בית המקדש

בית המקדש (וואס איז טייטש הייליג הויז) איז געוועזן דער ארט וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאר זיינע יידישע קינדער זיי זאלן מאכן פאר אים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - זיי זאלן מאכן פאר מיר א מקדש, און איך וועל רוען אין זיי [1], און איז געוועזן דער ארט ווו די אידן האבן געטון די עבודה (גאט'ס דינסט) פון מקריב זיין קרבנות און זינגען פאר גאט.

TempleJerusalem

צעשפרייטע מזבחות

ביז ווען שלמה המלך האט געבויט דער בית המקדש, האבן די אידן מקריב געווען קרבנות אויף מזבחות וואס זיינען געווען צעשפרייט אין דעם גאנצן לאנד. אויך נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דעם בית המקדש האבן רוב מלכים איינגעפירט צו דינען גאט צודערצו אויך אין צעשפרייטע מזבחות אויסער דער בית המקדש.

לויט ספר מלכים און ספר דברים דארף מען דינען גאט נאר אין דעם בית המקדש און ס'איז פארבאטן צו דינען אין צעשפרייטע מזבחות.

די מלכים וואס האבן איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש:

די מצוה

די תורה האט געהייסן פאר די אידן אין מדבר אז זיי זאלן בויען א הייליג הויז פאר גאט כדי ער זאל קענען רוען דארטן, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (ספר שמות).

משכן

ווי לאנג די אידן זענען געווען אין מדבר האבן זיי גענוצט אזא פראוויזאריש פלאץ וואס מען האט גערופן דער משכן.

בית ראשון

דער ערשטער בית ווערט אנגערופן דער בית ראשון, דאס האט געבויעט שלמה המלך אין ירושלים אויף בארג-מוריה, נאך וואס גאט האט צוגעזאגט דוד המלך אז זיין קינד וועט בויען דער בית המקדש (און נישט דוד, וויבאלד דוד האט געפירט א סך מלחמות און געגאסן פיל בלוט.‏[2] שלמה המלך האט געבויט דער בית המקדש אין יאר 2928 (ב'תתקכ"ח). דער בית ראשון איז געשטאנען 410 יאר.

ביים בויען דעם בית

נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דער ערשטער בית, אין דער זיבעטער מאנאט חג הסוכות, (לויט די ציילונג אין די תורה,) האבן די כהנים געבריינגט פון עיר דוד די הייליגע כלים, דער ארון הקודש, אוהל המשכן אא"וו צום בית המקדש. און דאן איז געשען א נס, אז דער בית איז אנגעפילט געווארן מיט א וואלקן פון גאט והענן מלא את בית ה' מלכים א' פרק ח' . אזוי ווי ס'איז געשען ווען משה רבינו האט געבויעט דער משכן וכבוד ה' מלא את המשכן שמות מ' .

חורבן הבית

דער בית המקדש איז חרוב געווארן דורך נבוכדנצר דער קעניג פון בבל אין יאר 3338 (ג'של"ג) (זעט דאס רעדן-בלאט איבער דער דאטום). די רעליגיע סיבה פון חורבן הבית (לויט ספר מלכים) איז ווייל אזעלכע קיסרים פון מלכי יהודה האבן געזינדיקט פאר גאט און געדינט עבודה זרה (ווי מנשה).

בית שני

אזוי ווערט אנגערופן דער צווייטער בית, דאס האט געבויעט עזרא הסופר אויף דעם זעלבן פלאץ ווי דער בית ראשון, אין יאר 3408 (ג'ת"ח) (ג'רמ"ד) צו וועלט באשאפונג, דאס איז געשטאנען 420 יאר און איז חרוב געווארן דורך טיטוס הרשע א רוימישע גענעראל אין יאר 3828 (ג'תתכ"ח) אין משך פון דעם גרויסן יידישן אויפשטאנד.

בנין הורדוס

די זיידע פון הורדוס (זיין טאטעס טאטע איז געווען א פאלנער אדומי, וועלעכער האט זיך מגייר געווען. הורדוס האט חתונה געהאט צו א פרוי מרים וואס איז געווען פון די לעצטע רעשטלעך פון מלכות חשמונאים. ווען דער רוצח און טיראן הורדוס האט האט זיך פארעלטער און באקומען חרטה געפילן אויף זיינע רציחות, האט ער געוואלט עפעס טאן צו פארצייען אויף זיינע זינד האט ער איבערגעבויט דאס בית המקדש. און עס אנגערופן אויף זיין נאמען. די גמרא זאגט אז ווער עס האט נישט געזען בנין הורדוס האט נאכנישט געזען א שיין געביידע אין זייל לעבן.

בית שלישי

אזוי ווערט אנגערופן דער דריטער בית, דאס איז נאכנישט געשטאנען, און עס שטייט אין גמרא () אז עס וועט אויפגעבויט ווערן פון פייער ווען משיח וועט קומען. דאס געשטאלט פונעם דריטן בית ווערט באשריבן אין ספר יחזקאל..

