בראנדז עפאכע

די בראנז עפאכע צייכנט אפ די עפאכע אין וועלכע כלים געמאכט פון קופער און בראנדז זענען גענוצט געווארן. כראנאלאגיש, שטייט די עפאכע צווישן דער שטיין עפאכע און דער אייזן עפאכע. בשעת די שטיין עפאכע האבן מענטשן נאך נישט געוואוסט וויאזוי ארויסצונעמען מעטאל און אנדערע מינעראלן פון די שטיין און וועלכע עס געפונט זיך. די בראנדז עפאכע צייכנט אפ די תקופה אין וועלכע מענשטן האבן אויסגעטראפן די טעכניק וויאזוי ארויסצונעמען די מעטאלן און שמעלצן ארץ. די אייזן עפאכע צייכנט אפ די תקופה ווען מען האט שוין געהאט די טעכניק אינגאנצן אויסגעארבייט צו שמעלצן אייזן ארץ און מען האט געמאכט כלים און געווער סיי פון שטיין און סיי פון די מעטאלן. דער סדר פון די דריי עפאכעס איז דער אנהייב פון דער היסטאריע פון טעכנאלאגיע.

עס איז נישט קלאר ווען פונקטליך די בראנדז עפאכע הייבט זיך אן אדער ענדיגט זיך, צוליב דעם וואס מענטשן האבן דאן נישט געקענט שרייבן און דעריבער נישט איבערגעלאזט קיין געשריבענע רעקארדס. אלעס וואס מיר ווייסן היינט וועגן די עפאכע איז נאר פון ארכעאלאגיע. אזוי אויך, אין יעדער געגנט האט זיך די עפאכע אנגעהויבן און געענדיגט אין אנדערע תקופות, און ווען אין געוויסע פלעצער און די וועלט איז מען שוין געווען פארגעשריטן, איז אין אנדערע פלעצער נאך געווען צוריקגעשטאנען.

אייזן עפאכע

די אייזן עפאכע איז די דריטע עפאכע פון דער דריי-פאכיגער סיסטעם פון פרעהיסטארישע עפאכעס. די ערשטע צוויי זענען די שטיין עפאכע און די בראנדז עפאכע. אין דער אייזן עפאכע האבן זיך מענטשן אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו באנוצן מיט מעטאלן, בעיקר אייזן וויאזוי צו מאכן דערפון געווער און געצייג.

עס איז נישט דא קיין געוויסע צייט ווען די עפאכע האט זיך אנגעהויבן אדער געענדיגט, נאר אין יעדער ראיאן איז עס געווען אנדערש. ווען אין געוויסע פלעצער איז מען שוין געווען פארגעשריטן, איז מען אין אנדער פלעצער נאך געווען צוריקגעשטאנען. עס איז אויך נישט דא קיין געשריבענע רעקארדס פון די עפאכע, ווייל מען האט דאן נאכנישט געוויסט וויאזוי צו שרייבן. אלעס וואס מען ווייסט וועגן די עפאכע, ווייסט מען נאר פון ארכעאלאגיע. די אייזן עפאכע ענדיקט זיך ווען מען האט אנגעהויבן שרייבן רעקארדס פון די געשענישען. די תקופה נאך דער אייזן עפאכע ווערט אנגערופן אוראלטע היסטאריע.

באד אישל

באד אישל (דייטשיש: Bad Ischl), איז א ספא און אפרו שטאט אויפן ברעג פונעם "טראון טייך", אין דעם דרום פון דעם לאנד אויבער עסטרייך, אין עסטרייך. די שטאט געפינט זיך הארט אין דעם ריזיגן קורארט צענטער "זאלצקאמערגוט" (דייטשיש: Salzkammergut). די באפעלקערונג פון דער שטאט באשטייט פון 13,995 איינוואוינערס (יאנואר 2017). באד אישל איז די שטאט וואו די ערשטע וועלט מלחמה איז דערקלערט געווארן.

בראנדז

בראנדז איז א סארט מאטעריאל וואס איז צונויפגעשמעלצט פון קופער מיט צין.

בראנדז איז שטארקער פון אייזן, מען האט דאס איבערהויפט גענוצט אין דער בראנדז עפאכע. היינט נוצט מען דאס איבערהויפט צו שאפן סטאטועס.

וואלפסבערג

וואלפסבערג (דייטשיש: Wolfsberg, סלאוועניש: Volšperk), איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד קארינטיע אין עסטרייך, וואס ווערט פארעכנט אויכעט אלס איינע פון קארינטיע'ס פראווינצן די שטאט ציילט אפ ארום 25,000 איינוואוינערס לויט דעם עסטרייכישן צענזוס ביורא.

פילצאליגע בערגן און פעסטונגען רינגלען ארום די שטאט. עס זענען פאראן אין וואלפסבערג אויסגעפינסן נאך פון דער בראנדז עפאכע און פון האלשטאט קולטור עפאכע. אין דעם זעכצנטן יארהונדערט איז די שטאט געווען א צענטער פון דער רעפארמאציע.

