האנדל

האַנדל (אדער: מסחר) איז קויפן אדער פארקויפן, געלט אדער ווארען. אין אנהייב פלעג מען בייטן גוטער און סחורה. שפעטער האט מען געהאנדלט מיט מיטלען ווי געלט.

א האנדל קען זיין צווישן צוויי מענטשן, אדער צוויי פירמעס, אדער אפילו צווישן צוויי לענדער.

Commerce-alimentation-generale-paris
א פרוכט מארק.

זעט אויך

וועבלינקען

9/11

סעפטעמבער 11 איז דער טאג אין וועלכע אמעריקע האט געליטן איר שוידערליכסטן טעראר אטאקע אין איר היסטאריע. פיר פליגער זענען געווארן פארכאפט דורך אראבישע מוסלמענער טעראריסטן פון דעם אל קאידא ארגאניזאציע. צוויי פון די פליגער זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי וואלקנקראצער פון דעם וועלט האנדל צענטער אין דאונטאון מאנהעטען, אראפברענגענדיג ביידע בנינים ווייניגער ווי צוויי שעה דערנאך. דער דריטער פליגער איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטעגאן בנין אין וואשינגטאן, און דער פערטער איז אראפגעברענגט געווארן דורך די פאסאזשירן אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוועניע.

קרוב צו דריי טויזנט מענטשן זענען געשטארבען פון דער אטאקע.

9/11 איז נישט בלויז א דאטום. עס איז א באצייכענונג צו די תקופה אין וועלכן מיר לעבן אצינד: טעראר און איסלאמישע פונדעמאנטאליזם. קיין שום לאנד איבער דער וועלט איז היינט נישט באווארענט פון דעם טעראר געפאר.

אומבאוועגלעכע גיטער

אומבאוועגלעכע גיטער אדער איממאביליען (דייטשיש: Immobilie, ענגליש: Real estate, (העברעאיש: נדל"ן) - איז דער האנדל און מארקעט פון הייזער און שטחים.

אנטווערפן

אנטווערפן (פלעמיש: Antwerpen; פראנצויזיש: Anvers - "אַנְוֶוער") איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין גרויסקייט אין בעלגיע און די גרעסטע שטאט אין פלאנדערן, די חלק וואו מען רעדט פלעמיש אין בעלגיע. אנטווערפן האט 472.000 איינוואוינערס (2008), פון דעם זײַנען דאָ בערך 15,000 חרדישע יידן אין אַנטװערפן.

די שטאט ליגט אין צפון זייט פון לאנד, נאנט צום האלענדישן גרעניץ, און אויפן סכעלדע פלוס.

ביזנעס

ביזנעס מיינט אנפירן אן ארגאניזאציע, צי פראדוקציע צי פֿאַרקױפֿן, כדי צו מאכן פראפיט.

דאס ווארט קומט פון זיין ביזי (ענגליש) - באשעפטיגט.

געלט

געלט איז יעדע זאך מיט וואס מ'קען באצאלן פאר גוטער און דינסטן. אויך מיט וואס מ'קען אפצאלן א חוב.

געלט איז א מיטל צו האנדלען דערמיט.

היינטיקע צייטן איז געלט מטבעות און באנקנאטן, וואס האבן נישט קיין עצמדיקן ווערט, נאר מ'ניצט זיי פאר געלט. דער מערסטער טייל פון געלט איז נישט די מטבעות און באנקנאטן נאר דאס געלט וואס ליגט אין באנק קאנטעס.

געשעפט

מיינט איר האנדל? ביזנעס? אדער דער יידישער פילם א געשעפט?

א געשעפט (אױף ס'רוב דיאַלעקטן פון אידיש: קראָם אָדער קלײט אָדער געװעלב) איז אן ארט ווו מען פארקויפט פארשיידענע פראדוקטן ווי עסנווארג, קליידער, מעבל און אנדערע.

פארצייטנס האבן די קלייטן געווען פלאצירט אין פריוואטע שטיבער, אבער אין די שפעטערע יארן האט מען באשטימט באזונדערע ערטער צו פארקויפן סחורה.

היינט צו טאגס איז דא פארשיידענע וועגן ווי צו פארקויפן סחורה:

קלייטן אין די גאסן ווען פון פארנט איז עס פארמאכט פון גלאז.

