באלקאן לענדער

די באלקאן לענדער זענען א גרופע פון לענדער, אין דרום מזרח אייראפע. די שטח איז גרויס 550,000 קוואדראט קילאמעטער, און האט א באפעלקערונג פון 53 מיליאן מענטשן.

די לענדער רעכענן צווישן זיך. אלבאניע, באסניע און הערצעגאווינע, בולגאריע, גריכנלאנד, קראאטיע, מאקעדאניע, סערביע, קאסאווא, מאנטאנעגרא, סלאוועניע, די אייראפעישע טייל פון טערקיי, און דרום פון רומעניע. נישט אייביק ווערן רומעניע, און סלאוועניע גערעכנט. די געגנט ווערט גערופן אויף די בערג, וואס געפונען זיך אין בולגאריע, און סערביע.

די גרעניץ פון צפון, די דוניי טייך, און די קופע און די סעבע טייכן, צפון פון די באלקאן, געפונען זיך די קארפאטן בערג. עס ווערט אויך גערופן האלבאינדזל, וויבאלד עס איז ארומגענומען פון דרום, מיט עטליכע ימים. דער אדריאטישער ים, דער שווארצער ים, דער אגאישער ים, דער יאנישער ים, און דער ים פון מארמארא.

אוראלט גריכנלאנד

די געשיכטע פון אוראַלט גרינכלאַנד איז א תקופה פון דער גריכישער היסטאריע וואס האט זיך געצויגן ארום טויזנט יאר פון ביז ווען די רוימער האבן איינגענומען גריכנלאנד ביים קאמף פון קארינט אין יאר 146 פאר דער ציווילער רעכענונג.

די גריכישע קולטור צוזאמען מיט די רוימישע קולטור ווערן פאררעכנט אלס די גרונטן פון דער ציוויליזאציע פון דער מערב וועלט.

די גריכישע קולטור איז נישט געווען באגרענעצט צום דרום טייל פון די באלקאן לענדער, וואו מאדערנע גריכנלאנד געפינט זיך. די גריכן האבן איניציאירט א גרויסע קאלאניזאציע באוועגונג, וואס האט געברענגט א סך גריכן צו גרויסע טיילן פונעם מיטלענדישן ים. אחוץ די אינזלען פונעם אגאישן ים זענען אויך געווען גרויסע זידלונגען פון גריכן אין קליין אזיע צו מזרח און אין דרום טייל פונעם אפענינישן האלבאינזל און דעם מזרח זייט פון סיציליע אין מערב. די גריכן האבן זיך באזעצט אין אנדערע ערטער ווי למשל אויף די ברעגן פונעם שווארצן ים.

אזיע

אַזיע איז דער גרעסטער און מערסט־באפעלקערטער קאָנטינענט פון דער ערד פלאנעט, און געפינט זיך אים דעם צפונדיקן און דעם מזרחדיקן האלבקוגל. אזיע באדעקט 8.6% פון דער ערד'ס אויבערפלאך שטח (אדער 29.9% פון דעם יבשה שטח) און, מיט בערך 4.427 ביליאן מענטשן, האט זי 60% פון דער וועלט'ס היינטיקער מענטשלעכער באפעלקערונג. אין דעם 20סטן יארהונדערט האט די באפעלקערונג פון אזיע געמערט פיר מאל.

די ימען ארום אזיע זענען דער מיטלענדישער ים, דער שווארצער ים, דער אינדישער אקעאן צו דרום, דער פאציפישער אקעאן צו מזרח און דער ארקטישער אקעאן צו צפון. אזיע איז צעשיידט פון אייראפע מיט די קאווקאז בערג און די אוראל-געבערג.

דער אזיע קאנטינענט איז דער גרעסטער פון אלע קאנטינענטן. אזיע באדעקט בערך 3/10 פון דער וועלט'ס יבשה, און האט מער איינוואוינער ווי אלע אנדערע קאנטינענטן מיט אומגעפער 3/5 פון דער וועלט'ס באפעלקערונג. אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום, און אנטהאלט ריזיגע פוסטע מדבריות, ווי אויך די העכסטע בערג אין דער וועלט און פון די לענגסטע טייכן.