די געבוי

דאס בית המקדש איז געווען א ריזיגער הערליכער געביידע וואס מען זעהט אזאנס נישט ביזן היינטיגן טאג. ווער עס איז נאר אהין געקומען, ווער עס האט עס געזעהן, נישט קיין אונטערשייד א איד צו א גוי, איז ארויס פון התפעלות, טראץ וואס עס האבן געארבייט גאר אסאך ארבייטערס צו בויען אזא הערליכן הויז, האט עס גענומען גאנצע זיבן יאהר אויפצובויען.

די בויערס

עס איז גענוג אינטערשרייכן וויפל מענטשן האבן געארבעט אויפצובויען דאס הייליק הויז:

עס זענען געווען 300 הויפט ארכיטעקטערס, וואס זענען געווען די בעלי בתים אויף אנדערע 3.300 אינזשענירן, וואס האבן געזאגט פאר די איבעריקע בויערס וואס צו טועהן, סך הכל זענען די בויערס געווען 163.600 מענטשן.[3] ווען מען אנגעהויבן צו בויען האט מען צוזאמענגענומען אלע קלוגע געלערענטע קעפ וואס פארשטיין צו בויען, מען האט געברענגט נישט דווקא אידן, אפילו גוים האבן געהאלפן, אין פסוק שטייט אז שלמה המלך האט געמאכט א שותפות מיט די צידונים וואס זענען געווען באקאנט איבעראל אין קונסט פון ארכיטעקטן, און אויסהאקן שטיינער און העלצער, זיי האבן זיך מגייר געווען און האבן געהלאפן שלעפן די שטיינער און העלצער פון יער הלבנון ביז צום פלאץ פון המקדש. די אלע שטיינער און העלצער וואס מען האט דערמיט געבויט האט מען נישט צוגעפאסט אויפן הר הבית פארן באנוץ פונעם בית המקדש, דאס האבן די געלערנטע בויערס צוגעגרייט אויפן פלאץ פון ווי מען האט עס אויסגעשניטן, מיטן גרעסן מאס פונקטליכקייט, און דערנאך האט מען עס געברענגט צום מקום המקדש, אזוי אז ביים פלאץ פון בויען האט מען נישט גענוצט קיין שום אייזען און א זעג צופאסן די שטיינער, ווייל מען האט שוין אלעס צוגעפאסט פון פריער, [4] דאס ווייזט פאר פאר א קלוגע געלערנטע לייט עס האבן געארבייט ביים בויען.

פלאץ

ביידע בתי המקדש האט מען געבויט אויפן זעלבן פלאץ, דאס איז אין ירושלים אויף א בארג וואס הייסט די הר הבית. אין לשון תנ"ך הייסט דאס אויך בארג מוריה. דאס בארג איז די זעלבע בארג ווי אברהם אבינו האט געוואלט מקריב זיין יצחק אבינו פאר גאט (עקידת יצחק).

די געביידע

  • דער בארג איז גרויס 500 איילן אויף 500 איילן. עס איז געווען ארום גענומען מיט א מויער פון וואס היינט שטייט נאך נאר די מערב זייט, און מען רופט דאס די כותל המערבי.
  • די מערסטע ליידיג פלאץ אויפן בארג איז געווען פון דרום זייט, דערנאך פון מזרח, דערנאך פון צפון זייט, און די ווייניגסטע פלאץ אזי געווען פון מערב זייט. דאס איז געווען פארדעם ווייל די בית המקדש איז געווען געבויט גערוקט צו מערב צפון.
  • אריינצו פון די מויער איז געווען אזא קליין געפלאכטענע צוים הויך 10 טפחים, אריינצו פון דעם איז געווען א ליידיג פלאץ פון 10 איילן וואס מען האט גערופן חיל, דערנאך איז געווען 12 טרעףּ. די טרעףּ זענען געווען הויך א האלבע אייל, און איז געווען גרויס א האלבע אייל.
  • די חיל האט געדינט ווי אזא מויער פאר וואס מען האט גערופן די עזרה, און פאר די עזרת נשים.
  • קוקנדיג אויפן געביידע פון מזרח אויף מערב איז געווען קודם די עזרת נשים.

