איירא

די איירא (סימבאל: € ; באנק קאד: EUR) איז די אפיצעילע וואלוטע זייט 2002 פון דער אייראזאנע, וואס איז כולל היינט 18 לענדער (איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, גריכנלאנד, דייטשלאנד, האלאנד, לוקסעמבורג, ליטע, לעטלאנד, מאלטא, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, עסטרייך, פארטוגאל, פינלאנד, פראנקרייך, ציפערן און שפאניע) פון די 28 לענדער אין דעם אייראפעישן פארבאנד. יעדע איירא ווערט צעטיילט אויף 100 צענט.

זי איז די וואלוטע פון 334,000 מענטשן אין דער אייראזאנע און אין פינף אנדערע לענדער וואס ניצן די איירא. ליטע האט אדאפטירט די איירא ווי איר אפיציעלע וואלוטע אנשטאט דעם ליטאס דעם 1טן יאנואר 2015.

די איירא איז די צווייטע גרעסטע זאפאס וואלוטע, ווי אויך די צווייטע מערסט־געהאנדלטע וואלוטע, נאכן אמעריקאנער דאלאר. אום נאוועמבער 2013 איז געווען אין צירקולאציע העכער פון €951 ביליאן, די גרעסטע ווערט פון א וואלוטע אין צירקולאציע אין דער גארער וועלט.

Euro accession Eurozone as single entity
מאפע פון דער אייראזאנע

██ אייראזאנע (19)

██ א"פ־מיטגלידער מיט א פליכט איינצופירן די איירא (7)

██ א"פ־מיטגלידער מיט א באפרייאונג פון איינפירן די איירא (2)

██ נישט-א"פ-מיטגלידער מיט אן אפיציעלן הסכם צו ניצן די איירא (אנדארע, מאנאקא, סאן מארינא און וואטיקאן)

██ נישט-א"פ-מיטגלידער וואס ניצן די איירא אומאפיציעל (2)

די איירא ווערט אדמיניסטרירט פון דעם אייראפעישן צענטראלבאנק באזירט אין פראנקפורט, אן אומאפהענגיקער צענטראלבאנק וואס אליין האט די רעכט צו באשטימען די געלטפאליטיק. צוזאמען מיט די צענטראלבענק פון די מיטגלידער שטאטן דרוקט מען און פארשפרייט מען די באנקנאטן און מטבעות.

ס'זענען פאראן זיבן באנקנאטן: €5 (גרא), €10 (רויט), €20 (בלוי), €50 (אראנזש), €100 (גרין), €200 (געל) און €500 (פורפור). ס'איז אויך אכט פארשידענע מטבעות: €0.01, €0.02, €0.05, €0.10, €0.20, €0.50, €1, €2.

דעם נאמען איירא האט מען אדאפטירט אפיציעל דעם 16טן דעצעמבער 1995.

Euro symbol

איבערבליק

זינט די איירא איז אריין אין קראפט איז זי געווארן פון די שטערקסטע וואלוטעס איבער דער וועלט צוליב אייראפע'ס גוטע עקאנאמיע וואס טוט אינאיינעם פראדוצירן כמעט אזויפיל וויפיל די פאראייניגטע שטאטן און עקספערטן זאגן אז דער אייראפעאישער פארבאנד וועט גאר איין טאג איבערשטייגן די פאראייניגטע שטאטן און וועט, לויטן וועג וואס ער גייט, ווערן די שטערקסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.

נאציאנאלע וואלוטעס זענען פון די וויכטיגסטע זאכן וויאזוי א מאדערנע עקאנאמיע אפערירט דורך מעסטן די ווערט פון א פראדוקט אריבער די גרעניצן פון אנדערע לענדער, אויף די אנדערע זייט אקעאן, און פון אנדערע קולטורס. וואלוטע איז טיף איינגעקריצט אין די קולטור און אין אונזער פיזיק. ווען איינער איז געבוירן אין די פאראייניגטע שטאטן איז דער דאלאר איינגעקריצט אין זיין מוח אבער אויב איר זענט געבוירן אין יאפאן איז דער יען איינגעקריצט אין אייער מוח.

זינט דער צווייטער וועלט קריג האט אייראפע אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם אין פארשידענע פראגראמען און פאליסיס און האבן שפעטער געגרינדעט די אייראפעאישע פאראיין מיט וועלכע זיי האבן אינאיינעם באקומען א שטערקערע מאכט אויסצופירן פאליסיס און ספעציעל האט עס געהאלפן עקאנאמישע ערייכונגן. נאך אין די ערשטע יארן פון דעם אייראפעאישן פארבאנד האט מען שוין גערעדט וועגן אדאפטירן איין וואלוטע אלס נאך א טריט צו פאראייניגן און פארשטערקערן אייראפע'ס מאכט. די פלענער זענען קיינמאל נישט אראפ פון טיש און ווען עס איז געקומען נענטער צום סוף פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט זענען די פלענער געווארן ערנסטער. ענדליך אין 1 יאנואר 02' איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון 12 מיטגלידער לענדער פון דעם אייראפעאישן פארבאנד.

די אייראזאנע

די איירא איז היינט די איינציגע וואלוטע פון די פאלגנדע 18 לענדער פונעם אייראפעישן פארבאנד: איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, גריכנלאנד, האלאנד, שפאניע, פראנקרייך, לוקסעמבורג, לעטלאנד, מאלטא, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, עסטרייך, פארטוגאל, פינלאנד און ציפערן.

אויסער די מיטגלידער לענדער ווערט די איירא גענוצט אין 6 אנדערע לענדער וועלכע קענען נישט נאכקומען די סטאנדארטן צו קענען ווערן א טייל פון די אייראפעאישע פאראיין. זיי זענען: מאנאקא, וואטיקאן סיטי, סאן מארינא, אנדארע, קאסאווא, און מאנטענעגרא.

