ביתר עילית

ביתר עילית ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן ביתר.

עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן הייזער מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט די גרעסטע לויטער חרדישע שטאט פון דער גאנצער וועלט.

זייער הויפט ציל איז נישט אריינלאזן קיין פרייע איינאונער דארטן זיך צו באזעצן כדי צו לעבן און אויפציען די קינדער לויט די הייליגע פירונגען פון די תורה אידישקייט וואס איז אנגענומען ביי חרדים.

קנאים קומען נישט אהין וואוינען צוליב דעם וואס עס געפינט זיך פון דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע און ווערט פארעכנט אלס אקופירטע געביטן אין יהודה ושומרון אויף דעם מערב ברעג. און דער גאנצער ציל פארוואס עס איז געלונגען אויפצושטעלן אזא שיינע שטאט פאר לויטער חרדים. און אויך נעבן קבר רחל ביים כביש מנהרות וואס מען דארף דארטן דורך פארן קומענדיג פון ירושלים זענען שוין אומגעקומען על קידוש ה' צענדליגע אידן פון שיסערייען.

ביתר דינט אויך אלס שטאטס צענטער פאר די פילע אידישע התנחלות געגענטן ארונגס און ארום ווי גוש עציון און אפרת נס הרים און נאך קליינער זידולינגען פון די מער עקסטרעמע מתנחלים, וואס קומן קיין ביתר איינקויפן און זיך באנוצען מיט אלע שטאטישע באדינונגען.

ר' יצחק פינדרוס, א ליטווישער איז געווען בירגערמייסטער ביז ה'תשס"ח. אין די וואלן אין תשס"ח איז מאיר רובינשטיין, א ברעסלאווער חסיד, אריין. ער האט געווינען די וואלן מיט א קאליציע פון אלע חסידים, און מיט די ספרדים פון ש"ס

ביתר עילית (שטאָט)
Coat of arms of Beitar Ilit
Beitar Ilit

אויג אויף דער שטאָט ביתר עילית
מדינה / טעריטאריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאטע 1988
ראיאן יהודה און שומרון
בירגערמייסטער מאיר רובינשטיין
אפיציעלע שפראך העברעיש
שטח 3.970 קוואדראט ק"מ
הייך 870 מעטער
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

36,100‏
9,093 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2

וועבלינקען

אריאל

אַריאל איז אַ שטאָט, אין שומרון געגנט אין די פארנומענע געביטן, וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ראש העין, דרום פון שכם, און צפון פון ראמאללא.

אַריאל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1978, און אנערקענט געווארן אלס שטאט אין יאר 1998, דער בירגערמייסטער איז רון נחמן, פון די גרינדערס פון די שטאָט.

אריאל איז געגרינדעט געווארן דורך פאמיליעס, וואס זענען געווען באשעפטיקט דורכן מיליטער, אין מיליטערישע אינדוסטריעלע פאבריקן. אין 1987, האט די געגנט געעפנט אירע טויערן פאר אלעמען, און מערערע אימיגראנטן זענען אריבער וווינען אין אַריאל. וויבאלד די שטאט געפונט זיך גאר נאנט צו גוש דן, און צום צענטער דיסטריקט, אבער געפונט זיך נישט אין אן אורבאנישע געגנט, איז אריאל געווארן אויפגעכאפט. נאך די ישראל ריקצוג פון עזה שטרייף אין יאר 2005, זענען אסאך איינוווינער פון גוש קטיף אריבער וווינען אין אַריאל.

די שטאטראט האט באשטעטיקט אין יאר 2009, אז די שטאט וועט גערופן ווערן, אין נאמען פון אריק שרון.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, שטייט די באפעלקערונג, ריכטיק צו 2010, ביי 17,700.

שאסיי 5 פארבינדעט די שטאָט מיט תל אביב, און די רייזע איז א קורצע. אריאל דינט אויך אלס צענטראלע שטאט פאר אלע ארומיקע שטעטלעך פון דער אומגעגנט, מיט געשעפטן רעסטאראנטן און שענק.

אין אראיל געפונט זיך די גרעסטע פובליק אוניווערסיטעט אין ישראל, וואס רופט אויס א שטורעם צווישן לינקע אין ישראל און אין דער וועלט, וויבאלד עס געפונט זיך אין א באזעצונג.