דער עזרת נשים

  • די עזרת נשים איז געווען א גרויסע צימער און עס הייסט עזרת נשים ווייל ביי שמחת בית השואבה איז דאס געווען פאר די נשים. עס איז געווען 135 איילן אויף 135 איילן מיט פיר צימערן איינס אין יעדע ווינקל, יעדע צימער איז געווען 40 איילן אויף 40 איילן גרויס.
    • די צימער אויף די דרום-מזרח ווינקל איז געווען די לשכת הנזירים, ווייל דארטן פלעגט א נזיר קאכן זייער שלמים און ווארפן די אפגעשוירענע האר אונטערן פייער.
    • די צימער אויף די מזרח-צפון ווינקל איז געווען די לשכת העצים, ווייל דארטן פלעגן די כהנים וואס זענען געווען בעלי מומים קלויבן און רייניגן די האלץ וואס מען האט גענוצט אויפן מזבח פאר די פייער.
    • די צימער אויף די צפון-מערב ווינקל איז געווען די לשכת מצורעים, ווייל דארטן פלעגן די מצורעים וואס זענען זיך געקומען רייניגן אויפהאלטן.
    • די צימער אויף די מערב-דרום ווינקל איז געווען די לשכת בית שמנים.
  • עס האט געהאט 15 האלב רינדיגע טרעףּ, פון ווי מען איז געגאנגן צו די עזרה.
  • עס זענען געווען קליינע צימערן אונטער די עזרת ישראל אויף די זייט פון די טרעףּ וואס דארטן האבן די לווים געלייגט זייער מוזיקאלישע געצייג.

דער עזרה

  • די עזרה איז געווען די פלאץ ווי מען האט געטאן די עבודה, און ווי די היכל איז געווען.
  • עס האט געהאט צוויי הערליכע קופערנע טויערן, וואס מען האט גערופן שער הנקנור. די טויערן זענען געווען צווישן די עזרת נשים און די עזרה.
  • עס האט געהאט נאך טויערן, אבער די עיקר זענען געווען די טויערן.
  • עס איז געווען 135 איילן פון דרום צו צפון, אויף 187 פון מזרח צו מערב.
  • די עזרה איז געווען ווי מען האט געטאן די עיקר ארבייט (עבודה) פאר גאט. עס איז געווען איינגעטיילט אין פיר (אויסער די היכל און אונטער די היכל):
  1. עזרת ישראל - ווי די ישראלים זענען געגאנגען.
  2. עזרת כהנים - ווי די כהניםזענען געגאנגען.
  3. מקום המזבח - דאס פלאץ פון די מזבח.
  4. בין מזבח להיכל - דאס פלאץ צווישן די מזבח און די היכל.

עזרת ישראל

דאס איז געווען גרויס 11 איילן אויף 135 איילן. דא האבן געמעגט גיין סיי א ישראל, סיי א לוי, און סיי א כהן. דורך אויס די עבודה זענען געווענליך געווען דא ישראלים און לויים.

עזרת כהנים

דאס איז געווען גרויס 11 איילן אויף 135 איילן (די זעלבע מאס ווי עזרת ישראל).

מקום המזבח

דאס איז געווען די פלאץ ווי די מזבח איז געשטאנען און איז געווען 32 איילן אויף 135 איילן, די רינגן (פאר שחטן די קרבנות), די זוילן (פאר שינדן די הויט) זענען געווען אלע אויף די פלאץ פון דרום צו צפון.

בין מזבח להיכל

דאס איז געווען גרויס 22 איילן אויף 135 איילן און איז געווען די פלאץ צווישן די מזבח און די היכל. דא האט נאר א כהן געמעגט גיין, און אויך נאר ווען ער האט געדארפט גיין דא צוליב טאן די עבודה. דא האט זיך אויך געפונען די כיור.

עזרת כהנים

אלעס וואס איז אינעווייניג נאכן עזרת ישראל ווערט אנגערופן עזרת כהנים, צוליב דעם וואס נאר א כהן האט דארט געמעגט גיין.

