דוד המלך

דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב)


לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם
601092.JPG
א מאלעריי ווי אזוי עס האט בערך אויסגעקוקט די מלחמה פון דוד מיט גלית הפלשתי

זיין פאמיליע

  • זיינע פרויען: מיכל, אבישג השונמית, אחינועם, מעכה, חגית, אביטל, עגלה, בת שבע, אביגיל.
מיכל איז געווען די טאכטער פון שאול המלך איז צוערשט געווען ווייב פון דוד המלך. שפעטער האט אביגיל, די פרוי פון נבל וועלכע איז געשטארבן, חתונה געהאט צו דוד המלך. אין די עלטערע יארן האט האט מען אים צוגעשטעלט אבישג השונמית.
  • זיינע עלטערן: ישי. אן אייניקל בן אחר בן פון יהודה בן יעקב, דורך רות המואביה וועלכע האט חתונה געהאט צו בועז.
  • זיינע ברידער: אליאב, אבינדב, שמעה, נתנאל, רדי, אצם
  • זיינע זין:
אמנון פון אחינועם
דניאל (אדער כלאב) פון אביגיל.
אבשלום און תמר פון מעכה (טאכטער פון תלמי מלך פון גשור.
אדוניהו פון חגית
שפטיה פון אביטל.
שמעה, שובב, יתרעם פון עגלה
יבחר, אלישוע, נפג, יפיע, אלישמע, אלידע, אליפלט, אלישמע, אליפלט, נגה, ירימות.
שלמה המלך, שמוע און שובב און נתן פון בת-שבע.
אדם הראשון

אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש אויפן ערד קוגל.‏ די ערשטע פרוי אויפ'ן ערד קוגל איז געווען אדם הראשון'ס ווייב מיטן נאמען חווה. ווען גאט האט געזעהן אז פאר אדם הראשון פעלט א פּאָר האט ער גענומען איינע פון אדם'ס ריפּן און מיט איר באשאפן זיין ווײַב, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה: וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹהִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם (בראשית א, כו-כז)

אדם מיט חווה האבן געהאט צום ווייניגסטן דריי קינדער: קין, הבל און שת.

אדם הראשון האט געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, אין תלמוד בבלי שטייט אז אדם הראשון האט אוועקגעגבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך.

אריזאנע

אריזאנע איז א שטאַט ביים דרום ברעג פון אמעריקע וואס גרעניצט זיך מיט מעקסיקא. זי איז באוואוסט מיט אירע הייסע זומערס און מדבריות. זי איז דער אכט און פערציגסטער שטאט פון די 50 שטאטן. איר הויפט שטאט איז פיניקס. זי ווערט אנגערופן צווישן די שטאטן פון ראקי בערג.

אין אריזאנע געפינט זיך די רוזעוועלט דאמבע, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויסצוניצן די טייך וואסערן פאר די פעלדער אין דער מדבר'דיגער געגנט.

אין צפון זיין פון אריזאנע געפינט זיך דער גרויסע קעניאן, עס איז איינע פון די מעכטיגסטע און איינדרוקספולע נאטורליכע ערשיינונגען אין דער וועלט, עס באזוכן אים יערליך הונדערטער טויזנטער באגייסטערטע טוריסטן.

דער גרויסער קעניאן איז געווארן פון דעם טייך געלעגער פון דעם קאלאראדא טייך, איינע פון די גרויסע טייכן פון די פאראייניגטע שטאטן, ער גייט ארויס פון די פעלזן בערג און שלענגלט זיך דורך די הויכע בערגלעך פון אריזאנע, ביז עס גיסט זיך אריין אין מעקסיקא ים אויסגוס, די רוישיגע וואסער פון דעם קאלאראדא טייך האבן אין לויף פון די יאהרן פאראורזאכט א שטארקער מיטשלעפ, אין די פעלזן, אזוי איז געשאפן געווארן דער מעכטיגער און וואונדעליכער שיינע קעניאן.