אזיע האט נישט קיין נאטירלעכע גרענעצן ווייל זי איז געאגראפיש פארבונדן מיט אייראפע, אבער קולטורעל איז פאראן א גרוייסער ווייט צווישן זיי.

ס'איז ברייט אנגענומען צו רעכענען די גרענעצן פון אזיע מזרח פון די סועץ קאנאל, טייך אוראל און אוראל געבערג, דרום פון די קאווקאז בערג, קאספישן ים און שווארצן ים. צו צפון פון אזיע געפינט זיך דער ארקטישער אקעאן, צו מזרח דער פאציפישער אקעאן און צו דרום דער אינדישער אקעאן.

דער נאמען אזיע שטאמט פון אוראלטע צייטן.

אטאמאנישע אימפעריע

די אטאמאַנישע אימפעריע (1293–1922) (אטאמאנישע טערקיש: دولتْ علیّه عثمانیّه Devlet-i Âliye-yi Osmâniyye, טערקיש: Osmanlı Devleti אדער Osmanlı İmparatorluğu), איז געווען א טערקישער שטאַט. אין יענער צייט איז די שטאַט געווען באוואוסט אלס די טערקישע אימפעריע. די אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 13טן יארהונדערט אין צפון־מערב אנאטאליע. איר נאכפאלגער איז די רעפובליק פון טערקיי, וואס איז אפיציעל אויפגעשטעלט 29 אקטאבער 1923.

ביים שפיץ פון איר מאכט זענען אירע טעריטאריעס געווען פארשפרייט איבער דריי קאנטינענטן (16טער–17טער יארהונדערט), מיט א קאנטראל איבער א גרויסן טייל פון דרום-מזרח אייראפע, דעם מיטל מזרח און צפון אפריקע. די לענדער זענען געווען פון דעם דורכגאס פון גיבראלטאר (און אום 1553 דער אטלאנטישער בארטן פון מאראקא ווייטער פון גיבראלטאר) אין מערב, ביזן קאספישן ים און דעם פערסישן איינגאס אין מזרח; און פונעם עק פון עסטרייך, אונגארן און טיילן פון אוקראינע אין צפון ביז סודאן, עריטרעע, סאמאליע און תימן אין דרום. די אטאמאנישע אימפעריע האט געהאט 29 פראווינצן, ווי אויך די פרינציפאליטעטן פון מאלדאוויע, זימבערגן, וואלאכיע און סערביע. ארץ ישראל איז געווען אריינגערעכנט ווי א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.

במשך זעקס יארהונדערטער איז די אימפעריע געווען דער צענטער פון אינטעראקציעס צווישן די מזרח און מערב וועלטן. מיט דער הויפטשטאט קושטא (איסטאנבול) און ריזיקע לענדער אין דער הערשאפט פון סוליימען דער פראכטיגער מער ווייניגער ווי די לענדער אונטער דער הערשאפט פון יוסטיניאן דער גרויסער מיט 1000 יאר פריער, איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען א מוסולמענישער נאכפאלגער פון דער ביזאנטישער אימפעריע.

דער ערשטער קייסער איז געווען אסמאן דער ערשטער.

דער ערשטער אטאמאנישער הערשער וואס האט געהאט דעם טיטל סולטאן איז געווען באאיזיט דער ערשטער. אין 1390 האט ער איינגענומען די לעצטער פעסטונג פון דער ביזאנטישער אימפעריע אין קליין־אזיע. אין 1402 האט די אטאמנישע אימפעריע געכאפט א קלאפ, ווען טימור האט זיי געזיגט אין דעם קאמף פון אנקארא, און די טימורן האבן אים גענומען אין געפענגעניש.

אזוי ווי די אימפעריע איז געווען צווישן מזרח און מערב, איז דער גאנצער האנדל געווארן געפירט דורך די שטעט פון דער אימפעריע, במשך זעקס הונדערט יאר.

