אייראפעישער פארבאנד

דער אייראָפּעישער פֿאַראיין אדער דער אייראפעישער פאַרבאַנד (איי־פֿ) איז א פארבאנד פון 28 לענדער מיט א פאראייניגטן מארק און בשותפותדיקע אינסטיטוציעס. רוב פון די מיטגלידער מדינות טיילן זיך מיט דער זעלבער מטבע, דער איירא.

אין 1957 האבן זעקס לענדער אויפגעשטעלט די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע. מיט דעם האט זיך אנגעהויבן וואס איז היינט געווארן דער אייראפעישער פארבאנד.

Flag of Europe
דער פאן פונעם אייראפישן פארבאנד

געשיכטע

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז באשלאסן געווארן דער געדאַנק אַז אַן אייראפעישע צאמשטעלונג איז דער איינציגער וועג צו האַנדלען מיט די פארביי-גייענדע נאציאנאליזם פון וואס דער קאָנטינענט האט זיך געפלאגט. זשאַן מאָנע, ראבערט שומאַן און קאָנראַד אַדענאַוער האבן דאס איבערגעגעבן אין אַ רעדע אין יאר 1950, דער באַוואוסטער שומאַן פּלאַן. א יאָר שפּעטער איז די אייראפעישע קוילן און שטאָל געמיינדע געגרינדעט געווארן מיט דעם אפמאך פון פּאַריז דורך בעלגיע, פֿראַנקרייך, איטאליע, לוקסעמבורג, האלאנד און מערב דייטשלאַנד.

אין די 1950ער יארן איז אנגענומען געווארן אין אייראפע אז מען דארף פארשטערקערן די אינטעגראציע אויפן קאנטינענט. די קוילן און שטאל געמיינדע איז געווארן אַזוי געראָטן אַז אין יאר 1957 איז באַשלאָסן געווארן צו ציען ווייטערע צאמבינדונגען. דער אפמאך פון רוים, געחתמעט דורך די זעלבע זעקס לענדער האט געגרינדעט די אייראפעישע עקאָנאָמישע געמיינדע און די אייראַטאָם. נאך דעם בריסל אפמאך אין יאר 1965, האבן די דרייַ אָרגאַניזאַציעס זיך צאמגעשטעלט אין 1967, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו אַרבעטן אונטער דעם נאָמען אייראפעישע געמיינדע. דאס האט געפירט צום פאָרלייגן פון א קאמיסיע, ראט און פּאַרלאַמענט. בריטאניע, וואס האט מורא געהאט פון פארלירן איר סואוורעניטעט, האט זיך נישט איינגעשלאסן און האט אויפגעשטעלט, אום 3טן מיי 1960, א קאנקורענץ ארגאניזאציע - די אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע (EFTA), וואס האט איינגעשלאסן דאס פאראייניגטן קעניגרייך און נאך עטלעכע לענדער.‏[1]

אין יאר 1973, האבן דענמאַרק, אירלאַנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך זיך אייַנגעשלאָסן צו דער אייראפעישער געמיינדע. גריכנלאנד האט זיך אייַנגעשלאָסן אין יאר 1981, שפאניע און פּאָרטוגאַל אין יאר 1986. דער אפמאך פון מאַסטריכט האט באצייכענט די שאַפונג פון דעם אייראפעישן פֿאַרבאנד. דאס האט געלייגט דעם יסוד פֿאַר ווייַטער פארמען פון צוזאמענארבעט אין די געביט פון אויסערלענדישע ענינים און זיכערהייַט פּאָליטיק, לעגאַל און אינערלעכער ענינים, און אויך די פאָרמירונג פון דעם עקאנאמישע און געלט פאראיין און די פלענער פון שענגען צו שאפן אַ פרייען פארקער פאר מענטשן. אין יאר 1995 האבן עסטרייך, פינלאַנד און שוועדן זיך אייַנגעשלאָסן צום אייראפעישן פארבאנד.

דער איירא איז געווארן איינגעפירט אין יאר 2002. צען נייע לענדער האָבן זיך אייַנגעשלאָסן צום פארבאנד אין יאר 2004: ציפערן, עסטלאנד, אונגארן, לעטלאנד, ליטע, מאַלטאַ, פוילן, סלאָוועניע, סלאָוואַקײַ און טשעכיי. אין 2007, זענען צוקומען בולגאַריע און רומעניע, און אין 2013, קראאטיע. אַזוי האט דער אייראפעישער פארבאנד היינט 28 מיטגליד שטאַטן.

