דברי הימים

ספר דברי הימים איז א ספר פון תנ"ך אין כתובים, וואס איז געשריבן געווארן אומגעפער 150 יאר נאך ספר מלכים. ספר דברי הימים איז א קעגנאיבערדיק ספר בראשית, ספר שמואל און ספר מלכים וואס בריינגט מיט אן אנדער אויסבליק די געשיכטע נאר פון מלכי יהודה, ספר דברי הימים איז מער עקסטרימיש געשריבן ווי ספר מלכים און דערפאר שרייבט ער נישט איבער די געשיכטע פון מלכי ישראל וואס האבן לויט זיין מיינונג געזינדיקט פאר גאט. נאך א אונטערשייד צווישן ספר מלכים מיט ספר דברי הימים איז, דאס וואס ספר מלכים גלויבט אין באלוינונג אויף דורות קעגן ספר דברי הימים וואס גלויבט אין פערזענליך באלוינונג.

דוד המלך

דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב)

לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

היסטאריע

היסטאריע (פון גריכיש ἱστορία , היסטאריא, טייטש ,נאכפרעגן״) אדער געשיכטע (אויף לשון קודש הייסט דאס דברי הימים) איז די שטודיע אדער סתם א דערציילונג איבער דעם מענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכטע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענע ביכער, צייטונגען און בריוו. די וואס שטודירן היסטאריע הייסן היסטאריקערס.

דער טערמין היסטאריע קען זיך אויך באציען צו די עפאכע אין די פארגאנגענהייט פון וועלכער מיר האבן רעקארדירטע שרייבונגען, אין קעגנזאץ צו די פרעהיסטארישע עפאכעס ווען די חכמה פון שרייבן איז נאך נישט געווען באקאנט.

אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג.

אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין די גייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין דער מאדערנער אקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין די סאציאל וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, איבערהויפט ווען דער פאקוס איז כראנאלאגיש.

געשיכטע קען אויך מיינען א מעשה וואס איז מער א דערציילונג פון אמאל אין די געשיכטע, ווי למשל מעשות וואס מען הערט וועגן פריערדיגע צייטן.

כתובים

כתובים איז די דריטע אפטיילונג פון תנ"ך וואס אנטהאלט עלף ספרים: תהלים, משלי, איוב, שיר השירים, רות, איכה, קהלת, אסתר, דניאל, עזרא-נחמיה (איין ספר), דברי הימים (איין ספר). דאס איז דער סדר פון כתובים אין רוב דרוקן פון תנ"ך. די בעלי המסורה אין טבריה און די ספרדישע יידן האבן אן אנדער סדר פאר כתובים, און די גמרא אין מסכת בבא בתרא ברענגט א דריטן סדר.

צווישן די ספרים איז אויך פאראן די פאלגנדע אפטיילונגען:

ספרי אמ"ת: תהלים, משלי, איוב (לויט די ראשי תיבות פון די דריי ספרים). די ספרים זענען געשריבן ווי "פאעזיע", און צוליב דעם האבן זיי באזונדערע טראפ גערופן טעמי אמ"ת וואס מען געפינט נישט אין גאנץ תנ"ך, און אויך אין די כתבי ידות ווערן זיי געשריבן ווי א שירה.

חמש מגילות: שיר השירים, רות, איכה, קהלת, אסתר. די גרופע ליינט מען אין געוויסע צייטן, אויך נאר אויף די פינף ספרים פון כתובים איז דא א מדרש רבה.

די דריי ספרים דניאל, עזרא-נחמיה, און דברי הימים זענען נישט א באזונדערע גרופע, אבער אלע זענען געשריבן געווארן לויט דער מסורה אין א שפעטערע תקופה.עזרא איז א המשך פון דברי הימים. אין דניאל און עזרא-נחמיה זענען דא טיילן געשריבן אויף אראמיש און נישט לשון-קודש.

די 24 ספרים פון תנ"ך ווערן צעטיילט אויף תורה, נביאים (גמרא ב"ב י"ד, מדרש רבא שמ"ר מא, דב"ר י"ד). די דרגות אין די כתבי הקודש זענען: די תורה איז געגעבן מפי הגבורה (פון דעם אייבערשטן אליין), די ספרים פון נביאים זענען געזאגט מיט נבואה, און די כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

מנשה מלך יהודה

מנשה איז געווען דער 14סטער קעניג אויף מלכות יהודה. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געוועזן 12 יאר אלט און געהערשט 55 יאר. זיין מאמע האט געהייסן "חפציבה".

לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים (פרק ב') און אין ספר ירמיהו (פרק ט"ו) איז ער געווען דער שטערקסטער זינדיקער אין באציונג צו די אנדערע מלכים פון מלכות יהודה, און וועגן אים האט גאט 60 יאר שפעטער גולה געווען כלל ישראל און צעשטערט דעם בית המקדש. אבער לויט ווי עס שטייט אין ספר דברי הימים האט מנשה תשובה געטאן ווען ער איז געווען אין תפיסה אין בבל נאך וואס ער האט רעוואלטירט קעגן אשור, און גאט האט אים באוויליגט און אים צוריקגעקערט קיין ירושלים, דאן האט מנשה צעשטערט אלע געטשעס. וידע מנשה כי ה' הוא האלוהים דברי הימים ב' פרק ל"ג

.

זיינע זינד:

ער האט איינגעפירט צו דינען עבודה זרה - געצין-דינעריי און שטערן-דינעריי. אויך האט ער זיי אריינגעבריינגט אין בית המקדש.

ער האט געבויעט צעשפרייטע מזבחות אנערש ווי זיין טאטן יחזקיהו וואס האט איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש.

ער האט מקריב געווען זיין זון אין פייער פאר עבודה זרה וואס איז פארבאטן לויט די תורה וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ ער האט געמאכט כישוף וְעוֹנֵן וְנִחֵשׁ, וְעָשָׂה אוֹב וְיִדְּעֹנִים מלכים כא.ער האט געהרגעט אומשולדיקע מענטשן.לויט ווי עס שטייט אין גמרא האט מנשה געהרגעט דעם נביא ישעיהו. וואס איז געווען זיין זיידע.

נחום איש גמזו

נחום איש גמזו איז געווען אַ תּנא אין ערשטן יאָרהונדערט, מסתּמא פֿון דער שטאָט גמזו (דערמאָנט אין דברי הימים ב' כ״ח). אין חגיגה י״ב װערט געזאָגט, אַז זײַן תּלמיד איז געװען רבי עקיבֿא, װעלכער האָט געלערנט בײַ נחום איש גמזו 22 יאָר. אין תּענית כ״א װערט געזאָגט, אַז דעריבער האָט מען אים גערופֿן איש גמזו, װײַל אױף אַלע פּאַסירונגען, אפֿילו אױף שלעכטע, האָט ער געזאָגט "גם זו לטובה" (אױך דאָס איז צום גוטן). די גמרא דאָרט אין תּענית ברענגט ספּורים װעגן אים. פֿאַראַן אַ מײנונג אַז ער איז נחמיה העמסוני, װעלכער איז אױך געװען דער רבי פֿון רבי עקיבֿא.

ספר איוב

ספר איוב איז איינע פון די דריי ספרי חכמה אמ"ת (איוב, משלי, תהילים) דער ספר באשרייבט איוב אלס א משל ווי א צדיק לייד יסורים און פון דעסוועגן טאר מען נישט פארשן די הנהגות פון גאט ווי אזוי ער פירט די וועלט.

אזעלכע זאגן אז משה רבינו האט געשריבן דער ספר.

היינט אין די יידישע שפראך איז באקאנט דער ווארט "יסורי איוב" ווען מען וויל פארשטעלן גאר שטארקע יסורים.

ספר דברים

דברים איז דער פינפטער ספר פון חומש.

ספר דניאל

ספר דניאל איז דער ספר אין כתובים מיט די איבערלעבענישן פון דניאל אין בבל נאכן חורבן בית ראשון.

אין ספר דניאל פארציילט ער די וואונדערליכע מראות וואס ער האט געזען, וואס מלאכים האבן אים געוויזן און ערקלערט איבערן צוקונפט פון אידישן פאלק, און איבער די אויפשטייג פון די וועלט גרויסמאכטן און זייערע מלחמות ביז משיח'ס טאג.

אויך פארציילט ער, צווישן אנדערע, וויאזוי מען האט אים יונגערהייט געברענגט צוזאמען מיט זיינע חברים צו דינען אין קעניגליכן פאלאץ אין בבל, די געשיכטע פון דניאל אינעם לייבן גרוב, די געשיכטע פונעם שריפט אויף דער וואנט אין פאלאץ פון בלשצר געשריבן דורך א מיסטעריעזער האנט, און ווי דניאל האט ערקלערט דאס באדייט דערפון. אויך איז דא דארט די תפילה וואס דניאל האט מתפלל געווען אז די אידן זאלן אויסגעלייזט ווערן און זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל.

א גרויס טייל פון ספר דניאל איז געשריבן אין אראמיש, א שפראך וואס די אידן האבן דעמאלט גענוצט.

ספר ויקרא

ספר ויקרא איז דאס דריטע ספר אין די חמשה חומשי תורה.

אין דעם ספר ערקלערט די תורה די פונקטליכע געזעצן פון די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אינעם משכן.