פון דערווייטענס זעהט עס אויס מעכטיג ווי הויכע זיילן, טורעמ'ס און פאלאצן, די שטיינער זענען אין פארשידענע פארבן, אבער רוב זענען די קאליר רויט, עס איז אבער אויך דא געלע, ברוינע, גרינע און אפילו שווארצע שטיינער, א מענטש וואס דרייט זיך דארט זעהט קלאר און באשיינפערליך די וואונדער פון נאטור, און רופט אויס מיט באגייסטערונג דעם באקאנטן פסוק פון דוד המלך: מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית מלאה הארץ קניניך.

עס רעגנט כמעט נישט אין אריזאנע. אבער טראץ דעם זענען דארט פארהאן פארשידענע פלאנץ פעלדער, דורך דעם וואס מען באוואסערט זיי מיט ריזיגע שלויכן.

עפ"י הלכה איז א הידור פאר די מצות אויף פסח צו נעמען ווייץ וואס עס האט נישט גערעגנט דערויף זינט עס איז געווארן געצייטיגט.

בית לחם

בית לחם איז א שטאט דרום פון ירושלים. זי ווערט דערמאנט אין דער תורה אין ספר בראשית. דוד המלך איז געבוירן אין בית לחם.

הלל הזקן

הלל הזקן (אַרױסגערעדט: הילעל האַזאָקן) איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע מענטשן אין דער ייִדישער געשיכטע, געלעבט אין דער צװײטער העלפֿט פֿון דער צײַט פֿון בית–המקדש שני אין ארץ–ישׂראל, געװען נשיא פֿון סנהדרין, געפֿירט מיט דער ישיבֿה, װאָס האָט געהײסן „בית הלל“, און זײַנע מאָראַלישע לערעס זענען דער יסוד פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער עטיק.

הלל איז געבױרן געװאָרן אין בבֿל (מסכת סוכה כ' און אַנדערע ערטער שטײט „עלה הלל מבבל“, דאָס הײסט, הלל איז געקומען קײן ארץ–ישׂראל פֿון בבֿל). װען ער איז געבױרן געװאָרן איז שװער צו זאָגן. אין „ספֿרי“ סדרה ברכה װערט געשטײט אַז הלל האָט געלעבט 120 יאָר, און װען ער איז געקומען פֿון בבֿל איז ער אַלט געװען 40 יאָר, נאַכער האָט ער געלערנט 40 יאָר, און דערנאָך איז ער געװען נשיא 40 יאָר. צוליב דעם, װאָס אין דער גמרא מסכת שבת ט”ו װערט געשטײט אַז הלל איז געװאָרן נשיא 100 יאָר פֿאַרן חורבן פֿון בית שני, קומט אױס, אַז ער איז געבױרן געװאָרן 180 יאָר פֿאַרן חורבן. דאָס הײסט, 112 יאָר פֿאַר דער געװײנלעכער צײַטרעכענונג. טײל געלערנטע פֿאָרשער האַלטן, אַז די צאָלֹ 120 איז נישט קײן פינקטלעכע.

הלל האָט געשטאַמט פֿון אַ משפחה, װאָס האָט זיך מתײחס געװען צו דוד המלך (ירושלמי מסכת תענית פ”ד און אַנדערע ערטער). ער האָט אין ארץ–ישׂראל געלערנט בײַ שמעיה און אבטליון, װי מיר געפֿינען אין פרקי אבֿות א’ און אַנדערע ערטער פֿון דער משנה. אין דער גמרא מסכת יומא ל”ה װערט דערצײלט, אַז הלל איז דעמאָלט געװען אָרעם און ער האָט געאַרבעט צו פֿאַרדינען זײַן ברױט, אָבער אַ טײל פֿון פֿאַרדינסט האָט ער אַװעקגעגעבן פֿאַרן לערנען. דעם הױכן אַמט פֿון נשיא האָט הלל איבערגענומען פֿון די חכמים בני בתירה (מסכת פסחים ס”ו), און ער האָט אַװעקגעשטעלט דאָס סנהדרין און זײַן געגרינדעטע ישיבֿה אַזױ הױך, אַז די גמרא אין סוכה כ' דערצײלט, דאָס די תורה װאָלט געװען פֿאַרגעסן געװאָרן פֿון ייִדן, װען נישט הלל, װעלכער איז געקומען פֿון בבֿל און ער האָט איר באַנײַט. ער האָט אײַנגעפֿירט די מידות, מעטאָדן, לױט װעלכע מען לערנט אַרױס די הלכות פֿון די פסוקים אין דער תורה. ער האָט דורך זײַן ישיבֿה, די „בית הלל“, פֿעסטגעשטעלט אַ סך הלכות, װעגן װעלכע עס זענען געװען מחלוקת. ער האָט אױסגעדריקט דעם באַקאַנטן עטישן יסוד פֿון ייִדנטום, זאָגנדיק צו אַ גר, אַז „דעלך סני לחברך לא תעביד“ (װאָס דו האָסט נישט ליב, זאָלסטו נישט טאָן אַ צװײטן) איז דער יסוד פֿון דער גאַנצער תורה. און אַלץ איבעריקע איז אַ פירוש צו דער דאָזיקער לערע (תלמוד בבלי, מסכת שבת, פרק ב, דף לא, א גמרא).