דער היכל

  • דאס איז געווען גרויס 100 איילן אויף 100 איילן און 100 איילן הויך, אבער נאר פון פארענט, פון אונטען איז דאס געווען גרויס 70 איילן, עס איז געווען געבויט ווי א T די אויבירשטע זייט (נוצענדיג דעם T אלס א ווייזער) איז געווען די מזרח זייט, אין איז געווען 100 איילן, די לאנגע זייט איז אויך געווע 100 איילען אבער די פיסל (נוצענדיג די T ווייטער) איז געווען 70 איילן פון דרום צו צפון אויף 84 איילן פון מזרח צו מערב.
  • די ווענט פון די היכל זענען געווען זייער דיק, און האט געהאט צימערן אין זיך, אלעס צוזאמען איז געווען 38 צימערן אין די ווענט פון די היכל.
    • עס זענען געווען 15 צימערן צווישן די דרום ווענט. 5 צימערן אויף 5 צימערן, און 5 צימערן אויף די 5, צוזאמען 3 שטאק.
    • עס זענען געווען 15 צימערן צווישן די צפון ווענט. 5 צימערן אויף 5 צימערן, און 5 צימערן אויף די 5, צוזאמען 3 שטאק.
    • עס זענען געווען 8 צימערן צווישן די מערב ווענט. 3 צימערן אויף 3 צימערן, און 2 אויף די 3 צימערן, צוזאמען 3 שטאק.
    • יעדע צימער האט געהאט 3 טירן, איין טיר צו די צימער אויף רעכטס, איין טיר צו די צימער אויף לינקס, אוין איין טיר צו די צימער אויף ארויף.
    • די צימער אין די ווינקל פון צפון-מזרח האט געהאט 5 טירן, איינס צו די צימער אויף רעכטס, איינס צו אינדרויסן (פון ווי מען האט געפענט די טויערן צו די היכל, זע ווייטער), איינס צו די צימער אויף ארויף, און איינס צו די קארידאר צווישען די ווענט, און די פינעפטע צו די היכל.
    • עס איז געווען אין די ווענט א קארידאר וואס איז געגאנגען צווישן די ווענט, וואס דורך די קארידאר איז מען אנגקומען העכער די צימערן צו די דאך פון די היכל, דאס איז געווען געבויעט שיף אזוי ווי א גליטשער. די קארידאר איז געגאנגען פון צפון-מזרח צו צפון-מערב צו מערב-דרום צו דרום-מזרח, די שטאק וואס איז געווען געבויעט העכער די היכל און די צימערן האט געהאט איר עפענונג אויף די ווינקל פון דרום-מזרח ביי די קארידאר.
    • אויף די שטאק וואס איז געווען העכער די גאנצע היכל, אפילו העכער די קדשי-קדשים ווי מען האט נישט געמעגט גיין איז געווען אזעלכע שטיקער העלצער וואס האבן אפגעטיילט צווישן די היכל און די קדשי-קדשים.
    • עס זענען געווען לעכער פון די שטאק צו די דאך פון די קדשי-קדשים גלייך נעבן די ווענט, וואס דורך די לעכער האט מען אראפגעלאזט פאך לייט אין קאסטענעס צו פאררעכטען די ווענט פון קדשי-קדשים, און צוליב דעם אז זיי זאלן נישט זען די קדשי-קדשים האט מען זיי אראפגעלאזט אין קאסטענעס. די קאסטענעס זענען געווען אפען נאר אויף די זייט צו די וואנט.
  • די ברייטע זייט פון די היכל (פון מזרח) האט געהאט אן עפענונג צו א אולם, פון די אולם איז געווען טירן וואס איז געווען גרויס 10 איילן ברייט אויף 20 איילן אין די הויך.
  • פיר טויערן זענען געווען דארטן צו פארמאכן די עפענונג. די טויערן זענען געווען געמאכט פון גאלד. צוויי טויערן זענען געווען פאר די עפענונג, און צוויי אנדערע פאר די היכל, וויבאלד די וואנט איז געווען אזוי דיק אזי געווען 6 איילן צווישן די צוויי דרויסענדיגע טויערן און די צוויי אינעווייניגסטע טויערן.
    • יעדע טויער איז געווען ברייט 5 איילן,
    • די ערשטע צוויי טויערן האבן זיך געפענט און באדעקט די ווענט צווישן די צוויי סעטס פון טויערן.
    • די צווייטע צוויי טויערן האבן זיך געפענט אויף אינעווייניג פון היכל און באדעקט 5 איילן פון די וואנט אויף יעדע זייט פון די טיר.
    • לויט איין דיעה אין די משנה זענען די פיר טויערן געווען צוזאמען לייג טויערן אזוי אז יעדע טויער איז געווען געמאכט פון צוויי טירן, און ווען מען האט זיי געפענט האבן זיי זיך צוזאמען געלייגט און באדעקט נאר צוויי מיט א האלב איילן, אבער די אינעווייניגסטע טויערן האבן זיך אויך געפענט אויף צו באדעקן די וואנט צווישן די טויערן און נישט אין די היכל.
    • עס זענען געווען צוויי קליינע טירן אויף די זייטן פון די גרויסע טויער. איינס אויף דרום און די אנדערע אויף צפון. די פון דרום איז קיינער נישט אריין דורך איר, און די פון צפון איז געווען אפען צו א קליינע צימער צווישען די ווענט, וואס פון דארטן איז מען אריינגעגאנגן אין היכל צו עפענען די טויערן. לויט איין דיעה אין די משנה איז מען אריין פון די קליינע צימער צווישן די 4 טויערן און געפענט די אינעווייניגסטע טויערן פון אינדערויסן און די דרויסענדיגע טויערן פון אינעווייניג.
  • דארנאך איז געווען די היכל, דארט איז געווען די מזבח הפנימי די אינערווייניגסטער מזבח, די מנורה, און די שלחן.
  • דערנאך איז געווען א פירהאנג, אונטער דער פירהאנג איז געווען די קדש הקדשים, דארט איז געווען דער ארון הקדש אין וואס עס איז געלעגן די לוחות, די כריבים, און די באהאלטענע מן. אין די קדש הקדשים האט נאר געמעגט אריינגיין די כהן גדול און נאר אום יום כיפור.
  • די היכל איז געווען הויך 100 איילן, די גרונד איז געווען 6 איילן, דערנאך איז געווען 40 איילן פאר די הייך פון די היכל, דערנאך איז געווען 1 אייל פאר די דיקייט פון די דאך, דערנאך איז געווען 4 איילן וואס איז געווען באצירט, דערנאך איז געווען 40 איילן פאר פאר די הייך פון די שטאך, דערנאך 1 אייל פאר די דאך, און 4 איילן פאר שיינקייט, 3 איילן פאר א צוים און 1 אייל איז געווען מיט אזעלכע אייזענעס וואס האבן באשיצט פון די פויגל אז זיי זאלן זיך נישט אפרוען דארט.
  • די היכל איז געווען פון מזרח צו מערב 100 איילן, די וואנט פון די אולם איז געווען 5 איילן, די אולם איז געווען 11 איילן, די וואנט פון די היכל איז געווען 6 איילן, און די היכל איז געווען 40 איילן, צווישען די היכל און די קדשי-קדשים איז געווען 1 אייל, די קדשי-קדשים איז געווען 20 איילן, די וואנט פון די קדשי-קדשים איז געווען 6 איילן, די צימער איז געווען 6 איילן, די וואנט פון די צימער איז געווען 5 איילן.
  • די היכל איז געווען פון צפון צו דרום 70 איילן, די וואנט פון די קארידאר איז געווען 5 איילן, די קארידאר 3 איילן, די וואנט פון די צימער 5 איילן, די צימער 6 איילן, די וואנט פון די צימער-היכל 6 איילן, די היכל 20 איילן, די וואנט פון די היכל 6 איילן, די צימער 6 איילן, די וואנט פון די צימער 5 איילן, די קארידאר איז געווען 3 איילן, און די וואנט 5 איילן.
  • די אולם איז געווען ברייטער פון די היכל 15 איילן אויף דרום זייט, און 15 איילן אויף צפון זייט.