כדי צו קענען ווערן א מיטגליד אין דער אייראזאנע דארף מען גרייכן געוויסע סטאנדארטן וועלכע איז אויסגעארבעט געווארן דורך דער אייראפעאישער קאמיסיע. בריטאניע, שוועדן, און דענמארק זענען מיטגלידער אינעם אייראפעישן פאריין אבער יעדע צוליב זייערע סיבות האבן נישט געוואלט אנטייל נעמען אין דער אייראזאנע.

די אי-יו לענדער וועלכע האבן געוואלט ווערן א טייל פון די איירא האבן געברויכט דורכגיין אן עקאנאמישע פראבע זיכער צו מאכן אז דעם לאנד'ס עקענאמיע זאל נישט האבן קיין שלעכטע עפעקט אויף די איירא. די הויפט סטאנדארטן זענען: אז דאס לאנד'ס יערליכע רעגירונג'ס בודזשעט דעפיציט גרייכט נישט מער פון 2 פראצענט פון דעם לאנד'ס ברוטא אינלענדישער פראדוקט, די סך הכל חובות מעג נישט זיין מער ווי 60 פראצענט פון די דזשי-די-פי, די אינפלאציע ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון 1.5 פראצענט פון די אינפלאציע ראטע פון די בעסטע אייראפעאישע לענדער (פראנקרייך און דייטשלאנד), די אינטערעסט ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון צוויי פראצענט פון די דריי לענדער מיט די נידעריגסטע אינפלאציע ראטעס, און די לענדער'ס עקסטשענדזש ראטעס האבן געמוזט זיין סטאביל פאר א מינימום פון צוויי יאר אין די אייראפעאישע עקסטשעינדזש ראטע מעכאניזם.

די אלע סטאנדארטן זענען נישט געווען קיין איינמאליגע זאך נאר דארף בלייבן מיט די מיטגלידער לענדער פאר אלע יארן כדי צו האלטן די איירא סטאביל און שטארק. אויב א לאנד האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט פון איר דזשי-די-פי ווערט זי באשטראפט מיט 0.2 פראצענט פון איר ברוטא אינלענדישער פראדוקט און נאך 0.1 פראצענט פון די דזשי-די-פי אויב זי האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט. אויב א לאנד פאלט אריין אין א רעסעסיע וועלכע איז מער פון 2.0 פראצענט פאר איבער 4 פיסקאל יארן קען זי אויטאמאטיש ארויסגעלאזט ווערן פון דער איירא.

דער איירא געדאנק

דער קערנדל פון די אייראפעאישע פאריין איז געגרינדעט געווארן אין 1946 ווען דער בריטישער פרעמיער מיניסטער ווינסטאן טשורטשיל האט פארגעשלאגן זיין פאליטישע פלאן מען זאל גרינדן א "פאראייניגטע שטאטן פון אייראפע" מיט וועלכע ער האט געהאפט אז אזא געשעעניש וועט פארייניגן און ברענגן שלום אין די אייראפעאישע קאנטינענט וועלכע איז געווען צעריסן אין צוויי וועלט מלחמות. אין 1952 האבן 6 אייראפעאישע לענדער אנגענומען אין טייל טשורטשיל'ס פלענער און האבן געגרינדעט די אייראפעאישע קוילן און אייזן קאמיוניטי וויבאלד די צוויי אוצרות זענען די מערסט סטראטעגישע צו די מאכט פון די לענדער און מיט א פאראייניגונג האבן זיי געגעבן די קאנטראל פון די אוצרות צו א זעלבסטשטענדיגע אויטאריטעט. די לענדער האבן מיט דעם געהאפט, ווי טשורטשיל האט פארגעשלאגן, צו פארמיידן מיליטערישע קאנפליקטן, ספעציעל צווישן פראנקרייך און דייטשלאנד. אין 957' איז מען געגאנגען א טריט ווייטער און מען איז זיך צוזאמען געקומען צו א קאנפערענץ וועלכע איז באקאנט געווארן אלס דער אפמאך פון רוים. אין דעם אפמאך האט מען געגרינדעט א פאראייניגטע אייראפעאישע מארק וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, די נידערלענדן און לוקסעמבורג. אין 989' האט דער פרעזידענט פון דער אייראפעאישער קאמיסיע, דזשעק דעלארס, ארויסגעגעבן זיין באקאנטע דעלארס באריכט אין וועלכע ער האט פארגעשלאגן אנצוהייבן ארבעטן אויף א טראנזיציע פלאן וועלכע וועט עווענטועל גרינדן אן איינצעלע וואלוטע סיסטעם.

דער ערשטער טריט האט זיך אנגעהויבן דעם ערשטן יולי 1990 וועלכע האט אפגעשאפן אלע קאפיטאל באגרענעצונגן צווישן די מיטגלידער שטאטן. מען האט אויך געגרינדעט אן אינדענטיפיקאציע סיסטעם פון פראגעס וועלכע האט געברויכט באהאנדלט ווערן און די אנטוויקלונג פון א פאראייניגטע ארבעט פראגראם מיט וועלכע מען זאל שפעטער איינפלאנצן נייע ענדערונגען. דער צווייטער טריט האט זיך אנגעהויבן אין יאנואר דער ערשטן 994' ווען די אייראפעאישע געלטליכע אינסיטוט איז געגרינדעט געווארן צו שטודירן די אייראפעאישע וואלוטעס און העלפן אויפשטעלן דעם צענטראלבאנק מיט א פולשטענדיגע קא-אפעראציע. איין יאר דערויף האבן שוין די פלענער געהאלטן טיף אינדערמיט און דער נאמען איירא איז אדאפטירט געווארן אלס דער נאמען פון די פאראייניגטע וואלוטע. דער דריטער טריט האט זיך אנגעפאנגן יאנואר דעם ערשטן 999' ווען די איירא איז אריין אין קראפט אין די 11 מיטגלידער לענדער האבן אויפגעשטעלט א באשטימטע עקסטשעינדזש ראטע דערפאר. די איירא איז נאך דעמאלט נישט באשטאנען פון קיין אקטועלע געלט און איז נאר גענוצט געווארן אין נישט־מזומנים טראנזאקציעס ווי עלעקטראנישע טראנספערס און קרעדיט. גריכן האט אין אנפאנג נישט מסכים געווען צו דעם טריט אבער האט צוויי יאר שפעטער זיך אויך איינגעשלאסן אין דעם פאראיין, ברענגנדיג די נומער צו צוועלף.