די װערטער פֿון הלל װעגן מאָראַל און מדות טובֿות זענען פֿאַרשפרײט איבער משנה און גמרא. אין פרקי אבֿות א’ זאָגט הלל, „זײ פֿון די תלמידים פֿון אהרן, האָב ליב שלום און יאָג זיך נאָך שלום. האָב ליב די מענטשן און זײ מקרבֿ צו לערנען.“ אין פרקי אבֿות ב’ װערט דערצײלט װי הלל האָט געזען אַ קאָפ שװימען אױפֿן װאַסער און ער האָט צו אים געזאָגט, „װײַל דו האָסט אַנדערע דערטרונקען האָט מען דיך דערטרונקען, און דײַנע דערטרונקענער װעלן אױך דערטרונקען װערן“ (על דאטפת אטפוך וסוף מטײפיד יטופון). זײַן עניוות און סבלנות נישט צו פֿערן אין כּעס איז געװען באַקאַנט (שבת ל”א). הלל האָט מתקן געװען אַ רײ תקנות, װאָס זענען נױטיג געװען, װי פרוזבול און אַנדערע.

הלל איז געװען דער שטאַם–פֿאָטער פֿון דער נשיאים–דינאַסטיע, װאָס האָט אַרױסגעגעבן נשיאים עטלעכע הונדערט יאָר.

הללס חבֿר אין סנהדרין איז געװען שמאי, מיט װעמען ער פֿלעגט האָבן מײנונגס–פֿאַרשײדנקײטן אין הלכות. אױך זײערע ישיבֿות, די בית הלל און בית שמאי זענען געװען צװישן זיך מחולק װעגן אַ סך הלכות. און מיר געפֿינען אין דער משנה זײער אָפֿט די מחלוקת פֿון בית הלל און בית שמאי (אַמײסטן אין מסכתא עדיות). אָבער כּמעט שטענדיק האָט מען געפסקנט װי די בית הלל. אין אַלגעמײן האָבן בית הלל געפסקנט די הלכה לקולא, גרינגער צו מאַכן, מיטן אױסנאַם פֿון עטלעכע פֿאַלן (אין משנה מיצה ערשטן פרק און עדיות).

עס איז פֿאַראַן אַ מײנונג אַז דער נאָמען פֿון הלל װערט געבראַכט דורכן היסטאָריקער פֿון חורבן הבית יאָסעפֿוס פֿלאַװיוס אין „אַלטערטימער“ בוך 15, קאַפיטאַל 10, װאוּ ער זאָגט אַז װען הורדוס המלך האָט אײַנגענומען ירושלים און ער האָט דערמאָרדעט אַ סך ייִדן, האָט ער פֿונדעסטװעגן מכבד געװען די צװײ פרושים „פאָליאָ און סאַמעאַס, זײַן תלמידים“. עס איז פֿאַראַן אַ גרױסע מײנונגס–פֿאַרשײדנקײט בײַ די געלערנטע פֿאָרשער (פֿראַנקל, דערנבורג, גרעץ, װײַס, הלוי אין „דורות הראשונים“), צי מען מײנט דערמיט הלל ושמאי, צו שמעיה ואבֿטליון, צי אבֿטליון און שמאי.