די כלים

די כלים אינעם בית המקדש פון גאלד און זיבלער זענען געווען גאר אסאך וואס די כהנים האט דאס באנוצעט:ֿ

א שטיקל ליסט:

גאלדענע בעקן 20.000 טויזנט. זילבערנע בעקן 40.000 טויזנט. גאלדענע מנורות 10.000 טויזנט. גאלדענע כלים צו גיסן דערמיט וויין 80.000 טויזנט. גאלדענע לעפלעך 10.000. גאלדענע בעקן וואס מען האט דערין אריין געלייגט מעל פון די מנחות 80.000 טויזנט. די זעלבע סארט בעקן אין זילבער 160.000 טויזנט. און נאך צענדליגע טויזנטער כלים וואס מען האט דערין געמאסטן אלע מנחות און נסכים, כלים פאר די קטורת, כלים צו טראגן פייער צו און פון דעם מזבח, 200.000 טויזנט חצוצרות זילבערענע און פארשידענע כלי זמר פון אייזן, ווי אויך פערציג טויזנט טישלעך צו האלטן די אלע כלים. אט דאס אלע זענען געלעגן אין אוצרות בית ה' פון בית המקדש. [5]

טעגליכע ניסים

עס זענען געווען טעגליכע ניסים אין די בית המקדש, צווישן זיי:

  • קיין פרוי האט נישט נישט מפיל געווען ווען זי האט געגלוסט נאך די גוטע פליישן וואס מען האט געקאכט אין בית המקדש, דאס הייסט זי האט נישט געשמעקט אפילו די גוטע ריחות.
  • פון אלע קרבנות וואס מען האט מקריב געווען צומאל טויזנטער א טאג, האט זיך נישט פארשטונקען קיין שטיקל פלייש.
  • אין די שטוב ווי מען האט געהאלטן די פלייש אין בית המקדש האט מען קיינמאל דארט נישט געזעהן א פליג.
  • עס האט קיינמאל נישט פאסירט א טומאה פארן כהן גדול אין יום הכיפורים.
  • דער אויסעווענדיגער מזבח איז געווען אונטערן הימל נישט אונטער א דאך, און דאך האט דער רעגן קיינמאל נישט אויסגעלאשן דאס פייער וואס האט געברענט אויף איהר.
  • דער רויך פונעם מזבח איז אייביג ארויף גראד ביז צום הימל, דער וואונט האט איהר קיינמאל נישט אויסגעלאשן.
  • דער צווייטען פסח האט מען מקריב געווען א קרבן שעורים, שבועות האט מען מקריב געווען שתי הלחם, און א גאנץ יאהר האט מען געבאקן דעם לחם הפנים, און עס האט קיינמאל נישט פאסירט א פסול ביי די אלע זאכן.
  • אין די דריי ימים טובים פסח-שבועות-סוכות איז גאנץ כלל ישראל געקומען עולה רגל זיין, און אזוי אין שבת ויום טוב ווען עס איז געווען א פולער געפאקטע עזרה, איז אייביג געווען פלאץ זיך צו בוקען פאר השי"ת עס איז קיינמאל נישט געווען געשטופט.
  • א שלאנג און עקרב האט קיינמאל נישט געביסן א איד וואס איז געקומען עולה רגל זיין.
  • די וואס זענען געקומען עולה רגל זיין האט קיינמאל איינער געזאגט עס איז מיר ענג איך האב נישט קיין פלאץ.

