בראזיל

בראַזיל אדער בראַזיליע (פארטוגעזיש: Brasil), אפיציעל די פֿעדעראַטיװע רעפובליק פֿון בראַזיל (פארטוגעזיש: República Federativa do Brasil), איז דאס גרעסטע לאַנד אין דרום אַמעריקע. זײַן הױפּטשטאָט איז בראַזיליאַ. בראזיל איז דער וועלט'ס פינפט גרעסטע לאנד, סיי לויט שטח סיי לויט באפעלקערונג. עס דאס גרעסטע פארטוגעזיש-רעדנדיקע לאנד אין דער וועלט, און דאס איינציגסטע אין די אמעריקעס.

בראזיל גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מזרח מיט א בארטן־ליניע לאנג 7,491 ק"מ. עס גרענעצט אלע לענדער אין דרום אמעריקע אחוץ עקוואדאר און טשילע, און באדעקט 47.3 פראצענט פונעם דרום־אמעריקע קאנטינענט. דער אמאזאנאס באסיין שליסט איין א ריזעדיקן טראפישן וואלד מיט פארשידענע עקאלאגישע סיסטעמען.

בראזיל האט געהאט א סך אלט-געזעסענע איינוואוינער פעלקער איידער פעדרא אלווארעז קאבאל איז געקומען אין 1500 און געמאנט דאס לאנד פאר דער פארטוגעזישער אימפעריע. ביז 1808 איז בראזיל געווען א פארטוגעזישע קאלאניע. ווען פראנקרייך האט אינוואדירט פארטוגאל אין 1808, איז די הויפטשטאט פון דער אימפעריע געווארן גערוקט פון ליסבאן אויף ריא דע זשאנערא. אין 1822 איז בראזיל געווארן אומאפהענגיק פון פארטוגאל, און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע מיט א פארלאמענטארער סיסטעם איז געווארן איינגעפירט. אין 1889 האבן די מיליטער איבערגעקערט די אימפעריע, און דאס לאנד איז געווארן א רעפובליק מיט א פרעזידענט.

לויט דער היינטיקער קאנסטיטוציע פון בראזיל, פארמולירט אין 1988, איז דאס לאנד א פעדעראלע רעפובליק. די פעדעראציע באשטייט פון דעם פעדעראלן דיסטריקט, 26 שטאטן און 5,570 מוניציפאליטעטן.

די עקאנאמיע פונעם לאנד איז די אכט גרעסטע אין דער וועלט לויט ברוטא אינלענדישן פראדוקט גערעכנט אין דאלארן, און זיבעט לויט פראדוקט ווערדע (קויפן קראפט פאריטעט).

בראזיל איז א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, גרופע 20 און דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן.

די הויפט אינדוסטריעס זענען קאווע, אויטאמאבילן, סויע, אייזן, שטאל און ציטרוס פרוכט. בראזיל איז דער וועלט'ס גרעסטער פראדוצירער פון קאווע שוין 150 יאר.

אום 28סטן אקטאבער 2018, איז זשאאיר באלסאנארא דערוויילט געווארן פרעזידענט פון בראזיל. ער הייבט אן זיין קאדענץ דעם 1טן יאנואר 2019. דורך די וואלן האט ער געמאלדן אז דאס ערשטע לאנד וואס ער גייט באזוכן אלס פרעזידענעט וועט זיין ישראל און דערנאך די פאראייניגטע שטאטן. אויך האט ער צוגעזאגט אריבערפין די בראזילישע אמבאסאדע קיין ירושלים.