נאמען

דער נאמען פונעם פארבאנד אין די פארשידענע אפיציעלע שפראכן:

שפראך נאמען
אונגאריש Európai Unió
איטאליעניש Unione europea
איריש An tAontas Eorpach
בולגאריש Европейски съюз
גריכיש Ευρωπαϊκή Ένωση
דייטשיש Europäische Union
דעניש Den Europæiske Union
האלענדיש Europese Unie
טשעכיש Evropská unie
ליטוויש Europos Sąjunga
לעטיש Eiropas Savienība
מאלטעזיש Unjoni Ewropea
סלאוואקיש Európska únia
סלאוועניש Evropska unija
ענגליש European Union
עסטיש Euroopa Liit
פארטוגעזיש União Europeia
פויליש Unia Europejska
פֿיניש Euroopan unioni
פֿראנצויזיש Union européenne
קראאטיש Europska unija
רומעניש Uniunea Europeană
שוועדיש Europeiska unionen
שפאניש Unión Europea

געאגראפיע

EU map blank

די מיטגליד שטאטן פונעם אייראפעישן פארבאנד באדעקן א שטח פון 4,423,147 קוואדראט ק"מ (1,707,787 קוואדראט מייל). דער העכסטער שפיץ איז מאן בלאנק אין די אלפן, 4,810.45 מעטער (15,782 פיס) איבערן ים פלאך. דער נידריקסטער פונקט אינעם איי־פֿ איז זידפלאספאלדער אין האלאנד, 7 מ (23 פיס) אונטערן ים פלאך. די לאנדשאפט, קלימאט און עקאנאמיע פונעם איי־פֿ זענען באאיינפלוסט פון זיין בארטן־ליניע וואס איז לאנג 65,993 ק"מ (41,006 מייל).

די באפעלקערונג פונעם אייראפעישן פארבאנד וואוינט בעיקר—75%—אין שטאטישע שטחים. שטעט זענען פארשפרייט איבערן פארבאנד, אבער גאר א סך זענען קאנצענטרירט אין און ארום בענעלוקס.

מיטגליד לענדער

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד

זייט דעם 1טן יולי 2013 אנטהאלט דער אייראפעישער פֿאַרבאַנד 28 מיטגליד שטאַטן, אַ טעריטאָריע פון 4,423,147 ק"מ² און בערך 510,000,000 איינוואוינער. אויב מען וואלט אים פאררעכנט ווי אַ לאנד, איז דער אייראפעישער פֿאַרבאַנד דער זיבעטער גרעסטער אָרט אין דער וועלט אין טעריטאָריע, און דער דריטער נאָך כינע און אינדיע אין באַפעלקערונג.

EU28-candidate countries map

██ מיטגליד לענדער

██ קאנדידאט לענדער

██ פאטענציעלע קאנדידאט לענדער

גרינדערס
אריינגעטרעטן 1973
אריינגעטרעטן 1981
פארלאזט 1985
אריינגעטרעטן 1986
אריינגעטרעטן 1990
אריינגעטרעטן 1995
אריינגעטרעטן 2004
אריינגעטרעטן 2007
אריינגעטרעטן 2013


*גרינלאנד האט אריינגעטרעטן אלס טייל פון דענמארק, אבער שפעטער האט באקומען א מאס אויטאנאמיע, און האט באשלאסן צו פארלאזן די געמיינדע.
**מזרח דייטשלאנד און מערב דייטשלאנד זענען געווארן פאראייניקט אין 1990, און זייט דעמאלסט איז דאס פאראייניקטע לאנד א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד.
***צפון ציפערן איז אפיציעל א טייל פון ציפערן (און דעם איי־פ) אבער די רעגירונג הערשט נישט דארט.

כדי צו ווערן א מיטגליד, דארף א לאנד זיך צופאסן צו די קאפנהאגן קריטעריע, וואס זענען געווארן דעפינירט ביי דער 1993 אסיפה פונעם אייראפעישן ראט אין קאפנהאגן. די קריטעריע פאדערן א סטאבילע דעמאקראטיע וואס רעספעקטירט מענטשן־רעכטן און די הערשפאט פון געזעץ, א מארק עקאנאמיע, און אננעמען אלע התחייבותן פון מיטגלידערשאפט, כולל איי־פֿ געזעץ. קיין לאנד האט קיינמאל נישט פארלאזט דעם פארבאנד, כאטש גרינלאנד (אן אויטאנאמישער פראווינץ פון דענמארק) האט צוריקגעצויגן אין 1985. דער ליזבאן אפמאך אנטהאלט א פאראגראף לויט וואס א מיטגליד קען פארלאזן דעם פארבאנד.