דער איירא סימבאל €

בעפאר מען האט אנגעהויבן איינשטעלן די איירא סיסטעם אין אירע דעטאלן האט מען געברויכט אויסוועלן א סימבאל און די ארבעט איז געגעבן געווארן פאר די אייראפעאישע קאמיסיע אלס א טייל פון איר קאמיוניקאציע ארבעט. די אייראפעאישע פאראיין האט געוואלט האבן א סימבאל וועלכע זאל האבן די פאלגנדע דריי מעלות: 1) זאל גרינג דערקענט ווערן, 2) זאל קענען גרינג געשריבן ווערן מיט די הענט, און 3) זאל זיין שיין און עלעגאנט.

די ארגאניזאציע האט געגעבן צו מאכן 30 דעזיינס און דערנאך האבן זיי ערוועלט די 10 בעסטע און געלאזט די פובליק וויילן וועלכע צוויי זענען די בעסטע. און דערנאך האבן זיי באשלאסן וועלכע פון די צוויי צו נעמען. דער דעזיין וועלכע איז ערוועלט געווארן און ווערט היינט גענוצט איז א גריכישע בוכשטאב און פארמאגט אן "אי" צו באצייכנען אייראפע און צוויי גלייכע ליניעס וועלכע סימבאליזירט סטאבילאטעט. ווען די וואלוטע איז געווען גרייט אנצופאנגען איר איבערטויש האט די אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פאר סטאנדארטיזאציע אויסגעקליבן די בוכשטאבן EUR אלס די אינטערנאציאנאלע קאד פאר דער וואלוטע.

דער נאמען פון דער וואלוטע אין אפיציעלע דאקומענטן פונעם אייראפעישן פארבאנד איז Euro, אויך ευρώ אינעם גריכישן אלפאבעט און евро אינעם קירילישן אלפאבעט. אפיציעל איז די מערצאל אויך Euro, אבער פראקטיש האט יעדע שפראך איר אייגענע מערצאל. דאס ווארט "איירא" נעמט זיך פון "אייראפע", און ווערט אויסגערעדט אין יעדער שפראך אנדערש.

Euro banknotes 2002
Euro coins line
איירא מטבעות און באנקנאטן

באנקנאטע און מטבעות דעזיינס

עס זענען פאראן זיבן איירא באנקנאטעס און אירע דעזיינס זענען די רעזולטאט פון א פארמעסט דורך צענדליגער דעזיינער פירמעס וועלכע זענען באשטימט געווארן דורך די נאציאנאלע צענטראלבענק צו מאכן 7 דעזיינס פאר די זיבן באנקנאטן וועלכע וועט גענוצט ווערן פאר אלע מיטגלידער לענדער. די הונדערטער דעזיינס וועלכע זענען געמאכט געווארן האבן סימבאליזירט אייראפע מיט א געמיש פון אירע אלטע צייטן און היינטיגע מאדערניזירטע צייטן. אין די ענדע איז אויסגעקליבן געווארן די דעזיינס פון דעם גרויסן היסטארישן מעלער ראבערט קאלינע וועלכע'ס דעזיינס זענען ערוועלט געווארן ביי א אייראפעאישע קאונסיל אין דובלין אין 96'. די 7 אויסגעקליבענע דעזיינס זענען געשטעלט אויף די זיבן מערסט וויכטיגסטע ארכיטעקט צייט אפשניטן אין אייראפע'ס קולטורל היסטאריע. פארנט פון אלע באנקנאטעס זענען אויסגעמאלן פענסטער און אפענע מויערן וועלכע סימבאליזירן אייראפע'ס אפענקייט און קא-אפעראציע און ארום דעם זענען פאראן 12 שטערנס וועלכע רעפרעזענטירן די 12 מיטגלידער לענדער. אויף די אונטערשטע זייט פון די באנקנאטן זענען אויסגעמאלן פארשידענע בריקן וועלכע סימבאליזירן די קא-אפעראציע און קאמיוניקאציע צווישן אייראפע און די איבעריגע וועלט. יעדע באנקנאטע פארמאגט די נומער אויך אין די גריכישע בוכשטאבן און עס שטייט ארויסגעשריבן דער נאמען פון דעם אייראפעאישן צענטראלבאנק אויף פינף וועגן וועלכע רעכענען אריין אלע 11 שפראכן פון די אייראפעאישע באפעלקערונג.

