בת ים

בת ים (פון העברעאיש: "ים-מיידל") איז א שטאָט אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, און איז איינע פון די גרויסע שטעט אין גוש דן, עס געפונט זיך דרום פון תל אביב, פון מערב איז דער מיטלענדישער ים, פון מזרח איז חולון, און פון דרום ראשון לציון. איר באפעלקערונג איז געשאצט אויף ארום 130,000 איינוווינער.

די באבאווער חסידים האבן אויפגעשטעלט א שיכון אין בת־ים.

בת ים
הערב
Bat-Yam-beach

פראמענאדע
לאַנד Flag of Israel.svg ישראל
געגנט תל אביב
בירגערמײַסטער יוסי באחאר
שטח 8.167 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג 130,000

היסטאריע

די שטאט איז געגרינדערט געווארן דורך מענטשן פון תל אביב, מיטן נאמען בית וגן. וואס איז פארלאזט געווארן אין די תרפ"ט ראיאטן, נאכדעם וואס אראבער האבן אטאקירט די געגנט.

אין 1932, איז עס ווידעראמאל באזעצט געווארן, אין 1936 דערקלערט געווארן אלס לאקאלע ראט, און אין 1938, איז דער נאמען געטוישט געווארן צו בת ים. דעם נאמען האט הרב קוק פארגעשלאגן.

דער בירגערמייסטער איז שלמה לאכיאני.

טראנספארטאציע

נתיבי איילון פארט צו מזרח זייט פון שטאט, וואס טיילט אפ צווישן בת ים און חולון.

אויף דער נתיבי איילוןשאסיי, צווישן די צוויי ריכטונגען, פארט די ראשון לציון - תל אביב - הוד השרון באן ליניע פוןישראל באנען. אין דער שטאט זענען פלאצירט צוויי באן סטאנציעס, בת ים קוממיות און בת ים יוספטל.

ווי אויך ווערט יעצט געבויט די תל אביב לייכטע באן, וואס וועט פארן פון דער שטאט קיין תל אביב, רמת גן, בני ברק, און פתח תקוה.

צווילינג שטעט

אשקלון באן סטאנציע

אשקלון באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען. זי געפינט זיך ביי דער לוד-אשקלון שאסיי, און איז די סוף־סטאנציע פון דער בנימינה-אשקלון פארשטאטישער ליניע.

באבאוו (הויף)

באבאוו, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.

דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש (ד' אב ה'ת"ש), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאוו'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק,ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פינף און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' ה'תשס"ה). אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.

רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.

נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט.

דער גרעסערער טייל איז אריבער געגאנגען צו זיין יונגערן ברודער (פונעם טאטנ'ס זייט) רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר.

בערך א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם: רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב אין דער באבאוו 45.

באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.

ס'זענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, מיאמי, מאנטרעאל, טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער פערטל קרית באבוב אין בת ים.

בת ים יוספטל באן סטאנציע

בת ים יוספטַל באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען אין בת ים אויף דער ליניע הוד השרון—יבנה. די סטאנציע געפינט זיך אויפן גרענעץ צוויש בת ים און חולון, ביים ראג פון יוספטל גאס און דעם איילון שאסיי.

מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן סעפטעמבער 2011 אויף דער נייער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט די שטעט חולון, בת ים און ראשון לציון.

א נסיעה פון דער סטאנציע ביז תל אביב ההגנה באן סטאנציע דויערט 12 מינוט, און דאס פארגעלט איז 12 שקל.

בת ים קוממיות באן סטאנציע

בת ים קוממיות באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען אין בת ים אויף דער ליניע הוד השרון—יבנה.

מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן סעפטעמבער 2011 אויף דער נייער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט די שטעט חולון, בת ים, ראשון לציון און (פון 2012) יבנה.

א נסיעה פון דער סטאנציע ביז תל אביב ההגנה באן סטאנציע דויערט 16 מינוט.

אין 2012 האט מען געעפנט די פארלענגערונג פון דער ליניע ביז יבנה, און דעם 4טן אויגוסט 2013 האט מען געעפנט די פארלענגערונג פון דער ליניע וואס באהעפט מיט דער ליניע קיין אשדוד און אשקלון.

חולון

חולון איז א שטאט אין ישראל צוזאם געשטעלט פון עטליכע געגנטן, געגרינדעט אין די 1920ער און 1930ער יארן, און פאראייניגט געווארן אלס א לאקאלע ראט מיטן נאמען חולון.

