אינזל פון ווייט

דער אינזל פון ווייט (ענגליש: Isle of Wight) איז א גראפנשאפט און דער גרעסטער אינזל פון ענגלאנד, פלאצירט אין דעם ענגלישן קאנאל, דורכשניטלעך 2–4 מייל (3–6 ק"מ) פון דעם דרום בארטן פון דער גראפנשאפט פון האמפשיר, געשיידט פונעם יאדערלאנד מיט א דורכגאס וואס הייסט דער סאלענט. דער אינזל באדעקט א שטח פון 384 קוואדראט ק"מ.

Isle of Wight UK locator map 2010
דער אינזל פון ווייט אין ענגלאנד
Flag of the Isle of Wight
פֿאָן

וועבלינקען

גרויסבריטאניע

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אינזל גרויסבריטאניע. אויב איר זוכט דאס לאנד, זעט פאראייניגטע קעניגרייך.גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער אינזל פון די בריטישע אינזלן און אויך דער גרעסטער אינזל אין אייראפע. זי ליגט צפון-מערב פון קאנטינענטאלער אייראפע און מזרח פון אירלאנד. גרויסבריטאניע פארנעמט דעם גרעסטן טייל פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. זי איז ארומגענומען מיט מער ווי 1000 קלענערע אינזלען.

ענגלישער קאנאל

דער ענגלישער קאנאל (ענגליש: English Channel, פראַנצויזיש: la Manche, דער "ארבל") איז אן ארעם פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס שיידט גרויסבריטאניע פון צפון פראנקרייך, און באהעפט דעם צפון ים צום אטלאנטיק. ער איז לאנג בערך 560 ק"מ, און זיין ברייט איז 240 ק"מ אין ברייטסטן פונקט אבער נאר 34 ק"מ אין דעם דורכגאס פון דאווער. ער באדעקט א שטח פון 75,000 ק"מ.די גרעסטע אינזלען אינעם קאנאל זענען דער אינזל פון ווייט, נישט ווייט פון סאוטהאמפטאן, ענגלאנד און די קאנאל אינזלען נאנט צום בארטן פון פראנקרייך.

פאראייניגטע קעניגרייך

דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד (ענגליש: United Kingdom of Great Britain and Northern Ireland), אפט גערופן אין קורצן דאס פֿאַראײניגטע קעניגרײך (United Kingdom) ,איז א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע אין צפון-מערב אייראפע.

גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער אינזל פון דעם געזעמל פון אינזלען, אדער ארכיפעלאג, באקאנט אלס די בריטישע אינזלען. ענגלאנד איז די גרעסטע און מערסט באקאנטע אפטיילונג פון דעם אינזל פון גרויס בריטאניע, אויפנעמענדיג די דרום און מזרח. וויילס איז אויף מערב און סקאטלאנד אויף צפון. צפון אירלאנד געפינט זיך ביים צפון-מזרח ווינקל פון אירלאנד, די צווייט גרעסטע אינזל אין די בריטישע אינזלען. די הויפטשטאט פון דעם פֿאַראײניגטן קעניגרײך‎‎ איז לאנדאן וועלכע געפינט זיך מער צו דרום-מזרח פון ענגלאנד.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט א גוטע עקאנאמיע, א סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע, און צום וויכטיקסטן איז עס א לאנד פון שלום און פרייהייט. בכלל ווערט עס פאררעכנט אלס הויך סטאנדארט לאנד צו וווינען.

א סך לענדער פון דער וועלט זענען אין די פארגאנגענהייט באאיינפלוסט געווארן פון דער בריטישער געשיכטע און קולטור. מיט יעדן פארבייגייענדיקן יאר ווערט ענגליש נענטער און נענטער צו ווערן דער וועלטס שפראך פאר געלערנטע מענטשן אזויווי לאטיין איז אמאל געווען. די סיבה דערפון איז די שטארקע פארשפרייטונג פון דער בריטישער אימפעריע אין די פארגאנגענע דריי דורות. אין אנהייב פון די 1900ער יארן (ווערט גערופן מיטן נאמען "דער 20סטער יארהונדערט") איז א דריטל פון דער וועלטס באפעלקערונג און א דריטל פון דער וועלטס לאנד אויבערפלאך געווען קאנטראלירט אין עפעס א וועג דורכן פאראייניקטן קעניגרייך. א סך לענדער האבן באקומען זעק מיט אימיגראנטן און זענען אנטוויקלט געווארן, ווי מען פלעגט עס דעמאלט רופן, אין טעכטער לענדער. די קאלאניעס (יישובים) האבן זיך עווענטועל פארמירט אייגענע רעגירונגן און זיך פארזעלבסשטענדיקט אלס דאמיניעס (ממשלות). למשל קאנאדע, אויסטראליע, און ניו זילאנד האבן פונקט אזא צושטאנד באקומען.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז א פירנדער מיטגלידשטאַט פונעם אייראפעישער פארבאנד און זיין פארגייער, די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע, זייט 1973. אום 23סטן יוני 2016 אבער, אין א רעפערענדום וועגן דעם לאנד׳ס מיטגלידערשאפט אינעם אייראפעישן פארבאנד, האבן 51.9% געוויילט אז מ׳זאל ארויסגיין.

גראפנשאפטן פון ענגלאנד

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.