יעדע פון די זיבן באנקנאטן זענען געמאכט געווארן אין אן אנדערע גרייס און פארעם כדי מען זאל דאס גרינג קענען אינדענטיפיצירן. די זיבן באנקנאטעס זענען א פינף הונדערטער, צוויי הונדערטער, הונדערטער, פופציגער, צוואנציגער, צענער, און פינפער (זעט בילדער). די איירא פארמאגט 8 מטבעות וועלכע זענען איין צענט, צוויי צענט, פינף צענט, צען צענט, פופציג צענט, איין איירא, און צוויי איירא. פארשטייט זיך אז אויך די מטבעות זענען אלע אנדערש אין סייז און אין דיקיקייט זיי צו קענען גרינגער אינדענטיפיצירן. אויך די דעזיינס פון די מטבעות זענען ארויסגעגעבן פאר א פארמעסט און לוק לוסיקס, א דעזיינער פון בעלגיע'ס ראיעל מינט דעפארטמענט, האט געווינען זיין געלונגענע דעזיין גרופע וועלכע איז באקאנט צו אלע 12 מיטגלידער לענדער. אויף איין זייט פון די מטבעת איז פאראן איינע פון דריי מאפעס פון אייראפע ארומגענומען מיט 12 שטערנס וועלכע רעפרעזענטירן די 12 מיטגלידער לענדער. אויף די צווייטע זייט פון די מטבע איז פאראן דעזיינס פון אלע לענדער און אויסער דעם איז פאראן פארשידענע דעזיינס וועלכע יעדע לאנד מאכט זיך פאר זיך אליינס און אלע דעזיינס ווערן אקצעפטירט אין אלע מיטגלידער לענדער. די איין, צוויי, און פינף צענט מטבעות זענען רויט, די צען, צוואנציג, און פופציג צענט מטבעות זענען געל, די איין איירא איז ווייס אינדערמיט און געל ארום און ארום, און די צוויי איירא איז פונקט פארקעט. בעפאר מען האט אריינגעלייגט די איירא אין באנוץ האט מען געדרוקט 50 ביליאן מטבעות און 14.5 ביליאן באנקנאטן און דער אייראפעאישער צענטראלבאנק האט אלץ באצאלט.

די ווערט פון די איירא און דער איבערטויש

פֿריערדיקע נאציאנאלע וואלוטעס פון דער אייראזאנע
וואלוטע קאד
(ISO 4217)
קורס[1] באשטימט נאכגעגעבן
Flag of Austria.svg עסטרייכער שילינג ATS 13.7603 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Belgium.svg בעלגישער פראנק BEF 40.3399 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Cyprus.svg ציפערן פונט CYP 0.585274 2007-07-10 2008-01-01
Flag of Germany.svg דייטשער מארק DEM 1.95583 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Estonia.svg עסטישער קרוין EEK 15.6466 2010-07-13 2011-01-01
Flag of Spain.svg שפאנישער פעסעטא ESP 166.386 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Finland.svg פינישער מארקא FIM 5.94573 1998-12-31 1999-01-01
Flag of France.svg פראנצויזישער פראנק FRF 6.55957 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Greece.svg גריכישער דראכמא GRD 340.75 2000-06-19 2001-01-01
Flag of Ireland.svg אירישער פונט IEP 0.787564 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Italy.svg איטאליענישער לירא ITL 1,936.27 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Lithuania.svg ליטווישער ליטאס LTL 3.45280 2014-07-23 2015-01-01
Flag of Luxembourg.svg לוקסעמבורג פראנק LUF 40.3399 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Latvia.svg לעטישער לאץ LVL 0.702804 2013-07-09 2014-01-01
Flag of Monaco.svg מאנאקא פראנק MCF 6.55957 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Malta.svg מאלטעזישער לירא MTL 0.4293 2007-07-10 2008-01-01
Flag of the Netherlands.svg האלענדישער גילדער NLG 2.20371 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Portugal.svg פארטוגעזישער עסקודא PTE 200.482 1998-12-31 1999-01-01
Flag of Slovenia.svg סלאווענישער טאלער SIT 239.64 2006-07-11 2007-01-01
Flag of Slovakia.svg סלאוואקישער קארונא SKK 30.126 2008-07-08 2009-01-01
Flag of San Marino.svg סאנמארינישער לירא SML 1,936.27 1998-12-31 1999-01-01
Flag of the Vatican City.svg וואטיקאן לירא VAL 1,936.27 1998-12-31 1999-01-01

דער אייראפעאישער צענטראלבאנק איז באשטימט געווארן זיכער צו מאכן אז די אייראפעאישע בענק וועלן איבערטוישן צו דער איירא לויט די פארשריפטן פון דעם אייראפעאישן פאראיין. דער צענטראלבאנק האט באשטימט דעם איבערטויש קורס פאר יעדן לאנד וועלכע איז באשטימט געווארן אין יאנואר 1999. כדי אלץ זאל זיין הונדערט פראצענט ריכטיג האט דער צענטראלבאנק נאכגעפאלגט די ווערט פון יעדן לאנד'ס געלט פאר עטליכע יאר לויט אירע סטאטיסטיק אינעם אייראפעאישן קורס מעכאניזם וועלכע האלט חשבון פון אלע לענדער קעגן דעם אמעריקאנישן דאלאר. די ווערט פון דער איירא לויט יעדן לאנד ווען עס האט איבערגעטוישט ווערט געוויזן אין דער טאבעלע לינקס.

ווי דערמאנט איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון די מיטגלידער לענדער אום ערשטן יאנואר 1999 אבער וויבאלד אלע לענדער האבן נאך געהאט זייערע געלטער אין דער צירקולאציע האט מען געברויכט געבן עטליכע יאר צייט ביז מען האט געקענט איבערטוישן אלע מזומנים צו דער איירא. אויף דערווייל האט מען גענוצט די איירא פאר עלעקטראנישע טראנזאקציעס, קרעדיט, און מען האט אפילו געשריבן טשעקס אין איירא. רוב בענק האבן געשיקט זייערע סטעיטמענטס אין ביידע וואלוטע'ס אז די מאסן זאל נישט ווערן צעמישט מיט די איבערטויש.

