אייראפע

אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.

אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.

אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.[1]

כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.

לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:

דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:

אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.

די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.

אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.

די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.

אייראפע
מאפע פון אייראפע
שטח 10,180,000 ק"מ2
באפעלקערונג 739,165,030
לענדער 50 (ליסטע)
שפראכן אייראפעישע שפראכן
צייט זאנעס UTC ביז UTC+6
אייראפע אין דער וועלט

היסטאריע

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פון אייראפע

פונעם 7טן יארהונדערט, איז די ביזאנטישע אימפעריע געווארן שטארק אנגערירט פון דעם אנהייב פון איסלאם און די כאליפאטן. מוסולמענער אראבער האבן ערשט אינוואדירט רוימישע טעריטאריע אונטער אבו באקר, דער ערשטער כאליף פונעם ראשידון כאליפאט, וואס איז אריין אין סיריע און רוימישער מעסאפאטאמיע. אונטער אומאר, דער צווייטער כאליף, האבן די מוסולמענער באשטימענדיק איינגענועמן סיריע און מעסאפאטאמיע, ווי אויך רוימישע פאלעסטינע, רוימישע עגיפטן, און טיילן פון קליין אזיע און רוימישע צפון אפריקע. דאס האט ממשיך געווען אונטער די שפעטערדיקע ראשידון כאליפן און אונטערן אומאישן כאליפאט, וואס האט איינגענומען גאנץ מיטלענדישע צפון אפריקע און רוב פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען ציפערן, מאלטא, קרעט, סיציליע און טייל פון דרום איטאליע.

די מוסולמענער האבן אנגעהויבן אינוואדירן דעם איבערישן האלבאינזל דעם 30סטן אפריל 711, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין גיבראלטאר אונטער טאריק איבן זאיאד. פון דארט זענען זיי געגאנגען ווייטער צפונדיק. במשך אכט יאר איז כמעט דער גאנצער איבערישער האלבאינזל געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער אומאישער אימפעריע. זיי זענען ווייטער געגאנגען אריבער די פירענעען אבער זיי זענען באזיגט געווארן אינעם קאמף פון טור.

אין 750 האבן די אבאסידן אראפגעווארפן די אומאיאדן און זיי אויסגעהרגעט.

אין 962 איז געגרינדעט געווארן די הייליגע רוימישע אימפעריע אונטער דעם פראנקישן מלך קארל דער גרויסער, וואס דער פויבסט האט אים געזאלבט "קייסער"".

פון דעם 15טן יארהונדערט ביזן 17טן יארהונדערט זענען אייראפעישע אויספארשער ארומגעפארן די וועלט אויספארשן נייע לענדער.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך ביים סוף פונעם 18טן יארהונדערט האט געברענגט צו דייטיקע ענדערונגען אין אייראפע: גרעסערע פראספעריטעט און וואוקס אין באפעלקערונג, אבער האט אויך צעטרייסלט די טראדיציאנעלע עקאנאמישע און געזעלטשאפטלעכע סטרוקטור. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט די מאפע פון אייראפע שטארק געטוישט מיט עטלעכע נייע לענדער.

געאגראפיע

BlankMap-Europe2

אייראפע איז א האלבאינזל וואס פארנעמט דעם מערבדיקן פינפטל פון אייראפע־אזיע. די ים גרענעצן פון אייראפע זענען דער ארקטישער אקעאן צו צפון, דער אטלאנטישער אקעאן צו מערב, און די מיטלענדישער, שווארצער און קאספישער ימען צו דרום. אין דרום געפינען זיך בארגקייטן: די אלפן, די פירענעען און די קארפאטן בערג. מער צו צפון געפינט זיך דער גרויס־אייראפעאישער פלוין.

קלימאט

אייראפע ליגט בעיקר אין די מילדע קלימאט־זאנעס. צוליב דעם גאלף-שטראם, וואס ברענגט ווארעמע וואסער צו די ברעגן פון אייראפע, איז דער קלימאט אין אייראפע מילדער ווי אין אנדער ערטער ביי די זעלבע גארטל ליניעס. דער גאלף־שטראם ווערט גערופן "אייראפעס צענטראל־הייצונג".

