקומען קעניגן פון דייטשלאנד זעלבסט וועלכע האבן געקעניגט איבער דייטשלאנד און איטאליע. די הערשאפט איז שטענדיג אריבער פון איינעם צום צווייטן און יעדע פון די קעניגן האבן פרובירט צו קעניגן אויף ווי מער שטח, אריינגערעכנט די געגענט וואו עס איז היינט איטאליע. די קעניגן אין דייטשלאנד זענען קיינמאל נישט געווען קין עכטע קעניגן פון קעניגליכע פאמיליעס נאר האבן איבערגענומען די מאכט מיט געוואלד פונעם פריערדיגן פירער.

אין דעם 9טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט די הייליגע רוימישע אימפעריע וואס האט איינגעשפארט די דייטשע לענדער און א גרויסן טייל פון אייראפע. די אימפעריע האט געצויגן ביז 1806.

וויבאלד דייטשלאנד איז נאך נישט געווען קיין זעלבסשטענדיגע לאנד די אלע יארן האט עס נישט געצויגן פרישע איינוואוינערס און די באפעלקערונג צאל איז געבליבן זייער נידעריג. מען שאצט אז מיט טויזנט יאר צוריק האבן נאר געוואוינט ארום 700,000 מענטשן אין דייטשלאנד. ווי נאר עס האבן זיך אנגעהויבן גרופירן עטליכע פאליטישענס און אנגעהויבן ארבעטן אויף זעלבשטענדיקייט האט זיך די באפעלקערונג צאל שטארק צואוואקסן. ביז אין יאר 200' האבן שוין געוואוינט דארט ארום 12 מיליאן מענטשן און די באפעלקערונג איז ווייטער געוואקסן. אין יענע יארן איז די באפעלקערונג צאל פלוצלינג צוריק געפאלן ווען עס האט אויסגעבראכן די היסטארישע שווארצע מגיפה וועלכע האט אומגעברענגט מיליאנען מענטשן אין אייראפע און אין אזיע. די שווארצע מגיפה האט אומגעברענגט ארום 5 מיליאן דייטשן וואס איז דעמאלט געווען א דריטל פון די באפעלקערונג.

די ערשטע סימינים פאר דער גרינדונג פאר א לאנד האט זיך אנגעהויבן אין 400' ווען 3 שטעט, לובעק, באמבערג, און ברעמען, האבן זיך פאראייניגט צו נעמען א קאנטראל אויף די טייכן און קאנאלן ארום די שטעט. די דריי שטעט זענען נאמינירט געווארן האנסבורג און די פירער האבן אנגעהויבן ארבעטן צו גרינדן א רעגירונג אבער א רייע פון מלחמות און קאנפליקטן האבן געשטערט די ארבעט. האנסבורג האט אסאך געליטן פון פראנקרייך וועלכע האט דעמאלט געהאט א שטארקע און פארשפרייטע אימפעריע און האט געלעכצט צו געווינען ווי מער מאכט, וועלנדיג אייננעמען די גאנצע וועלט. האנסבורג איז עטליכע מאל געווען אין קריג מיט פראנקרייך און וואלט ווען איינגעשלינגן געווארן ווען נישט די הילף פון איטאליע אן שווייץ וועלכע האבן צוזאמען פארמירט אן ארמיי אפצושלאגן די פראנצויזישע.

ביי דעם יאר 600' האט שוין דייטשלאנד פארמאגט 18 מיליאן מענטשן אבער די צאל איז ווידער אראפגעפאלן ווען נאך מיליאנען מענטשן זענען אומגעקומען אין די 30 יעריגע קריג אין אייראפע וועלכע האט אריינגעצויגן כמעט אלע אייראפעאישע לענדער אין א שווערע כמו וועלט קריג.

אינעם 17טן יארהונדערט איז דייטשלאנד צוטיילט געווארן צו צוויי הויפט זאנעס, די עסטרייך שטעט און די פרייסישע. די צוויי זאנעס זענען אין פאקט גארנישט געווען און גארנישט באדייט נאר אייראפע פלעגט עס אזוי באצייכנען. אבער מיט די יארן האט זיך טאקע אזוי פארמירט און פרייסן איז געווארן א זאך. זי האט אויפגעשטעלט א מיליטער פון 40,000 זעלנער וועלכע האבן געדינט אלס די רעגירונג, צוזאמנקלויבנדיג שטייערן און דאס אויסגעבן פאר וויכטיגע צוועקן. דאס מיליטער האט זיך שנעל צואוואקסן און די רעגירונג איז געווארן שטערקער. לויט ווי היסטאריע פארציילט איז די פרייסישע ארמיי און רעגירונג געגרינדעט און געפירט געווארן דורך אן איינצעלע פאמיליע מיט'ן נאמען פרעדעריק. ווען דער פרעדרעיק איז געשטארבן האט זיין זון איבערגענומען דאס רעדל פון די רעגירונג אבער ער האט נישט געהאט קיין רואיגע צייטן ווען עסטרייך האט אנגעגריפן פרייסן און עס האט אויסגעבראכן א ביטערע קריג וועלכע האט זיך געצויגן 7 יאר און אריינגעמישט אסאך אנדערע לענדער. די קריג האט זיך געענדיגט מיט פרידן דורך פארהאנדלונגן פון פראנקרייך און אלעס איז צוריק צום אלטן. די קריג איז אבער געווען א טובה פאר פרייסן וועלכע האט באלד דערנאך פארשטערקערט די רעגירונג.

סאפי שאל

סאפיאַ מאַגדאַלינאַ שאל (דייטשיש: Sophie Scholl; ‏9טן מיי 1921 - 22סטן פעברואר 1943) איז געווען איינע פון די מיטגלידער אין דער "ווייסע רויז" גרופע, וואס האט קאמפאנירט א חשובער קאפיטל אין דער געשיכטע פון דער דייטשע אפאזיציע צו נאציזם. פאר איר טייל אין די טעטיקייטן פון דער גרופע האט מען זי פאראורטיילט צו טויט, און זי איז הינגעריכטעט געווארן, צוזאמען מיט איר ברודער האנס שאל און נאך מיטגלידער אין דער גרופע, דורך גילאטינירונג.

שאל ווערט גערעכנט היינט אין דייטשלאנד, צוזאמען מיט אנדערער מיטגלידער פון דער גרופע, ווי א מוסטער פון קוראזש קעגן דעם נאצי רעזשים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.