גריכנלאנד

גריכנלאנד (גריכיש: Ελλάδα עלאַדאַ אדער Ελλάς עלאַס), אפיציעל די העלענישע רעפובליק (גריכיש: Ελληνική Δημοκρατία), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.

גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײַט 1981,[2] און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001, נאט"א זײַט 1952,[3] די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961,[4] און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.

Ελληνική Δημοκρατία
עליניקי דימאקראַטיאַ
פאן גריכנלאנד
סימבאָל גריכנלאנד
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון גריכנלאנד
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך גריכיש
הויפטשטאט אטען
רעגירונג פארלאמעטארישע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
קאראלאס פאפוליאס
אנטאניס סאמאראס
גרינדונג דאטום
25טן מערץ 1821, פון דער אטאמאנישער אימפעריע
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
131,990 קוואדראט ק"מ
96סט
0.8669
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

11,216,708[1]
74סט
84 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $341.688 ביליאן (33סט)
וואלוטע איירא
צייט זאנע מזרח אייראפעישער זייגער (UTC+2)
אינטערנעט דאמען gr.
טעלעפאן קאד 30+

היסטאריע

Parthenon
דער פארטענאן אין אטען איז א סימבאל פון קלאסיש גריכנלאנד.

גריכנלאנד איז געווארן א רעפובליק דעם 25סטן מערץ 1924.

פאליטיק

גריכנלאנד איז א פארלאמענטארישע רעפובליק. דער ראש מלוכה, וואס ווערט גערופן פרעזידענט, ווערט געוויילט דורכן פארלאמענט פאר א קאדענץ פון פינף יאר. די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט אין 1975. דער פארלאמענט האט איין קאמער מיט 300 דעפוטאטן.

אדמיניסטראציע

זייטן 1טן יאנואר 2011 איז גריכנלאנד צעטיילט אין 13 ראיאנען.

נומער ראיאן הויפטשטאט שטח (ק"מ²) שטח
(קוואדראט מייל)
באפעלקערונג[5] GDP (ביליאן)[6]
1 אטיקע אטען 3,808 1,470 3,812,330 €103.334
2 צענטראלע גריכנלאנד לאמיע 15,549 6,004 546,870 €12.530
3 צענטראלע מאקעדאניע סאלאניקי 18,811 7,263 1,874,590 €34.458
4 קרעטע העראקליאן 8,259 3,189 621,340 €12.854
5 מזרח מאקעדאניע און טראקיע קאמאטיני 14,157 5,466 606,170 €9.054
6 עפירוס יאנאנינע 9,203 3,553 336,650 €5.827
7 איאנישע אינזלען קארפו 2,307 891 206,470 €4.464
8 צפון אגאישע מיטילענע 3,836 1,481 197,810 €3.579
9 פעלאפאנעז טריפאלי 15,490 5,981 581,980 €11.230
10 דרום אגאישע ערמופאלי 5,286 2,041 308,610 €7.816
11 טעסאליע לאריסע 14,037 5,420 730,730 €12.905
12 מערב גריכנלאנד פאטראס 11,350 4,382 680,190 €12.122
13 מערב מאקעדאניע קאזאני 9,451 3,649 282,120 €5.564

טראנספארט

דער מעטראפאליטאנער שטח פון דער הויפטשטאט אטען האט א נייעם אינטערנאציאנאלן פליפארט (געעפנט 2001), א נייעם פארשטאטישן אויטאסטראד "אַטיקי אדאס" (געעפנט 2001), און א פארברייטערטע מעטרא סיסטעם (זײַט 2000).

די מערהייט פון די גריכישע אינזלען און א סאך שטעט זענען פארבינדן דורך לופט טראנספארט, בעיקר מיט די צוויי הויפט פלי געזעלשאפטן פון גריכנלאנד, אלימפיק און אגאישע לופט.

אינטערנאציאנאלע באן ליניעס פארבינדן גריכישע שטעט מיט אייראפע, די באלקאנען און טערקיי.

עקאנאמיע

Main building of the bank of Greece 2008
דער באנק פון גריכנלאנד אין אטען

דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון גריכנלאנד וואקסט גיך.[7] א הויפט דינער פון אויסלענדישע וואלוטער, ביז 15%, איז די טוריזם אינדוסטריע,[8] וואס באארבעט 16.5% פון דעם גאנצן ארבעטקראפט.