דער אפיציעלער טאג ווען די איירא האט איבערגענומען אלע באנקנאטעס און מטבעות איז געווען דעם ערשטן יאנואר 2002 אבער יעדע לאנד האט זיך געהאט זייער אייגענעם באשטימטן טאג ווען דאס אלטע געלט איז ארויס פון באנוץ. די ערשטע איז געווען דייטשלאנד וועלכע איז אריבער צו דעם איירא דעם לעצטן טאג אין דעצעמבער און רוב אנדערע לענדער זענען ערשט אריבער דעם לעצטן טאג אין פעברואר. אין די ערשטע טעג האבן אלע געשעפטן געגעבן רעשט אין איירא אפילו ווען מען האט זיי געצאלט מיט דאס לאנד'ס וואלוטע און אלע אויטאמאטישע באנק מאשינען האבן נאר ארויסגעגעבן איירא. אין יעדע לאנד ווען די באשטימטע טאג איז אנגעקומען איז איר וואלוטע געווארן אויס לאגאלע וואלוטע און האט נאר געקענט געטוישט ווערן אין באנק. דער לעצטער טאג וואס א מענטש וועט קענען טוישן זיין געלט פאר די איירא איז באשטימט געווארן ערגעץ אין 012'.

די מעלות און חסרונות פון דער איירא

דער געדאנק פון דער איירא איז געווען צו ברענגען פאליטישע סאלידאריטעט צווישן די אייראפעאישע לענדער, וועלכע גייט נאך צוריק פון נאך דער צווייטע וועלט־מלחמה. די מעלות זענען אבער מער פון דעם; אט זענען עטליכע פון זיי:

  1. אייראפע באשטייט פון אסאך לענדער וועלע זענען זייער נאנט איינע צו די אנדערע און מען האנדלט דארט צווישן איין לאנד אין די צווייטע מער ווי צווישן אנדערע שכינות'דיגע לענדער ארום דער וועלט. די איירא פארמיידט די פראבלעמען פון טוישן דאס געלט שטענדיג און די מעגליכקייטן צו פארלירן געלט אין פאל ווען דער דאלאר פאלט.
  2. די איינוואוינער אין די לענדער זענען זיך מחיה מיט די פאראייניגטע וואלוטע ווען זיי פארשטייען גוט די פרייזן צו וועלכע זיי האבן אמאל געברויכט נוצן די הענט און פיס אויסצורעכנען די חילוקים צוישן איין און די אנדערע וואלוטע. די קאנקורענט איז גרעסער און דער קאנסומער באקומט היינט בעסערע פרייזן.
  3. מיט'ן אדאפטירן איין וואלוטע האט מען זיך אויך אנגעהויבן שפארן געלט פון טוישן געלט. אייראפעאישע פארן אסאך ארום איבער אייראפע און יעדעס פלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען האט מען געברויכט טוישן געלט וועלכע קאסט געלט.
  4. די פאראייניגטע וואלוטע האט געברענגט מער ביזנעס אריבער די גרעניצן וואס מאכט די קאנקורענט שטערקער און ביליגער פאר די מענטשן צו קויפן. מער ביזנעסער זענען פשוט גרייט צו טאן ביזנעס אריבער א גרעניץ זינט מען דארף מער נישט אויפשטעלן א באזונדערע אקאונטינג.
  5. מער מענטשן האבן געטראפן דזשאבס ווען זיי האבן גערן געקענט באשטיין צו ארבעטן אריבער די גרעניץ זינט אלע געלט איז איין זאך.
  6. אלע סארט בילס און סערוויסעס זענען געווארן גרינגער צו פארשטיין זינט אלעס איז איין וואלוטע.
  7. די אינפלאנציע איז זייער סטאביל ווען אלע לענדער האלטן דאס אינאיינעם.
  8. מען געניסט פון בעסערע אינטערעסט ראטעס זינט עס איז קאנטראלירט דורך איין צענטראלבאנק. אויך איז אינטערעסט ראטעס נידעריגער געווארן מיט געוויסע פראצענט ווייל בעפאר פלעגן אלע פירמעס רעכענען עפעס געלט אין פאל די וואלוטע פאלט און זיי פארלירן געלט.
  9. א דאנק די איירא מוזן די מיטגלידער לענדער זיך האלטן צו די פארלאנגען פון דעם אייראפעאישן פאראיין וואס מיינט אז אלע לענדער שטרענגן זיך אן צו דעגרייכן א געוויסע עקאנאמישע פונקט כדי צו קענען בלייבן א מיטגלידער אין דער איירא.

יעדע זאך האט דאך אבער אויך חסרונות און די איירא איז נישט אויסגעשלאסן. אט זענען די עטליכע הויפט:

  • די איבערטויש אליינס האט אפגעקאסט א געוואלד געלט. מען האט געברויכט דרוקן נייע באנקנאטן, טוישן די אקאונטינג סיסטעם, נייע קאמפיוטער סאפטוועיר, אלע סארט פרינט מאטריאל פון געלט איז מער נישט ווערט געווען, טאוולן, ווענדינג מאשינען, פארקינג מיטערס, פובליק טעלעפאנס, און יעדע אנדערע מאשין וועלכע אקצעפטירט געלט. אויך האט געקאסט צו טרענירן אלע באנק ארבייטער און סתם מענטשן. יעדע באנק האט געברויכט מסביר זיין די נייע וואלוטע און געבן אלע דעטאלן וויאזוי צו מאכן דעם טויש. אבער די אלע זאכן זענען געווען ווערט פאר די מעלות וועלכע האט נאכגעפאלגט און איז געווען ווי יעדע גוטע זאך וואס קומט מיט א פרייז.
  • דעם צענטראלבאנק'ס קאנטראל אויף די אינטערעסט ראטעס האט אויך א חסרון ווייל אויב עס גייט נישט גוט פאר איין לאנד קען נישט די לאנד אליינס אראפלאזן די אינטערעסט ראטעס צו ברענגען פרישע אינוועסטמענטס.
  • דאס זעלבע איז מיט די ווערט פון די וואלוטע. רוב לענדער אין די וועלט האבן אויך א שטיקל אייגענע קאנטראל אויף די וואלוטע און זיי וועלן דאס אראפנידערן צו ברענגען מער ביזנעס אויב עס גייט נישט גוט. די מעגליכקייט איז עלימינירט געווארן זינט די איירא איז אריין אין קראפט.
  • אן ענליכע פראבלעם איז מיט רעגירונג פאליסיס. א רעגירונג איז אמאל גרייט צו ברענגען אויף זיך א דעפיציט דורך פארברייטערן פראגראמען וועלכע וועט צוריקברענגען ביזנעס וועלכע וועט עווענטועל אויסצאלן און איבערשטייגן די חובות. זינט די איירא איז אין קראפט קען קיין איין לאנד נישט טאן אזא זאך ווייל מיט א דעפיציט קען מען נישט זיין אין דער איירא.
  • צום לעצט איז פאראן א גרויסע איינשטעל אז איין לאנד וועט קענען חרוב מאכן די עקאנאמיע פון אלע אנדערע לענדער זינט אלעס איז איין סיסטעם. איין לעכל אין א גרויסע שיף קען איינזינקען די גאנצע שיף און אלץ ווערט מיטגעשלעפט.

אבער אויף דערווייל האט זיך די איירא ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס און עס זענען נאך נישט אנטשטאנען קיין פראבלעמען. מען ערווארט אז מערערע אייראפעאישע לענדער וועלן עווענטועל אריינקומען אין דער איירא צי ווייל זיי וועלן בעסער ווערן עקאנאמיש און וועלן נאכקומען די פארלאנגען אדער ווען אזעלכע לענדער ווי בריטן וועט איינזען אז עס לוינט זיך דאס געשעפט און וועלן איבערטוישן.

וועבלינקען

  1. Fixed Euro conversion rates. אייראפעישע צענטראלע באנק. דערגרייכט דעם ‏6טן אויגוסט 2011.
1טן יאנואר

1 יאנואר איז דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 364 טעג (365 אין אן עיבור־יאר).

28סטן פעברואר

דעם 28סטן פעברואר איז דער 59סטער טאג פון יאר אין דער ניינטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 306 טעג (307 אין אן עיבור־יאר).

CFA פראנק

דער CFA פראנק (פראנצויזיש: CFA franc) איז דער געזעצלעכער צאלמיטל אין 12 לענדער פון אפריקע וואס זענען אמאל געווען פראנצויזישע קאלאניעס און אויך אין גינע-ביסאו (א געוועזענע פארטוגעזישע קאלאניע) און עקוואטארישע גינע (א געוועזענע שפאנישע קאלאניע). די פארקירצורענגען פון דער וואלוטע לויט ISO 4217 זענען: XAF פארן צענטראל אפריקאנער CFA פראנק און XOF פארן מערב אפריקאנער CFA פראנק. געזעצלעך זענען די צוויי CFA פראנקען באזונדערע וואלוטעס, אבער פראקטיש זענען זיי גאנץ ברייט אנגענומען ווי איין וואלוטע.

דער CFA פראנק האט א סטאבילן קורס קעגן דעם איירא: 100 CFA פראנק זענען ווערט איין פראנצויזישער פראנק = 0.152449 איירא.

אייראזאנע

די אייראזאנע איז די גרופע פון לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס האבן אדאפטירט די איירא (€) ווי זייער וואלוטע. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז פאראנטווארטלעך צו פארוואלטן מיטן אנבאט פון געלט אין דער אייראזאנע. פאליטישע באשלוסן וועגן דעם איירא זענען די געביט פון דער "איירא גרופע", וואס באשטייט פון פארטרעטער פון די לענדער אין דער אייראזאנע.

אייראפעישער פארבאנד

דער אייראָפּעישער פֿאַראיין אדער דער אייראפעישער פאַרבאַנד (איי־פֿ) איז א פארבאנד פון 28 לענדער מיט א פאראייניגטן מארק און בשותפותדיקע אינסטיטוציעס. רוב פון די מיטגלידער מדינות טיילן זיך מיט דער זעלבער מטבע, דער איירא.

אין 1957 האבן זעקס לענדער אויפגעשטעלט די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע. מיט דעם האט זיך אנגעהויבן וואס איז היינט געווארן דער אייראפעישער פארבאנד.

אירלאנד

אירלאַנד איז אַ לאַנד אין אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז דובלין. אירלאנד אקופירט רוב פון דעם אירלאנד אינזל.

אין 1949 איז אירלאנד געווארן א רעפובליק און עס האט פארלאזט דער בריטישער קאמאנוועלט.

ביליאנער

א ביליאנער מיינט א פערזאן וואס פארמאגט א ביליאן (1,000,000,000) אדער מער דאלער, איירא אדער פונט. און דאס געלט קען זיין פון סיי וועלכן לאנד.

דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט איז דזשעף בעזאס, וואס אין אויגוסט 2018 האט ער פארמאגט איבער 157 ביליאן דאלאר.

צו ציילן ביז א ביליאן, יעדע סעקונדע נאך א נומער, געדויערט בערך 32 יאר. און אנצוקומען וויפאל בעזאס האלט וועט דויערן איבער 4,160 יאר.

דייטשלאנד

דײַטשלאַנד (דייטשיש: Deutschland דױטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטאַטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין 1871. פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. עס האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 קוואדראט קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט. באָן, וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד, האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען, אבער היינט זיינען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין. די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע.

דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין (אי-יו) נאך דעם פאראייניקטן קעניגרייך. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע.