דערפאר זענען די יערלעכע דורכשניט טעמפעראטורן אין נאפאלי 16 °C ‏(60.8 °F), קעגן 12 °C‏ (53.6 °F) אין ניו יארק (אויף כמעט דער זעלבער גארטל־ליניע). אויך בערלין, דייטשלאנד, וואס איז אויף דער זעלבער גארטל־ליניע ווי קאלגארי, קאנאדע און אירקוטסק אין אזיאטישן רוסלאנד, האט א דורכשניט יאנואר טעמפעראטור ‏8 °C (15 °F) העכער ווי אין קאלגארי און כמעט 22 °C (40 °F) העכער ווי אין אירקוטסק.

דעמאגראפיע

אין יאר 2005 איז די באפעלקערוענג פון אייראפע געשאצט געווארן 731 מיליאן לויט די פאראייניגטע פעלקער, א ביסל מער ווי א ניינטל פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער וועלט.

פאליטישע געאגראפיע

די לענדער פון אייראפע זענען כולל די 27 מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד.

לענדער פֿון אייראָפּע
אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד סלאָוועניע סלאָוועניע
Flag of Hungary.svg אונגארן Flag of Turkey.svg טערקײַ Flag of Serbia.svg סערביע
אוקרײַנע אוקראַיִנע (אוקרײַנע) Flag of the Czech Republic.svg טשעכיי (טשעכיע) עסטלאַנד עסטלאַנד
Flag of Italy.svg איטאליע לוקסעמבורג לוקסעמבורג עסטרײַך עסטרײַך
איסלאַנד איסלאַנד ליטע ליטע פּאָרטוגאַל פּאָרטוגאַל
אירלאַנד אירלאַנד ליכטנשטיין ליכטנשטיין פּוילן פּוילן
אַלבאַניע אַלבאַניע לעטלאַנד לעטלאַנד Wielka Brytania (גרויסבריטאַניע) פאראייניגטע קעניגרייך
אַנדאָראַ אַנדאָראַ מאָלדאָווע מאָלדאָווע פֿינלאַנד פֿינלאַנד
Flag of Bosnia and Herzegovina.svg באסניע און הערצעגאווינע מאַלטאַ מאַלטאַ פֿראַנקרײַך פֿראַנקרײַך
בולגאַריע בולגאַריע מאָנאַקאָ מאָנאַקאָ Flag of Cyprus.svg ציפּערן
ווײַסרוסלאַנד בעלארוס (ווײַסרוסלאַנד) Flag of Montenegro.svg מאנטענעגרא קראָאַטיע קראָאַטיע
בעלגיע בעלגיע Flag of North Macedonia.svg מאקעדאניע רומעניע רומעניע
גריכנלאַנד גריכנלאַנד נאָרוועגיע נאָרוועגיע Rosja (Federacja Rosyjska) רוסלאַנד
דײַטשלאַנד דײַטשלאַנד נידערלאַנדן (האָלאַנד) נידערלאַנדן (האָלאַנד) שווייץ שווייץ
דענמאַרק דענמאַרק סאַן מאַרינאָ סאַן מאַרינאָ שוועדן שוועדן
וואַטיקאַן וואַטיקאַן סלאָוואַקײַ סלאָוואַקײַ שפּאַניע שפּאַניע

עקאנאמיע

Europe gdp map-1-
European and bordering nations by GDP (nominal) per capita in 2006

אייראפע האט די גרעסטע עקאנאמיע פון אלע קאנטינענטן. צווישן די לענדער אין אייראפע, די רייכסטע זענען די מערב לענדער; די מזרח לענדער קומען ערשט ארויס פון דעם איינבראך פון די סאוועטן פארבאנד און יוגאסלאוויע. דער אייראפעישער פארבאנד, א צווישן-רעגירונג קערפער פון 27 אייראפעישע שטאטן איז דער גרעסטער איינציקער עקאנאמישער שטח אין דער וועלט. אצינד, 15 לענדער באניצן דעם איירא ווי א שותפותדיקע וואלוטע.