ספר יונה

ספר יונה איז איינע פון די ספרים פון תרי עשר אין נביאים. דאס ספר דערציילט ווי דער אייבישטער האט געהייסן יונה זאגן א נבואה פאר די איינוואוינער פון נינוה. יונה איז אנטלאפן אויף א שיף. עס האט אויפגעברויזט א שטורעם און די מאטראסן האבן געווארפן יונה אין ים. דארט האט א פיש אויפגעגעסן יונה ביז זיי זענען אנגעקומען אין נינוה וואו די פיש האט אים אויסגעשפיגן. דעמאלסט האט יונה געזאגט די איינוואוינער פון נינוה אז דער אייבישטער וועט זיי באשטראפן פאר זייערע עבירות. אבער זיי האבן תשובה געטאן און זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שטראף.

מען איז מפטיר גאנץ ספר יונה יום כיפור ביי מנחה.

ספר עזרא

ספר עזרא איז א ספר אין תנ"ך, איז דער צענטער באנד אין סדר כתובים, איר פלאץ איז נאך ספר דניאל און פאר ספר נחמיה.

לויט חז"ל (מסכת בבא בתרא) איז עזרא-נחמיה אלץ איין ספר.

ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים.

נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא (וואס האט געראטעוועט די יידן פון עגלון), יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא (בבא בתרא י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

ספר שמות

צי מיינט איר פרשת שמות?

שְׁמוֹת איז דער צווײטער חומש, וואָס הײבט זיך אָן מיט די ווערטער וְאֵלֶּה, שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, הַבָּאִים, מִצְרָיְמָה: אֵת יַעֲקֹב, אִישׁ וּבֵיתוֹ בָּאוּ (שמות א' א')

.

באַשטײט פֿון 40 קאַפיטלעך. עס ווערט אין חומש שמות דערצײלט דער ספור ווי די מצרײם האָבן געפײַניקט די ייִדן, נאַכער יציאת מצרים, דאָס געבן די תורה אויפֿן הר סיני, פֿאַרשײדענע געזעצן, דאָס מאַכן דעם משכן, די מעשה פֿון עגל (גאָלדענע קאַלב).

אין די אײראָפעאישע שפראַכן הײסט שמות „עקסאָדוס“ (דער אַרויסגאַנג, דאָס אַרויסגײן פֿון מצרים.

פסוקי דזמרה

פּסוקי דזמרה איז א טייל פון דער שחרית תפילה וואָס זענען פאַרפעסטיקט דורך חז״ל האבן איינגעפירט צו זאגן יעדן טאג. די פסוקי דזמרה הייבן אן מיט דע ברכה "ברוך שאמר" און ענדיגן מיט דער ברכה "ישתבח". די תפילה אזוי ווי מען זאגט זי היינט איז צאמגשטעלט פון פסוקים גענומען פון די תנ״ך - פון ספר שמות, פון משלי, דברי הימים, און מערסטנס פון תהילים.

קהלת

קהלת איז איינע פון די ספרי כתובים. לויט די טראדיציע און לויט ווי עס שטייט אין קהלת איז דאס געשריבן געווארן דורך שלמה המלך, אבער לויט די תנכישע פארשער איז דאס געשריבן געווארן 400-500 יאר שפעטער, ווייל די שפראך אין קהלת איז געמישט מיט פערסיש אויך די געדאנקען אין ספר באלאנגט צו שפעטערע יארן פון שלמה המלך.

דער ספר פארנעמט זיך מיט וואס דארף זיין דער ציל פונעם מענטש'ן אויף דער וועלט, און צי דער מענטש האט בחירה צו טאן וואס עס גלוסט זיך אים צי נישט. כאטש וואס דער ספר איז קעגנזעץ די טראדיציאנאלע אמונה אין ידיעה ובחירה, האבן די חכמי ישראל אריינגערעכנט דעם ספר אין די הייליקע סעקטע. לויט די פארשער האבן די חכמי ישראל צוגעלייגט די לעצטע פּאָר פסוקים פון קהלת "סוף דבר הכל נשמע את האלהים ירא ואת מצוותיו שמור כי זה כל האדם".

קרית יואל

קרית יואל (ענגליש: Kiryas Joel) איז א ווילידזש, געגרינדעט דורכן סאטמארער רבין רבינו יואל טייטלבוים, וואס געפינט זיך אין פאלם טרי, אפּסטעיט ניו יאָרק.