הר ציון

הר ציון איז אַ בערגל אין דרום-מערב פון דער אַלטשטאָט פון ירושלים אַרויס די ווענט, דאָך איז ער אַן אינטעגראַלער טייל פון דער שטאָט. אויף די באַרג ליגן וויכטיק זייטלעך פון יידישקייַט, קריסטנטום און איסלאם, און עס זענען אַ פייטער יזאָוון זייטלעך, מוזייען. לויט צו טראדיציעס פון די דרײַ רעליגיעס, די סטרוקטור איז ליגן אויף די באַרג, איז די קבר פון דוד המלך.

חברון

חברון (אַראַביש: الخليل אַל־כאַליל) איז איינע פון די פיר הייליקע שטעט בײַ דער יידישער רעליגיע. היינט זײַנען דאָרט פּלאַצירט בעיקר אראבער, אבער אידן ווענדן זיך אהין פון איבעראָל. חברון האט אויך געהייסן "עיר האבות" ווייל לױט דער ייִדישער טראַדיציע, ליגן אין מערת המכפלה באַגראָבן אברהם יצחק און יעקב װעלכע זײַנען גערעכנט װי די "אבות" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, און שרה רבקה און לאה װעלכע זײַנען גערעכנט װי די "אמהות" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אויך אדם און חוה און ישי דער טאטע פון דוד המלך ליגן דארט באַגראָבן.רמב"ן איז געווען אין חברון אין יאר ה'ל'.

אין יאר ה'ע"ב האט אישתורי הפרחי באזוכט חברון און ער דערמאנט דאס אלטע בית עולם דארט.

ביזן יאר ה'תרפ"ט איז געווען אין חברון א יידישע קהילה, אבער אין תרפ"ט איז פארגעקומען דארט די באוואוסטטע תרפ"ט ראיאטן, ווען 67 יידן זענען אומגעברענגט געווארן, דורך די צעיושטע מאסן, דער בריטישער מאנדאט, האט דעמאלט עוואקואירט די רעשטלעך יידן, וואס האבן איבערגעלעבט די פאגראם.

היינט איז דא א קליינע יידישע קהילה אין חברון, עס וואוינען דארט עטליכע אידן רובם ככולם מתנחלים פון די כהנא'ניסטן, ווי ברוך מרזל, בנצי גופשטיין, איתמר בן גביר, און נאך.

פון די באקאנטע פיגורן אינעם היסטאריע פן חברון, איז געווען ברוך גאלדשטיין ע"ה ה' ינקום דמו, וואס איז געווען דער הויפט דאקטאר אין קרית ארבע, און האט זיך נוקם געווען אויף די פולע רציחות איבער יודען, און איז אומגעקומען אויפן ארט אין היכל יצחק אינעם מערת המכפלה.

יהודה

יהודה איז דער פערטער זון פון יעקב און לאה. זיינע קינדער און אייניקלעך זענען שבט יהודה, פון וועמען איז געקומעם דוד המלך, שלמה המלך און די מלכים פון ארץ יהודה.

יהודה האט געהאט פינף זין: ער, אונן, שלה (פון זיין ווייב בת־שוע) און די צווילינג פרץ און זרח (פון תמר). ער און אונן זענען ביידע געשטארבן יונגערהייט, נאכן חתונה האבן מיט תמר.

יהודה איז געבוירן ט"ו סיון.

יואב בן צרויה

יואב בן צרויה איז געווען דער מיליטער-באהערשער/ קריגס פירער פון דוד המלך, ער האט אנגעפירט די מלחמות אנטקעגן ארם, עמון און אדום. אויכט איז ער געווען די הויפט פון די סנהדרין. ער איז געווען די געשוועסטער קינד פון דוד.

ירושלים אלטשטאט

די ירושלים אלטשטאט איז די אלטשטאט פון ירושלים וואס איז ארומגענומען מיט א מויער, צוזאמען מיט עיר דוד און בארג ציון וואס זענען דרויסן פונעם מויער. דער שטח גייט צוריק צו אוראלטע צייטן. די שטאט האט באקומען דעם נאמען ירושלים ווען דוד המלך האט זי געמאכט פאר זיין הויפטשטאט. הר הבית און דער כותל מערבי געפינען זיך אין דער אלטשטאט.

די ירושלים אלטשטאט איז אן אונעסקא וועלט ירושה ארט.

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

מגילת רות

מגילת רות איז די מגילה וואָס באַשרייבט דאָס לעבן פון דער גיורת רות, די עלטער־באָבע פון דוד המלך.