פינף אייראפעישע לענדער ווערן פאררעכנט צווישן די ערשטע צען עקאנאמיעס לויטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט. דאס שליסט איין (ראנגען לויטן CIA): דייטשלאנד (5), דאס פאראייניגטע קעניגרייך (6), רוסלאנד (7), פראנקרייך (8), און איטאליע (10).[2]

שפראך

אייראפעישע שפראכן געהערן כמעט אלע צו דריי גרופעס פון די אינדא-אייראפעישע שפראכן: די ראמאנישע שפראכן, וואס שטאמען פון לאטיין פון דער רוימישער אימפעריע; די דייטשישע שפראכן, וואס שטאמען פון דרום סקאנדינאוויע; און די סלאווישע שפראכן.

די סלאווישע שפראכן האבן די מערסטע מוטערשפראך רעדער אין אייראפע, און ווערן גערעדט אין צענטראלע, מזרח און דרום־מזרח אייראפע.

רעפערענצן

  1. "Global: UN Migrants, Population". Migration News. January 2010 Volume 17 Number 1.
  2. The CIA World Factbook - GDP (PPP). CIA (2008-07-15). דערגרייכט דעם 2008-07-19.
אונגארן

אונגאַרן (אױך׃ אונגערן, אונגאַריש: Magyarország מאָדיאָראָרסאַג) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך, סלאוואקיי, אוקראינע, רומעניע, סערביע, קראאטיע און סלאוועניע. זײַן הױפּטשטאָט איז בודאַפּעשט.

אונגארן איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און איז א שענגען לאנד. די אפיציעלע שפראך איז אונגאריש.

בעלארוס

בעלארוס (בעלארוסיש: Беларусь; רוסיש: Белору́ссия, Белару́сь; פויליש: Białoruś) (אויך באקאנט אלס ווייסרוסלאנד אדער רייסן), איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרענעץ. זיינע גרענעצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. די הויפטשטאט איז מינסק. אנדערע גרויסע שטעט זענען באברויסק, בריסק, האמעל, הראדנא, וויטעבסק און מאהילעוו. א דריטל פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער.

די באפעלקערונג פון לאנד איז 9,849,000.

דייטשלאנד

דײַטשלאַנד (דייטשיש: Deutschland דױטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטאַטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין 1871. פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. עס האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 קוואדראט קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט. באָן, וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד, האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען, אבער היינט זיינען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין. די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע.

דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין (אי-יו) נאך דעם פאראייניקטן קעניגרייך. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע.

נאָך די פאַרייניקטע שטאַטן, איז דייַטשלאַנד די צווייט מערסט פאָלק־אימגראציע ציל אין דער וועלט.‏דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע (אן גרענעצן) און האט אדאפטירט די איירא (די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע) אום 1999.

האלאנד

האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ קליין לאַנד אין אײראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 16 מיליאן. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".

די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם, דען האג און ראטערדאם. אַמסטערדאַם איז די הױפּטשטאָט , אבער די רעגירונג און פארלאמענט זיצן אין דען האג.

דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע–אזוי גרויס ווי די נעקסט דריי גרעסטע צוזאמען.

די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.

האלאנד איז זייער א פלאך לאנד; נאר 50% פונעם לאנד איז מער ווי איין מעטער איבער דם ים־פלאך. אומגעפער 17% פונעם שטח פון לאנד איז פריער געווען וואסער (ים און אזערעס) און מענטשן האבן געמאכט דארט א יבשה.

האלאנד האט גאר א גרויסע באפעלקערונג ענגקייט פון 406 מענטשן א ק"מ2. האלאנד איז דער וועלטס צווייטער גרעסטער עקספארטירער פון עסן און לאנדווירטשאפט פראדוקטן, נאך די פאראייניגטע שטאטן, א דאנק וואס זיין ערד איז גוט פרוכפערדיק און דאס לאנד האט א צארטן קלימאט.

האלאנד איז איינע פון די ערשטע לענדער אין דער וועלט צו האבן א געוויילטן פארלאמענט; זייט 1848 איז זיין רעגירונג א פארלאמענטארע דעמאקראטיע און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע. האלאנד ווערט גערעכנט א גאנץ ליבעראל לאנד.

האלאנד איז א גרינדער מיטגליד אין די אייראפעישער פארבאנד, אייראזאנע, G-10, נאטא, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און וועלט האנדל ארגאניזאציע. פינף אינטערנאציאנאליע געריכטן זענען פלאצירט אין האלאנד, ווי אויך די אייראפעישע קרימינעל אינטעליגענץ אגענטור אייראפאל. האלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע.

