געפיל

געפילן אדער הרגשים (ענגליש: emotions, העברעאיש: רגשות) טרײַבן דאָס גאַנצע לעבן, מען אַרבעט װײל מען װיל הנאה האָבן פֿון דאָס װײַב און קינדער און פֿילן סיפּוק אין לעבן, אָן הרגשים װאָלט מען נישט געקענט אױפֿשטײן מיט אַ נײַער פֿרײלעכער שטימונג כּדי אָנצוגײען מיטן לעבן.

די פארשער האלטן אז עס זענען פאראן צוויי סארטן געפילן. צוויי געפילן לערנט מען נישט אויס, נאר מען איז געבוירן מיט זיי; דאס זענען ווייטאג און הנאה. אנדערע געפילן, וואס א מענטש (און אמאל בעלי חיים) לערנט אויס, זענען פארכט, פריילעכקייט, גערירקייט, אנגסט, טרויער, קנאה, בייזקייט, אנטוישונג און ייאוש.

די געפילן פון א מענטש האבן א שטארקן איינפלוס אויף זיין אויפפירונג. למשל, איינער וואס איז פריילעך גיט א שמייכל און איז גרייט צו טון נארוואס. ווען איינער ליידט פון קנאה קען ער וועלן טון שלעכטס א צווייטן.

איבעראשונג

איבעראשונג איז א געפיל וואס קומט פון א זאך וואס פאסירט פלוצעם און וואס מען דערווארט ניט. אן איבעראשונג מעז זיין גוט אדער שלעכט.

אנערקענונג

הכרת הטוב איז אנערקענען א גוטע חסד וואס איינער האט געטאן פאר א צווייטן. עס איז אנגענומען זיך צו באדאנקן שטענדיג ווען איינער טוט א טובה.

ברכה

צו מיינט איר גריסן אדער ברכת המזון אדער מסכת ברכות?

ברכה מיינט בענטשן און דאנקען און לױבן גאט.

רעליגיעזע אידן זאגן א ברכה צו דאנקן גאט וואס ער האט שענקט אזויפיל גוטס. עס איז א פליכט צו מאכן 100 ברכות יעדן איינציגן טאג צו זיין פארטאן דורכאויס אין דעם געפיל.

די עטאבאלירטע מאה ברכות זענען ווי פאלגענד (דערווײַל נישט אין סדר) פאר די:

זון,

קליידונג,

אויפשטיין,

ארויסגיין,

עסן,

גיין,

שמעקן,

ליכטיגקייט,

נאכט,

שלאף,

אויגן,

פרייהייט,

פוס

שטיין,

ערד,

דעת,

וועלט

תורה

כוח

פרוכט

גרינצייג

ברויט

מזונות

ברכת המזון

וויין

גוט

גוט איז א מצב איז וואס ס'פילט זיך בעסער ווי סתם. עס קען מיינען א טאג, מענטש, מאמענט, מדה, געפיל, אדער זאך. עס איז די פארקערטע פון שלעכט.

דעפרעסיע

דעפרעסיע אדער ווי אין לשון קודש מרה שחורה איז א געפיל וואס איז נישט קיין גייסטישע קרענק, אבער א שלעכטער מידה, און דאס קען חלילה פירן צו קרענק אין עבירות.

האס

האַס (שינאה אדער פײַנטשאַפֿט) איז א געפיל פון גאר שטארקע עקל און גרויל וואס א מענטש טראגט זיך ארום אויף אן אנדערן מענטש, זאך, פאנאראמע, באגריף.

דאס איז דאס פארקערטסטער עמאציע פון ליבע.

דאס קען זיין באזירט אויף פחד אדער קנאות.

הייליגקייט

הייליגקייט איז א העכערער געטליכער באגריף, וואס איר מיינונוג איז א מיסטישער געפיל געמישט מיט א רעליגיעזן גרונט פון טראדיציע, וואס מענטשן דורכאויס היסטאריע האבן אייביג געשטרעבט דאס צו לעבן, און דערמיט שפירן אז מען איז נאנטער צו גאט, און דערמיט ערליך.

חזנות

חזנות איז ווען מ'זאגט שטיקלעך דאווענען אויף א מוזיקאלישן אופן.

טעם

טעם אדער געשמאק איז איינער פון די פינף חושים. עס מיינט פילן, מען קען פילן די געשמאקייט פון עסן און טרינקן. עס איז זייער גוט וויל אזוי גיבט דאס חשק צו עסן און טרינקן און נישט חלילה שטארבן פון הונגער. אויב איז דאס איז נישט צו געשמאק קען מען צולייגן זאלץ צוקער און פעפער מאכן מענטשן לעבן.

טעם אויף לשון קודש מיינט פשט, ווייל עס געבט אריין א טעם בשעתן טאן די מצווה אז מען זאל דאס טאן מיט געפיל.

יראת שמים

יראת שמים איז א אינטערגאלער טייל פון אלע רעליגיעס. דאס איז א געפיל פון שטענדיגע הכנעה פחד און רעספעקט פון גאט. אין יעדער רעליגיע טייטשט דאס געפיל פון מורא זיך אויס אנדערשט ווייל דאס ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט אן דעם גאט און וואס ער וויל פון אונז כדי צו וויסן וואס אין וויאזוי מורא צו האבן און פון וואס.

