ברוקלין

ברוקלין (ענגליש: Brooklyn) איז איינע פון די פינף באראס אין ניו יארק סיטי, וואס געפינט זיך אינעם שטאַט ניו יארק אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. ברוקלין האט עטלעכע בריק און טונעל פארבינדונגען מיט דער בארא פון מאנהעטן אריבער דעם איסט ריווער, און די וועראזאנא נערויס בריק פארבינדט ברוקלין מיט סטעטן איילאנד.

ברוקלין איז געווען א זעלבסשטענדיגע שטאט ביז 1898 ווען זי האט זיך פאראייניקט מיט די אנדערע באראס און געווארן א טייל פון ניו יארק סיטי.

דערינען זענען אויך פאראן די גרעסטע אידישע געגנטער פון דער וועלט; וויליאמסבורג פאר אונגארישע אידן פונעם חסידישן שטראם ; קרוין הייטס פאר חבד'סקער אידן; בארא פארק פאר אלגעמיין אונגערישע און פוילישע חסידישע אפשטאמיגע אידן. און פלעטבוש פאר ליטווישע און ספרדים מיט מאדערן ארטאדאקס אידן.

זעט אויך

געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפשעיד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קרוין הייטס · און נאך...

1טן יאנואר

1 יאנואר איז דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 364 טעג (365 אין אן עיבור־יאר).

3טן יאנואר

דעם 3טן יאנואר איז דער דריטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 362 טעג (363 אין אן עיבור־יאר).

באבאוו (הויף)

באבאוו, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.

דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש (ד' אב ה'ת"ש), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאוו'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק,ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פינף און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' ה'תשס"ה). אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.

רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.

נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט.

דער גרעסערער טייל איז אריבער געגאנגען צו זיין יונגערן ברודער (פונעם טאטנ'ס זייט) רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר.

בערך א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם: רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב אין דער באבאוו 45.

באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.

ס'זענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, מיאמי, מאנטרעאל, טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער פערטל קרית באבוב אין בת ים.

בארא פארק

באָראָ פּאַרק איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום-מערב'דיגער זייט פון ברוקלין, ניו יארק. די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט, און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט. אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן - די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב, סאטמאר און מונקאטש.

עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו, דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק, די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן, און איז א גרויסער ביזנעס צענטער, עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן, ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך.

פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו. אייכלער'ס ספרים געשעפט, סאבוועי רעסטאראן.

היברובוקס

היברובוקס (hebrewbooks) איז א ווירטואלער אוצר הספרים וואס טוט פארמאגן איבער פינף און פופציג טויזט ספרים, אנגעהויבן פון די ערשטע דרוקן ביז צו היינטיגע ספרים, צו וואס יעדער קען דערגרייכן פאר פריי פון אפצאל.

דאס איז געווארן געגרינדעט און ווערט אנגעפירט דורך חיים ראזנבערג א ליובאוויטשער חסיד פון קרוין הייטס.

אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר 2001 מיט בלויז 60 ספרים וואס ער האט סקאנירט און ארויפגעלאדנט אויפ'ן וועבסייט אויף א פי די עף פארמאט, דערנאך איז געווארן צוגעלייגט 15,000 ספרים פון די זאמלונג פון ספריית חב"ד ניו יורק, און נאך פילע פון בית המדרש לרבנים באמריקה, און אויך ספרים פון YIVO מאנהעטן זאמלונג. 1780 ספרים זענען גענומען געווארן פון די אנטיק-ספרים זאמלונג וואס געהער פאר חיים אלעזר רייך פון ברוקלין, אזוי אויך פון די פרידברג-ריזמן זאמלונג, וואס אנטהאלט מער פון 15,000 ספרים.

וויליאמסבורג, ברוקלין

וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק, צופיסנס פונעם וויליאמסבורג בריק וואס פירט קיין מאנהעטן. עס האט א גרויסע געמיינדע פון חרדי'שע אידן.

מונקאטש (הויף)

מונקאטש איז א חסידישער הויף געגרינדעט אין דער שטאט מונקאטש (פריער אין אונגארן און היינט אין אוקראינע) אין די אנהייב ת"ר יארן דורך הרב שלמה שפירא, אן אייניקל פון הרב צבי אלימלך שפירא פון דינאוו (דער "בני יששכר"). היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין בארא פארק, ברוקלין, געפירט דורכן אדמו"ר משה יהודה לייב ראבינאוויטש.

מירער ישיבה

מירער ישיבה איז געווען א ישיבה געגרינדעט אינעם שטעטל מיר אין דער ליטע (היינט בעלארוס). די מירער ישיבה איז געגרינדעט אין יאר ה'תקע"ה דורך רבי שמואל טיקטינסקי.

היינט איז דא א מירער ישיבה אין ירושלים ( מיט 8000 תלמידים, די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט), וואס האט א פיליאל אין בראכפעלד, מודיעין עילית. אויך איז דא א מירער ישיבה אין ברוקלין, ניו יארק.