די שטאט געפונט זיך אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, און איז איינע פון די גרויסע שטעט אין גוש דן. די שטאט איז פלאצירט דרום פון אזור, דרום־מזרח פון תל אביב, מזרח פון בת ים, צפון פון ראשון לציון און מערב פון שאסיי 4. די שטאט באדעקט א שטח פון 18,927 דונאם, און די באפעלקערונג אין שטאט איז 172,400 איינוווינער. אין 1950 איז די חולון דערקלערט געווארן אלס שטאט דורך ישראל. די שטאָט איז אַ מיטגליד פון פארום 15.

חולון וואלפסאן באן סטאנציע

חולון וואלפסאן באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען צווישן חולון און יפו אויף דער ליניע הוד השרון—באר שבע. די סטאנציע געפינט זיך צווישן די צוויי טראקטן פון דעם איילון שאסיי.

מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן סעפטעמבער 2011 אויף דער נייער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט די שטעט חולון, בת ים און ראשון לציון.

אין 2012 האט מען געעפענט די פארלענגערונג פון דער ליניע ביז יבנה. שפעטער האט מען פארלענגערט די ליניע צו באהעפטן מיט דער ליניע קיין אשדוד און אשקלון, און אין סוף 2013 האט מען פארלענגערט די ליניע קיין שדרות.

חולון קנופ באן סטאנציע

חולון קנופ באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען אין חולון אויף דער ליניע הוד השרון—יבנה. די סטאנציע געפינט זיך צווישן די צוויי טראקטן פון דעם איילון שאסיי ביים חולון ראג.

מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן סעפטעמבער 2011 אויף דער נייער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט די שטעט חולון, בת ים און ראשון לציון.

נאנט צו דער סטאנציע האט מען געעפנט א פארקהויז פאר 120 אויטאס.

אין 2012 האט מען געעפענט די פארלענגערונג פון דער ליניע ביז יבנה. שפעטער האט מען פארלענגערט די ליניע צו באהעפטן מיט די ליניע קיין אשדוד און אשקלון, און אין סוף 2013 האט מען פארלענגערט די ליניע קיין שדרות.

יפו

יפו איז אן אלטע פארט שטאָט דרום פון היינטיגן תל אביב. זי איז פון די עלטסטע פארט שטעט אין דער וועלט. היינט איז זי א טייל פון דער תל אביב מוניציפאליטעט.

ביז דעם צווייטן וועלט קריג איז יפו געווען אן אראבישע שטאט, וואס די אצ"ל האט איינגענומען, די צפון טייל דערפון אין אפריל 1948, און די הגנה די איבריגע טיילן פון דער שטאט, און די אראבער האבן מערסטנטייל פארלאזט די שטאט, דורכן ים קיין עזה.

דורכאויס דער מלחמה און פריער, האבן די איינוווינערס אין יפו אסאך פראבלעמען געמאכט פאר די יידן אין יפו און תל אביב. ביי די פאגראמען זענען יידן אומגעקומען, אראבישע צילשיסער פלעגן שיסן אויף יידישע פארבייגייער, אין דער דערנעבנדיקער תל אביב.

אין יאר 1951 האט די ישראל רעגירונג, באשטעטיקט די פאראייניגונג, פון תל אביב-יפו, פאר איין שטאט. די שטאט תל אביב איז פריער געווען א פראווינצער שטאט פון יפו, און יעצט איז יפו, א געגענט אין תל אביב.

אין די לעצטע פאר יאר, גיט די תל-אביבער שטאטראט אויס אסאך געלט, אויף אויפצוהאלטן היסטארישע ערטער אין יפו, נאכדעם וואס יארן לאנג האט מען עס פארנאכלעסיקט, און געבויט דארט אויף אלטע פלעצער, געביידעס, וואס נעמען אוועק פונעם היסטארישן ווערט פונעם געגנט.

יפו געפונט זיך אין צענטער פון ישראל, און א היסטארישער פארט, וואס האט געברענגט דערצו, אז די אלע שטעט אין דער געגנט פון גוש דן, זאלן דארט אויפגעשטעלט ווערן, ווי תל אביב, רמת גן, פתח תקוה, בני ברק, חולון, בת ים, און נאך אסאך.

