היברובוקס

היברובוקס (hebrewbooks) איז א ווירטואלער אוצר הספרים וואס טוט פארמאגן איבער פינף און פופציג טויזט ספרים, אנגעהויבן פון די ערשטע דרוקן ביז צו היינטיגע ספרים, צו וואס יעדער קען דערגרייכן פאר פריי פון אפצאל.

דאס איז געווארן געגרינדעט און ווערט אנגעפירט דורך חיים ראזנבערג א ליובאוויטשער חסיד פון קרוין הייטס.

אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר 2001 מיט בלויז 60 ספרים וואס ער האט סקאנירט און ארויפגעלאדנט אויפ'ן וועבסייט אויף א פי די עף פארמאט, דערנאך איז געווארן צוגעלייגט 15,000 ספרים פון די זאמלונג פון ספריית חב"ד ניו יורק, און נאך פילע פון בית המדרש לרבנים באמריקה, און אויך ספרים פון YIVO מאנהעטן זאמלונג. 1780 ספרים זענען גענומען געווארן פון די אנטיק-ספרים זאמלונג וואס געהער פאר חיים אלעזר רייך פון ברוקלין, אזוי אויך פון די פרידברג-ריזמן זאמלונג, וואס אנטהאלט מער פון 15,000 ספרים.

וועבלינקען

אידישקייט אין אונגארן

דאס אידישע לעבן אין אונגארן הייבט זיך אן שוין אין דער צייט פון דער רוימישע אימפעריע. ביים מיטל־אלטער זענען שוין געווען אידישע קהילות אין אונגארן.

אמשינאוו (הויף)

דאס אמשינאווער חסידות שטאמט פון ווארקא. דער ערשטער אמשינאווער רבי איז געווען הרב יעקב דוד קאליש, א זון פון דעם אלטן ווארקער רבי און רב פון אמשינאוו אין קאנגרעס פוילן.

דוד פאווארסקי

הרב יהושע דוד פאוואַרסקי ( י' שבט תרס"ב, 18טן יאנואר 1902 - ו' אדר א' תשנ"ט, 21סטן פעברואר 1999) איז געווען ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה מער ווי פופציק יאר.

יודל קאמינער

רבי יהודה הלוי (יודל) קאַמינער (אויך באקאנט ווי ר' יודל כענטשינער; תקפ"ז, 1827 – כ"ד תשרי תרנ"ב, 1891) איז געווען א חסידישער תלמיד חכם און סוחר אין פוילן, און דער שווער פונעם גערער רבי׳ן דעם שפת אמת.

שאול משה זילבערמאן

הרב שאול משה זילבערמאן (ט"ו אלול תר"י, אויגוסט 1850 - כ"ג תמוז תרצ"ט, יולי 1939) איז געווען א רב אין פוילן. ער האט געדינט אין רבנות אין עטלעכע שטעט, און איז באוואוסט אויפן נאמען פון זיין רבנות אין וויערשאוו. אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען רב פון די גערער חסידים אין ארץ ישראל.

שמואל אבא פון זיכלין

רבי שמואל אבא פון זיכלין (י"ט כסלו ה'תק"ע - כ"ו אלול ה'תרל"ט) איז געווען א רבי פון חסידים אין דעם פינפטן דור פון חסידות, און האט געגרינדעט דעם זיכלינער הויף.

שמואל אהרן רובין

הרב שמואל אהרן רובין אדער ראבין (ה'תקפ"ד (בערך) - ה'תרל"ז) איז געווען רב אין קארטשין, גאליציע, און מחבר פון "בית אהרן" אויף הלכות גטין און "זרע ישי",‏ א פירוש אויף דער פסיקתא דרב כהנא. ער איז געווען א חסיד פונעם צאנזער רב.הרב שמואל אהרן איז געווען א זון פון הערש לייזער רובין. ער איז געווארן רב אין קארטשין און געבליבן דארט ביז תרל"ז. אין יענעם יאר האט מען אים באשטימט אלס דיין אין קראקע, און ער איז נפטר געווארן דאס זעלבע יאר.ער האט געהייראט חנה רחל, א טאכטער פון רבי ישראל לינדבערגער פון בריגל.

זייערע קינדער זענען געווען:

רבי מנחם מענדל, וואס האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און האט געפירט דעם גאליציאנער כולל דארטן

רבי יעקב, איז אומגעקומען אין וויען אין חורבן אייראפע

רבי יום־טוב ליפמאן, וואס האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל

שפרה, די ווייב פון הר"ר ישראל בן ר' יחיאל וואגשאל, הרב מפריסטיק, א גרויסער מיוחס, פון רבי אלימלך פון ליזשענסק אוו רבי נפתלי ראפשיצער.

רבקה, די ווייב פונעם נאראלער רב, הר"ר שלום ריינמאן. זייערע קינדער האט געווען אדמו"רים אין גאנץ גאליציע.

אסתר, אשת חבר צו רבי יצחק פלאם, ווער איז געוועזן אן אוראייניקל פונעם לוצקער מגיד רבי שלמה פלאם, און א זון פון חנה רחל, די טאכטער פון רבי אלעזר מבעלז. אין איהרע לעצטע יאהרן האט זי געוואוינט אין ירושלים, און זי איז געוועזן זייער א חשובע רעבעצין. מ"כ אין הר-המנוחות. רעבעצין פלאם'ס קינדער זיינען געווייזן

חיה - די ווייב פון רבי חיים יעקב סאפרין דער קאמארנער רב און נאך איר פטירה בזוו"ש, איר שוועסטער רבקה הענא. איהרע זין זענען געוויזען רבי דוד פלאם, די אלעסקער רב פון מאנטריאל (אין די לעצטער יארן אין ירושלים, מ"כ אין הר הזיתים)

רבי שמואל אהרן פלאם דער דובעצקער רב - וואס איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע.

דער נאראלער רבי, רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, איז געווען אן אייניקל פון דעם קארטשינער רב. אויך

דער באבאווער רבי (45) הרב רבי מרדכי דוד אונגער, איידעם פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם פון באבאוו , איז אן אייניקל.

שמעלקא פינטער

הרב שמואל שמעלקא פינטער (י"א אדר א' תרע"ט - י"א תמוז תשנ"ד) איז געווען א בריטישער רב פון די פירער פון חרדישן יידנטום אין לאנדאן. ער איז געווען פערציג יאר דער מנהל פון די יסודי התורה מוסדות און איז געווען דער פארזיצער פון אגודת ישראל אין בריטאניע.

תורה ארכיוו

א תורה ארכיוו איז אן עלעקטראנישער ארכיוו פון ספרים מיט א זוכמאשין דורך וואס מען קען אויסזוכן די ספרים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.