רעפערענצן

  1. שמות כה ח
  2. דברי הימים א' פרק כ"ב
  3. מלכים א ה דברי הימים ב ב
  4. מלכים א ו
  5. ספר יוסיפין קדמוניות ח ב

וועבלינקען

א' אדר

אין די צייטן פון בית המקדש האט מען היינט אפילירט צו גאנץ כלל ישראל פאר מחצית השקל צו פינאנצירן די קרבנות פון פובליק אין בית המקדש. (מסכת שקלים פרק א' משנה א')

אין דער עפאכע פון חז"ל האט מען היינט אויסגערופן אויסצורייסן אלע כלאים. ווייל די געוויקסן זענען שוין געווען דערקענבאר היינטיגן טאג. (מסכת שקלים פרק א' משנה א')

א' אדר ב'

אין די צייטן פון בית המקדש האט מען היינט אפילירט צו גאנץ כלל ישראל פאר מחצית השקל צו פינאנצירן די קרבנות פון פובליק אין בית המקדש. (מסכת שקלים פרק א' משנה א')

אין דער עפאכע פון חז"ל האט מען היינט אויסגערופן אויסצורייסן אלע כלאים. ווייל די געוויקסן זענען שוין געווען דערקענבאר היינטיגן טאג. (מסכת שקלים פרק א' משנה א')

א' חשוון

דער צווייטער טאג ראש חודש מרחשוןב' דראש חודש חשוון

ארץ ישראל

ארץ ישראל איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח וואו יידן האבן געוואוינט אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש. ארץ ישראל איז כולל די היינטיקע לענדער מדינת ישראל, א גרויסער טייל פון יארדאניע און לבנון, און א טייל פון סיריע.

לויט דער תורה זענען פארן מצוות התלויות בארץ, דאס הייסט, געוויסע מצוות וואס מען האלט נאר אין ארץ ישראל.

בבל

בבֿל איז אן אַלטע שטאָט אין מעסאָפּאָטאמיע הײַנט איראַק, בערך 85 ק"מ דרום פון באגדאד.

אין יאָר ג'קע"ג ווען נבוכדנצר איז געווען דאָרט קעניג, האָבן די בבליים אײַנגענומען ירושלים און חרובֿ געמאַכט דעם בית המקדש (נאָך װאָס ס'איז געשטאַנען 410 יאָר), און האָבן גולה געווען ס'רוב ייִדן קיין בבֿל.

דוד המלך

דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב)

לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

העברעאיש

העברעאיש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט העברעאיש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש (עברית ישראלית) איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

כדי צו קענען לייענען תנ״ך וויאזוי עס איז געווארן געשריבן דארף מען קענען (אלט-)העברעאיש, און אויך אראמיש.

יום טוב

יום טוב ביי יידן איז א טאג וואס די תורה האט געהייסן א "מקרא קודש" ווען מען טאר נישט טון געוויסע מלאכות, און מען פרייט זיך מיט א פליישיגער סעודה און וויין, און מיט נייע קליידער.

די מלאכות וואס מען טאר נישט טון איז אזוי ווי שבת, אבער א מלאכה פון "אוכל נפש", למשל, קאכן און מאכן גרעסער א פייער, מעג מען יא, ווי אויך טראגן.

עס איז א גוטער טאג, וואס איז א יומא דפגרא. מ'מאכט גרויסע סעודות. און מען איז פרייליך און גוטמוטיג, געווענליך איז דאס אויך א רוה טאג דורכן אפפייערן.

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען יעדן יום טוב מקריב געווען ספעציעלע קרבנות אויפן מזבח.

ביי דער תורה טערמענאלאגיע איז דאס אנגערופן חג לה', איז געקומען די גמרא אין געזאגט חציו לה' וחציו לכם, אבער היינט הייסט א חג וואס איז גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא.

יידיש נחת (אלבאם)

יידיש נחת איז די ערשטע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער ר' יום טוב עהרליך, אין דער יידיש־נחת סעריע. לענג: 50 מינוט.

די לידער אינעם טייפ:

