גירוש שפאניע

גירוש שפאניע (אדער גירוש ספרד) איז דער געצוואונגענער גירוש (פארטרייבונג) פון דער אידישער געמיינדע וואס האבן געוואוינט אין שפאניע בשנת ה'רנ"ב (1492), און איז אויך אריבער בשנת ה' רנ"ז (1497) צו די אידן פון פארטוגאל, און אום ה' רנ"ח (1498) אויף די אידן וואס האבן זיך געפונען אונטער דעם קעניגרייך פון נאווארע וואס איז צפון פונעם אייבערישן האלבאינזל. דער גירוש האט נאכגעפאלגט א באפעל וואס איז פארשפרייט געווארן דורך פֿערדינאנד דער צווייטער קעניג פון אַראַגאן און זיין ווייב, די קעניגן איזעבעלא די ערשטע פון קאסטילע אין דעם באפעל ווערט געזעצליך פארבאטן פאר אידיש גלויבענדע צו וואוינען אונטער די פאראייניגטע קעניגרייך פון קאסטילע און ארעגאן.

די אידן האבן געהאט אן אויסוואל: זיך צו שמד'ן צו קריסטנטום אדער צו פארלאזן דאס לאנד אין לויף פון פיר מאנאטן. א טייל אידן האבן אויסגעקליבן זיך צו שמד'ן, כאטשיג אויסערליך, און זענען געבליבן אין שפאניע ווי אנוסים (מאראנאס). די אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן זענען אנטלאפן צו דערנעבענדיגע לענדער ביי די בארטענעס פונעם מיטלענדישער ים צו צפון אפריקע און צו דער אטאמאנישער אימפעריע, און אין אייראפע: קיין פראנקרייך, איטאליע, בולגאריע, די נידריגע לענדער (היינט האלאנד און בעלגיע) און דייטשלאנד.

די באפעל האט אפגעשפיגעלט די פאנאטיש אידעלאגישע פאליטיק פון די שפאנישע קעניגרייך וואס האט געוואלט ערצייגן א פאראייניגט קריסטליכע קעניגרייך, אן קיין רעליגיעזע מינאריטעט. אין דער זעלבער צייט וואס מען האט דעפארטירט די אידן האט די רעגירונג שוין געוועבט פלענער איבער דער פארטרייבונג פון די מוסולמענער פון שפאניע. נאך א סעריע פון מוסלעמענע גירושים פון גרענאדע האט דאס קאסטילע קעניגרייך אין יאר ה'רס"ב (1502) ארויסגעגעבן א קעניגליכע באפעל אויף די מוסלעמענער וואס וואוינען אונטער די קעניגרייך זיך צו טוישן צו קריסטענטום אדער צו פארלאזן די לאנד. צוליב די באפעל האבן א טייל מוסלעמענער אויסדערוועלט צו לעבן ווי מוסלמענער מאראנאס (Moriscos) און די אנדערע זענען פארטריבן געווארן. אין יאר ה'רס"ז (1507) איז די גירוש באפעל פארשפרייט געווארן אויך צו אנדערע לענדער אונטער דער הערשאפט פון דעם שפאנישן קעניגרייך, דרום איטאליע, סיציליע און סארדיניע.

דער גירוש שפאניע טוט אפצייכענען די ענדע פון א רייכן קאפיטעל אין דער אידישער היסטאריע. עס האט איבערגעלאזט א טיפן איינדרוק אין ליטעראטור, געזאנג, אין די ספרי הלכה אויף די קומעדיגע דורות און די ערעפענונג פון פרישע אידישע קהילות וואו עס זענען אנגעקומען די פארטריבענע אידן פון שפאניע.

Alhambra Decree
גירוש שפאניע
15טער י"ה

דער 15טער יארהונדערט איז די צייט צווישן די יארן 1401 - 1500.

אונטערן אויווען

אונטערן אויוון איז די פינפטע שפיל אין דער סעריע פון די 'אונטערן' שפילן פראדוצירט דורך נייהויז פראדוקציעס. די שפיל איז פארגעקומען אום חול המועד פסח תשע"ב. אין א פילם אויף א די. ווי. די. פארמאט איז ארויסגעקומען א קורצע צייט נאך די שפיל.

אסטוריאס

דער פרינציפאליטעט פון אַסטוריאַס (אסטוריש: Principáu d'Asturies, שפאניש: Principado de Asturias) איז אן אויטאנאמישע געמיינדע אין צפון שפאניע.

אסטוריאס ליגט אויפן דרום בארטן פון דער בוכטע פון ביסקע (גערופן אין שפאניע "דער קאנטאברישער ים"). אסטוריאס גרענעצט קאנטאבריע צו מזרח, קאסטליע און לעאן צו דרום און גאליסיע צו מערב. ער באשטייט פון איין פראווינץ, דער פראווינץ פון אסטוריאס..

די הויפטשטאט פון אסטוריאס איז אוויעדא (Oviedo), און די צוויי אנדערע גרעסטע שטעט זענען כיכאן (Gijón) אויפן ים־בארטן און די אינדוסטריעלע שטאט אווילעס (Avilés).