האלאנד האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, און ראנגירט 17ט צווישן 177 לענדער לויטן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט.

ווארשע

וואַרשע (פּױליש: Warszawa) איז די הויפּטשטאָט פֿון פּױלן. זײַן באַפֿעלקערונג איז 1,697,596 (אין יאָר 2005).

ייִדן האָבן געוווינט אין וואַרשע זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, דאָס רובֿ וואַרשעווער ייִדן האָבן דעמאָלט גערעדט ייִדיש.

ביים חורבן האבן די נאַציס אויפֿגעשטעלט אין וואַרשע די גרעסטע געטאָ מיט 450,000 מענטשן (זעט מער: וואַרשעווער געטאָ).

וויען

וויען (דייטשיש: Wien; אונגאריש: Bécs; פויליש: Wiedeń) איז די הויפטשטאט פון עסטרייך, און אויך איינער פון די ניין שטאטן פון עסטרייך. מיט א באפעלקערונג פון 1.7 מיליאן, איז וויען קלאר די גרעסטע שטאט אין עסטרייך, ווי אויך דער קולטור, עקאנאמישער און פאליטישער צענטער. זי איז די 10טע גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד.

וויען ליגט אין דער מזרח זייט פון עסטרייך גאנץ נאנט צו טשעכיי, סלאוואקיי און אונגארן.

חורבן אייראפע

חורבן אייראפע אדער גזירות ת"ש-תש"ה (ענגליש: האלאקאסט - Holocaust, פון א גריכיש ווארט גענצליך פארברענט; העברעיִש: שואה, חורבן און פארטיליגונג) באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין אייראפע, סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן אידן, און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם צווייטן וועלט קריג. אויסגעפירט דורכן מערדער היטלער דער פירער פון נאצי דייטשלאנד און זיין רעגירונג, מיט די הילף פון אירע פארבינדעטע, אלס די אפיציעלע אגענדע פון דער נאצי פארטיי צו לעזן די "יודענפראגע" און פארוויסטן די וועלט פון יעדן איד.

הגם נאצי דייטשלאנד האט נאך מיליאנען מענטשן פון פארשידענע אנדערע קרייזן פארטיליקיט, למשל די ציגיינער, איז אבער די אידן געווען מיט א סיסטעם, פון פונקטליכע ליסטעס און מאפעס, מיט נומערן און העכסט געהיימע פלענער מער פון די מיליטערישע סודות, קודם דורך שיסן, און ווען די דייטשע סאלדאטען זענען געווארן דעמאליזירט פון אזויפיל שיסערייען האט מען אויפגעשטעלט גאז קאמערן צו עלעמינירן דעם פראבלעם דורך פארשנעלערן און פארשטילערן דעם מאסן פארטיליקונג. אין דער היסטאריע פון די יידן האט מאן טאקע מער ווי איין מאל זיי רודף געווען, דאך איז חורבן אייראפע גאנץ באזונדער אין פארנעם, בפרט דער עטנישער מארד פון נישט נאר יידן, נאר אפילו וואס די רשעים האבן גערופן האלב-יידן, און אפילו ווען זיי האבן געשמד'ט. אין געוויסע צייטן האט מען פרובירט אויסמערדן די רויטל אינדיאנער, און די ארמענער, און פארשידענע שבטים אין אפריקע און אזיע, אבער אזא אכזריות יארן לאנג ווי די נאציס האבן אדורכגעפירט האט נישט קיין פארגלייכן.