איראן

איראַן (פערסיש: ایران‎), פריער באוואוסט מיטן נאמען פערסיע, אפיציעל די איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן, איז א לאנד אין מערב אזיע. איראן איז אן איסלאמיש לאנד, אויף דער שיאיטישער שטרעמונג פון איסלאם.

זײַן הױפּטשטאָט איז טעהראן.

איראן גרעניצט זיך מיט איראק און טערקיי אין מערב, מיט ארמעניע און אזערביידזשאן אין צפון־מערב, מיט קאזאכסטאן און רוסלאנד איבערן קאספישן ים, מיט טורקמעניסטאן אין צפון־מזרח, מיט אפגאניסטאן און פאקיסטאן פון מזרח, און אין דרום מיטן פערסישן איינגאס. מיט א שטח פון 1,648,195 קוואדראט ק"מ, איז איראן דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם מיטל־מזרח און דאס 17ט גרעסטע אין דער וועלט.

מער ווי 78 מיליאן מענטשן וואוינען אין איראן, דאס 17ט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.

איראן פארמאגט גאר אסאך נאטירלעכע אוצרות פון אויל קוואלן און ריזיגע זאפאסן פון נאטורליכן גאז, איראן פארמאגט אויך אסאך מינעראל מינעס.

איראן איז די היים פון איינער פון דער וועלט'ס עלטסטע ציוויליזאציעס. די איראנישע מעדן האבן פאראייניגט דעם שטח אין אן אימפעריע בערך אין די ג'ש' יארן. איראן האט דערגרייכט דעם שפיץ פון זיין מאכט ביי דער אכאמענישער אימפעריע (די ערשטע פערסישע אימפעריע) אונטער כורש אין די ג'ת' יארן. די אימפעריע איז געווען שפרייט פון די באלקאן לענדער אין מערב ביזן אינדוס טאל אין מזרח, די גרעסטע אימפעריע אין דער וועלט. די אימפעריע איז איינגעפאלן נאך די מלחמות מיט אלעקסאנדער דער גרויסער.

שפעטער זענען געקומען די פארטישע אימפעריע, און דערנאך די סאסאנישע אימפעריע, ווען איראן איז ווידער אמאל געווארן איינער פו די פירנדע אימפעריעס פון דער וועלט, צוזאמען מיט דער ביזאנטישער אימפעריע.

אין יאר 622 האבן ראשידון מוסולמענער אינוואדירט פערסיע, און ביז 651 האבן זיי איינגענומען דאס לאנד, און האבן געענדערט די רעליגיע פון זאראאסטריזם צו איסלאם. דערנאך האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער איסלאמישער גאלדענער תקופה און האט פראדוצירט א סך באאיינפלוסלעכע וויסנשאפטלער, געלערנטער, קינסטלער און דענקער. אין 1501 האט אנגעהויבן די סאפאווישע דינאסטיע, וואס האט פראמאווירט שיא איסלאם ווי די אפיציעלע רעליגיע.

אין 1906 איז געגרינדעט געווארן פערסיע'ס ערשטער פארלאמענט אונטער א קאנסטיטונאציאנעלער מאנארכיע. דעם 1טן אפריל 1979 האט די איראנישע רעוואלוציע אויפגעשטעלט אן איסלאמישע רעפובליק.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט אין לאנד איז טעהראן, וואס דינט ווי דער קולטורעלער, קאמערציעלער און אינדוסטריעלער צענטער פונעם פאלק.

די אפיציעלע שפראך איז פערסיש, און די וואלוטע איז דער איראנישער ריאל.

איראן איז געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער אין 1945, און איז אויך א מיטגליד אין דער אפעק ארגאניזאציע.

באלקאן ביט באקס

באלקאן ביט באקס איז א מוזיקאלישע טרופע וואס שפילט צוזאמשטעל וועלטלעכע מוזיק, וואס ישראלדיקע מענטשן האבן געגרינדעט, וואס האבן זיך צופעליג באגעגנט אין ברוקלין, ניו יארק. תמיר מוסקאט און אורי קאפלאן, זענען די וואס האבן עס אויפגעשטעלט, און שפעטער זענען צוגעקומען נאך זינגערס, און קלעזמער.