אריאל איז די פערטע גרעסטע התנחלות, פון די פיר יידישע שטעט, אין יהודה ושומרון. נאך מודיעין עילית, ביתר עילית, מעלה אדומים.

די צוקונפט פון אריאל איז אונטער שטרייטן פון ישראל, און די פאלעסטינער. אין יאר 2001, זענען די צוויי געקומען צום אפמאך, אז אין די שלום אפמאך וועט די אריאל געגנט אריבער גיין צו ישראל, צוזאמען מיט גוש עציון, און מעלה אדומים געגנט. אהוד אלמערט, האט פארגעשלאגן אין יאר 2008, א פארשלאג פאר אבו מאזען, ווי אריאל וועט אריבער צו ישראל, און אין אויסטויש, וועט ישראל געבן אנדערע טעריטאריעס פאר די פאלעסטינער.

דער ערשטער בירגערמייסטער איז געווען ראן נחמן.

באבאוו (הויף)

באבאוו, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.

דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש (ד' אב ה'ת"ש), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאוו'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק,ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פינף און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' ה'תשס"ה). אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.

רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.

נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט.

דער גרעסערער טייל איז אריבער געגאנגען צו זיין יונגערן ברודער (פונעם טאטנ'ס זייט) רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר.

בערך א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם: רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב אין דער באבאוו 45.

באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.

ס'זענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, מיאמי, מאנטרעאל, טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער פערטל קרית באבוב אין בת ים.

באקא ראטאן

באָקאַ ראַטאָן איז א שיינער געגנט אין פלארידע וואו עס וואוינען ארום 500 פרומע מאדערן ארטאדאקסישע משפחות.

אויף שפאניש מיינט דאס א קאפ פון א ראט.

בית שמש

בית שמש איז א שטאָט אינעם ירושלים דיסטריקט פון ישראל , וואו א סאך ירושלים'ער אידן וואוינען דארט. די פרומע האבן זיך אהין געצויגן ארום צוואנציג יאר צוריק. אום 2010 איז זיין באפעלקערונג געווען 79,000. די היינטיגע שטאט איז געגרינדעט אום 1950, אבער ס'איז געווען אויפן ארט א יישוב שוין אין די תנ"ך צייטן.

בני ברק

בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176,556.

די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.

בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה.

גיבראלטאר

גיבראלטאר איז אן אויטאנאמישע בריטישע אויסלענדישע טעריטאריע פלאצירט ביים דרום שפיץ פונעם איבערישן האלבאינזל און אייראפע ביי דער אריינגאנג פונעם מיטלענדישן ים, וואס קוקט אריבער דעם דורכגאס פון גיבראלטאר. די טעריטאריע באדעקט א שטח פון 6.843 קוואדראט ק"מ און האט א לאנד גרענעץ צו צפון מיט שפאניע.

טבריה

טבריה איז א שטאט אויפן ברעג פונעם ים כנרת אין אונטער גליל אין צפון זייט פון מדינת ישראל.

הורדוס אנטיפאס האָט מיסד געװען טבריה ווי זײַן הױפּטשטאָט אינעם גליל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אומגעפער אין יאר ג'תת"פ, דארט האבן געוואוינט דער תנא בן עזאי און אויך א טייל פון די אמוראים וואס האבן מסדר געווען תלמוד ירושלמי: רבי יוחנן און ריש לקיש.

חז"ל זאגן אז טבריה איז געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת.‏הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים.

אין 2018 האט מען געוויילט רון קובי בירגערמייסטער פון טבריה.

טינעק

טינעק (ענגליש: Teaneck) איז א יישוב הארט לעבן דער דזשארדזש וואשינגטאן בריק אין ניו זשערסי. א פערטל פון די איינוואוינער זענען אידן.

עס ווערט פארעכענט ווי דער מאדערן ארטאדאקס שטערקסעטער און מערסער באוואוינטער געגנט אין דער וועלט.

עס אנהאלט פילע כשרע רעסטוראנטען פאר אידן פון אלע געגענטער וואס פארן אהין עסן.

מאונט קיסקא

מאונט קיסקא איז א געגענט אין וועסטשעסטער ניו יארק דארטן געפינט זיך דער נייטרא יישוב און די נייטרא ישיבה.