פֿעדעראַטיװע רעפובליק פֿון בראַזיל
República Federativa do Brasil
פאן בראזיל
סימבאָל בראזיל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: בראזיליאנער נאציאנאלע זינגליד
אָרט פֿון בראזיל
קאנטינענט דרום אמעריקע
אפיציעלע שפראך פארטוגעזיש
הויפטשטאט בראַזיליאַ 15°47′S 47°52′W / 15.783°S 47.867°W
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
מישעל טעמער
גרינדונג דאטום
7טן סעפטעמבער 1822
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
8,511,965 קוואדראט ק"מ
פֿינפֿט אין דער װעלט
0.65
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

202,768,562 (אין 2014)
פֿינפֿט אין דער װעלט
20.5 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $1.984 טריליאן ()
וואלוטע רעאל
צייט זאנע UTC - 2 ביז UTC - 5
אינטערנעט דאמען br.
טעלעפאן קאד 55+
מלוכיש מאָטאָ: סדר און פראָגרעס

היסטאריע

דער ערשטער אייראפעער וואס איז געקומען קיין בראזיל איז געווען דער פארטוגעזישער אויספארשער פעדרא אלווארעס קאבראל, אין 1500. ער האט געמאנט בראזיל פאר פארטוגאל. אין 1549 האט פרטוגאל אויפגעשטעלט אין בראזיל א צענטראלע רעגירונג, און דער שטאט סאלוואדאר. די פארטוגעזישע קאלאניסטן האבן געפלאנצט צוקער ראר און זיי האבן געברענגט מיליאנען אפריקאנישע שקלאפן צו ארבעטן אין די פעלדער. אין די 17טן און 18טן יארהונדערטער האט מען אנטפלעקט אין דרום און מערב בראזיל גאלד און ברילאנטן.

אין פעברואר 1822 האט אנגעהויבן די אומאפהענגיקייט מלחמה פון בראזיל צווישן די בראזיליער קאלאניסטן און דער פארטוגעזישער רעגירונג, און האט געענדיגט דעם 8טן מערץ 1824, ווען די לעצטע פארטוגעזישער זעלנער האבן אונטערקאפיטולירט. די מלחמה האט מען געפירט סיי אויף דער יבשה סיי אויפן ים. דעם 29סטן אויגוסט 1825 האט פארטוגאל אפיציעל אנערקענט בראזיל.

דעם 15טן נאוועמבער 1899 האט די ארמיי איבערגעקערט די מאנארכיע.

Independência ou Morte (1888)
פראקלאמאציע פון אומאפהענגיקייט פון בראזיל דורך פרינץ פעדרא (געמאלן דורך פעדרא אמעריקא)

מאדערנע תקופה

אין 1956 איז זשוסעלינא קוביטשעק געווארן פרעזידענט. אין זיינע יארן זענען די עקאנאמיע און דער אינדוסטריעלער סעקטאר שטארק געוואקסן. מען האט געבויט די נייע הויפטשטאט בראזיליא, וואס איז געווארן געווידמעט אין 1960. זיין נאכפאלגער איז געווען זשאניא קוואדראס וואס האט אבער רעזיגנירט אין 1961. נאך אים האט געדינט זיין וויצע־פרעזידענט, זשואווא גולאר; דאס מיליטער האט אים אראפגעזעצט אין 1964. דער מיליטערישער רעזשים האט געדויערט ביז די 1980ער יארן.

אין 1985 איז כאזע סאַרני געווארן פרעזידענט, אבער ער האט נישט געקענט איבערהערשן די עקאנאמישן קריזיס און איבעראינפלאציע וואס ער האט גע'ירשנט פונעם מיליטערישן רעזשים. אין 1989 האט מען געוויילט אלס פרעזידענט פערנאנדא קאלאר.

אין 2002, און נאכאמאל אין 2006, האט מען געוויילט לואיס דא סילווא פרעזידענט. זיין נאכפאלגער, זייט 2011, איז דילמא רוסעף, די ערשטע פרוי צו ווערן פרעזידענט פון בראזיל. דעם 26סטן אקטאבער 2014 איז דילמא רוסעף געווארן געוויילט פרעזידענט א צווייט מאל, קעגן א קאנסערוואטיוון פארמעסט.