זייער מוזיק באשטייט פון ציגיינער מוזיק, ווי אויך באלקאן לענדער מוזיק, פאנק, און היפ האפ מוזיק.

זייער ארבעט איז א געמישטע, און דערפאר האבן זיי זיך שיין ארויפגעארבעט, אין פארשיידענע ערטער ארום דער וועלט, זיי האבן אנגעפאנגען זינגען און אויפטרעטן אין אנהייב 2000 יארן, אין 2005 האבן זיי ארויסגעגעבן זייער ערשטע רעקארדירונג, און אין 2007 זייער צווייטע, ווי עס מערקט זיך א השפעה פון שפאנישע און אראבישע מוזיק.

זיי האבן אריינגענומען אין זייער טרופע, א פאלעסטינער, פון ראמאללא, צו באצייכענען שלום, פאר א שטיק צייט. ווי אויך נעמען זיי ציגיינער טענצער, בולגארישע זינגערס און נאך. זיי ווילן מיט זייער געמישטע מוזיק, ברענגען שלום אויף דער וועלט.

ביזאנטישע אימפעריע

די ביזאנטישע אימפעריע אדער מזרח רוימישע אימפעריע איז געווען דער המשך פון דער רוימישער אימפעריע אין דעם מיטל אלטער, מיט איר הויפטשטאט אין קושטא (היינא סטאמבול), און געהערשט דורך די ביזאנטישע קייסארים. די אימפעריע האט אויפגעהיטן רוימישע לעגאלע טראדיציעס, אבער א דאנק איר העלעניזאציע (ספעציעל אין די שפעטערע תקופות), איז זי געווארן באקאנט צו טייל פון אירע בני-דור ווי די אימפעריע פון די גריכן. אין דער איסלאמישער וועלט איז די אימפעריע געווען באוואוסט מיטן נאמען אראביש: روم (רום "רוים"). דער נאמען "ביזאנטישע אימפעריע" שטאמט פון נאך די טעג פון דער אימפעריע; די היסטאריקער אין די 16טער–19טער יארהונדערטער האבן פאפולעריזירט דעם נאמען.

די עוואלוציע פון דער מזרח־רוימישער אימפעריע פון דער אוראלטער רוימישער אימפעריע ווערט אפט גערעכנט פון ווען דער קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער אריבערגעפירט די הויפטשטאט פון ניקאמעדיע (אין אנאטאליע) צו ביזאנטיאן אויפן באספארוס, וואס איז געווארן קאנסטאנינאפל (אדער "ניי רוים"). ביזן 7טן יארהונדערט האט די אימפעריע אנגענומען א געוויסן כאראקטער און אונטער דעם קייסער העראקליוס האט מען רעפארמירט די ביזאנטישע ארמיי און מען האט אנערקענט גריכיש ווי די אמטשפראך.

במשך א טויזנט יאר איז די אימפעריע געבליבן איינער פון די מעכטיקסטע עקאנאמישע, קולטורעלע און מיליטערישע כוחות אין אייראפע, טראץ טעריטארישע פארלוסטן ווערנט די רוימישע-פערזישע אין די ביזאנטישע-אראבישע מלחמות. נאכן 12טן יארהונדערט, האט די אימפעריע געגליטשט אין א לאנגער אפשוואכונג, מיט די ביזאנטישע-אטאמאנישע מלחמות וואס האבן קולמינירט מיט דער איינפאלונג פון קושטא און די איבעריגע טעריטאריעס צו די מוסולמענישע אטאמאנישע טערקן אין דעם 15טן יארהונדערט.

האלבאינזל

א האַלבאינזל איז א שטיק לאנד ארומעגענומען מיט וואסער פון דריי זייטן אבער באהאפטן צו דער יבשה.