ניו יארק סיטי

די שטאָט ניו־יאָרק (ענגליש: New York City) איז די סאַמע באוואוינסטע שטאָט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דער צענטער פונעם ניו יארק מעטראפאליטען שטח. זי געפינט זיך אין דעם שטאַט ניו יארק און האט א באפעלקרונג פון 8.5 מיליאן. איר גרויסקייט און שטח איז 321 קוואדראט מייל זייענדיג דעריבער די מערסטע געדיכט באוואוינטע שטאט אין צפון אמעריקע.

ניו יארק איז א וויכטיקער צענטער פון אינטערנאציאנאלער דעמאקראטיע, און ווערט אמאל גערופן די קולטורלערע און פינאנציעלע הויפטשטאט פון דער וועלט.

די שטאָט ליגט אויף איינעם פון דער וועלטס גרעסטע נאטירלעכע האוונס, און אנטהאלט די פינף באראס: מאנהעטן, ברוקלין, בראנקס, סטעטן איילענד און קווינס, וואס זענען פאראייניגט געווארן אין איין שטאט אין יאר 1898.

די שטאָט פון ניו יארק שטאמט פון דער גרינדונג אין 1624 פון א האַנדלארט אין לאוער מאנהעטען דורך קאלאניסטן פון דער האלענדישער רעפובליק. אין 1626 האט מען אים געגעבן דעם נאמען ניי אמסטערדאם. די שטאט מיט אירע ארומיגע ערטער זענען געקומען אונטער ענגלישער הערשאפט אין 1664. ניו יארק איז געווען די הויפטשטאט פון די פאראייניגטע שטאַטן פון 1785 ביז 1790. זי די גרעסטע שטאט אין לאנד זייט 1790. די סטאטוע פון ליבערטי האט באגריסט מיליאנען אימיגראנטן ווען זיי זענען אנגעקומען אין שיפן אין אמעריקע ביים סוף פונעם 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערטער און איז א סימבאל פון די פאראייניגטע שטאטן און זיין דעמאקראטיע. אינעם 21סטן יארהונדערט איז ניו יארק ארויסגעקומען ווי א גלאבלן פונקט פון שעפעריי און פירנעמערשאפט, סאציאלן טאלעראנץ, און סביבה׳דיקער אויסהאלטונג.

נישט אריינגערעכענט דער ריזן שטח פון גאנץ אפסטעיט און לאנג איילענד, וואס דאס הייסט די סאבארב'ס.

ניו יארק איז די לינגוויסטיש מערטס פארשיידנדיקע שטאָט אין דער וועלט; מען רעדט דארט 800 שפראכן.

סי געיט

סי געיט איז א געגנט אין ברוקלין, ניו יארק, עס וואוינען דארט 5000 מענטשען און עס איז פארהאן 2000 דירות, עס געפונט זיך ביים מעריב-דרום ווינקל פון ברוקלין און עס טוט זיך גרעניצן מיט קאני איילענד צו מזרח.

סי געיט איז געבויט געווארן אויפן ארט וועלכעס איז אין די מיטעלע 1800 אנגערופען געווארען Norton's Point אדער West Brighton ווי די מאכטפולע פאליטישע קרופטירטע ארגאניזאציע Tammany Hall האבן אויפגעשטעלט שאַנדהייזער און דארט האט זיך אויסבאהלטען זייער פירער דער געוועזענער קנגרעסמאן William Marcy Tweed וועלכער איז אנטלאפען פון א מאנהעטן תפיסה, פון דארט האט ער געכאפט א שיף קיין קובא. אין 1892 האט מען פארקויפט דאס פלאץ און אויפגעשטעלט א Yacht Club - וועלכער איז פארברענט געווארן אין די 30' יארן - און א פארוויילונגס ארט פאר רייכע אריסטעקראטען, דאמאלטס איז געבויט געווארען גרויסע פאלאצען און האטעלען דעזיינט דורוך בארימטע ארכיטעקן, אין 1899 האבן די פולע נייע היים איינגעטומערס זיך צונויפגענומען און באשטימט אן אסאציאציע (Association) וועלכע זאל זיי פארטרעטן און איר א נאמען געגעבען "די סי געיט אסאציאציע". במשך די 30' יארן ווען עס האט געהערשט די דעפרעסיע אין אמעריקע האט סי געיט פארלוירען איר חן די רייכע לייט זענען פארשווינדען געווארען און די אלע גרויסע פאלאצען זענען צוטיילט געווארען פאר מערערע דירות ווי די מיטל קלאס מענטשן האבן זיך באזעצט. אין די 40' יארן ווען עס האט געהערשט דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען זיך אין אמעריקע געשראקען פון א פלוצלינגער באמבאדירונג מצד די דייטשע לופט כוחעס, האט מען דאמאלט אויפגעבויט אנטי-ערקרעפט anti aircraft באזעס אויפן ים בארטען פון סי געיט. די איבערבלייבענישען פון די אנטי-ערקרעפט איינריכטען איז געווען מערגבאר ביז אינמיטן די 90' יארן ווען די us army corps of engineers האט באשאטן דער ים בארטען מיט טויזנטער טאנען פון זאמד און באגראבן אלזדינג צוליב א גרויסער פארפלייצונג וועלכער האט אומגעווארפען א הויז און געטון שאדן צו מערערע אנדערע הייזער.