די זעקס לענדער איסלאנד, אלבאניע, באסניע און הערצעגאווינע, מאנטענעגרא, מאקעדאניע, סערביע און טערקיי זענען "קאנדידאט לענדער", ד"ה זיי קומען אין באטראכט פאר מיטגלידערשאפט.

פאליטיק

דער אייראפעישער פארבאננד האט זיבן אנשטאלטן: דער אייראפעישער פארלאמענט, דער ראט פונעם אייראפעישן פארבאנד, די אייראפעאישע קאמיסיע, דער אייראפעישער ראט, דער אייראפעישער צענטראלבאנק, דער געריכט פונעם אייראפעישן פארבאנד און דער אייראפעישער רעכענונגס הויף.

עקאנאמיע

איין צוועק פונעם איירא איז צו שאפן אן איינציקן מארק דורך, למשל, מאכן גרינגער פאר בירגער צו פארן, פארמיידן קורס פראבלעמען, שאפן א פאראיינגטן פינאנציעלן מארק און נידעריגע פראצענט צינזן. נאך א צוועק איז צו שאפן א וואלוטע וואס ווערט געניצט אינטערנאציאנאל און געשיצט קעגן שאקן דורכן גרויסן קוואנטיטעט פון האנדל אינערהאלב דער אייראזאנע.

סביבה

אין 2007, האבן די מיטגלידער שטאטן מסכים געווען אז דער אייראפעישער פאראיין זאל ניצן 20% דערנייבארע ענערגיע אין צוקונפט.

דעמאגראפיע

די גארע באפעלקערונג פונעם אייראפעישן פארבאנד אין 2013 איז געשאצט צו 505,665,739.

אינעם איי־פֿ געפינען זיך 16 שטעט מיט א באפעלקערונג העכער פון א מיליאן; די גרעסטע פון זיין איז לאנדאן.

ראַנג נאמען פון שטאָט לאנד באפעלקערונג
1 Lesser Coat of Arms of The City of London.svg לאנדאן פאראייניגטע קעניגרייך 11,905,500
2 Blason paris 75.svg פאריז פראנקרייך 11,532,409
3 Blason de Madrid.svg מאדריד שפאניע 5,804,829
4 Country symbol of Berlin color.svg בערלין דייטשלאנד 4,971,331
5 Historic Arms of Barcelona.svg בארצעלאנע שפאניע 4,440,629
6 Coats of arms of None.svg אטען גריכנלאנד 4,013,368
7 Blason ville it Rome.svg רוים איטאליע 3,457,690
8 DEU Hamburg COA.svg האמבורג דייטשלאנד 3,134,620
9 Milano-Stemma 2.svg מילאן איטאליע 3,076,643
10 Katowice Herb.svg קאטאוויץ פוילן 2,710,397

אין 2010, האבן געוואוינט 47.3 מיליאן מענטשן אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס זענען געבוירן אין אן אנדער לאנד נישט וואו זיי האבן געוואוינט. דאס איז 9.4% פון דער גאנצער איי"פֿ באפעלקערונג. פון זיי these, 31.4 מיליאן (6.3%) זענען געבוירן געווארן אינדרויסן פונעם איי"פֿ און 16.0 מיליאן (3.2%) זענען געבוירן געווארן אין אן אנדער איי"פֿ מיטגליד שטאַט. די גרעסטע צאל מענטשן געבוירן אינדרויסן פונעם איי"פֿ זענען געווען אין דייטשלאנד (6.4 מיליאן), פראנקרייך (5.1 מיליאן), דאס פאראייניגטע קעניגרייך (4.7 מיליאן), שפאניע (4.1 מיליאן), איטאליע (3.2 מיליאן), און האלאנד (1.4 מיליאן).