היסטאריע פון דייטשלאנד

דייטשלאנד איז שטענדיג געווען אן ארט וואו מענטשן פון אלע מינים האבן געוואוינט און האט קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד מיט איין פאלק ביז אין 90'ער יארן. דאס ארט פלעגט זיין א וואלד וואו אלע ערליי מענטשן פון גאנץ אייראפע האבן זיך געטראפן פלעצער וואו צו וואוינען און האבן צוביסלעך אנגעהויבן באזעצן און אויסהאקן די וועלדער.

דורכאויס די טויזנטער יארן וואס דייטשלאנד איז געווען א ליידיג ארט אן קיים שום רעגירונג האט די געגנט געהאט פארשידענע הערשער, געוואנדן לויט די שטארקייט פון די קעניגן ארום איר. דאס מערסטע טייל יארן האבן די ראמענישע קעניגן געקעניגט אויף די געגענטער וואו עס איז היינט דייטשלאנד. שפעטער זענען שוין אויפגעקומען קעניגן פון דייטשלאנד זעלבסט וועלכע האבן געקעניגט איבער דייטשלאנד און איטאליע. די הערשאפט איז שטענדיג אריבער פון איינעם צום צווייטן און יעדע פון די קעניגן האבן פרובירט צו קעניגן אויף ווי מער שטח, אריינגערעכנט די געגענט וואו עס איז היינט איטאליע. די קעניגן אין דייטשלאנד זענען קיינמאל נישט געווען קין עכטע קעניגן פון קעניגליכע פאמיליעס נאר האבן איבערגענומען די מאכט מיט געוואלד פונעם פריערדיגן פירער.

אין דעם 9טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט די הייליגע רוימישע אימפעריע וואס האט איינגעשפארט די דייטשע לענדער און א גרויסן טייל פון אייראפע. די אימפעריע האט געצויגן ביז 1806.

וויבאלד דייטשלאנד איז נאך נישט געווען קיין זעלבסשטענדיגע לאנד די אלע יארן האט עס נישט געצויגן פרישע איינוואוינערס און די באפעלקערונג צאל איז געבליבן זייער נידעריג. מען שאצט אז מיט טויזנט יאר צוריק האבן נאר געוואוינט ארום 700,000 מענטשן אין דייטשלאנד. ווי נאר עס האבן זיך אנגעהויבן גרופירן עטליכע פאליטישענס און אנגעהויבן ארבעטן אויף זעלבשטענדיקייט האט זיך די באפעלקערונג צאל שטארק צואוואקסן. ביז אין יאר 200' האבן שוין געוואוינט דארט ארום 12 מיליאן מענטשן און די באפעלקערונג איז ווייטער געוואקסן. אין יענע יארן איז די באפעלקערונג צאל פלוצלינג צוריק געפאלן ווען עס האט אויסגעבראכן די היסטארישע שווארצע מגיפה וועלכע האט אומגעברענגט מיליאנען מענטשן אין אייראפע און אין אזיע. די שווארצע מגיפה האט אומגעברענגט ארום 5 מיליאן דייטשן וואס איז דעמאלט געווען א דריטל פון די באפעלקערונג.

די ערשטע סימינים פאר דער גרינדונג פאר א לאנד האט זיך אנגעהויבן אין 400' ווען 3 שטעט, לובעק, באמבערג, און ברעמען, האבן זיך פאראייניגט צו נעמען א קאנטראל אויף די טייכן און קאנאלן ארום די שטעט. די דריי שטעט זענען נאמינירט געווארן האנסבורג און די פירער האבן אנגעהויבן ארבעטן צו גרינדן א רעגירונג אבער א רייע פון מלחמות און קאנפליקטן האבן געשטערט די ארבעט. האנסבורג האט אסאך געליטן פון פראנקרייך וועלכע האט דעמאלט געהאט א שטארקע און פארשפרייטע אימפעריע און האט געלעכצט צו געווינען ווי מער מאכט, וועלנדיג אייננעמען די גאנצע וועלט. האנסבורג איז עטליכע מאל געווען אין קריג מיט פראנקרייך און וואלט ווען איינגעשלינגן געווארן ווען נישט די הילף פון איטאליע אן שווייץ וועלכע האבן צוזאמען פארמירט אן ארמיי אפצושלאגן די פראנצויזישע.