ממילא

ממילא געזאגט מאמילא איז אן אלטע געגנט אין ירושלים, נאנט צו דער אלטשטאט, עס האט אנגעהויבן אויפגעשטעלט ווערן אין די ענדע ניינצטען יאר הונדערט, ווי א געגנט אינדרויסן פון די מויערן. אין די טאל וואס איז א המשך פון גיא בן הינום, צווישן די גאסן פון דוד המלך און יפו גאס. ביז 1948, איז די באפעלקערונג פון די געגנט געווען א געמישטע, און האט געהאט אסאך קליינע געשעפטן און ארבעטער, אין יאר 1948, איידער די מלחמת השחרור האט אפציעל אויסגעבאכן, האבן די אראבער, אטאקירט די יידישע געשעפטן, זיי האבן גערויבט און געפלינדערט, און דערנאך פארברענט די געשעפטן און עטליכע הייזער.

ביז די זעקסטאגיקע מלחמה, איז די געגנט געווען צוטיילט צווישן יארדאניע, און ישראל, אויפן ישראלדיקן זייט, איז די געגנט געווען שטארק נאכגעלאזט, און געווען א געגנט פון ארעמעלייט בעיקר ספרדים, וויבאלד אסאך יארדאנישע ציל שיסער האבן זיך געפונען דארט, און עס האט זיך געמאכט גאנץ אפט אז זיי האבן געשאסן אויף מענטשן, זענען אסאך פון זיי אויך אוועק פון דארט.

נאך דער מלחמה, ווען ירושלים איז געווארן פאראייניקט, איז די געגנט געווען א צעווארפענע געגנט, נאך די שלאכטן וואס זענען פארגעקומען אין די געגנט. א וואנט וואס האט אפגעטיילט די געגנט פון אלטטאט, און געבויט געווארן דארט מיט צוואנציק יאר פריער, איז צעווארפן געווארן. און די אלטע הייזער פון די געגנט זענען צוביסלעך אומגעווארפן געווארן.

א נייער האטעל איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן פלאץ פון דעם אלטן פאסט האטעל. אין די 1970ער יארן, האט זיך אנגעהויבן דאס פריש אויפשטעלן די געגנט, עס האט געדויערט יארן, ביז ווען עס איז געקומען צו פאקט, אנגעהויבן מיט ארויס שיקן די איינוווינער, און טרעפן פאר זיי אנדערע הייזער.

טעדי קאלעק, בירגערמייסטער פון ירושלים, האט אויפגעטעלט קרתא, א געזעלשאפט וואס זיי האבן פלאנירט דאס פון פריש אויפשטעלן די געגנט, די רעגירונג האט אין די ארויסנעמען די איינוווינער פון דער געגנט, אויסגעגעבן איבער 60 מיליאן דאלער. דאס פארענדיקן דעם פראיעקט פון ארויסשיקן די איינוווינער, און צעווארפן די אלטע געביידעס, האט זיך געענדיקט 1988.

דער פראיעקט איז צעטיילט געווארן אויף פיר, אן אפענע קאמערץ צענטער, וואס האט אויך א פלאץ צו פארקירן אויטאס, און א פארק. האטעלן אויף דוד המלך גאס, א געגנט צו וווינען. נאך לאניעריקע שטרייטן צווישן די געזעלשאפטן, און די שטאטראט. די רעליגיעזע און די רעגירונג אא"וו, האט זיך די ארבעט זייער פארשלעפט. היינט איז די אלטע היסטארישע ממילא גאס אפן בלויז פאר פיסגייער, (גלייך צו בן יהודה גאס), מיט פילע געשעפטן, דער מצודת דוד האטעל געפונט זיך דארט, און עטליכע געביידעס דארפן נאך אויפגעשטעלט ווערן ווי אין זייער אלטער פארעם און ארכיטעקטור.

נגינה

נגינה מיינט יידיש געזאנג. אַ ניגון האָט דאָס גרעסטע כּוח צו מעורר זײַן דעם מענטש.

נגינה גייט צוריק ביז דוד המלך וואס האט געזינגען די תהלים און אויך צוגעשפילט מוזיק.

די אַרבעט פֿון די לוויים אין בית המקדש איז געװען צו זינגען און צו שפילן כלי זמר.