ישראל באנען

ישראל באנען (העברעיִש: רכבת ישראל) איז דער נאמען פון דער געזעלשאפט וואס געהערט דער רעגירונג פון ישראל פאראנטווארטלעך פאר אלע באנען פארקער, סיי פּאַסאַזשירן סיי פֿראַכט, אין דעם לאנד. די רעלסן זענען אויפן סטאנדארטן אפשטאנד (1,435 מ"מ ברייט). דער באן נעצווערק איז באזירט אינעם פלוין נעבן ים, וווּ די ליניעס שטראלן אויס פון תל אביב. די באנען פארן אויף די לינקע רעלסן (נישט אזוי ווי דער פארקער אויף די גאסן).

דער אלגעמיינער פארוואלטער איז יצחק הראל.

נתיבות

דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט אין ישראל. טאמער זוכט איר דעם מחבר פון "נתיבות המשפט", זעט יעקב לארבערבוים.נתיבות איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, געגרינדעט אין 1956, באקומען די נאמען שטאט אין 2000, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין נתיבות 24,300 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 2.6 פראצענט. רוב זענען אידן. בבא סאלי וואס האט באקאנט געמאכט די שטאט האט דארט געוואוינט און דארט איז זיין ציון.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שטאט איז יחיאל זוהר.

נתיבי איילון

נתיבי איילון איז שאסיי 20 אין ישראל. ער איז א צענטער שאסיי וואס פארט פון פאר ראשון לציון, אריבער צווישן בת ים און חולון, וואו ער פארט אריבער תל אביב, און פארט ביז הרצליה. עס איז דא א פלאן צו פארלענגערן דעם שאסיי, ביז קיין חדרה.

מען האט אויפגעבויט דעם שאסיי אין די זיבעציגער יארן, ווי א נאציאנאלע פראיעקט, דער שאסיי פארבינדט זיך מיט שאסיי נומער 4, ירושלים תל אביב שאסיי, אריאל תל אביב שאסיי, און צום חיפה תל אביב שאסיי,

די באן רעלסן, פארן אריבער ביים שאסיי צווישן די צוויי ריכטונגען. פינף באן סטאנציעס געפונען זיך יעצט אויפן שאסיי, הרצליה באן סטאנציע, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, תל אביב צענטראלע באן סטאנציע, תל אביב השלום באן סטאנציע און תל אביב ההגנה באן סטאנציע. נאך א פארלענגערונג פון די רעלסן פארן באנען קיין חולון בת ים, ראשון לציון, אויך צווישן די קעגנזייטיגע ליניעס פונעם שאסיי, מיט פינעף סטאנציעס: חולון קנופ באן סטאנציע, חולון וואלפסאן באן סטאנציע, בת ים יוספטל באן סטאנציע, בת ים קוממיות באן סטאנציע און ראשון לציון משה דיין באן סטאנציע, די רעלסן ציען זיך ווייטער אבער נישט ביים נתיבי איילון שאסיי, וועלכע הייבט זיך אן ביים אריינגאנג צו דער שטאט ראשון לציון.

עפולה

עפולה איז א שטאט אין אונטער גליל אין צפון דיסטריקט אין מדינת ישראל, מיט א שטח פון 28,600 דונאם. ס'האט באקומען דעם שטאָט־סטאטוס אין יאהר 1972. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין עפולה 39,100 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.7 פראצענט. רוב זענען אידן.

דער בירגערמייסטער פון שטאט (מעיאר) איז יצחק מירון.

קרית שמונה

קרית שמונה איז א שטאט פלאצירט אינעם צפון ארץ ישראל טייל נעבן דעם גרעניץ מיט לבנון.

איר נאמען א שטאט פון אכט איז נאך 8 קעמפער וואס זענען אומגעקומען ביים פארטיידיקן יענעם געגנט אין דעם ערשטן וועלט קריג, ביי די תל-חי פאגראמען, וואו יוסף טרומפעלדאר איז אומגעקומען.

עס איז געבויט אויף די חרבנות פון אן אמאליגען אראבישן דארף פון בעדואינער.

היינט צוטאגס וואוינען דארטן 22,000 אידן.

איין דריטל דערפון איז אינגער ווי 19 יאר.

רוב זענען ספרדים פון מאראקא.

ראשון לציון

ראשון לציון איז די פערטע גרעסטע שטאט אין ישראל. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין ראשון לציון 232,410 איינוווינער.‏די שטאט איז געגרינדעט אין יאר 1882, דורך דער ערשטער עליה, צוועלף און א האלב קילאמעטער דרום פון יפו.