מארק - אפענע שטעלן ביי א פוסגייער גאס, די פארקויפערס שטייען אונטער זייערע טישן און פארקויפן אין אלגעמיין ביליגע סחורה אדער פאר גאר ביליג.

'אלס פאר א דאלאר' - דאס זיינען קלייטן מיט קליינע פראדוקטן וואס קאסטן נאר א דאלאר אדער עטלעכע שקלים.

איינקויף צענטער - דאס איז א גרויסער בנין נאר מיט קלייטן.

געשעפטן אויפן אינטערנעץ.

טעלעמארקעטינג.

הלכה

הלכה איז דער אידישער באגריף וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט ביים לעבן און ביים טויט. עס איז א מאדערן ווערסיע פון תרי"ג מצוות.

עס איז דא א 4 טיילן שלחן ערוך: חושן משפט געלט און האנדל. יורה דעה - כשרות. אורח חיים טעגליכע פירונגען. און אבן העזר - מאן און ווייב.

לעצטענס איז דא דער משנה ברורה וואס זענען פארשריבן אלע מאדערן הלכות.

עס איז דא וואס זענען צווישן איין מענטש און אנדערן. און צווישן גאט אין דעם מענטש.

טיש

צו מיינט איר טיש (חסידות)?

א טיש ווערט באנוצט צום עסן, לערנען, שטודירן, ארבעטען.

ווערט גלייכצייטיג באנוצט צו זאגן: האסט עפעס געברענגט צום טיש, מיינענדיג: ס'איז דא פון וואס צו רעדן.

טראנספארט

טראנספארט איז אלע מיטלען וואס מען רוקט מענטשן אדער זאגן פון איין פלאץ צום אנדערן. טראנס אין לאטייניש איז אריבער צוויי פלעצער, און פארט איז טראגן.

טראנספארט דארף האבן אן אינפֿראַסטרוקטור ווי למשל גאסן, טראקטן, באן רעלסן, וואסערוועגן, קאנאלן און רערן-ליניעס; דערצו קומען אויך די טערמינאלן ווי וואקזאלן, באן סטאנציעס, אויטאבוס סטאנציעס און פארטן.

די פארשידענע פארמיטלען שליסן איין אויטאס, באנען, בוסן, לופטמאשינען, וואסער-פארמיטלען, לאסטאויטאס, קאסמאסשיפן און ראווערס.

לעטלאנד

לעטלאַנד (לעטיש: Latvija) איז אַ לאַנד אינעם באַלטישן ראיאן פון צפון אײראָפּע. עס גרענעצט עסטלאנד צו צפון, ליטע צו דרום, רוסלאנד צו מזרח און בעלארוס צו דרום-מזרח. אריבער דעם באלטישן ים צו מערב ליגט שוועדן. דער שטח פון לעטלאנד באדעקט 64,589 קוואדראט ק"מ.

די הױפּטשטאָט פון לעטלאנד איז ריגע. לעטלאנד איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זײַט דעם 17טן סעפטעמבער 1991; פון דעם אייראפעישן פארבאנד זײַט דעם 1טן מיי, 2004 און פון נאט"א זײַט דעם 29סטן מערץ, 2004.

דעם 1טן יאנואר 2014 איז די לעטישע וואלוטע, דער לאץ, געטוישט פארן איירא.

אויך איז לעטלאנד א מיטגליד אין די אייראפעראט, אינטערנאציאנאלן געלטפאנד און וועלט האנדל ארגאניזאציע.

דענענבורג

ליבאַװע

נאציאנאלע באן

נאציאנאלע באן (National Rail) איז א האנדל-מארקע פון דער אסאסיאציע פון באן פארקער אונטערנעמונגען אין גרויסבריטאניע. אומגעפער צוואנציק פריוואטע געזעלשאפטן אפערירן די באנען זייט דעם פריוואטיזירן פון בריטישער באן. זיי זענען אומאפהענגיק, אבער זיי ניצן דעם נאמען "נאציאנאלע באן" פארן נאציאנאלן באן נעצווערק.

עקאנאמיק

עקאנאמיק איז אן אפטייל פון דער באגריף ווירטשאפט (שטאמט פון ווערט שאפן) מיינט דעם מענטשנס אקציעס צו שאפן ווערטע מיטלונגען צו דעם מענטשנס באדארפענישן. עקאנאמיק איז די שטודיע וואס שטודירט די עקאנאמיע.