אדמיניסראציע

בראזיל איז א פעדעראציע פון 26 שטאטן. די רעגירונג פון בראזיל איז א דעמאקראטישע רעפובליק מיט א פרעזידענט-סיסטעם. דער פרעזידענט איז סיי ראש-מלוכה און סיי הויפט פון דער פאראייניגונג-רעגירונג, וואס ווערט געוויילט אויף א קאדענץ פון פיר יאר מיט א מעגלעכקייט פון א צווייטן קאדענץ. דער היינטיקער פרעזידענט איז דילמא רוסעף, זייט דעם 1טן יאנואר 2011. דער פרעזידענט באשטימט די מיניסטארן.

די בראזילישע פעדעראציע איז די פאראייניקונג פון די שטאַטן, די מוניציפאליטעטן און דער פעדעראלער דיסטריקט. די פעדעראציע איז באזירט אויף פינעף גרונטלעכע פרינציפן: סואווערעניטעט, בירגערשאפט, ווערדע פון מענטשן, די סאציאלע ווערטן פון ארבעט און פרייהייט פון פירנעמונג, און פאליטישער פלוראליזם. די לעגיסלאטור פון דער פעדעראציע ווערט גערופן די "נאציאנאלע קאנגרעס פון בראזיל".

מיליטער

די מיליטערישע קראפטן פון בראזיל זענען די צווייטע גרעסטע אין לאטיין אמעריקע, און באשטייט פון דער בראזילישער ארמיי, בראזילישן לופטפלאט און בראזילישן ים־פלאט. די ארמיי האט 235,978 טעטיקע פערסאנאל.

געאגראפיע

דער מזרח גרענעץ פון בראזיל איז דער אטלאנטישער אקעאן, מיט א בארטן לענגער פון 7,367 ק"מ. אחוץ דעם גרענעצט בראזיל מיט אורוגוויי צו דרום, ארגענטינע און פאראגוויי צו דרום־מערב, באליוויע און פערו צו מערב, קאלאמביע צו צפון־מערב, און מיט ווענעזועלע, גייאנע, סורינאם און דעם פראנצויזישן דעפארטמענט פראנצויזישע גויאנע צו צפון. בראזיל האט א גרענעץ מיט יעדן לאנד אין דרום אמעריקע אויסער טשילע און עקוואדאר. אויך נעמט איין בראזיל עטלעכע ארכיפעלאגן אינעם אקעאן. צוזאמען מיט די אטלאנטישע אינזלען ליגט בראזיל צווישן גארטל ליניעס 6°N און 34°S, און מערידיאנען 28° און 74°W.

בראזיל איז דאס פינפטע גרעסטע לאנד לויט שטח אין דער וועלט, און דאס דריטע גרעסטע אין די אמעריקעס, מיט א שטח פון 8,515,767.049 קוואדרט מעטער, כולל 55,455 קוואדראט מעטער פון וואסער. בראזיל האט פיר צייט זאנעס, פון UTC-5 אין דעם מערב טייל פון לאנד, ביז UTC-2 אין די אטלאנטישע אינזלען; די "נאציאנאלע צייט" פון בראזיל איז UTC-3.

עקאנאמיע

בראזיל האט די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיע אין לאטיין אמעריקע, די אכט גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט לויט דעם מארק קורס, און די זיבעט גרעסטע עקאנאמיע לויט קויפקראפט, וועדליק די אינטערנאציאנאלער געלטפאנד און וועלט באנק. בראזיל האט א געמישטע עקאנאמיע מיט ברייטע נאטירלעכע רעסורסן. אין 2014 איז דער ברוטא נאציאנאלער פראדוקט לויט קויפקראפט געווען $15,153 א מענטש. די ארבעטסקראפט פון בראזיל איז טעטיג איןלאנדווירטשאפט, מינעריי, פאבריקאציע און דינסט סעקטארן.

שוין די לעצטע 150 יאר איז בראזיל דער וועלטס גרעסטער פראדוצירער פון קאווע. אנדערע וויכטיקע עקספארטן זענען לופטמאשינען, עלעקטרישע געצייג, אויטאמאבילן, עטאנאל, טעקסטיל, אייזן ארץ, שטאל און מאראנצן זאפט.