עס וואוינען דארט היינט צוטאגס אריבער זעקס טויזנט פאמיליעס. לויטן אמעריקאנישן צענזוס פון 2017 די צאל פון די איינוואוינערס ווערט אפגעשאצט פאר אריבער פיר און צוואנציג טויזנט נפשות (24,155). דער רב איז דער סאטמארער רבי ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך זיין פאטער רבי משה טייטלבוים בעל ״ברך משה״ אלס "מרא דאתרא" (אפיציעלער שטאטס רב) אין יאר תשמ"ה [1985]. א חלק פון שטאט קערן זיך אן צו זיין ברודער רבי זלמן לייב טייטלבוים אדער זענען זיי פון בני יואל צוליב פערזענליכע סיבות. דער רב האט אבער די מאיאריטעט, און זיינע קאנדידאטן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן. ביי די לעצטע וואלן האט ר' אברהם ווידער דער בירגערמייסטער וואס איז געלאפן מיט די שטיצע פון די אהרוינים געהאט באלד 4,000 שטימען און הרב באנדא ע"ה וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2000 שטימען.

עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל ארום 100 בתי מדרשים, רוב געהערן פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע קרייזן און הויפן ווי למשל טאהש, ספינקא, תולדות אהרן און ברסלב.

דער אלגעמיינער סקול דיסטריקט פון קרית יואל ליגט אונטער דער הנהגה פון רבי אהרן טייטלבוים. אבער עס איז אויך דא מוסדות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דער אלגעמיינער חינוך סיסטעם פון דער שטאט, נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען ווי די קהילה פון בני יואל און די קהילה און בתי מדרשים זענען נישט אונטער רבי זלמן לייב טייטלבוים. אלע האלטן זיך פאר סאטמאר.

עס ווערט געשאצט, לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן, אז א מערהייט פון די איינוואוינער קערן זיך אן צו רבי אהרןס קהלה (זיי ווערן אנגערופן אין דער וועלט אהרונים) און א קלענערע צאל קערן זיך אן צו רבי זלמן לייב (זיי ווערן אנגערופן זאליס). אויך זענען פארהאן א צאל בני יואל, וואס געהערן נישט צו קיין שום רבי, אדער צום ביישפיל, טאהש, ברעסלאוו, תולדות אהרן, און ספרדישע אידן.

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשל"ז [1977], און האט א זעלבסטעשטענדיגן לעגאלן שטאטראט. די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און פיר ווילעדזש קוראטארן, וואס ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען. דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער איז אברהם ווידער און די פיר קוראטארן זענען מיטעלמאן, פריינד, מארקאוויטש און לאנדא; אלע זענען שטיצער פון רבי אהרן טייטלבוים.

מייסטנס גאסן פונעם שטאט ווערן פאריפן אויף שטעט און דערפער פון דעם אלטן היים ווי עס האבן אמאל עקזיסטירט גרויסע רבנישע הויפן, מיט א חלק וואס ווערן געריפן אויפן שטעט פון ארץ ישראל, און געציילטע וואס טראגן נאך זייער ארגינעלן נאמען פון פאר די שטעטל איז אויפגעשטעלט געווארן.

אינעם יאר 2018 איז געשלאסן געווארן אן אפמאך מיטן שכינות'דיגן מאנרא זיך אפצוטיילן און גרינדן אן אייגענעם טאון מיטן נאמען פאלם טרי (על שמו פונעם עקזיסטירנדן רבי'ן רבי אהרן טייטלבוי"ם) און ביי די וויילן האבן אריבער 80% וויילער געשטימט זיך אפצוטיילן פון מאנרא ווערנדיג דערמיט די ערשטע חסידישע טאון אינעם אמעריקאנעם היסטאריע.

שיר השירים

שיר השירים איז די "געזאַנג פון געזאַנגען", געשריבן דורך שלמה המלך. עס רעדט זיך וועגן א פארל וואס דרוקן אויס זייער טיפער בענקשאַפט און ליבשאפט איינער צום אנדערן אין פארשידענע סארט אומשטענדן, מיט שטארקע געפילנדיגע אויסדריקן און גראַפישע טערמינען.

לויט רש"י און דער אידישער טראדיציע איז יעדער פּסוק אַ משל אויף דער ליבשאַפט צווישן גאָט און זײן געליבטע פאָלק, די אידן; דעריבער ווערט דאָס פאַרעכענט ווי דאָס הייליגסטע ספר.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאָגן שיר השירים פאַר קבלת שבת.

ס'איז אויך א מנהג צו ליינען שיר השירים ביים סוף פונעם סדר, און אויך אין שול שבת חול המועד פסח.

שמואל

שמואל איז דער נאמען פון נביא און פֿון ספֿר שמואל, אין װעלכן עס װערן באַשריבן די ספּורים װעגן שמואל הנביא (אין שמואל א').

דער נאָמען פֿון שמואל הנביא איז געװען בײ ײדן זײער געערט װי משה רבנו און אהרן הכהן און אין תהלים צ״ט װערן זײ דרײ דערמאָנט צוזאמען („משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו”).

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.