שפראכן

דער אייראפעישער פארבאנד האט 24 אפיציעלע שפראכן: אונגאריש, איטאליעניש, איריש, בולגאריש, גריכיש, דייטשיש, דעניש, האלענדיש, טשעכיש, ליטוויש, לעטיש, מאלטעזיש, סלאוואקיש, סלאוועניש, ענגליש, עסטיש, פארטוגעזיש, פויליש, פֿיניש, פֿראַנצויזיש, קראאטיש, רומעניש, שוועדיש און שפאניש. געזעצן און אלע וויכטיקע דאקומענטן ווערן איבערגעזעצט אין אלע 24 שפראכן. די אלע שפראכן שרייבט מען מיט גלחישער שריפט, אחוץ בולגאריש, געשריבן אין קירילישער שריפט, און גריכיש, געשריבן מיטן גריכישן אלפאבעט.

רעליגיע

וועבלינק

רעפערענצן

  1. וועבזייטל פון EFTA, "EFTA through the years"
13טן דעצעמבער

דער 13טער דעצעמבער איז דער 347סטער טאג פון יאר (348סטער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 18 טעג.

1981

‏1981 איז דאס 81סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1981 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

1986

‏1986 איז דאס 86סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1986 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

דאס יאר ניינצן זעקס און אכציג האט אנגעהויבן מיטוואך.

1990ער

פאראייניקונג פון דייטשלאנד דעם 3טן אקטאבער 1990

די איינגאס מלחמה קעגן איראק אין 1991

ליקווידאציע פונעם סאוועטן פארבאנד אין 1991 - סוף פונעם קאלטן קריג

עריטרעע ווערט זעלבשטענדיג פון עטיאפיע

צפון תימן און דרום תימן פאראייניקן זיך אין תימן

דער אייראפעישער פארבאנד אויסגערופן אין 1992

דאס פאראייניגטע קעניגרייך גיט איבער די הערשאפט איבער האנג קאנג צו כינע אום 1טן יולי 1997

19טן יאנואר

19 יאנואר איז דער 19טער טאג פון יאר אין דער דריטער וואך, אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 346 טעג (347 אין אן עיבור־יאר).

2013

‏2013 איז דאס 13טע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 2013 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

26סטן מיי

דעם 26סטן מיי איז דער 146סטער טאג פון יאר (147סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 219 טעג.

7טן פעברואר

דעם 7טן פעברואר איז דער 38סטער טאג פון יאר אין דער זעקסטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 327 טעג (328 אין אן עיבור־יאר).

אייראזאנע

די אייראזאנע איז די גרופע פון לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס האבן אדאפטירט די איירא (€) ווי זייער וואלוטע. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז פאראנטווארטלעך צו פארוואלטן מיטן אנבאט פון געלט אין דער אייראזאנע. פאליטישע באשלוסן וועגן דעם איירא זענען די געביט פון דער "איירא גרופע", וואס באשטייט פון פארטרעטער פון די לענדער אין דער אייראזאנע.

אייראפעאישע קאמיסיע

אייראפעאישע קאמיסיע (אפיציעל די קאמיסיע פון די אייראפעאישע געמיינדעס) איז איינע פון די פינף ארגאניזאציעס וואס פארוואלטן דעם אייראפעאישן פארבאנד. די קאמיסיע פירט די טאג־טעגלעכע ענינים פונעם אייראפעאישן פארבאנד, און שרייבט געזעצן.

די קאמיסיע האט 27 מיטגלידער, איינער פון יעדן שטאַט אין דעם אייראפעאישן פארבאנד. איינער פון זיי איז דער פרעזידענט פון דער קאמיסיע. די קאמיסיע זיצט אין בריסל.

אייראפעישער צענטראלבאנק

דער אייראפעישער צענטראַל־באַנק איז דער הויפט באנק פונעם אייראפעישן פארבאנד. דער באנק איז הויפטקווארטירט אין פראנקפורט אם מיין. דער ציל פונעם באנק איז צו האלטן פרייזן אין אייראפע סטאביל, אז אינפלאציע זאל נישט איבערשטייגן 2%.

דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז דער איינציקער באנק וואס מעג ארויסגעבן איירא באנקנאטן (€), וואס מען ניצט אי די 16 לענדער אין דער אייראזאנע.