נאָך די פאַרייניקטע שטאַטן, איז דייַטשלאַנד די צווייט מערסט פאָלק־אימגראציע ציל אין דער וועלט.‏דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע (אן גרענעצן) און האט אדאפטירט די איירא (די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע) אום 1999.

דענמארק

דאס דענמאַרק (דעניש: Danmark) איז אַ סקאנדינאוויש לאַנד אין צפון־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז קאָפּנהאַגן. דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים; צו דרום האט עס א גרענעץ מיט דייטשלאנד.

האלאנד

האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ קליין לאַנד אין אײראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 16 מיליאן. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".

די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם, דען האג און ראטערדאם. אַמסטערדאַם איז די הױפּטשטאָט , אבער די רעגירונג און פארלאמענט זיצן אין דען האג.

דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע–אזוי גרויס ווי די נעקסט דריי גרעסטע צוזאמען.

די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.

האלאנד איז זייער א פלאך לאנד; נאר 50% פונעם לאנד איז מער ווי איין מעטער איבער דם ים־פלאך. אומגעפער 17% פונעם שטח פון לאנד איז פריער געווען וואסער (ים און אזערעס) און מענטשן האבן געמאכט דארט א יבשה.

האלאנד האט גאר א גרויסע באפעלקערונג ענגקייט פון 406 מענטשן א ק"מ2. האלאנד איז דער וועלטס צווייטער גרעסטער עקספארטירער פון עסן און לאנדווירטשאפט פראדוקטן, נאך די פאראייניגטע שטאטן, א דאנק וואס זיין ערד איז גוט פרוכפערדיק און דאס לאנד האט א צארטן קלימאט.

האלאנד איז איינע פון די ערשטע לענדער אין דער וועלט צו האבן א געוויילטן פארלאמענט; זייט 1848 איז זיין רעגירונג א פארלאמענטארע דעמאקראטיע און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע. האלאנד ווערט גערעכנט א גאנץ ליבעראל לאנד.

האלאנד איז א גרינדער מיטגליד אין די אייראפעישער פארבאנד, אייראזאנע, G-10, נאטא, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און וועלט האנדל ארגאניזאציע. פינף אינטערנאציאנאליע געריכטן זענען פלאצירט אין האלאנד, ווי אויך די אייראפעישע קרימינעל אינטעליגענץ אגענטור אייראפאל. האלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע.

האלאנד האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, און ראנגירט 17ט צווישן 177 לענדער לויטן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט.

וואלוטע

וואלוטע איז די איינצהייט פון געלט וואס מען ניצט אין א לאנד. יעדע לאנד האט זיין אייגענע וואלוטע און יעדנ'ס וואלוטע איז ווערט אן אנדער פרייז.

וואלוטע גיט צו די קראפט פון מסחר. וואלוטע איז די קאמפענסאציע פאר ארבעט און מיט דעם קען מען גיין ווייטער און קויפן פראדוקטן און דינסטן.

די באוואוסטע וואלוטעס פון דער וועלט זענען:

דער אמעריקאנער טאלער

די איירא

דער בריטישער פונט

דער יען

ליטע

ליטע (ליטװיש: Lietuva ליעטוּװאַ) איז אַ לאַנד אין צפֿון־אײראָפּע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט איז װילנע.

פלאצירט ביים דרום-מזרח בארטן פונעם באלטישן ים,האט ליטע גרענעצן מיט לעטלאנד צו צפון, בעלארוס צו דרום-מזרח, פוילן, און רוסלאנד (קאלינינגראד) צו דרום-מערב.

ליטע איז א מיטגליד פון נאט"א, דעם ראט פון אייראפע און דעם אייראפעישן פארבאנד. איר באפעלקערונג איז 3.6 מיליאן. דעם 1טן יאנואר 2015, האט ליטע אדאפטירט די איירא ווי איר אפיציעלע וואלוטע און איז געווארן דער 19טן מיטגליד אין דער אייראזאנע.

די גרעסטע שטעט אין ליטע זענען:

װילנע

שאַװל

יורבורג

קאוונע

לעטלאנד

לעטלאַנד (לעטיש: Latvija) איז אַ לאַנד אינעם באַלטישן ראיאן פון צפון אײראָפּע. עס גרענעצט עסטלאנד צו צפון, ליטע צו דרום, רוסלאנד צו מזרח און בעלארוס צו דרום-מזרח. אריבער דעם באלטישן ים צו מערב ליגט שוועדן. דער שטח פון לעטלאנד באדעקט 64,589 קוואדראט ק"מ.

די הױפּטשטאָט פון לעטלאנד איז ריגע. לעטלאנד איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זײַט דעם 17טן סעפטעמבער 1991; פון דעם אייראפעישן פארבאנד זײַט דעם 1טן מיי, 2004 און פון נאט"א זײַט דעם 29סטן מערץ, 2004.

דעם 1טן יאנואר 2014 איז די לעטישע וואלוטע, דער לאץ, געטוישט פארן איירא.

אויך איז לעטלאנד א מיטגליד אין די אייראפעראט, אינטערנאציאנאלן געלטפאנד און וועלט האנדל ארגאניזאציע.

דענענבורג

ליבאַװע

מאנטענעגרא

מאנטענעגרא ("שווארצער בארג") איז א לאנד אין דרום־מזרח אייראפע. עס האט א בארטן אויפן אדריאטישן ים אין דרום־מערב, און גרענעצט קראאטיע צו מערב, באסניע און הערצעגאווינע צו צפון־מערב, סערביע צו צפון־מזרח, און אלבאניע צו דרום־מזרח. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז פאדגאריצע.

אין אוראלטע צייטן איז דער שטח פון מאנטענעגרא געוואן א טייל פון דער רוימישער אימפעריע, און שפעטער פון דער ביזאנטישער אימפעריע.

