בייבל קריטיק

תנ"ך קריטיקיזם איז א וויסנשאפטלעכע קריטיקישע צוגאנג צום תנ"ך וואס איז געגרינדעט אויף צוזאמען-פאסטן פארשידענע טעקסטן אין תנ"ך, זייער אינהאלט און סטיל, און לויט דעם באשטימען זיי אנדערע מקורות צו די פארשידענע טעקסטן. דער ערשטער וואס האט אנטפלעקט די צוגאנג, איז געווען דער פילאזאף ברוך שפינאזע, אבער די צוגאנג איז אנטוויקלט געווארן מערער ביים ענדע פון די 19טע י"ה, ווען צווישן זיי איז געווען די פארשערס פון יוליוס ולהויזן.

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.