אין 2002 האט בראזיל באקומען א הלוואה פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד פאר $30.4 ביליאן, די גרעסטע הלוואה פונעם געלטפאנד ביז דעמאלסט. ס'האט געהייסן אז בראזיל מוז צוריקבאצאלן די הלוואה ביז 2006, אבער אין 2005 האט די בראזיליער צענטראלבאנק שוין צוריקבאצאלט די גאנצע הלוואה.

בראזיל פארלירט א סך געלט וועגן קארופציע, אין איין יאר אליין $41 ביליאן; 69.9% פון דעם לאנד'ס פירמעס האלטן אז קארופציע איז א הויפט אורזאך פארוואס זיי קענען נישט אריינדרינגען דעם גלאבאלן מארק מיט דערפאלג.

ביז 2010 האט די עקאנאמיע שטארק געשטיגן, אבער זייט דעמאלסט איז געווארן א רעצעסיע.

די עקאנאמיע פון בראזיל איז גאנץ פארצווייגט און שליסט איין לאנדווירטשאפט, אינדוסטריע און א ברייטע רייע פון דינסטן. אין 2007 האט לאנדווירטשאפט צוזאמען מיט וועלדעריי און פישעריי געווען 5.7% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט.

אינדוסטריע, פון אויטאמאבילן, שטאל און פעטראכעמיקאלן צו קאמפיוטערס, פליווארג און אויסהאלטיקע גיטער, ווערט גערעכנט ווי 30.8% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט. די אינדוסטריע איז קאנצענטרירט אין סאא פאולא, ריא דע זשאנערא, קאמפינאס, פארטא אלעגרע און בעלא האריזאנטע.

בראזיל איז דער וועלט'ס צענטער גרעסטער ענערגיע קאנסומענט.

אינפראסטרוקטור

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע

די אגענטורן פון דער רעגירונג געבן געלט אויף פארשונג אין דעם געביט פון טעכנאלאגיע. די הויפט טעכנאלאגישע אנשטאלטן זענען אזוואלדא קרוז אינסטיטוט, בוטאנטאן אינסטיטוט און די בראזיל לאנדווירטשאפט פארשונג קארפאראציע.

88% פון בראזיל'ס עלעקטריציטעט קומט פון הידרא-עלעקטרישער קראפט. בראזיל איז דאס איינציגסטע לאנד אין לאטיין אמעריקע וואס פאבריצירט האלב-דורכפירערס.

טראנספארט

די שאסיי סיסטעם פון בראזיל האט געהאט 1.98 מיליאן ק"מ (אין 2002).

זייט 1945 גייט אראפ די באן סיסטעם פון בראזיל, און מען בויט בעיקר נייע שאסייען. אין 2002 זענען געווען 31,848 ק"מ פון באן וועג. די ערשטע מעטרא סיסטעם אין בראזיל איז געווען דער סאא פאולא מעטרא.

אין בראזיל זענען פאראן אומגעפער 2,500 פליפארטן, די צווייטע גרעסטע צאל אין דער וועלט (נאך די פאראייניגטע שטאטן).

געזונט

בראזיל האט א נאציאנאלע געזונט סיסטעם פאר אלע בירגער אומזיסט. פארמעגלעכע בראזיליאנער האבן אויף פריוואטע געזונט דעקונג.

אין 2002 האט בראזיל געהאט 40% פון מענטשן וואס ליידן פון מאלאריע אין דער גארער וועלט.

מעדיע און קאמוניקאציע

בעלי חיים

פארשיידענע בעלי חיים וואוינען אין דעם אמאזאן רעגנוואלד, צווישן זיי הערשן (אין דרום) און עטלעכע זגאלן מאלפעס (אין צפון). אויך שניי לעמפערט, פוקסן און טאפירן.

קולטור

מוזיק

בראזילישע מוזיק האט עלעמענטן פון אייראפעאישער און אפריקאנישער מוזיק. די סאמבע איז א מוזיק־זשאנער וואס שטאמט פון און סימבאליזירט בראזיל.