האלענדישע יידנטום

דער ערשטער דאקומענט וואס דערמאנט די יידישע קהילה פון האלאנד קומט פונעם 12טן יארהונדערט. אינעם מיטל אלטער האבן געוואוינט ווייניג יידן אין האלאנד. פונעם מיטל אלטער ביזן 17טן יארהונדערט הערט מען נישט וועגן די יידן אין האלאנד.

היינט ווערט גערעכנט אז אומגעפער 40,000 יידן וואוינען אין האלאנד, צווישן זיי 10,000 ישראלדיקער וואס האבן זיך באזעצט אין לאנד.

רוב פון די יידן האבן נישט קיין שייכות מיט די אפיציעלע יידישע געמיינדעס.

די אלטע היסטארישע פארטוגעזישע שול אין אמסטערדאם וועלכער איז אויפגעשטעלט געווארן אין די יארן נאך גירוש שפאניע, איז נאך אין באנוץ און איז אייגנארטיג צוליב וואס זי ווערט נאך באלאכטן בלויז דורך ליכט אן קיין עלעקטעריע בכלל.

טראק

טראק (ליטוויש: Trakai, פויליש: Troki) איז א שטאָט אין ליטע, 28 ק"מ מערב פון ווילנע, און איז געווען די ערשטע הויפטשטאט פון דער ליטע. די שטאט געפינט זיך אויף א האלבאינזל און איז ארומגענומען מיט עטלעכע אזערעס.

דייטשלאנד האט אנעקסירט ליטע ביי דער אפעראציע בארבאראסע. די נאציס האבן דערמארדעט מער ווי 5000 יידן פון דעם טראק געגנט.

טריפאלי (לבנון)

טריפאלי איז די צווייט גרעסטע שטאט אין לבנון, איר באפעלקערונג איז איבער 500,000 איינוווינער, די שטאט איז אויף די ברעגעס פון די מיטלענדישער ים, און א פארט שטאט, רוב מענטשן אין די שטאט, זענען סוני מוסלמענער (80%). אין אראביש ווערט די שטאט גערופן, טריפאלי פון דעם מזרח, אדער טריפאלי פון דער אש-שאם געגנט, וויבאלד עס איז דא נאך א טריפאלי אין ליביע.

די שטאט איז ווארשיינליך געגרינדעט געווארן דורך פיניקער, און גריכן. טריפאלי באדייט אין גריכיש, "דריי שטעט".

לאדינא

לאדינא איז א יידישע שפראך, גערעדט בעיקר דורך יידן וואס שטאמען אפ פון שפאניע, גערעדט געווארן ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, דורך מערערע יידן אין די באלקאן לענדער, עס ווערט אויך גערופן ספאניאליש, דזשודעזמא, אדער דזשודעא-עספאניאל, די שפראך שטאמט בעיקר פון דעם שפאנישן אקצענט פון קאסטיליע, אריינגעמישט העברעישע און אראמישע ווערטער.

ביי גירוש שפאניע, זענען אסאך יידן אנגעקומען צו די באלקאן לענדער, טערקיי, בולגאריע, דרום רומעניע, און צפון אפריקע, ווי זיי האבן מיטעברעגט די שפראך מיט זיך. עס זענע פארהאן צוויי דיאלעקטן, די צפון אפריקאנע און די אייראפעישע.

מנחם מנדל

מנחם מענדל איז דער פען נאמען פון מנחם מענדל משי זהב, א יידיש־שפראך שרייבער פונעם היינטיגן טאג.

מנחם מענדל איז אן איידעם ביי ר' יוסף שיינבערגער און זיין עיקר ציל איז געווען צו מאכן אז די פרומע אידן זאלן נישט מוזן ליינען די געדאנקען פון די פרייע אידישיסטן.

ער האט געשריבן הונדערטער מעשה ביכלעך פון סיפורי צדיקים און היסטאריע, זיין אידיש איז פליסיג און ער איז פון די בעסטע פרומע אידיש־שפראך שרייבער וואס אידן פארמאגן אין היינטיגער צייט. אסאך פון זיינע ביכער זענען איבערגעשריבן פון גרויסע שרייבער ווי מארקוס לעהמאן. די ביכער זענען ארגינעל געשריבן געווארן פון שרייבער אין אידיש—דייטש אדער אויף די אמאליגע שפראך אידיש, און מנחם מענדל האט זיי איבערגעארבעט אויפן היינטיגן סטיל אידיש.[פֿעלט אַ מקור]אויך איז דער פען נאמען אמאל געווען באקאנט אלס גרויסע קנאי און געשריבן אסאך ווערק קעגן די ציונים, אבער איז היינט צוטאגס שוין נישט טעטיג אין קנאות, יעדע יאר ערשיינען פון אים נאך און נאך מעשה ביכלעך. אויך שרייבט ער כללית'דיגע חרדישע ענינים אויף עברית פארן המודיע, די אגודת ישראל צייטונג.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.