ביי דעם יאר 600' האט שוין דייטשלאנד פארמאגט 18 מיליאן מענטשן אבער די צאל איז ווידער אראפגעפאלן ווען נאך מיליאנען מענטשן זענען אומגעקומען אין די 30 יעריגע קריג אין אייראפע וועלכע האט אריינגעצויגן כמעט אלע אייראפעאישע לענדער אין א שווערע כמו וועלט קריג.

אינעם 17טן יארהונדערט איז דייטשלאנד צוטיילט געווארן צו צוויי הויפט זאנעס, די עסטרייך שטעט און די פרייסישע. די צוויי זאנעס זענען אין פאקט גארנישט געווען און גארנישט באדייט נאר אייראפע פלעגט עס אזוי באצייכנען. אבער מיט די יארן האט זיך טאקע אזוי פארמירט און פרייסן איז געווארן א זאך. זי האט אויפגעשטעלט א מיליטער פון 40,000 זעלנער וועלכע האבן געדינט אלס די רעגירונג, צוזאמנקלויבנדיג שטייערן און דאס אויסגעבן פאר וויכטיגע צוועקן. דאס מיליטער האט זיך שנעל צואוואקסן און די רעגירונג איז געווארן שטערקער. לויט ווי היסטאריע פארציילט איז די פרייסישע ארמיי און רעגירונג געגרינדעט און געפירט געווארן דורך אן איינצעלע פאמיליע מיט'ן נאמען פרעדעריק. ווען דער פרעדרעיק איז געשטארבן האט זיין זון איבערגענומען דאס רעדל פון די רעגירונג אבער ער האט נישט געהאט קיין רואיגע צייטן ווען עסטרייך האט אנגעגריפן פרייסן און עס האט אויסגעבראכן א ביטערע קריג וועלכע האט זיך געצויגן 7 יאר און אריינגעמישט אסאך אנדערע לענדער. די קריג האט זיך געענדיגט מיט פרידן דורך פארהאנדלונגן פון פראנקרייך און אלעס איז צוריק צום אלטן. די קריג איז אבער געווען א טובה פאר פרייסן וועלכע האט באלד דערנאך פארשטערקערט די רעגירונג.

היסטאריע פון רוסלאנד

די היסטאריע פון רוסלאנד הייבט אן מיט די מזרח סלאוון. דער ערשטער מזרח סלאווישער שטאַט, קיעווער רוס, האט אנגענומען קריסטלעכקייט פון דער ביזאנטישער אימפעריע אום 988, מיט דעם האט אנגעהויבן א סינטעז פון ביזאנטישע און סלאווישע קולטורן וואס האבן דעפֿינירט רוסישע קולטו פאר די קומענדיגע טויזנט יאר. דער קיעווער רוס שטאַט איז לסוף זיך צעפאלן אונטער די מאנגאלישע אינוואדירערס אין די 1230ער יארן.

טאמאס מאסאריק

טאמאס גאריג מאסאריק (7טן מערץ 1850 - 14טן סעפטעמבער 1935) איז געווען א פילאסאף, זשורנאליסט און טשעכישער פאליטיקער. ער האט אנגעפירט די זעלבסטשטענדיגקייט באוועגונג, פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. און ער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון טשעכאסלאוואקיי.

געבוירן אין מעהרן, זיין פאטער איז געווען א בעל עגלה.

ער איז געווארן א פראפעסאר פון פילאסאפיע, אין וויען. אין 1882 איז ער אריבער צו דעם טשעכישן אוניווערסיטעט, אין פראג. ער האט געשריבן פאר צייטונגען, פון 1891 האט ער אנגעפירט די יונגע טשעכן פארטיי, און ער איז ערוויילט געווארן אלס דעפוטאט, אין פארלאמענט, אין וויען עסטרייך. אבער האט רעזיגנירט אין 1893, אין 1900 האט ער געגרינדעט די פאלקס פארטיי, וואס האט פארלאנגט באלדיגע זעלבסטשטענדיגקייט פאר טשעכיי, אין 1907 איז ער צוריק אין פארלאמענט, ווי ער באשולדיקט געווארן אלס ווידערשפעניקער, קעגנשטעלענדיק זיך די עסטרייכע פאליטיק אין די באלקאן לענדער.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, איז ער אנטלאפן קיין אויסלאנד, ער האט געארבעט אינאיינעם מיט די אליאירטע, און אין 1917 האט ער אויפגעשטעלט די טשעכישע באטאליאן, אין רוסלאנד.