ספארט

דער פאפולערסטער ספארט אין בראזיל איז פוטבאל. דער בראזילער נאציאנאלער פוטבאל מאנשאפט ווערט ראנגירט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, און האט געווינען דעם וועלט־קאפ טורניר פינף מאל, מער ווי יעדן אנדער לאנד. נעצבאל, קוישבאל, אויטאספארט און קאמפקונסט זענן אויך שטארק פאפולער.

12טן יוני

דעם 12טן יוני איז דער 163סטער טאג פון יאר (164סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 202 טעג .

16טן פעברואר

דעם 16טן פעברואר איז דער 47סטער טאג פון יאר אין דער זיבעטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 318טעג (319 אין אן עיבור־יאר).

1טן יאנואר

1 יאנואר איז דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 364 טעג (365 אין אן עיבור־יאר).

1טן מערץ

דעם 1טן מערץ איז דער זעכציגסטער טאג פון יאר (61סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 305 טעג.

21סטן אפריל

דעם 21סטן אפריל איז דער 111טער טאג פון יאר (112טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 254 טעג .

22סטן אפריל

דעם 22סטן אפריל איז דער 112טער טאג פון יאר (113טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 253 טעג .

25סטן אויגוסט

דעם 25סטן אויגוסט איז דער 237סטער טאג פון יאר (238סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 128 טעג.

25סטן דעצעמבער

דער 25סטן דעצעמבער איז דער 359סטער טאג (360סטער אין אן עיבור־יאר), אין דער 52סטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 6 טעג.

25סטן יאנואר

25 יאנואר איז דער 25סטער טאג פון יאר, אין דער פערטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 340 טעג (341 אין אן עיבור־יאר).

29סטן מערץ

דעם 29סטן מערץ איז דער 88סטער טאג פון יאר (89סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 277 טעג.

7טן סעפטעמבער

דעם 7טן סעפטעמבער איז דער 260סטער טאג פון יאר (261סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 115 טעג.

בראזיליא

בראַזיליאַ (פארטוגעזיש: Brasília) איז די פעדעראלע הױפּטשטאָט פֿון בראַזיל, וואס געפינט זיך אין דער צענטער-מערב ראיאן פון בראזיל. אין 2008 איז איר באפעלקערונג געווען 2,557,000.

בראזיליא איז די פערט גרעסטע שטאט אין בראזיל. 124 פרעמדע אמבאסאדעס געפינען זיך אין דער שטאט.

די הויפט פליפארט איז בראזיליא אינטערנאציאנאלער פליפארט.

אונעסקא האט באשיטמט בראזיליא א וועלט ירושה ארט.

15°48′S 47°54′W

דרום אמעריקע

דרום אַמעריקע איז אַ קאָנטינענט אין דעם מערבֿדיקן האלבקײַלעך, דרום פון צפון אמעריקע, אין דעם מערב האלבקיילעך; דער פאנאמא קאנאל צעשייד צווישן זיי. צו מזרח פון דרום אמעריקע געפינט זיך דער אטלאנטישער אקעאן און צו מערב דער פאציפישער אקעאן. דער עקוואטאר שניידט אדורך דעם צפון טייל פון דעם קאנטינענט, אזוי איז רוב פון זיין שטח אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד.

זיין שטח איז 17,840,000 קוואדראט קילאמעטער און ער איז דער פערט־גרעסטער קאנטינענט, נאך אזיע, אפריקע און צפון־אמעריקע. אין באפעלקערונג איז ער דער פינפט־גרעסטער קאנטינענט, נאך אזיע, אפריקע, אייראפע און צפון־אמעריקע.

דער קאנטינענט פון דרום־אמעריקע נעמט איין אויך נאך עטלעכע אינזלען, וואס מערסטנס געהערן זיי צו לענדער אינעם קאנטינענט. די קאראאיבישע טעריטאריעס, אחוז טרינידאד און טאבאגא, געהערן געאגראפיש צו צפון־אמעריקע.