אין מיטן ים - אין מיטן ים פאָרט אַ שיף, פאָרט זי אױסגעצױגן, פאָרט אַ ייד פון ארץ ישראל מיט פערוויינטע אויגן... א ארץ ישראל איד דארף אוועק פארן פון ארץ ישראל, עס איז אים ביטער אויפן הארצן, א איד טרעפט אים און זאגט אים זייט נישט באזארגט, אין אמעריקא איז דא געגענטער וואס זענען מים חיים אזוי ווי אין ירושלים.וויליאמסבורג - אין װיליאַמסבורגער גאַסן װען איר גײט אַרױס װי ס'הײבט זיך אַן טאָגן... זינגט א ניגון אויף די אידישע שטאט וויליאמסבורג, און לייגט עס אראפ מיט הערליכע פארבען, ווי עס ווירבילט אידישקייט און אלע ווינקעלך, תלמודי תורות ישיבות, אפילו דאקטוירם לויערס אלעס איז עהרליך און פרום, די פרויען צניעות'דיג, פארציילט פון אלע אידישע קהילות וואס עס עקזיסטירן דארט, יעדער לויט זיין מנהג און שורש, פארעסט נישט צו פארציילן פון זיין ביהמ"ד "און די סטאלינע חסידים שרייען".קינדער - געסאַלאַך, הײזער, חדרימלאַך, רײכערע, מיטעלע, אָרימלאַך... פארציילט דעם סדר א קינד ווערט געבוירן, עלטערין פלאגן זיך מיט אים, ווישען און וואשען אים, אויף מיט אים ביינאכט, לערנען אין חדר און אין סקול, האט נאך קינדער ביז עס ווערט א גאנצע שטוב מיט קינדער, מען פלאגט זיך, און פארטיגט: הערט מען א קינד שרייט ה' אחד, און עס ווערט פארגעסן אלע פארדראסלעך. ביז זיי ווערן שוין אלטע לייט.מודה אני - די זון איז שױן אַרױס, אַרײַנגעשײנט אין הױז... זינגט ווי אזוי מען לויבט השי"ת מיט מודה אני יעדן צופרי

ברוך השם - אַ ראָד מיט אַ רינדל, די גאַנצע געזינדל, אַלע קינדער טאַנצן מיטן גוף דעם גאנצן... א ליד צו לויבן השי"ת אז מען האט גאנצע גלידער, אז מען האט פיס צו גיין, א הענט צו טאפן, א נאז צו שמעקן, און אפילו מען פאלט אראפ הייבט מען זיך אויף און מען זאגט ווייטער "ברוך השם".

קינדער עסן -

ברכות - משהלע, משהלע, הער זיך אײַן, ביסט אַ יינגעלע שײן און פֿײן... ריינקייט - אַך װי שײן אַך װי שײן, חנהלע איז שײן, זעט װי רײן, זעט װי שיין חנהלע גייט ריין... צדקה - זעט װער האַלט עס אין אײן לױפן מיט אַ פושקע הין און הער... א גוט מארגן - אַ גוט מאָרגן לערערין, אַ גוט מאָרגן קינדערלאַך... מוח מוח - מוח, מוח, גיב מיר כּח. לערנען פאר דעם בורא. בױג די קאפ אין רעכטען זייט... שפיעלן - אָן אַז - אָן אַז די לעפֿל קריכט אין ייַאַיכעל מאַכט עס דאָרט אַ לאָך.. שלאפן קינדער - שלאָפן קינדער שלאָפן, דער טאָג איז שױן אַנטלאָפן... פארציילט פאר די קינדער וויאזוי עס איז פלוצלונג געווארן נאכט און יעדער גייט שלאפן.

נאכט - לייגט אראפ מיט זיין אייגענארטיגן סטיל וויאזוי אלע קינדער שלאפן, די קלענסטער פון אכט חדשים וועקט זיך אויף אינמיטן נאכט, און מיט אים וועקן זיך אויף אלע קינדער, די מאמע שלעפט צוריק יעדן איינעם איין.

אין בית המקדש - אין בֿית המקדש, אין בּית המקדש, דער כּהן גדול שטײט... פארציילט וויאזוי די קינדער חלום'ען פון בית המקדש, וויאזוי די לויים האבן געזונגען, און וויאזוי עס וועט אראפ קומען א פייער'דיגער בית המקדש פון דער הויך

אַ טרײן - פֿאָרט אַרום אַ טרײן אין הױז, אַלע קינדער קלײן און גרױס...

מסכת מדות

מסכת מדות איז די צענטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום אויסזעהן פון דעם בית המקדש און די עזרות.

מסכת סוכה

מסכת סוכה איז די זעקסטע מסכתא פון סדר מועד אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום הלכות סוכה, סיי די יום טוב סוכות, און סיי די הלכות פון די מצוות ווי לולב און די קרבנות וואס מען האט געברענגט אין בית המקדש לכבוד דעם יום טוב.

מסכת תמיד

מסכת תמיד איז די ניינטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום דעם קרבן תמיד, און די טעגליכע עבודות אין בית המקדש.