ביי די קריסטן למשל וואס זיי האבן אויסגעריסן אלע געזעצן פון די תורה בין אדם למקום און עס איז נאר פארבליבן דינים בין אדם לחבירו איז נאך אלס דא דער באגריף פון מורא האבן פון גאט אבער דאס איז מער אין א פארעם פון רעספעקט אלס א כל יכול נישט אלס איינער וואס מען דארף אים פאלגן זיינע געזעצען ווייל עס איז כמעט נישטא קיין געזעצען וואס ער וויל אנדערעשט פון די מענטש.

ליבע

ליבע איז א געפיל פון שטארקער נאנטשאפט.

ווען מען האט ליב איינעם קען מען זיך אין פייער אריין ווארפן צו טאן יענעמ'ס ווילן, אדער ווען מען האט ליב עפעס קען קריכן גראדע ווענט דערצו אנצוקומען. ווייל דאס מיינט צוזאגן אז מען שפירט יענעמ'ס געפיל פונקט ווי די אייגענע, און יענע זאך ווערט אזוי טייער און ווערדפול, צו צאלן יעדן פרייז, אפילו דאס טויט - און זיך זעלבסט, דאס אייגן לעבן, האט דאך יעדער זיכער ליב.

דער טבע פון ליבע איז אז אלץ ארום ווערט ווייניגער חשוב דעריבער ווען מען ליבט גאט אדער א פרוי איז נישט שייך צו ליבן עפעס אנדערש וואס זיי ליבן נישט. און מען הייסט א פארעטער אויב מען ליבט וואס זיי ליבן נישט.

עס איז דא שטאפלען אין ליבע; פריינט; געלט; כבוד; ביזנעס שותפים; עסן; קינדער; טאטע; מאמע; ווייב; און דער שורש פון דעם אלעם: גאט. אבער די צד השווה פון די אלע ליבע געפילן איז אז אן דעם וואלט קיין לעבן, מענטש, און וועלט נישט עקזיסטירט.

די אלע קשרים קען דער עמאָציע אויסוועפן דערפאר איז וויכטיג ווי מער זיך פארטיפן און ערוועקן די געפיל אפילו מען האט טענות און מענות אויף יענעם דארף מען סוף כל סוף דאך אנקומען צו יענעם, דעריבער איז וויכטיג אייביג צו שמייכלען און זאגן א גוט ווארט פאר דעם גרעסטן שונא, ווייל דערמיט האלט איר אן, און מאכט בעסער די וועלט.

פארגעניגן

פארגעניגן אדער נחת אדער תענוג איז א פאזיטיווע סענזאציע. דאס פארקערטער ווי פיין, עס איז א געפיל פון גוט קעגן שלעכט. מען שפירט דאס אלס טעם געוויינליך בשעתן עסן אדער האבן געשלעכט אדער הייליגע מענטשן שפירן דאס בשעתן דאווענען אדער גאר אינטאלעקטואלע ביים לערנען ווייל מען איז דעמאלטס פרייליך און דאס שאפט פארגעניגן.

צארן

צארן אדער אויפרעגעניש (כעס איז א לשון קודש) אויך רופט מען דאס אויך אז איינער איז בייז.

מיינט אז מען באטראפן מיט נעגעטיווער געפיל צוליב אן אויסערליכער געשעניש.

מען קען ווערן אגרעסיוו און נידערגעשאלגן.

כעס ברענגט די הארץ זאל קלאפן שנעלער וואו נארמאל.

עס קען מאכן א רויטן קאליר אויפן פנים.

ווען מען שפירט א כעס, איז שווער זיך צו פארטוהן אין א צווייטע זאך.

קולטור

קולטור איז די שרייבאכצער פון ביכער און צייטונגען פון דער געזעלשאפט, וואס דארטן ווערט באוויזן איר וויסנשאפט. זי קאטעגאריזירט אויך די קונסט און ערפינדונגען און רעליגיע אלעס לויט מיט וואס די געזעלשאפט געבט זיך אפ.

דער עצם שטאנד פון קולטור מיינט צו זאגן לעבנסשטייגער.

לויט די אנטראפאלאגן איז קולטור צוזאמענגעשטעלט פון וויסן, גלויבן, קינסטלעכקייט, עטיק, פירעכץ און די אלע געוואוינהייטן וואס א מענטש באקומעט זייענדיק א טייל פון דער געזעלשאפט.

הויכע קולטור האט צו טון מיט א געפיל פאר קונסט און די גייסט וויסנשאפטן.

ראציאנאליזם

ראציאנאליזם הייסט דאס פארעכענען דעם ראציאנאל אלץ דער העכסטער און חשוב'סטער קוואל פון וויסנשאפט. אנשטאט אפעלירן צו געפיל אדער מאראל, אדער די חושים, אפעלירט ראציאנאליזם צו קאלטע לאגיק און אינטעלעקטואלער סברא.