די לענדער פון דרום־אמעריקע וואס גרענעצן דעם קאראאיבישן ים–דאס זענען די לענדער קאלאמביע, ווענעזוועלע, גייאנע, סורינאם און וגיאנה–ווערן אויך גערופן קאראאיבישע דרום־אמעריקע.

דער קאנטינענט ווערט צעטיילט אין עטלעכע טיילן וואס שליסן איין די גינעס, דעם דרום קאנוס (טשילע, ארגענטינע, אורוגוואי און בראזיל) און די אנדן־לענדער (פערו, באליוויע און עקוואדאר).

בראזיל איז דאס גרעסטע לאנד אין דרום־אמעריקע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג.

די בעלי חיים פון דרום אמעריקע זענען פילפאכיק, און שליסן איין פיל זגאלן וואס זענען עקסלוסיוו צו דעם קאנטינענט, ווי למשל: יאגואר, פומא, יאגוארונדי, זגאלן פון פארדעלן, גריווע-וואלף, וואלדהונט, זגאלן פונעם דרום-אמעריקע פוקס, קורץ-אויער פוקס, ברילן-בער, בארג-טאפיר, בראזיליאנער טאפיר, פאנאמא-טאפיר, פארשידענע הערשן ווי די זומף-הערש, פאמפאס-הערש, אנדן-הערש, שפינדל-הערש און פודו, לאמא, אלפאקא, גואנאקא, וויקוניע, סארטן פעקאריען, נאגערס אזוי ווי די קאפיבארא, מארא און שינשילא, נייוועלט מאלפעס, אלינגיטא, ראק-שאפ, קינקאזשו, מוראשקע-בער, פֿוילטיר, דער גרעסטער טייל פון זגאלן פון כלאמיפֿארידן, פלאטערלן, די פיראניא פיש, קיימאנער, און פויגלען ווי גרינבאק פאראקיט, קאריאמען, קאנדארן און נאנדו.

לואנדע

לואַנדע (פארטוגעזיש: Luanda) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון אנגאלא. די שטאט געפינט זיך אויפן ברעג פון דעם אטלאנטישן אקעאן, און איז דער הויפט פארט פון אנגאלא. מיט א באפעלקערונג פון מער ווי פינף מיליאן איינוואוינער, איז לואנדע די דריטע גרעסטע פארטוגעזיש רעדנדיקע שטאט אין דער וועלט, נאך סאא פאולא און ריא דע זשאנערא, ביידע אין בראזיל.

סאו פאולא

סאַו פּאַולו (פארטוגעזיש: São Paulo) איז א שטאָט אין דרום־מזרח בראזיל וואס איז די די סאַמע באוואוינסטע שטאָט אין בראזיל, און אויך די גרעסטע שטאט אינעם דרום האלבקיילעך און די צוועלפטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט. די שטאט באדעקט א שטח פון 1,523 ק״מ2, און אין 2009 איז איר באפעלקערונג געווען 11,037,593.

די הויפט פוטבאל גרופעס אין סאו פאולא זענען קארינטיאנס, סאו פאולא און פאלמעראס.

סאו פאולו האט די גרעסטע באפעלקערונג פון יידן אין בראזיל.

פארטוגאל

פּאָרטוגאַל (פארטוגעזיש: Portugal‏ [puɾtuˈɣaɫ]), אפיציעל די פארטוגעזישע רעפובליק (פארטוגעזיש: República Portuguesa), איז אַ דעמאָקראַטישע רעפּובליק אויפן איבערישן האלבאינזל אין דרום-מערב אײראָפּע. ער איז דאס מערסט מערבדיקע לאנד פון דער יבשה פון אייראפע. דאט לאנד איז אַרומגענומען מיט דעם לאַנד שפאַניע אויף די צפון און מזרח זייטן, און מיטן אַטלאַנטישן אָקעאַן בײ די מערב און דרום זייטן. צוויי אטלאנטישע ארכיפעלאגן, אזארן און מאדירא, זענען אויך א טייל פון פארטוגאל. דער גרענעץ צווישן פארטוגאל און שפאניע איז לאנג 1,214 ק״מ, דער לענגסטער גרענעץ אינעם אייראפעאישן פארבאנד.