אפמאך פון פאריז (1951)

דער אָפמאַך פֿון פאַריז איז געחתמ'עט געוועארן דעם 18טן אפריל 1951 צווישן פראנקרייך, מערב דייטשלאנד, איטאליע און די דריי בענעלוקס לענדער (בעלגיע, לוקסעמבורג און האלאנד), און האט אויפגעשטעלט די אייראפעישע קויל און שטאל געמיינדע (ECSC), וואס איז שפעטער געווארן א טייל פונעם אייראפעישן פארבאנד. דער אפמאך איז ארײַנגעקומען אין קראפט דעם 23סטן יולי 1952 און איז אויסגעגאנגען נאך פופציג יאר, דעם 23סטן יולי 2002.

בריסל

דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט פון בריסל. טאמער זוכט איר די ראיאן שטאט, זעט בריסל ראיאן.בריסל שטאָט (האלענדיש: Brussel-Stad; פראַנצויזיש: Bruxelles-Ville; דייטשיש: Brüssel) איז די הױפּטשטאָט פֿון בעלגיע, און פון פלאנדערן. די שטאט האט א שטח פון 32.61 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז געווען 144,784 אום 1טן יאנואר 2006.

זייטן סוף פונעם צווייטן וועלט קריג, איז בריסל געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אינטערנאציאנעלער פאליטיק. די הויפט אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד געפינען זיך אין בריסל, ווי אויך די הויפטקווארטיר פון דער נארד אטלאנטיק אפמאך ארגאניזאציע (NATO). בריסל איז געווארן א פֿילשפראכיקע היים פון אסאך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס, פאליטיקער, דיפלאמאטן און ציוויל־דינער.בריסל איז דער גאסטגעבער פון די הויפט פאליטישע אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד. דער אייראפעישער פארבאנד האט נישט קיין אפיציעלן הויפטשטאט, אבער דער אפמאך פון אמסטערדאם שענקט בריסל מיטן זיץ פון דער אייראפעאישע קאמיסיע.

ברעקסיט

ברעקסיט (ענגליש BREXIT) איז דער טיטל פונעם קאמפיין אז דאס פאראייניגטע קעניגרייך זאל פארלאזן דעם אייראפעישן פאראיין.

אן אפיציעלער רעפערענדום איז געווארן אפגעהאלטן אום 23סטן יוני 2016 צו הערן די מיינונג איבער דעם פונעם בריטישן פאלק. א מערהייט פון צוויי און פופציג פראצענט האבן געוועלט אז ענגלאנד זאל פארלאזן דעם אייראפעישן פארבאנד.

האלאנד

האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ קליין לאַנד אין אײראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 16 מיליאן. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".

די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם, דען האג און ראטערדאם. אַמסטערדאַם איז די הױפּטשטאָט , אבער די רעגירונג און פארלאמענט זיצן אין דען האג.

דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע–אזוי גרויס ווי די נעקסט דריי גרעסטע צוזאמען.

די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.

האלאנד איז זייער א פלאך לאנד; נאר 50% פונעם לאנד איז מער ווי איין מעטער איבער דם ים־פלאך. אומגעפער 17% פונעם שטח פון לאנד איז פריער געווען וואסער (ים און אזערעס) און מענטשן האבן געמאכט דארט א יבשה.

האלאנד האט גאר א גרויסע באפעלקערונג ענגקייט פון 406 מענטשן א ק"מ2. האלאנד איז דער וועלטס צווייטער גרעסטער עקספארטירער פון עסן און לאנדווירטשאפט פראדוקטן, נאך די פאראייניגטע שטאטן, א דאנק וואס זיין ערד איז גוט פרוכפערדיק און דאס לאנד האט א צארטן קלימאט.

האלאנד איז איינע פון די ערשטע לענדער אין דער וועלט צו האבן א געוויילטן פארלאמענט; זייט 1848 איז זיין רעגירונג א פארלאמענטארע דעמאקראטיע און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע. האלאנד ווערט גערעכנט א גאנץ ליבעראל לאנד.

האלאנד איז א גרינדער מיטגליד אין די אייראפעישער פארבאנד, אייראזאנע, G-10, נאטא, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און וועלט האנדל ארגאניזאציע. פינף אינטערנאציאנאליע געריכטן זענען פלאצירט אין האלאנד, ווי אויך די אייראפעישע קרימינעל אינטעליגענץ אגענטור אייראפאל. האלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע.

האלאנד האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, און ראנגירט 17ט צווישן 177 לענדער לויטן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט.