משכן

דער משכן איז דער נאָמען פֿון דעם באװעגלעכן בית המקדש, װאָס די ײדן האָבן געהאַט אין דער מדבר. דאָס װאָרט איז פֿון „שכן“ (װאױנען). אין חומש שמות כ״ה זאָגט גאָט צו משה רבנו אַז ער זאָל זאָגן צו די ײדן, אַז יעדער זאָל געבן נדבות „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם“, און דערפֿון זאָלן זײ מיר מאַכן אַ הײליקטום און איך װעל װאױנען צװישן זײ. דאָרט אין חומש (פרשת תרומה) װערט באשריבן אױסגעפֿירלעך װי דער משכן האָט אױסגעזען, װאָסערע כלים עס זענען געװען אינװײניק. ער איז געװען אַ געצעלט, איבערצוטראָגן פֿון אײן אָרט אין צװײטן, געמאַכט פֿון האָלץ און באַדעקט מיט יריעות. אין משכן אין געװען דער ארון, דער שולחן, מנורה און מזבח. אין שמות ל״ה װערט געזאָגט, אַז די אַרבעט פֿון משכן האָבן אױסגעפֿירט בצלאל בן אורי פֿון שבט יהודה און אהליאב בן אחיסמך פֿון שבט דן. אין די תלמודישע קװאַלן װערט אױך דאָס הײליקטום װאָס ײדן האָבן שפּעטער, אין דער צײט פֿון די שופֿטים, געהאַט אין שילה, אָנגערופֿן „משכן שילה“.

נגינה

נגינה מיינט יידיש געזאנג. אַ ניגון האָט דאָס גרעסטע כּוח צו מעורר זײַן דעם מענטש.

נגינה גייט צוריק ביז דוד המלך וואס האט געזינגען די תהלים און אויך צוגעשפילט מוזיק.

די אַרבעט פֿון די לוויים אין בית המקדש איז געװען צו זינגען און צו שפילן כלי זמר.

אין שפעטערדיגע דורות איז איינגעפירט געווארן זינגען ביים דאווענען מיט א חזן און א קאפעלע (כאר). איינער פון די גרויסער קאמפאזיטארן פון שול מוזיק איז געווען לעוואנדאסקי.

הײַנטיקע צײַטן איז דאָס געװאָרן צוריק אן אינטעגראַלע טײל פֿון ייִדישקײט דורך דער עבודה פֿון חסידים װאָס איז געװאָרן געגרינדעט דורך'ן בעש"ט.

סדר קדשים

סדר קדשים, דער פינפטער סדר פון משניות, איז כולל 11 מסכתות. קדשים איז טייטש הייליגע זאכן, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט קרבנות.

דער סדר איז צעטיילט אין די פאלגנדע 11 מסכתות:

מסכת זבחים וואס רעדט וועגן קרבנות פון בהמות און עופות

מסכת מנחות וועגן קרבנות פון מעל

מסכת חולין וועגן שחיטה, בשר בחלב און נאך ענינים

מסכת בכורות וועגן בכורות פון בהמות און פון מענטשן, און וועגן מעשר בהמה

מסכת ערכין וועגן איינער איז מנדר זיין "ערך", און אויך וועגן דינים פון הקדש

מסכת תמורה וועגן מאכן תמורה פון א קרבן

מסכת כריתות וועגן ווער איז חייב כרת אדער א קרבן חטאת

מסכת מעילה וועגן דינים פון מעילה און האבן הנאה פון הקדש זאכן

מסכת תמיד וועגן דער עבודה אינעם בית המקדש

מסכת מדות וועגן דעם בית המקדש

מסכת קנים וועגן קרבנות פון עופות וואס זענען געווארן אויסגעמישטאויף רוב מסכתות איז דא גמרא נאר בבלי. אויף די ערשטע פרקים פון תמיד איז דא א גמרא צוזאמענגעשטעלט פון אנדערע מסכתות; אויף מדות און קנים איז בכלל נישט דא קיין גמרא.

קרבן

קרבן איז וואס א ייד האט געקענט (און צומאל געדארפט) ברענגען אין בית המקדש פאר גאטס וועגן, דאס האט מען געברענגט צום מזבח אין בית המקדש.

געווענליך איז א קרבן געווען א בהמה, עס זענען אבער דא ספעציעלע קרבנות וואס זענען נישט פון בהמות ווי א קרבן מנחה און ביכורים.א קרבן האט געקענט זיין איינס וואס מען האט מנדב געווען, אדער וואס מען איז געווען מחויב צו ברענגען.

תלמוד

תלמוד (מער באוואוסט מיטן אראמישן נאמען גמרא) איז א זאמלונג פון די מאמרים און שקלא וטריא פון די אמוראים , ד"ה די חכמים ביי יידן פון דער תקופה גלייך נאכן פעסטשטעלן פון דער משנה (בערך 200 יאר נאכן צווייטן חורבן בית המקדש). די אמוראים שטעלן זיך אויף די ווערטער און סברות פון די תנאים אין דער משנה און ברייתות.

אין ציפורי און אין טבריה אין ארץ ישראל האט מען צוזאמענגעשטעלט דעם תלמוד ירושלמי. א הונדערט יאר שפעטער האט מען אין בבל צוזאמענגעשטעלט דעם תלמוד בבלי. מען לערנט דעם בבלי אסאך מער ווי דעם ירושלמי.

תשעה באב

תשעה באב איז א טאג ווען יידן פאסטן און קלאגן. דער טאג באצייכנט דעם חורבן פון די צוויי בתי מקדש און אויך אנדער צרות וואס האבן פאסירט דאס יידישע פאלק.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.