אין שפעטערדיגע דורות איז איינגעפירט געווארן זינגען ביים דאווענען מיט א חזן און א קאפעלע (כאר). איינער פון די גרויסער קאמפאזיטארן פון שול מוזיק איז געווען לעוואנדאסקי.

הײַנטיקע צײַטן איז דאָס געװאָרן צוריק אן אינטעגראַלע טײל פֿון ייִדישקײט דורך דער עבודה פֿון חסידים װאָס איז געװאָרן געגרינדעט דורך'ן בעש"ט.

ספר מלכים

ספר מלכים איז דער פערטער באנד אין תנ"ך פון די "נביאים ראשונים". דער ספר הייסט מלכים וויבאלד עס רעדט ארום די אלע אידישע מלכים, פון דער קעניג שלמה המלך (וואס האט געקעניגט נאך זיין טאטן דוד המלך) ביז צדקיהו דער לעצטער קעניג פון מלכות בית דוד פארן חורבן בית ראשון (ג'של"ח). דער ספר פארטוט זיך סיי מיט מלכי יהודה און סיי מיט מלכי ישראל.

דער ספר איז געשריבן געווארן סוביעקטיוו פון א רעליגיע אויסבליק, וואס באשולדיקט אלע געפאר־פאסירונגען צו די זינד פון די אידן פאר גאט. אויך איז דער ספר פּרָא מלכות יהודה און אנטקעגן מלכות ישראל.

די הויפט טעמעס אין דער ספר ערקלערט:

פארוואס האט זיך מלכות ישראל צעטיילט פון מלכות יהודה.

וועלכע קיסרים האבן געקעניגט אין מלכות יהודה און וועלכע אין מלכות ישראל.

ווי אזוי איז חרב געווארן מלכות יהודה און מלכות ישראל.

ספר שמואל

ספר שמואל איז דאס דריטע ספר אין נביאים. דאס ספר דערציילט די געשיכטע פון כלל ישראל אין דער תקופה פון שמואל הנביא, שאול המלך, און דוד המלך. דער אנהויב פון ספר שמואל קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף דעם פערזענליכן לעבן פון שמואל, פון די געשיכטע פון זיינע עלטערן און זיין געבורט, און ווייטער זיין לעבן און שאפן דורכאויס זיינע יארן אלס שופט און מנהיג פון כלל ישראל.

קבר דוד המלך

קבר דוד המלך איז אַ געביידע אויף בארג ציון אין ירושלים, וואו לויט דער מסורה ליגט דוד המלך.

רות

רות המואביה איז די צענטראלע פערזענלעכקייט אין מגילת רות. זי איז געווען א טאכטער (אדער אן אייניקל) פֿון עגלון מלך מואב. זי האט חתונה געהאט מיט מחלון דער זון פֿון אלימלך, אבער זי איז געווארן אן אלמנה.

ווען איר שוויגער נעמי איז צוריקגעגאנגען קיין ארץ ישראל איז זי מיטגעגאנגען און זי האט זיך מגייר געווען.

צו פערציג יאר האט זי חתונה געהאט מיט בועז; זייער זון איז געווען עובד דער זיידע פֿון דוד המלך.

שלמה המלך

שלמה המלך (ב'תתקי"ב - ב'תתקס"ד) איז געווען א זון פון דוד המלך און איז געווען דער לעצטער יידישער קעניג אין פארלויף פון 40 יאר אויף אלע שבטים פון כלל ישראל נאך דוד (נאך שלמה המלך האט זיך די קעניגרייך צעטיילט אויף צווייען: מלכות ישראל און מלכות יהודה). שלמה האט קיינמאל נישט געפירט מלחמה מיט אנדערע פעלקער, ער האט געהאט גוטע פארבינדיגען מיט מצרים און אנדערע ארומיגע לענדער (אנדערש ווי זיין טאטן דוד). וַיֵּשֶׁב יְהוּדָה וְיִשְׂרָאֵל לָבֶטַח, אִישׁ תַּחַת גַּפְנוֹ וְתַחַת תְּאֵנָתוֹ, מִדָּן, וְעַד-בְּאֵר שָׁבַע--כֹּל, יְמֵי שְׁלֹמֹה ספר מלכים א' (פרק ה')

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.