פוילן

פּוילן (פויליש: Polska), אפיציעל די רעפובליק פון פוילן (פויליש: Rzeczpospolita Polska; קאשוביש: Pòlskô Repùblika; שלעזיש: Polsko Republika), איז א לאנד אין אײראָפּע וואס גרענעצט דײַטשלאַנד צו מערבֿ; טשעכײַ און סלאָוואַקײַ צו דרום; אוקראַינע, בעלאַרוס און ליטע צו מזרח; און דעם באלטישן ים און קאַלינינגראַדער אָבלאַסט, רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ, אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן, איז פוילן דאס 34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט 16 וואיעוואדעשאפטן. זײַן הױפּטשטאָט איז װאַרשע.

פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט האנדל ארגאניזאציע, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD), אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן, אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור, אייראפע ראט, ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע, אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און G6.

די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

פינאנץ

פינאנץ איז דער וועג ווי מענטשען און ביזנעסעס באנוצען און באהאנדעלען זיך מיט געלט.

רייכע לייט וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א האנדל, הייסן 'פינאנצירער' דאס טייטש, די וואס האלטן אויס דעם אינוועסטמענט ביזן פולקאמע פראדוקציע איז פארטיג.

פירמע

דער ארטיקל דיסקוטירט א פירמע. טאמער זוכט איר חברה, זעט געזעלשאפט (סאציאלאגיע).אַ פֿירמע (ענגליש: company) איז אַ לעגאַלע אָרגאַניזאַציע צו מאַכן ביזנעס און האַנדלען דערמיט.

דער געדאנק פון א פירמע האט זיך אנטוויקלט אינעם 17טן יארהונדערט מיט דער ציל פון פארמינערן די קאמערציעלע ריזיקע פון ענטרעפרענוערשיפ.

רעגירונג

רעגירונג איז די אינסטיטוציע וואס באשטימט אלע דורכפירונגען אין א מדינה. די רעגירונג איז אחראי אויף די באַוואָפנטע מאַכטן ווי דער מיליטער, פאליציי א.א.וו. (וואס הייסט "די אויספירער אויטאריטעט"), און אין געוויסע דעמאקראטישע מדינות, (ווי צ.ב. מדינת ישראל) באשטימט זי אויך די געזעצן פון דער מדינה (וואס הייסט "געזעצגעבער אויטאריטעט")

אין א פארלאמענט-רעגירונג, שטייט די רעגירונג אונטער דעם פארלאמענט, אזוי אז אויב רוב פון די מיטגלידערס אינעם פארלאמענט שטעלן זיך קעגן דער רעגירונג, פאלט באלד די רעגירונג אונטער און דער פרעזידענט קלייבט אויס איינע פון די מיטגלידערס אין דעם פארלאמענט אויפשצוטעלן א נייע רעגירונג.

די רעגירונג קאנטראלירט פארשידענע טעטיקייטן, למשל האנדל, בילדונג און מעדיצין.

רעקלאמע

רעקלאַמע (אױך אַנאָנאס) איז א מיטל מיט וואס מען איז מפרסם א ביזנעס, פראדוקטן אדער א פערזענלעכקייט. ווען א רעגירונג נוצט רעקלאמעס צו פארשפרייטן זייער אייגענע אגענדע רופט זיך דאס פראפאגאנדע.

עס זענען אויף פארהאן רעקלאמעס וואס ציהלן בלויז צו ברענגען אויפמערקזאמקייט פאר א פירמע, טעמע אדער פאליטישער מיינונג.

שטייער

דער ארטיקל דיסקוטירט געלט וואס מען צאלט צו דער מדינה. טאמער זוכט איר די שטאט אין עסטרייך, זעט שטייער, עסטרייך.שטייער איז געלט וואס די מדינה אדער אן אונטער אפטיילונג פון דער מדינה נעמט פון די בירגער.

צאלן די בירגער פון יעדע לאנד פאר דער רעגירונג כדי אויסהאלטן די אינפראסטרוקטור ווי וועגן און באלייכטן די פובליק פלעצער, און אין געוויסע לענדער טראנספארט ווי בוסן און באנען.

אין אמעריקע איז דער איי אר עס (אינטערנעל רעוועניו סערוויס) דער אגענטור געשטעלט איינצומאנען און פארסירן דאס איינצאל.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.