אינגאנצן האט גריכנלאנד 4.9 מיליאן ארבעטער.[9] די גריכן ארבעטן א דורכשניט פון 1,811 שעה'ן א יאר.[10]

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Eurostat. Epp.eurostat.ec.europa.eu (2009-02-11). דערגרייכט דעם 2009-03-22.
  2. Member States of the EU: Greece. European Union. europa.eu. דערגרייכט דעם 2007-04-07.
  3. On the 14 August 1974 Greek forces withdrew from the integrated military structure of NATO in protest at the Turkish occupation of northern Cyprus. גריכנלאנד איז צוריק אריין אין נאט"א אין 1980.
  4. Convention on the OECD. Organisation for Economic Co-operation and Development. www.oecd.org. דערגרייכט דעם 2007-04-07.
  5. 'Πίνακας 1: Προσωρινά αποτελέσματα του Μόνιμου Πληθυσμού της Ελλάδος'. National Statistical Service of Greece: Ανακοίνωση προσωρινών αποτελεσμάτων Απογραφής Πληθυσμού 2011, 22 Ιουλίου 2011. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2012-09-18.
  6. Regional gross domestic product (million EUR), by NUTS 2 regions. Eurostat (2008). דערגרייכט דעם 25 October 2011.
  7. ELKE Hellenic Center for Investment - Economic Stability. Elke.gr. דערגרייכט דעם 2009-01-06.
  8. Greece.
  9. Posted by internetakias. Οι Ελληνες 2οι πιο σκληρά εργαζόμενοι στον κόσμο!. Internetakias.gr. דערגרייכט דעם 2009-03-22.
  10. טעקע:Yearly working time 2004.jpg
11טן מיי

דעם 11טן מיי איז דער 131סטער טאג פון יאר (132סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 234 טעג.

15טן פעברואר

דעם 15טן פעברואר איז דער 46סטער טאג פון יאר אין דער זיבעטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 319טעג (320 אין אן עיבור־יאר).

23סטן יוני

דעם 23סטן יוני איז דער 174סטער טאג פון יאר (175סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 191 טעג.

25סטן מערץ

דעם 25סטן מערץ איז דער 84סטער טאג פון יאר (85סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 281 טעג.

2טן פעברואר

דעם 2טן פעברואר איז דער 33סטער טאג פון יאר אין דער פינפטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 332 טעג (333 אין אן עיבור־יאר).

6טן מערץ

דעם 6טן מערץ איז דער 65סטער טאג פון יאר (66סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 300 טעג.

9טן פעברואר

דעם 9טן פעברואר איז דער 40סטער טאג פון יאר אין דער זעקסטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 325 טעג (326 אין אן עיבור־יאר).

אונגארן

אונגאַרן (אױך׃ אונגערן, אונגאַריש: Magyarország מאָדיאָראָרסאַג) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך, סלאוואקיי, אוקראינע, רומעניע, סערביע, קראאטיע און סלאוועניע. זײַן הױפּטשטאָט איז בודאַפּעשט.

אונגארן איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און איז א שענגען לאנד. די אפיציעלע שפראך איז אונגאריש.

אוראלט גריכנלאנד

די געשיכטע פון אוראַלט גרינכלאַנד איז א תקופה פון דער גריכישער היסטאריע וואס האט זיך געצויגן ארום טויזנט יאר פון ביז ווען די רוימער האבן איינגענומען גריכנלאנד ביים קאמף פון קארינט אין יאר 146 פאר דער ציווילער רעכענונג.

די גריכישע קולטור צוזאמען מיט די רוימישע קולטור ווערן פאררעכנט אלס די גרונטן פון דער ציוויליזאציע פון דער מערב וועלט.

די גריכישע קולטור איז נישט געווען באגרענעצט צום דרום טייל פון די באלקאן לענדער, וואו מאדערנע גריכנלאנד געפינט זיך. די גריכן האבן איניציאירט א גרויסע קאלאניזאציע באוועגונג, וואס האט געברענגט א סך גריכן צו גרויסע טיילן פונעם מיטלענדישן ים. אחוץ די אינזלען פונעם אגאישן ים זענען אויך געווען גרויסע זידלונגען פון גריכן אין קליין אזיע צו מזרח און אין דרום טייל פונעם אפענינישן האלבאינזל און דעם מזרח זייט פון סיציליע אין מערב. די גריכן האבן זיך באזעצט אין אנדערע ערטער ווי למשל אויף די ברעגן פונעם שווארצן ים.

אירלאנד

אירלאַנד איז אַ לאַנד אין אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז דובלין. אירלאנד אקופירט רוב פון דעם אירלאנד אינזל.

אין 1949 איז אירלאנד געווארן א רעפובליק און עס האט פארלאזט דער בריטישער קאמאנוועלט.

בולגאריע

בולגאַריע איז א לאַַנד אין דרום-מזרח אייראפּע. די הױפּטשטאָט איז סאָפיע. זי גרענעצט פינף לענדער: רומעניע צו צפון (בעיקר דורכן דוניי), סערביע און די רעפובליק פון צפון=מאקעדאניע צו מערב, און גריכנלאנד און טערקיי צו דרום; און דעם שווארצן ים צו מזרח.