אנהייב האט די שטעטל געהאט אסאך פינאנציעלע פראבלעמען, ביז עדמונד זשיימס דע ראטשילד, האט גענומען די פלאץ אונטער זיין אויפזיכט, און האט אויפגעשטעלט די וויין פאבריק אין ארץ ישראל. היינט איז דאס דער וויינקעלטער פון דער "כרמל" פירמע.

די שטאט געפונט זיך אין גוש דן, און איז אין דעם מעטראפאליטען שטח פון תל אביב. די שטאט גרענעצט פון מערב דעם מיטלענדישער ים, נס ציונה פון דרום, בת ים און חולון פון צפון, און צריפין מיליטערישע באזע פון מזרח.

ראשון לציון משה דיין באן סטאנציע

ראשון לציון משה דיין באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען אין ראשון לציון, אויף דער הוד השרון—אשקלון ליניע. זי געפינט זיך לעבן דעם משה דיין איבערבייט אויפן איילון שאסיי.

מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן סעפטעמבער 2011 אויף דער נייע פארשטאטישע ליניע וואס באדינט די שטעט חולון, בת ים און ראשון לציון. ביז מען האט געענדיגט קאנסטרוקציע פון דער ליניע ביז יבנה אין 2012 האט געדינט די סטאנציע ווי די פראוויזארישע סוף-סטאנציע פון דער ליניע.

א נסיעה פון דער סטאנציע ביז תל אביב ההגנה באן סטאנציע דויערט 18 מינוט.

רהט

רהט איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 8,560 דונאם. געגרינדעט אין 1972, באקומען די נאמען שטאט אין 1994, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (העברעיִש: הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין רהט 38,900 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי פיר פראצענט. רוב זענען מוסולמענער.

רהט איז די ערשטע שטאט פון בעדואינער, וואס מ'האט זיי ספעציעל געבויט. די שטאט איז 12 קילאמעטער צפון-זייט פון באר שבע, נאנט צו קיבוץ משמר הנגב.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שטאט איז טלל אל קרינאואי.

רחובות

רחובות איז א שטאט אין דער צענטער-געגנט פון ישראל, וואס ליגט נעבן נס ציונה און רמלה, די באפעלקערונג פון רחובות שאצט אפ אומגעפער 107,000 איינוואוינערס. רחובות איז באקאנקט אלס א שטאט פון וויסנשאפט, צוליב דעם וואס ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט און דער לאנדווירטשאפטלעכע פאקולטעט פון דעם העברעאישן אוניווערסיטעט געפינען זיך אין דער שטאט.

אין דער שטאט געפינען זיך אויכעט פילצאליגע היימישע אידן פון פארשידענע חסידישע קרייזן וואס זענען קאנצענטרירט הויפטזעכלעך אין דער "קרית קרעטשענעוו" געגנט, וואס באדינט אלס א הויפטקווארטיר פון קרעטשענעווער חסידים אין ארץ ישראל, און דארט וואוינט אויכעט דער רבי, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים. אויסער דעם, אין רחובות הויפטקווארטירט אויכעט דער דזשיקאווער הויף, אין הויפט פון רבי ישראל אליעזר אדלער. אויכעט קען מען טרעפן דארט פילע וויזשניצער חסידים און נאך.

דער בירגערמייסטער איז רחמים מעלול.

שלום אש

שלום אַש (ה'תרנ"ב, 1טן נאוועמבער, 1880, קוטנע, פוילן - ה'תשי"ז (1957), בת ים) איז געווען א יידישער שרייבער.

ער איז מחונך געווארן אין רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אין חדר און אין ישיבה, און אין יארן ארום האט ער ערהאלטן אויך אַן אלגעמיינע ערציהונג. אין יאר ה'תשט"ו, נאך דער צווייטער וועלט קריג, איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין בת ים.

ווען ער איז געווען 20 יאר אלט האט ער זיך באזעצט אין ווארשע און האט אנגהייבן שרייבן אויף העברעיש, אבער נאכער האט ער גשריבן נאר אויף יידיש.

נאך זיין שטארבן האט בת ים-מוניציפאליטעט אפגעהיטן זיין הויז.

תל אביב-יפו

תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.

מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.

איר באפעלקערונג אין סוף 2011 איז א געשאצטע 404,750 איינוווינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל. אין תל אביב געפינען זיך די בערזע, די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן, און די גרויסע ישראל צייטונגען.

געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט.

ביי דער אומאפהענגיקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.