זײַן הױפּטשטאָט איז ליסבאָן.

דאס לאנד אינערהאלב די גרענעצן פון היינטיקן פארטוגאל איז געווען באזעצט כסדר זייט פרעהיסטארישע צייטן. קודם די קעלטן און די רוימער, דערנאך די וויזיגאטישע און סוועבישע גערמאנישע פעלקער, וואס אויך זיי זענען געווארן אינוואדירט דורך די מורן. די דאזיקע מוסולמענישע פעלקער זענען ענדלעך געווארן פארטריבן בשעת דער קריסטלעכער רעקאנקוויסטא פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין יאר 838 איז געגרינדעט געווארן די ערשטע גראפנשאפט פון פארטוגאל. אין יאר 1139 האט מען פראקלאמירט אלפאנסא הענריקעס דעם ערשטן מלך פונעם קעניגרייך פון פארטוגאל. אין די 15ט־ און 16ט־יארהונדערטער האט פארטוגאל פיאנערט דעם אנטדעקונג-אלטער און האט פארברייטערט מערבדיקן איינפלוס און געגרינדעט די ערשטע גלאבאלע אימפעריע,‏‏‏ און איז אזוי געווארן איינע פון דער וועלט׳ס הויפט עקאנאמישע, פאליטישע און מיליטערישע קראפטן.

אין 1755 האט אן ערדציטערניש פארניכטעט ליסבאן. ביי די נאפאלעאנישע מלחמות איז פארטוגאל געווארן אקופירט, אין 1822 האט בראזיל פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל און פון 1828 ביז 1828 האט געפירט די פארטוגעזישע ברידער־קריג. נאכאלץ איז פארטוגאל געבליבן שטארק אפגעשוואכט און מער נישט געווען קיין וועלט מאכט.

קאלאמביע

קאָלאָמביע איז אַ לאַנד אין צפון-מערב דרום אַמעריקע, מיט א שטח פון 1,141,748 קוואדראט ק"מ. זי האט א בארטן סיי אויפן אטלאנטישן אקעאן סיי אויפן פאציפֿישן אקעאן. קאלאמביע גרענעצט זיך מיט ווענעזועלע צו מזרח, בראזיל צו דרום־מזרח, פערו צו דרום, עקוואדאר צו דרום־מערב און פאנאמא צו מערב. זי האט 42,888,592 איינוואוינער.

די הױפּטשטאָט איז באָגאָטאַ, און די אפיציעלע שפראך איז שפאניש.

ריא דע זשאנערא

ריא דע זשאנערא מען רופט זי אויך ריא סתם אזוי. דאס איז א שטאט ביים ברעג ים אין בראזיל וואס איז באקאנט אלס טוריזם ציאונג פונקט.

עס איז אמאל געווען פאר א שטיק צייט די הויפט שטאט פון בראזיל

עס הייסט אז אזוי אלס טייך פון יאנאוואר

אירע דראג אינפעסטירטע געגנטן וואס ווערן געטריבן פון ארימקייט און גענגס איז א שם דבר אין די גאנצע וועלט, די פאליצי ציטערט און איז אינטערטעיניגט דארטן די פארברעכער.

טראץ דעם אלעם איז איר הערליכער פאנאראמע פון ריזן גראדע בערג אין הימל אריין אין די געשמאקע ביטשעס און פעסטיוואל א פלאץ ווי טויזנטער קומען אהין יעדן טאג פאר וואקאציע אין אירע גאר טייערע לוקסוסדיגע האטעלן וואס זענען אויסגעשורהט צענדליגע מיילן דורכאויס די פלאזשעס.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.