מודיעין עילית

מודיעין עילית איז א חרדישע ישראל'ישע שטאט אויפן עק פון שומרון (צפון מערב ברעג), ביים ירושלים קארידאר. דער גרעסטער געגנט אי מודיעין עילית איז ״קרית ספר״; טייל מענטשן רופן דאס גאנצע שטעטל ״קרית ספר״. די אנדערע געגנטן אין שטאט זענען ״בראַכפֿעלד מאיאנטעק״ און ״נאות הפסגה״.

איר באפעלקערונג ציילט זיך אויף 64,179 נפשות (2015), זייענדיג דאס גרעסטע זידלונג אין דעם מערב ברעג.

ווי איר נאמען זאגט, איז מודיעין עילית א שטאט לעבן מודיעין, וואס איז פלאצירט אויף די בערג אנטקעגן איבער קרית ספר ממש נאך דער גרינער ליניע.

כאטשיג דאס איז א זעלבטשטענדיגער לאקאליטעט, איז דאס טעכניש אינערהאלב דער טעריטאריע פון אונטער די אדמיניסטראציע פון מטה בנימין ראיאן ראט.

דער פארזיצער פון דעם ארטיגן ראט איז הרב יעקב גוטערמאן. אין 2008 איז מודיעין עילית געווארן אנערקענט אלס א שטאט; אין מיטן נאוועמבער 2008 איז הרב גוטערמאן געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון מודיעין עילית.

די באפעלקערונג אין מודיעין עילית באשטייט פון פארשידענע שיכטן און קרייזן פונעם חרדישן יידנטום. טראצדעם וואס די מערהייט פון די איינוואוינערס געהערן צו ליטווישע קרייזן, מען קען זיך באגעגענען דארט מיט גרויסע געמיינדעס פון חסידישע יידן אזוי ווי צום ביישפיל: וויזשניץ, באיאן, קארלין סטאלין, צאנז. אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה דינט רבי ברוך שטערנבוך, זון פון רבי אליהו און איידעם פון רבי מנחם ערנסטער. אלס רב פון "קהל חסידים" (אלגעמיינע חסידישע שוהל) דינט רבי ניסן משה גראס, א זון פון רבי שלום יהודה, דער האלמינער רבי. עס איז פאראן דארט אויכעט א סאך ירושלימער יידן פון דעם יישוב הישן.

די באפעלקערונג פון מודיעין עילית איז 40% ליטוויש, 30% חסידיש און 30% ספרדיש.

מיאמי

מיאמי איז א שטאט אין דרום פלארידא, אמעריקע.

מיאמי איז א ווארעם רוה-ארט ביטש סיטי אין פלארידא עס האט אסאך וואסער בארטענס.

אסאך פרומע אידן, ספעציעל עלטערע ריטייערטע פון ניו יארק, וואס האלטן זיך אויף דארט דורך די קאלטע ווינטער מאנאטן.

אויך וואוינען דארט יודן א גאנץ יאר, און עס גיבט דארט עטליכע יודישע מיטלשולעס.

מיאמי האט אויך איינע פון די גרויסע פארטן אין אמעריקע.

נתיבות

דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט אין ישראל. טאמער זוכט איר דעם מחבר פון "נתיבות המשפט", זעט יעקב לארבערבוים.נתיבות איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, געגרינדעט אין 1956, באקומען די נאמען שטאט אין 2000, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין נתיבות 24,300 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 2.6 פראצענט. רוב זענען אידן. בבא סאלי וואס האט באקאנט געמאכט די שטאט האט דארט געוואוינט און דארט איז זיין ציון.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שטאט איז יחיאל זוהר.

עפולה

עפולה איז א שטאט אין אונטער גליל אין צפון דיסטריקט אין מדינת ישראל, מיט א שטח פון 28,600 דונאם. ס'האט באקומען דעם שטאָט־סטאטוס אין יאהר 1972. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין עפולה 39,100 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.7 פראצענט. רוב זענען אידן.

דער בירגערמייסטער פון שטאט (מעיאר) איז יצחק מירון.

פאר ראקעוועי

פאר ראקעוועי (ענגליש: Far Rockaway) איז א געגנט אין קווינס, ניו יארק אין די פאראייניקטע שטאטען, עס האט אין זיך אידישע איינוואוינער, מערסטענטייל נישט חסידישע אידן, עס באשטייט פון אשכנזישע, ספרד'ישע, און א גרויס חלק פון בעלי תשובות.