דער חורבן האט פאסירט אין יעדן ארט וואו די דייטשע אינוואזיע איז צועקומען, כולל צפון אפריקע. די ציל פון די נאציס איז געווען פארטיליקן יעדן ייד, לויט זייער דעפיניציע, אויך אזעלכע וואס זענען האלב־יידן (וואס לויט דער הלכה זענען נישט קיין יידן), און אויך יידן וואס האבן זיך גע׳שמד׳ט. אין אנהייב האבן זיי געשאסן די קרבנות אריין אין גרובן. ביסלעכווייז האבן זיי אויפגעשטעלט אן עקספלאטאציע אין טויטונג אדמיניסטראציע וואס האט איינגעשלאסן די געטאס, ארבעטס לאגערן און טויט לאגערן. אן אויסקום פון דער תקופה פונעם חורבן איז געווען די ליקווידאציע פון גאר א סאך יידישע קהילות וואס האבן עקזיסטירט און געבליט אין דער ברייט און דער לענג פון צענטראל- און מזרח-אייראפע. דער איינפלוס פונעם חורבן אויף די יידישע געמיינדעס אין אייראפע איז געווען קאטאסטראפיש און אומפארענדערלעך. די נומערישע אויסראטונג פון די יידן, צוזאמען מיט דער פארטיליקונג פון די יידישע צענטערס פון גייסטליכקייט און קולטור אין דעם געשפרייט צווישן צענטראל-רוסלאנד און האלאנד און פראנקרייך אין מערב, און טריפאלי אין דרום, האט צעהאקט דעם המשך פון דער יידישער טראדיציע וואס איז געווארן וואס איז געוועבט געווארן דורכאויס הונדערטער הונדערטער יארן. נאך דער מלחמה איז אריבער דער צענטער פון יידיש לעבן פון אייראפע קיין ישראל און צפון אמעריקע.

טערקיי

דאס טערקײַ (טערקיש: Türkiye), אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח.

טערקיי באדעקט א שטח פון בערך 780,000 קוואדראט ק"מ.

די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.

טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"א אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד, וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעישע לענדער, וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען, וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעישע געמיינדע. ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן, ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער, און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי.

די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש, א טערקישע שפראך וואס בערך 85% פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך.

טערקיי איז דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן, מיט 390,000 טאנען אין 2005.

יידיש

ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן[פֿעלט אַ מקור].

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא

כ' סיון

א תענית וואס רבנו תם האט אוועקגעשטעלט וועגן דעם עלילת דם אין בלויס, פראנקרייך אין יאר ד'תתקל"א 1171. כ' סיון איינגעשטעלט אלס פאסט טאג אין פוילן און ליטא לזכר די גזירות ת"ח ת"ט. נאכן חורבן אייראפע האבן די איבערגעבליבענע קהילת אין אונגארן אויפגענומען דעם תענית לזכר די אונגארישע קהילות וואס זענען אומגעקומען.[1]

ליטע

ליטע (ליטװיש: Lietuva ליעטוּװאַ) איז אַ לאַנד אין צפֿון־אײראָפּע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט איז װילנע.

פלאצירט ביים דרום-מזרח בארטן פונעם באלטישן ים,האט ליטע גרענעצן מיט לעטלאנד צו צפון, בעלארוס צו דרום-מזרח, פוילן, און רוסלאנד (קאלינינגראד) צו דרום-מערב.

ליטע איז א מיטגליד פון נאט"א, דעם ראט פון אייראפע און דעם אייראפעישן פארבאנד. איר באפעלקערונג איז 3.6 מיליאן. דעם 1טן יאנואר 2015, האט ליטע אדאפטירט די איירא ווי איר אפיציעלע וואלוטע און איז געווארן דער 19טן מיטגליד אין דער אייראזאנע.

די גרעסטע שטעט אין ליטע זענען:

װילנע

שאַװל

יורבורג

קאוונע

נאציזם

נאציאנאל-סאציאליזם (אין קורצן: נאציזם; דייטשיש: Nationalsozialismus אדער Nazismus) איז א פאליטישע באוועגונג זינט די 1920ער. נאציזם איז א פארעם פון פאשיזם. פיל פון זייערע געדאנקען זיינען אוועק געשטעלט אויף א ראסישע אידיאלאגיע וואס איז אנטפלעקט געווארן דורך דער נאציאנאלער סאציאליסטישער פארטיי אין דייטשלאנד אין די 1920ער און 1930ער דורך איר הויפט-פיהרער אדאלף היטלער וואס באשרייבט די אידאלאגיע אין זיין ספר מיין קאמפף. לויטן אידיאלאגיע איז די אריער ראסע דערהויבענער פון אלע אנדערע ראסן און האבן די פייקייט צו איבערקומען. לויט זייער ראסישע אידיאלאגיע, זיינען די סלאַבֿן, ציגאנער און איבערהויפט די יידן מינערווערטיקע מענטשן. די נאציס האבן געשיקט מיליאנען יידן אונד ציגאנער צו קאנצענטראציע לאגערן ווו זיי האבן צום סוף דערמארדעט געוואָרן. דעם מארד רופט מען היינט "די שואה".