אין דעם 13טן יארהונדערט איז דאס לאנד געווען א טייל פון דער גרויסער סערבישער פרינציפאליטעט. פון 1918 איז עס געווען א טייל פון יוגאסלאוויע. אין 2006 איז מאנטענעגרא געווארן אומאפהענגיק.

מאנטענעגרא איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, וועלט האנדל ארגאניזאציע, און א קאנדידאט צו ווערן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד.

די אפיציעלע וואלוטע איז דער איירא, וואס מאנטענעגרא האט אדאפטירט איינזייטיג, אזוי ווי עס איז נישט אין דער אייראזאנע.

עסטלאנד

עסטלאַנד (עסטיש: Eesti) איז אַ לאַנד אין צפון אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז טאַלין. עס גרענעצט לעטלאנד צו דרום און רוסלאנד צו מזרח.

די ערשטע שול אין עסטלאנד איז געגרינדעט אין 2005.

עסטרייך

דאָס עסטרײַך (דײַטשיש: Österreich) , אפיציעל די רעפובליק פֿון עסטרײַך (דײַטשיש: Republik Österreich) איז אַ פעדעראלע רעפובליק וואס איז א לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל-אײראָפּע. זיין הויפטשטאָט איז וויען. עס וואוינען דאָרט מער ווי 8.5 מיליאָן מענטשן, פון זיי עטליכע טויזנט יידן. (רוב פון די אידן וואוינען אין דער הויפטשטאט וויען).

עסטרייך גרענעצט מיט אכט לענדער: דייטשלאנד און טשעכיי פון צפון, סלאוואקיי און אונגארן פון מזרח, סלאוועניע און איטאליע פון דרום, און שווייץ און ליכטנשטיין פון מערב.

עסטרייך באדעקט א שטח פון 83,879 קוואדראט ק"מ. דאס לאנד ליגט אין די אלפן און איז איבעראל בערגיק; נאר 32% פון לאנד איז נידריגער ווי 500 מעטער, און דער העכסטער פונקט איז 3,798 מעטער איבערן ים־פלאך. די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדט א בייערישן דיאלעקט פון דייטש ווי זייער מוטערשפראך, און די אפיציעלע שפראך איז עסטרייכישע דייטש. אויך אונגאריש און סלאוועניש זענען אפיציעלע שפראכן אין טייל פון לאנד.

עסטרייך האט א היסטאריע וואס גייט צוריק מער ווי טויזנט יאר, פונעם 9טן יארהונדערט.

אין דעם 19טן יארהונדערט האט געהערשט אין עסטרייך די האפסבורג דינאסטיע, און עסטרייך איז געווארן איינער פון די גרויסער קראפטן פון אייראפע. אין 1867, האט דער קייסער פראנץ יאזעף פארוואנדלט די עסטרייכישע אימפעריע אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. די עסטרייך־אונגארישע אימפעריע איז איינגעפאלן אין 1918 ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה. די ערשטע עסטרייכישע רעפובליק איז געגרינדעט אין 1919, מיט א קלענערן שטח לאנד. אין 1938 האט עסטרייך זיך באהאפטן צו נאצי דייטשלאנד אינעם אנשלוס, וואס האט געצויגן ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין 1945, ווען די אליאירטע כוחות האבן אקופירט דאס לאנד. די אקופאציע האט געענדיגט אין 1955 ווען דער עסטרייכישער שטאַט אפמאך האט ווידער אויפגעשטעלט עסטרייך ווי א סואוורענער שטאַט. אין יענעם יאר האט דער עסטרייכישער פארלאמענט דערקלערט די אייביגע נייטראלקייט פון עסטרייך.

היינט איז עסטרייך א פארלאמענטארע דעמאקראטיע וואס באשטייט ניין פעדעראלע שטאטן. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ווין, מיט א באפעלקערונג העכער פון 1.7 מיליאן. עסטרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אין דער וועלט, מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט א מענטש פון $52,216 (געשאצט 2014). דאס לאנד האט א הויכן לעבן סטאנדארט. עסטרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זייט 1955, פונעם אייראפעישן פארבאנד זייט 1995, און האט אדאפטירט די אייראפעאישע וואלוטע , די איירא, אין 1999.

עסטרייך געהערט צו דער שענגען זאנע. אזוי אויך געהערן אלע שכנותדיקע לענדער, קומט אויס אז ביי די גרענעצן פון עסטרייך עקסזיסטירט נישט קיין קאנטראל.

פוילן

פּוילן (פויליש: Polska), אפיציעל די רעפובליק פון פוילן (פויליש: Rzeczpospolita Polska; קאשוביש: Pòlskô Repùblika; שלעזיש: Polsko Republika), איז א לאנד אין אײראָפּע וואס גרענעצט דײַטשלאַנד צו מערבֿ; טשעכײַ און סלאָוואַקײַ צו דרום; אוקראַינע, בעלאַרוס און ליטע צו מזרח; און דעם באלטישן ים און קאַלינינגראַדער אָבלאַסט, רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ, אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן, איז פוילן דאס 34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט 16 וואיעוואדעשאפטן. זײַן הױפּטשטאָט איז װאַרשע.

פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט האנדל ארגאניזאציע, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD), אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן, אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור, אייראפע ראט, ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע, אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און G6.

די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

ציפערן

ציפּערן אדער ציפּרוס (גריכיש: Κύπρος קיפּראָס) איז אַן אינזל לאנד אין דעם מיטלענדישן ים, דרום פון טערקיי און מערב פון סיריע. זײַן הױפּט און גרעסטע שטאָט איז ניקאָסיע.

די אפיציעלע שפראכן דארט זענען גריכיש און טערקיש.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.