וועלס

וועלס (דייטשיש: Wels), איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד אויבער עסטרייך אין עסטרייך. די שטאט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טרוין טייך (דייטשיש: Traun). די שטאט ווערט פארעכנט אלס א פראווינץ פאר זיך אליין, און זי פארמאגט אלע אדמיניסטראטיווע רעכטן און באפולמאכטיגונגען זייט דעם 18טן יאנואר 1964. די באפעלקערונג פון וועלס רעכנט אויס 60,739 איינוואוינערס. די שטאט איז באוואוסט אלס א צענטראלער איינקויף-ארט.

יפו

יפו איז אן אלטע פארט שטאָט דרום פון היינטיגן תל אביב. זי איז פון די עלטסטע פארט שטעט אין דער וועלט. היינט איז זי א טייל פון דער תל אביב מוניציפאליטעט.

ביז דעם צווייטן וועלט קריג איז יפו געווען אן אראבישע שטאט, וואס די אצ"ל האט איינגענומען, די צפון טייל דערפון אין אפריל 1948, און די הגנה די איבריגע טיילן פון דער שטאט, און די אראבער האבן מערסטנטייל פארלאזט די שטאט, דורכן ים קיין עזה.

דורכאויס דער מלחמה און פריער, האבן די איינוווינערס אין יפו אסאך פראבלעמען געמאכט פאר די יידן אין יפו און תל אביב. ביי די פאגראמען זענען יידן אומגעקומען, אראבישע צילשיסער פלעגן שיסן אויף יידישע פארבייגייער, אין דער דערנעבנדיקער תל אביב.

אין יאר 1951 האט די ישראל רעגירונג, באשטעטיקט די פאראייניגונג, פון תל אביב-יפו, פאר איין שטאט. די שטאט תל אביב איז פריער געווען א פראווינצער שטאט פון יפו, און יעצט איז יפו, א געגענט אין תל אביב.

אין די לעצטע פאר יאר, גיט די תל-אביבער שטאטראט אויס אסאך געלט, אויף אויפצוהאלטן היסטארישע ערטער אין יפו, נאכדעם וואס יארן לאנג האט מען עס פארנאכלעסיקט, און געבויט דארט אויף אלטע פלעצער, געביידעס, וואס נעמען אוועק פונעם היסטארישן ווערט פונעם געגנט.

יפו געפונט זיך אין צענטער פון ישראל, און א היסטארישער פארט, וואס האט געברענגט דערצו, אז די אלע שטעט אין דער געגנט פון גוש דן, זאלן דארט אויפגעשטעלט ווערן, ווי תל אביב, רמת גן, פתח תקוה, בני ברק, חולון, בת ים, און נאך אסאך.

עיר דוד

עיר דוד איז דער עלצטער באזעצטער געגנט אין ירושלים און אַן אַרכעאלאגישער פּלאַץ פון די אָנהייב, די מיטל בראנדז עפאכע.

פרעהיסטאריע

פרעהיסטאריע (ד"ה פאר היסטאריע) באדייט די צייט איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן היסטאריע. פרעהיסטאריע ווערט צעטיילט אין דריי עפאכעס: די שטיין עפאכע, די בראנדז עפאכע און די אייזן עפאכע. אזוי ווי מ'האט נישט געשריבן די פרעהיסטאריע, ווייסט מען נישט קיין סאך וועגן די פרעהיסטארישע צייטן. מען פארלאזט זיך אויף די געצייג פון יענע צייטן, ביינער וואס זענען איבערגעבליבן און בילדער אין היילן.

דעמאלסט האבן מענטשן געוואוינט אין היילן אדער געצעלטן געמאכט פון דעם פעל פון א בעל חי. זיי האבן געמאכט פייער מיט שטיינער, און מיט פייער האבן זיי געקאכט דאס עסן און זיך אנגעווארעמט אין די קאלטע טעג.

די וויסנשאפטן וואס פארשן פרעהיסטאריע זענען ארכעאלאגיע (וואס שטודירט אלטע זאכן פון פרעהיסטאריע), אנטראפאלאגיע (וואס פארשט די אויפפירונג פון מענטשן אין פרעהיסטאריע), פאלעאנטאלאגיע, ביאלאגיע, אסטראנאמיע און געאלאגיע.

ווען פרעהיסטאריע האט געענדיקט און היסטאריע האט אנגעהויבן ווענדט זיך אין דעם ארט. אין מעסאפאטאמיע, כינע און אוראלט עגיפטן האט פרעהיסטאריע געענדיקט און היסטאריע אנגעהויבן מיט טויזנטער יאר צוריק.

אין ניי גיני האט פרעהיסטאריע געענדיקט ערשט אין 1900.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.