ג' שבט ה'תרצ"ג האט דער דייטשער-פרעזידענט פאול פון הינדנבורג באשטימט אז אדאלף היטלער, דער פירער פון די נאציזם פארטיי (דאן איז זי געווען די גרעסטע פארטיי), זאל ווערן קאנצלער אויף דייטשלאנד. באלד נאך זיין ארויפגאנג, האט היטלער אנגעהויבן צו אויספירן זיין אידיאלאגיע, און דורך דעם האט אויסגעפלאצט דער צווייטער וועלט קריג.

די נאציס אונטער זייער פירער אדאלף היטלער האבן געוואלט פארלענדן דעם יידישן פאלק ביי דער צווייטער וועלט מלחמה. זיי האבן באשטימט צו הרגענען דער וואס ס'איז א 3טער דור צו א יידישן אפשטאם פון דער מאמע אדער טאטע זייט צוגעבונדן צו די נירנבערג געזעצן.

סלאוואקיי

סלאָװאַקײַ (סלאוואקיש: Slovensko), אפיציעל סלאוואקישע רעפובליק, איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע וואס איז לאנד איינגעשלאסן. איר הױפּטשטאָט איז בראַטיסלאַװאַ (פרעשבורג) און איר באפעלקערונג איז העכער פון פינף מיליאן.

סלאוואקיי איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א און די פאראייניקטע פעלקער.

פוילן

פּוילן (פויליש: Polska), אפיציעל די רעפובליק פון פוילן (פויליש: Rzeczpospolita Polska; קאשוביש: Pòlskô Repùblika; שלעזיש: Polsko Republika), איז א לאנד אין אײראָפּע וואס גרענעצט דײַטשלאַנד צו מערבֿ; טשעכײַ און סלאָוואַקײַ צו דרום; אוקראַינע, בעלאַרוס און ליטע צו מזרח; און דעם באלטישן ים און קאַלינינגראַדער אָבלאַסט, רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ, אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן, איז פוילן דאס 34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט 16 וואיעוואדעשאפטן. זײַן הױפּטשטאָט איז װאַרשע.

פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט האנדל ארגאניזאציע, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD), אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן, אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור, אייראפע ראט, ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע, אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און G6.

די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

פראנקרייך

פֿראַנקרײַך (פראַנצויזיש: France פֿראַנס), אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק (פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פֿראַנסעז), איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגלישן קאנאל און דעם צפון ים אין צפון, און פונעם ריין אין מזרח ביזן אטלאנטישן אקעאן אין מערב.

פראנקרייך גרענעצט (זייגערווייז פון צפון) בעלגיע, לוקסעמבורג, דייטשלאנד, די שווייץ, איטאליע, מאנאקא, אנדארא און שפאניע. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו ענגלאנד דורכן קאנאל טונעל.

פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם אייראפעישן פארבאנד אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך רוסלאנד און אוקראינע.

זעקס הונדערט טויזנט (600,000) ייִדן וווינען הײַנט צוטאָגס אין פֿראַנקרײַך, און 7 מיליאָן אַראַבער װױנען דאָרט אױך.

עס האט די דריטע גרעסטע יידישע באפעלקערונג נאָך ניו יאָרק און ארץ ישראל.

פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן.

פראנקרייך איז א דעמאקראטישע רעפובליק און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער נײַנטער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.

פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז עס א מיטגליד אין דער גרופע 8 און א סטאבילער מיטגליד אין דעם זיכערהייט ראט פון די פ"פ.

רומעניע

רומעניע (רומעניש: România) איז אַ לאַנד אין מזרח־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז בוקאַרעשט.

קאנטינענטן פון דער וועלט 
Asia (orthographic projection)
אזיע
Africa (orthographic projection)
אפריקע
Europe (orthographic projection)
אייראפע
Location North America
צפון אמעריקע
South America (orthographic projection)
דרום אמעריקע
Australia-New Guinea (orthographic projection)
אויסטראליע
Antarctica (orthographic projection)
אנטארקטיקע

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.