לוקסעמבורג

די גרויסהערצאגשאפט פון לוקסעמבורג (לוקסעמבורגיש: Groussherzogtum Lëtzebuerg, פראַנצויזיש: Grand-Duché de Luxembourg, דייטשיש: Großherzogtum Luxemburg) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע, וואס גרענעצט זיך מיט בעלגיע, פראנקרייך, און דייטשלאנד. די באפעלקערונג פון לוקסעמבורג איז ווינציקער ווי א האלבער מיליאן אין א שטח פון 2,586 קוואדראט ק"מ.לוקסעמבורג איז דעמאקראטיע מיט א פארלאמענט און א קאנצטיטוצענעלע מאנארכיע, באהערשט פון א גרויסהערצאג. ער איז די איינציגסטע איבערגעבליבענע סואוורענע גרויסהערצאגשאפט. דאס לאנד האט א שטראק-אנטוויקלטע עקאנאמיע, מיט דער העכסטער פראדוקט ווערדע א קאפ אויף דער וועלט. זיין היסטארישע און סטראטעגישע חשיבות קערן צוריק ביז זיין גרינדונג אלס א רוימישע פעסטונג און אלס פראנקישע שלאס אין די פריערדיקע מיטל עלטער.

לוקסעמבורג איז אן עטאבלירונג מיטגליד פון דעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניקטע פעלקער, בענעלוקס און דער מערב אייראפעישער פארבאנד; דאס ווייזט אויף דער שטארקער קאנצענזוס פאר עקאנאמישער, פאליטישער און מיליטערישער אינטעגראציע. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט לוקסעמבורג איז די היים פון עטלעכע אינצטיטוציעס און אגענטורן פון דעם אייראפעישן פארבאנד.

לוקסעמבורג איז א דריישפראכיש לאנד—פראנצויזיש, דייטשיש און לוקסעמבורגיש זענען אלע אפיציעלע שפראכן. כאטש דער שטאַט איז סעקולער, די באפעלקערונג איז הערשנדיק קאטויליש.

מען ציילט אין דער אידישער קהילה מער 1500 מיטגלידער, צוויי שולן עקזיסטירן אין דער מדינה, די ערשטע אין דער הויפטשטאט לוקסעמבורג און די צווייטע אין עש-סור-אלזעט. חב"ד ליובאוויטש אין לוקסעמבורג וואס זיינען פון די איינציקע אידן וואס רעדן אידיש דארט.

ליסטע פון לענדער לויט פראדוקט ווערדע

דא וועט ווערן געברענגט א ליסטע פון לענדער פון דער וועלט לויט זייער פראדוקט ווערדע (GDP) (די ווערט פון אלע גוטער און דינסטן פראדוצירט אין א לאנד במשך א געוויסן יאר). די GDP דאלאר אפשאצונגען ווערן גערעכנט לויטן קויפן קראפט (PPP).

מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד

א מיטגלידשטאַט פונעם אייראפעישן פֿאַרבאַנד איז איינער פון די 28 לענדער וואס האט זיך באטייליקט אינעם אייראפעישן פארבאנד (EU) זייט זיין גרינדונג אין 1958 ווי די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע (EEC). פון אן אנהייב מיטגלידשאפט פון זעקס שטאטן, איז ער פארגרעסערט געווארן פינף מאל. די גרעסטע פארגרעסערונג איז געווען דעם 1טן מיי 2004, ווען צען לענדער האבן זיך אריינגעטראטן. דער לעצטער מיטגליד איז געווען קראאטיע אין 2013.

איידער א שטאט קען זיך אריינטרעטן אינעם אייראפעישן פֿאַרבאַנד, מוז ער זיך צופאסן צו די עקאנאמישע און פאליטישע געביטן וואס מ'רופט די "קאפנהאגענער קריטעריעס". ד"ה דאס לאנד דארף זיין דעמאקראטיש פון א

פרייען מארק און רעספעקט פאר דער הערשאפט פון געזעץ. בכדי א נייער שטאט זאל ווערן א מיטגליד פאדערט די הסכמה פון אלע מיטגליד שטאטן ווי אויך דער אייראפעישער פארלאמענט.

פּאַן-אייראפעישער פארבאנד

פּאַן-אייראפעישער פארבאנד

איז די אָולדאַסט אייראפעישער יונאַפאַקיישאַן באַוועגונג.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.