אין 1918. האט ער אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט דער נאציאנאלער סלאוואקישער באוועגונג, און ער איז געווארן ערשטער פרעזידענט פון דעם נייעם לאנד, אויפגעשטעלט אויף שטחים פון דער אלטער עסטרייך אונגארישע אימפעריע.

ער איז ווידערוויילט געווארן ביי די וואלן, און ער האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע ביז 1935, ווען ער האט רעזיגנירט.

זיין זון יאן איז אויך געווען א פאליטיקער.

זיין נאכגייער איז געווען עדווארד בענעש, וואס האט געפירט טשעכאסלאוואקיי, ביז 1938. ווען עס אונטערגעשריבן געווארן די מינכן אפמאך, ווי טשעכאסלאוואקיי געט אפ די סודעטן געביט פאר דייטשלאנד.

טשעכאסלאוואקיי אונטער מאסאריק, און שפעטער אונטער בענעש, זענען געווען פון די איינציקסטע לענדער, אין די צווישן מלחמות עפאכע, מיט א נארמאלער דעמאקראטיע. מאסאריק איז געווען א סאציאליסט, און ער האט געהאלטן פון גלייכבארעכטיגונג.

מאסאריק איז געווען פארעכנט אלס זעלטענער יידן פריינט, ער האט פארדאמט שארף אנטיסעמיטיזם פון יעדן סארט, און יידן האבן געהאט פולע רעכט אין טשעכאסלאוואקיי.

ער איז געקומען באזוכן ארץ ישראל אין 1927.

לאדינא

לאדינא איז א יידישע שפראך, גערעדט בעיקר דורך יידן וואס שטאמען אפ פון שפאניע, גערעדט געווארן ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, דורך מערערע יידן אין די באלקאן לענדער, עס ווערט אויך גערופן ספאניאליש, דזשודעזמא, אדער דזשודעא-עספאניאל, די שפראך שטאמט בעיקר פון דעם שפאנישן אקצענט פון קאסטיליע, אריינגעמישט העברעישע און אראמישע ווערטער.

ביי גירוש שפאניע, זענען אסאך יידן אנגעקומען צו די באלקאן לענדער, טערקיי, בולגאריע, דרום רומעניע, און צפון אפריקע, ווי זיי האבן מיטעברעגט די שפראך מיט זיך. עס זענע פארהאן צוויי דיאלעקטן, די צפון אפריקאנע און די אייראפעישע.

לינץ

לינץ (דייטשיש: Linz; טשעכיש: Linec) איז די הויפטשטאט פונעם לאנד אויבער עסטרייך, און די דריטע גרעסטע שטאט אין גאנץ עסטרייך אין טערמינען פון באפעלקערונג. אין דער שטאט אליינס וואוינען 203,012 (יאנואר 2017) איינוואוינערס, און אין די ביישטעט וועלכע נעמען איר ארום נאך 771,695 (פעברואר 2017). די שטאט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם דוניי טייך.

מאריס הירש

באַראן מאריס הירש (משה הירש, דייטשיש: Moritz Freiherr von Hirsch auf Gereuth‏ מאריץ פרייהער פון הירש אויף גערויט; 9טן דעצעמבער 1831 - 21סטן אפריל 1896) איז געווען א יידישער אליגארך, און א מולטי מיליאנער פון דייטשלאנד, אבער האט געוווינט אין עטליכע ערטער, אין מערב אייראפע, ווי אין פראנקרייך, גרויסבריטאניע, און אין די עסטרייך אונגארישע אימפעריע.

