ו' אדר א'

אדר א' נאר אין אן עיבור יאר

ה'תש"ף איז א פשוט יאר

געבוירן

זעט אויך

אליה שוויי

רבי אליה שוויי ( י"ג אדר ב׳ ה'תרפ"ד, 19טן מאַרץ, 1924, קאוונע, ליטע - א' ניסן ה'תשס"ט, 26סטן מאַרץ, 2009, פאַרייניקטע שטאַטן ) איז געווען דער ראש ישיבה אין פֿילאַדעלפֿיע און פּרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה אין די פאַרייניקטע שטאַטן.

דוד פאווארסקי

הרב יהושע דוד פאוואַרסקי ( י' שבט תרס"ב, 18טן יאנואר 1902 - ו' אדר א' תשנ"ט, 21סטן פעברואר 1999) איז געווען ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה מער ווי פופציק יאר.

חנוך צבי הכהן לעווין

רבי חנוך צבי הכהן לעווין (רבי הירש העניך לעווין; ז' כסלו ה'תרל"א 1870 - ו' אדר א' ה'תרצ"ה, 1935) איז געווען שטאטס רב פון בענדין און פון די פירער פון פוילישן יידנטום פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה אריה לייב אלטער, דער "שפת אמת".

לאניאדא שפיטאל

דאס לאַניאַדאָ שפיטאל איז א שפיטאל אין קריית צאנז, נתניה, ישראל וועלכער איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תשל"ה דורך דעם פריערדיגן צאנז-קלויזנבערגער רבי. ווען דער רבי איז געווען אין אוישוויץ קאצעט איז ער פארוואונדעט געווארן. ער האט פארשטאנען און געקומען צום אויסדרינגעניש אז טאמער גייט ער דארטן אין שפיטאל איז די מעגלעכקייט ארויסצוקומען לעבעדיגערהייט גאר קליין. אויפן ארט האט ער באשלאסן אז אויב וועט ער געראטעוועט ווערן פון יענעם גיהנום וועט ער אויפבויען א שפיטאל, דארט וואו א ייד וועט נישט דארפן מורא האבן צו גיין דארט כדי צו זוכן א רפואה. ער האט דערציילט די מעשה ביים עפענען פונעם לאניאדא שפיטאל.

אום ו' אדר א' ה'תשס"ח איז געבוירן דארט דאס 100,000סטע קינד.

משה שאול קליין

רבי משה שאול קליין ( ו' אדר א' ה'תשי"ד, 9טן פעברואר 1954), איז א חסידישער דיין און א פוסק הלכה, ראש בית דין ד'קהל "אהבת ישראל" וויזניץ, רב פון דער "אור החיים" געגנט אין בני ברק, און ווי אויך פונעם חרדי'שן שפיטאל "מעייני הישועה".

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.