די גרעסטע שטעט נאך סאפיע זענען פלאוודיוו (באפעלקערונג 338,153) און ווארנא (באפעלקערונג 334,870).‏

גריכיש

גריכיש (ελληνικά העלעניקאַ) איז א שפראך מיט א היסטאריע פון 3400 יאר. בערך 17–25 מיליאן מענטשן רעדן גריכיש היינט, אין די לענדער גריכנלאנד (אפיציעל), ציפערן (אפיציעל), אונגארן, אוקראינע, איטאליע, אלבאניע, ארמעניע, טערקיי און רומעניע אחוץ פון גריכישע אויסלענדער געמיינדעס איבער דער וועלט, איינשליסנדיג אויסטראליע, בולגאריע, גרוזיע, מאלדאווע, מאקעדאניע, פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוסלאנד, דייטשלאנד און נאך.

מען שרייבט גריכיש אינעם גריכישן אלפאבעט (דער ערשטער אלפאבעט מיט וואקאלן) זייט דעם 9טן יארהונדערט פאר נול אין גריכנלאנד (פריער פלעג מיין שרייבן גריכיש מיט לינעאר B), און זייט דעם 4טן יארהונדערט פאר נול אין ציפּערן.

טערקיי

דאס טערקײַ (טערקיש: Türkiye), אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח.

טערקיי באדעקט א שטח פון בערך 780,000 קוואדראט ק"מ.

די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.

טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"א אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד, וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעישע לענדער, וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען, וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעישע געמיינדע. ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן, ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער, און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי.

די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש, א טערקישע שפראך וואס בערך 85% פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך.

טערקיי איז דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן, מיט 390,000 טאנען אין 2005.

מדינה

דער ארטיקל דיסקוטירט א וועזן אין פאליטישער וויסנשאפט. טאמער זוכט איר א געאגראפישן ארט, זעט לאנד.א מדינה אין פאליטישער וויסנשאפט איז א געזעלשאפט פון מענטשן וואס וואוינען אין א געוויסער טעריטאריע לויט א געזעצלעכן אויטאריטעט אונטער א רעגירונג.

אין דער אלטער היסטאריע פלעג זיין שטעט מיט אייגענע מלכים, אזוי איז יעדע שטאָט געווען א באזונדערע מדינה, למשל אין אוראלט גריכנלאנד. שפעטער האט זיך געמאכט גרעסערע מדינות, וואס זענען לענדער. היינט איז פאראן א באגריף פאר א באזונדערע מדינה פאר יעדן פאלק.

סלאוועניע

סלאָװעניע (סלאוועניש: Slovenija), אפיציעל די רעפובליק פון סלאוועניע (סלאוועניש: Republika Slovenija), איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע צווישן די אלפן און דעם מיטלענדישן ים. זי גרענעצט איטאליע צו מערב, קראאטיע צו דרום און מזרח, אונגארן צו צפון־מזרח און עסטרייך צו צפון. זי באדעקט א שטח פון 20,273 קוואדראט ק"מ און האט א באפעלקערונג פון 2.05 מיליאן. די הױפּטשטאָט איז ליובליאנא.

די אפיציעלע שפראך פון סלאוועניע איז סלאוועניש.

סלאוועניע איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד און אין נאט"א.

ציפערן

ציפּערן אדער ציפּרוס (גריכיש: Κύπρος קיפּראָס) איז אַן אינזל לאנד אין דעם מיטלענדישן ים, דרום פון טערקיי און מערב פון סיריע. זײַן הױפּט און גרעסטע שטאָט איז ניקאָסיע.

די אפיציעלע שפראכן דארט זענען גריכיש און טערקיש.

צפון-מאקעדאניע

צפֿון־מאַקעדאָניע (מאקעדאניש: Македонија), אפיציעל די רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע (Република Северна Македонија, רעפובליקאַ מאַקעדאניאַ [rɛˈpublika makɛˈdɔnija]) איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון די נאכפאלג לענדער פון דער אמאליגער יוגאסלאוויע, פון וועלכער זי האט פראקלאמירט זעלבשטענדיקייט אין 1991. א לאנד איינגעשלאסן לאנד, מאקעדאניע גרענעצט סערביע צו צפון, בולגאריע צו מזרח, גריכנלאנד צו דרום און אלבאניע צו מערב. זי באשטייט בערך די צפון־מערב העלפט פון דעם גרעסערן געאגראפישן ראיאן פון מאַקעדאָניע, וואָס נעמט איין אויך טיילן פון גריכנלאנד און בולגאַריע.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז סקאָפּיע, מיט 506,926 באוווינער לויטן 2002 צענזוס. אנדערע שטעט זענען כולל ביטאלע, קומאנאווא, פרילעפ, טעטאווא, אהריד, וועלעס, שטיפ, קאטשאני, גאסטיוואר און סטרומיקע.