סי געיט טוט ביז היינט פונקצואנירען ווי א זעלבשטענדיגע פריוואטע שטאט מיט אן אייגענעם פאליציי דעפארטמענט וועלכע איז דער עלצטער פאליציי דעפארטמענט אין ברוקלין, סי געיט איז באשיצט מיט א הויעכער צוים פון מזרח זייט - וועלכער האט 2 טוירען ווי די פארקער פון מענטשען און אטומאבילען קומען אריין - און מיט'ן ים פון דריי, די גאסען און פארקס זענען די אייגענטום פון די סי געיט אסאציאציע וועלכע זענען די פארשטייערס פון די 820 היים איינגעטומער. די אסאציאציע באשטייט פון 21 ערוועלטע איינוואוינער, וואלען קומט פאָר א יעדערס יאר אויף 7 פון די 21 בענקלעך, צו וועלען אדער צו ווערן געוועלט מיז מען זיין אן היים איינגעטומער, דער אסאציאציע באשטימט אויך א פרעזידענט און א ווייס פרעזידענט פון ציווישען אירע מיטגלידער.

סקולען (הויף)

סקולען איז א שטאט אין בעסאראביע (היינט מאלדאווע) וואס איז געווען דער וואוינארט פון רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל ז"ל. ער איז געראטעוועט געווארן פון ראמעניע אונטער די נעגל פון די קאמוניסטן און אנגעהויבן צו פארשפרייטן חסידות סקולען אין ברוקלין, ניו יארק, קודם אין קרוין הייטס און דערנאך אין וויליאמסבורג.

זיין זון רבי ישראל אברהם איז געווארן רבי נאך אים.

זיי ביידע טאטע מיטן זון זענען גרויסע קאמפאזיטארן פון אידישע ניגונים.

נאך דער פטירה פון רבי ישראל אברהם האט מען באקרוינט זיינע זין:

דער עלסטער זון רבי ישעיה יעקב האט ממלא געווען זיין פאטער׳ס פלאץ אין בארא פארק

רבי אפרים יודא איז אויפגענומען געווארן אלס סקולענער רבי אין מאנסי.

רבי צבי נח איז אויפגענומען געווארן אלס סקולענער רבי אין לייקוואד.

פאפא (הויף)

פאפא חסידות איז געגרינדעט געווארן אין דער שטאט פאפא, דורך הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד, דער רב פון דער קהילה עדת ישראל, אין דער שטאט פאפא.

זיין ממלא מקום איז געווען הרב יוסף גרינוואלד דער פאפא רב. ר' יוסף גרינוואלד האט איבער געפלאנצט די פאפא חסידות אין אמעריקע נאך דער צווייטער וועלט קריג, מיטן גרינדן די קהילה "קהלת יעקב פאפא" אין וויליאמסבורג, דער פאפא רב איז געווען א שטארקער אנהענגער אין בעלז, און דער פאפא חסידות גייט אין דעם בעלזער דרך.

זיין ממלא מקום איז דער עלטסטער זון האדמו"ר רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד שליט"א פון וויליאמסבורג. זיין צווייטער זון, איז אבד"ק תולדות יוסף פאפא אין בארא פארק הרב ישראל מנחם גרינוואלד. זיין דריטער זון, איז דומ"ץ פאפא וויליאמסבורג הרב אהרן גרינוואלד.

רבי יעקב יחזקיהו גרינוואלד (נפ' ב' אדר תש"א), מחבר פון ויגד יעקב

רבי יוסף גרינוואלד (נפ' י"ג אב תשמ"ד), מחבר פון ויחי יוסף

רבי יעקב יחזקיהו גרינוואלד פון וויליאמסבורג, היינטיגער פאפער רבי

פלעטבוש

פלעטבוש איז א פרומע אידישע ארטאדאקסישע געגענט אין ברוקלין נעבן בארא פארק.

עס זענען דארט נישטא קיין סאך חסידים; בעיקר זענען זיי דארטן מאדערן ארטאדאקסן און ליטווישע מיט ספרדים.

קאסאן (הויף)

קאסאן איז אן אונגאריש חסידות געגרינדעט אין די תר״מ יארן דורך רבי יהוסף ראטנבערג, איידעם און ממלא מקום פון רבי משולם פייש פון טאש.

דאס חסידות שטאמט פון דעם זידיטשויבער חסידות, און איז הויפטקווארטירט היינט אין בארא פארק, ברוקלין. דער היינטיקער קאסאנער רבי איז רבי מאיר יהוסף ראטנבערג.

קרוין הייטס

קרוין הייטס איז א געגנט אין ברוקלין, ניו יארק סיטי. אין קרוין הייטס געפינט זיך "770" דער ביהמ"ד פון ליובאוויטשער רבי'ן, און דאס הארץ און צענטער פון די דריי צענטראלע מוסדות פון ליובאוויטש - מחנה ישראל, אגודת חסידי חב"ד, און ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש.

אין קרוין הייטס וואוינען ארום 3,000 יידישע משפחות, צווישן צענדליגע טויזנטער גוים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.