עס זענען דארט דא עטלעכע שולן, תלמוד תורות, און חשובע רבנים וואס פירן אן דעם ציבור.

פייוו טאונס

פייוו טאונס - FIVE TOWNS, מיינט פינף שטעטלאך, איז א געגנט פון פינף קליינע שכינות'דיגע שטעטלאך אין לאנג איילענד נו יארק, הארט ביים גרעניץ פון קווינס נו יארק סיטי.

עס איז לעבן דעם פאר ראקעוועי קווינס געגנט, וואו פיל פרומע יידן וואוינען.

עס וואוינען דארט אסאך פרומע מאדערנע רייכע אידן.

די פינף שטעטלאך זענע ווי פאלגענד:

אינוואד INWOOD

לארענס LAWRENCE

סידערהערסט CEDARHURST

וואודמיר WOODMERE

יולעט HEWLETTדי פרומע אידן וואוינען בעיקר אין לארענס, סידערהערסט און וואודמיר.

פלעטבוש

פלעטבוש איז א פרומע אידישע ארטאדאקסישע געגענט אין ברוקלין נעבן בארא פארק.

עס זענען דארט נישטא קיין סאך חסידים; בעיקר זענען זיי דארטן מאדערן ארטאדאקסן און ליטווישע מיט ספרדים.

קרית שמונה

קרית שמונה איז א שטאט פלאצירט אינעם צפון ארץ ישראל טייל נעבן דעם גרעניץ מיט לבנון.

איר נאמען א שטאט פון אכט איז נאך 8 קעמפער וואס זענען אומגעקומען ביים פארטיידיקן יענעם געגנט אין דעם ערשטן וועלט קריג, ביי די תל-חי פאגראמען, וואו יוסף טרומפעלדאר איז אומגעקומען.

עס איז געבויט אויף די חרבנות פון אן אמאליגען אראבישן דארף פון בעדואינער.

היינט צוטאגס וואוינען דארטן 22,000 אידן.

איין דריטל דערפון איז אינגער ווי 19 יאר.

רוב זענען ספרדים פון מאראקא.

רהט

רהט איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 8,560 דונאם. געגרינדעט אין 1972, באקומען די נאמען שטאט אין 1994, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (העברעיִש: הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין רהט 38,900 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי פיר פראצענט. רוב זענען מוסולמענער.

רהט איז די ערשטע שטאט פון בעדואינער, וואס מ'האט זיי ספעציעל געבויט. די שטאט איז 12 קילאמעטער צפון-זייט פון באר שבע, נאנט צו קיבוץ משמר הנגב.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שטאט איז טלל אל קרינאואי.

רחובות

רחובות איז א שטאט אין דער צענטער-געגנט פון ישראל, וואס ליגט נעבן נס ציונה און רמלה, די באפעלקערונג פון רחובות שאצט אפ אומגעפער 107,000 איינוואוינערס. רחובות איז באקאנקט אלס א שטאט פון וויסנשאפט, צוליב דעם וואס ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט און דער לאנדווירטשאפטלעכע פאקולטעט פון דעם העברעאישן אוניווערסיטעט געפינען זיך אין דער שטאט.

אין דער שטאט געפינען זיך אויכעט פילצאליגע היימישע אידן פון פארשידענע חסידישע קרייזן וואס זענען קאנצענטרירט הויפטזעכלעך אין דער "קרית קרעטשענעוו" געגנט, וואס באדינט אלס א הויפטקווארטיר פון קרעטשענעווער חסידים אין ארץ ישראל, און דארט וואוינט אויכעט דער רבי, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים. אויסער דעם, אין רחובות הויפטקווארטירט אויכעט דער דזשיקאווער הויף, אין הויפט פון רבי ישראל אליעזר אדלער. אויכעט קען מען טרעפן דארט פילע וויזשניצער חסידים און נאך.

דער בירגערמייסטער איז רחמים מעלול.

יהודה און שומרון
שטעט
מאפע פון יהודה און שומרון
לאקאלע ראטן

אורניץ · אלפי מנשה · אלקנה · אפרת · בית אל · בית אריה-עופרים · גבעת זאב · הר אדר · מעלה אפרים · עמנואל · קרני שומרון · קדומים · קרית ארבע

ראיאנראטן

בקעת הירדן · גוש עציון · הר חברון · מגילות · מטה בנימין

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.