צפון־מאקעדאניע האט מער ווי 50 אזערעס און זעכצן בערג העכער ווי 2000 מעטער.

צפון־מאקעדאניע איז געווארן אַ מיטגליד פון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אין 1993 אָבער, צוליב אַ פּאָלעמיק מיט גריכנלאנד וועגן דעם נאָמען, האט מען זי אריינגלאזט מיטן פראוויזארישן נאמען די געוועזענע יוגאסלאווישע רעפובליק פון מאַקעדאָניע.

אויך איז צפון־מאקעדאניע א מיטגליד אינעם אייראפע-ראט. זייט דעצעמבער 2005 קאנדידירט זי צו ווערן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, און האט זיך געוואנדן צו ווערן א מיטגליד אין נאַטאָ.

קראאטיע

קראָאַטיע (קראאטיש: Hrvatska ‏[xř̩ʋaːtskaː] כרוואַצקאַ), אפיציעל די רעפובליק פון קראאטיע, איז אַ לאַנד אין מיזרח־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז זאַגרעב.

דעם 1טן יולי 2013 איז קראאטיע געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד

שפראך

שפראַך אדער לשון איז א קאמוניקאציע מיטל אריבערצופירן מעלדונגען צווישן מענטשן דורך רעדן אדער שרייבן און דורך באוועגונג צייכונגען.

די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון שפראך ווערט גערופן לינגוויסטיק. פראגעס וועגן דער פילאסאפיע פון שפראך, למשל צי ווערטער קענען רעפרעזענטירן דערפארונג, האט מען שוין געקלערט כאטש פון די צייטן פון גארגיאס און פלאטאן אין אוראלט גריכנלאנד.

שפראכן אנטוויקלען זיך במשך די יארן, און די היסטאריע פון זייער עוואלוציע קען מען רעקאנסטרואירן דורך פארגלייכן מאדערנע שפראכן פעסטצושטעלן וועלכע אייגנקייט וואלטן זייערע עלטערע־שפראכן געדארפט האבן כדי די שפעטערדיקע אנטוויקלונגס שטאפלען זאלן פאסירן. א גרופע שפראכן וואס שטאמען פון אן אייניגער עלטער־שפראך ווערט גערופן א שפראכפאמיליע. די אינדא-איירפעאישע פאמיליע איז דער מערסט ברייט גערעדט און שליסט איין א פארשידנהייט פון שפראכן ווי ענגליש, רוסיש און הינדי; די סינא-טיבעטישע פאמיליע שליסט איין מאנדארין און די אנדערע כינעזישע שפראכן, באדא און טיבעטיש; די אפרא-אזיאטישע פאמיליע שליסט איין אראביש, העברעאיש און סאמאלי; די באנטו שפראכן שליסן איין סוואהילי, זולו און הונדערטער אנדערע שפראכן וואס מען רעדט דורכאויס אפריקע; און די מאלאיא-פאלינעזישע שפראכן שליסן איין אינדאנעזיש, מאלייאיש, טאגאלאג און נאך הונדערטער שפראכן וואס מען רעדט דורכאויס דעם פאציפיק. די שפראכן פון דער דראווידישע פאמיליע ווערן גערעדט מערסטנס אין דרום אינדיע, און שליסן איין טאמיל, טעלוגו און קאנאדא.

אקאדעמיקער האלטן אז צווישן 50% און 90% פון די שפראכן וואס מען רעדט אין אנהייב פונעם 21סטן יארהונדערט וועלן גאנץ מעגלעך אויסשטארבן ביזן יאר 2100.

נישט נאר דער מענטש האט א שפראך, נאר אויך בעלי חיים נוצן זיך מיט זייער שפראך אין פארשיידענע וועגן ווי דורך זייער שטימע, ראשונגען, באוועגונג צייכונגען, רירונגען, וויזועלע בליקן, שמעקן אד"ג.

א שפראך ווערט אנטוויקלט פונעם איין איינציגער גאטס-וואונדער אינעם נאטור. אין דער הייליגער יודישער תורה שטייט געשריבן קלאר, אז אין אנהייב באשאף, האבן אלע גערעדט נאר לשון הקודש, נאר נאכן דור הפלגה האט איז פארמירט געווארן זיבעציג הויפט שפראכן, און פון דעם נאך און נאך ענליכע שפראכן.

אין דער היינטיגער טעכנאלאגיע ניצט מען דאס ווארט שפראך אויך ביי קאמפיוטער שפראכן.

אחוץ די סימבאלן פון א שפראך, האט זי אויך א גראמאטיק. מיט דעם ווערט די שפראך באררייכערט און קען אויסדרוקן קלארע פארהעלטענישן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.