ער האט אסאך געשטיצט און ארויס געהאלפן די פארפאלגטע יידן, וואס זענען אנטלאפן פון די פאגראמען, וואס זענען פארגעקומען אין די רוסלענדישער אימפעריע, ער האט געגרינדעט די יק"א, וואס האט ארויסגעהאלפן די מאסן אימיגראציע פון יידן, צו די פאראייניקטע שטאטן, און בעיקר דאס אויפשטעלן קאלאניעס אין ארגענטינע, דורכאויס די 19טער י"ה.

ער איז געבוירן צו א רייכע יידישע פאמיליע, אין דער באווארישע הויפטשטאט מינכן. ער האט באקומען א טראדיציאנעלע דערציאונג, און צו זיין בר מצווה, איז ער געשיקט געווארן לערנען אין בריסל, יידישע לימודים. ער אבער האט גענויגט צו געשעפטן, און אין 1851, איז ער געווארן אן איינגעשטעלטער אין א באנק. אין 28סטן יוני 1855, האט ער געהייראט מיט די טאכטער פון די באנק דירעקטאר, קלארא. דעמאלט איז ער געווארן זייער סוקסעספול אין זיינע געשעפטן, און האט באקומען די רשות אויפצושטעלן באן ליניעס, איבער די לענג און די ברייט פון אייראפע, אין עסטרייך, אין טערקיי, און אין די באלקאן לענדער, ער האט אויפגעשטעלט די טראנס באלקאן באן ליניע, פון טערקיי קיין מערב אייראפע, וואס איז געווען זייער דערפאלגרייך, ער האט צוליב דעם, זיך אריבערגעצויגן קיין פאריז, און באקומען פראצויזישע בירגערשאפט.

ער איז געשטארבן 21סטן אפריל 1896, אין א שטעטל אין סלאוואקיי. זיין ווייב קלארא, וועלכע האט פארגעזעצט ארויסצוהעלפן די פארפאלגטע רוסישע יידן, איז געשטארבן דריי יאר נאך אים 1טן אפריל, 1899.

די פארמעגן וואס זיי האבן פארטיילט, אין זייערע ברייטהארציקע צדקות, איז געשאצט אויף 18 מיליאן פונט שטערלינג, לויט די ווערט פון 19טן יאר הונדערט, אן אסטראנאמישע סומע אפילו פאר היינטיקע צייטן.

ער איז געווען א פילאנטראפ, פון אסאך יידישע ארגאניזאציעס. פאר כל ישראל חברים, האט ער צוויי מאל געגעבן א מיליאן פראנק. פארן פייערונג פון פראנץ יאזעף, אפצייכענענדיק פערציק יאר זינט ער איז געקרוינט געווארן, האט ער געגעבן א האלב מיליאן פונט, אויפצושטעלן מיטלשולן, אין גאליציע און אין בוקאווינא. אויסער דעם האט ער אויסגעגעבן מיליאנען, צו קומען צו הילף די רוסישע פליטים, ער האט אויפגעשטעלט יק"א, מיט א פאנד פון 2 מיליאן פונט, און דערנאך האט ער צוגעגעבן נאך 7, און נאכן טויט פון זיין ווייב, איז די פארמעגן וואס זיי האבן באקומען, געווען 11 מיליאן פונט.

בנימין זאב הערצל, האט זיך געטראפן מיט אים, אבער האט אים נישט איבערצייגט, אין וויכטיקייט פון שטיצן יידישע קאלאנאליזאציע אין פאלעסטינע, ער איז אבער נישט געווען קעגן ציוניזם.

גלייבנדיק אין יידישע ערד ארבעטער, האט ער אסאך אינוועסטירט אין יידישע אגריקולטור פרווונגען אין ארגענטינע, און אין ניו דזשערסי. ער האט אויך געהאלפן אויפשטעלן א "פאנד פארן וווילזיין פון יידישן אימיגראנט", וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן די אימיגראנטן, מיט לערנען ענגליש, ווי אויך א שולע צו לערנען א פאך, און אויך געלט שטיצע, די ערשטע צוויי יאר פון אן אימיגראנט אין אמעריקע.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.