די מאדערנע מערב-וועלט אידעאלאגיע שטייט אויף די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם. דאס הייסט, אז פאר אלעס זוכט מען א ראציאנאלען ערקלערונג געבויט אויף לאגיק און פאקטן, און מען שטייט אוועק פון ערקלערן געשעענישן אויף א ניסים'דיגער, אומנאטירלעכן אופן. אזוי אויך שטופט ראציאנליזם אפ אמונות טפילות צוליב וואס זיי זענען נישט געבויט אויף די באקאנטע געזעצן פון נאטור.

באקאנטע ראציאנאליסטישע פילאזאפער זענען געווען רענע דעקארט, ברוך שפינאזא, גאטפריד לייבניץ און אימאנועל קאנט.

שאנדע

שאנדע איז די געוויסן וואס פלאגט דעם מענטש, איבער זיין באוויסטזיין אדער אנערקענונג פון נישט האבן קיין כבוד - אז אנדערע מענשטן קוקען אויף אים אראפ און נעגעטיוו צוליב עפעס א אקט אדער זאך.

שאנדע ווערט באטראכט אלס דער צוזאמהאלטונג פון געזעלשאפט, ווייל אז מען וויל נישט זיך וויי טאן פון די ווייטאג ווא לאזט נישט זיך שטעכן, וואס האלט צוריק יענעם'ס ווייטאג פון אן אנדערן וואס שפירט דאך דאס נישט. נאר די בושה איז די ווייטאג נישט צו רורען יענעם.

טאבוס אדער עבירות בין אדם למקום טוט מען אויך נישט צוליב דעם, ווייל אפילו עס גלוסט זייער שטארק האלט מען זיך איין וויבאלד מען שעמט זיך פון אנדערע.

טערעפאיסטן וואס באהאנדלן פאציענטן מיטן גייסטישן פראבלעם, אז זיי שעמען זיך מער פון אלגעמיינע מענטשן, זאגן אלס טערעפי דאס אנצוקוקן פאזיטיוו און אזוי ארום דאס באהאנדעלן און פארעכטן עס זאל זיין רעגלמעסיג, אז: שאנדע איז א געפיל וואס לאזט אונז וויסן אז מיר זענען נישט אלמעכטיג און מיר זענען נישט פאר אייביג

שבת

שבת (ארויסגערעדט שאַבעס) איז דער נאמען פונעם רוהטאג וואס דער אייבערשטער האט געבענטש און געהייליגט, און דאס געגעבן אלס געשאנק פאר זיינע יידישע קינדער, וועלכער איז א צייכען צווישן דעם אייבערשטן און די יידישע קינדער אז השם האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם זיבעטן טאג, און ווערט גענוצט אלס נאמען פונעם זיבעטן טאָג פון דער וואָך.

ס'איז מערקווירדיג אז דאס ווארט שבת האט נישט קיין איבערזעצונג אין אנדערע שפראכען, וואס צייגט אויף זיין אייניגקייט מיט דאס יידישע פאלק.

די מצוה שבת ערקלערט דער רמב"ם אין יד החזקה, ענטהאלט פינף מצות, צוויי מצות עשה און דריי מצות לא תעשה.

רוהען אום שבת

נישט טוהן קיין מלאכה (ארבעט) אום שבת

נישט שטראפן אום שבת

נישט ארויס גיין אויסער דעם גרעניץ אום שבת

הייליגן דעם שבת דורך דערמאנונגהיטן שבת איז פון די שטרענגסטע מצוות אין דער תורה. ווען א ייד איז מחלל שבת (איז עובר איינע פון די 39 מלאכות פון שבת) במזיד און עדים האבן אים געווארנט קומט אים דער טויט שטראף פון סקילה, וואס איז דער הארבסטער שטראף פון די פיר מיתות בית דין, אדער קומט אים כרת טאמער ס׳איז נישט געווען קיין עדים.

שולד

שולד איז די געפיל ווען איינער פילט אז ער האט געטאן עפעס שלעכט, עס איז פיינפול אבער ס'ווערט אלע געלטער, ווייל מען טוישט זיך דראמאטיש דערנאך צום גוטן, אין אמעריקע ווערט דאס אויך גענוצט אלס א טערמין פארן טרעפן איינעם שולדיג לעגאל אין געריכט, און דאס איז נישט פארבינדן מיט א געפיל. זי איז פארבינדן מיטן באגריף פון חרטה.

אין פסיכאלאגיע איז שולד א מצב ווען מ'האט געטון א זאך וואס מ'האט נישט געדארפט טון, אדער פארקערט מ'האט נישט געטון וואס מ'האט געדארפט.

שרעק

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם געפיל. טאמער זוכט איר דעם אנימירטן פילם, זעט שרעק (פילם).שרעק אדער מורא איז א געפיל אין וועלכע עס פאסירט א קייט רעאקציע אין דעם מוח וועלכע הייבט זיך אן מיט אסאך דרוק און ענדיגט זיך מיט די ארויסלאזונג פון כעמיקאלן וועלכע מאכט די הארץ קלאפן פיל שנעלער, דאס אטעמען קורצער, און גיט פרישע קראפט פאר די מוסקעלן.

געפילן       

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.