בעלעטריסטיק

בעלעטריסטיק איז די פֿארעם פון א ווערק וואס, טיילווייז אדער אינגאנצן, באהאנדלט געשעענישן אדער אינפארמאציע וואס איז נישט עכט נאר אויסגעטראכט, דורכן שרייבער. בעלעטריסטיק ניצט מען פאר ראמאנען און קורצע דערציילונגען, אבער האט אויך א ברייטערע מיינונג אין טעאטער, אפערע, פילם, טעלעוויזיע, דיכטונג און געזאנג.

אין בעלעטריסטיק זענען פאראן כאראקטערס און דארף זיין א דערציילונג פון דער מעשה.

עטימאלאגיע

דאס ווארט "בעלעטריסטיק" נעמט זיך פון פראנצויזיש belles lettres, שיינע שרייבונגען.

סארטן בעלעטריסטיק

עס זענען פאראן עטלעכע סארטן בעלעטריסטיק:

  • רעאליסטישער בעלעטריסטיק - א מעשה וואס האט געקענט פאסירן, אבער איז געווען אויסגעטראכט. קען זיין אז די מעשה האט נישט געקענט פאסירן בשעת ווען מען האט זי געשריבן, אבער שפעטער פאסירט זי יא. למשל, זשול ווערן האט געשריבן א ראמאן "פון דער ערד ביז דער לבנה" וואס אין 1969 איז טאקע פארגעקומען ווען ניל ארמסטראנג האט געטרעטן אויף דער לבנה, און איז צוריקגעקומען צו דער ערד.
  • אומרעאליסטישער בעלעטריסטיק - מעשיות וואס זענען אינגאנצן קעגן נאטור און קענען נישט פאסירן אויף דער וועלט.
  • טייל בעלעטריסטיק - א מעשה באזירט אויף היסטארישע געשעענישן, אבער די מענטשן און פאסירונגען זענען אויסגעטראכט.
לאסט (טעלעוויזיע סעריע)

LOST (פֿון ענגליש, ס'טײַטש פֿאַרבלאָנדזשעטע) איז אַ פאפולערע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע סעריע וואָס געהערט צום דראַמאַ זשאַנער אין סוף פֿונעם 2004.

די סעריע זעט אויס בעלעטריסטיק, אבער די שאפערס זאגן אז ביים ענדע וועט מען זען אז אלע מאדנע פאסירונגען אין דער פילם איז רעאליסטיש.

סאלמאן רושדי

סיר סאלמאן רושדי (ענגליש: Salman Rushdie) (געבוירן דעם 19טן יוני 1947) איז א בריטישער - אינדישער ראמאניסט און עסייאיסט.

ער איז קודם געווארן באקאנט מיט זיין צווייטן ראמאן חצות'ס קינדער אום 1981 וואס האט געווינען די בוקער פרייז.

מערסטענס פון זיין בעלעטריסטיק איז אויפגעשפילט אין דעם אינדישן סובקאנטינענט.

אבער מער און מער די דאמינירטע חלקים און טעהמע'ס פון זיינע ווערק, איז געווארן די לאנגע רייכע געשיכטע פון די פארבינדונגען, איבערהאקונגען און עמיגראציעס פון צווישן די מזרח צו די מערב.

פסעוודאנים

א פסעוודאנים אזי אן אנדער נאמען וואס א מענטש ניצט אנשטאט זיין עכטן נאמען.

א שרייבער וועלכער שרייבט אין צייטונגען, מאגאזינען, און גיט ארויס ביכער, שרייבט עס געווענליך נישט מיט זיין עכטע נאמען נאר ער נוצט א ספעציעלן אויפגעטראכטן נאמען, וואס האט אפשר שייכות צו זיין עכטן נאמען דורך ראשי תיבות, גימטריא, אדער אפטייטש פון ווארט אויף אידיש לשה"ק, און צומאל באנוצט מען זיך מיטן טאטנ'ס נאמען, ווי צ.ב.ש. איינער וועלכער איז א זון פון איינעם מיטן נאמען 'הירש' וועט זיך רופן הירשנזאהן, אא"וו.

למשל שלום עליכם איז געווען דער פסעוודאנים פון שלום ראבינאוויטש, און מענדעלע מוכר ספרים איז געווען דער פסעוודאנים פון שלום יעקב אבראמאוויטש.

מחברים וואס שרייבן סיי בעלעטריסטיק סיי נישט־בעלעטריסטיק, אדער אין פארשידענע זשאנערס, קענען ניצן א פסעוודאנים כדי נישט פארמישן די ליינער; למשל דער מאטעמאטיקער טשארלס לאטווידזש דאדזשסאן וואס האט געשריבן ראמאנען אונטערן פסעוודאנים לואיס קאראל. אויך הרב יעקב יוסף ריינמאן, וואס שרייבט היסטארישע מעשה ביכער אונטערן פסעוודאנים "אבנר גאלד".

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.