איבערישער האלבאינזל

דער איבערישער האַלבאינזל (פארטוגעזיש, און שפאניש: Península Ibérica, קאטאלאניש: Península Ibèrica, פראַנצויזיש: Péninsule Ibérique), אויך באוואוסט מיטן נאמען איבעריע, איז א האלבאינזל פלאצירט אינעם ווייטן דרום־מערב פון אייראפע וואס שליסט איין די היינטיקע סואווערענע שטאַטן שפאניע, פארטוגאל, אנדארע, און טייל פון פראנקרייך, ווי אויך די בריטישע טעריטאריע פון גיבראלטאר. ער גרענעצט צו דרום־מזרח און מזרח דעם מיטלענדישן ים, און צום צפון, מערב און דרום־מערב דעם אטלאנטישן אקעאן. דער צפון־מזרח עק פונעם האלבאינזל איז די פירענעען בארגקייט, וואס טיילט דעם האלבאינזל פונעם איבעריקן טייל פון אייראפע. צום דרום טוט ער זיך דערנענטערן צום צפון בארטן פון אפריקע.

ער איז דער צווייטער גרעסטער האלבאינזל אין אייראפע, מיט א שטח פון אומגעפער 582,000 קוואדראט ק"מ.

Iberian map europe
דער איבערישער האלבאינזל אין אייראפע

וועבלינקען

אייראפע

אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.

אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.

אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.

לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:

דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:

אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.

די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.

אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.

די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.

האלבאינזל

א האַלבאינזל איז א שטיק לאנד ארומעגענומען מיט וואסער פון דריי זייטן אבער באהאפטן צו דער יבשה.

מיטלענדישער ים

דער מיטלענדישער ים איז א ים פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיט לאנד — פון צפון זייט אייראפע, פון דרום אפריקע און פון מזרח אזיע. ער באדעקט א שטח פון 2.5 קוואדראט קילאמעטער, און איז באהאפטן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורך דעם שמאלן דורכגאס פון גיבראלטאר וואס איז ברייט אינגאנצן 14 קילאמעטער, און שיידט אפ גיבראלטאר און שפאניע אין אייראפע פון מאראקא אין אפריקע.

דער דורכשניט טיף פונעם ים איז 1500 מעטער, און דער טיפֿסטער פונקט איז 5,267 מעטער אין דער קאליפסא טיף אינעם יאנישן ים.

אמאל איז ער געווען די חשבסטע רוטע פאר סוחרים אין קדמונישע צייטן, מיט מסחר צווישן בבל, מצרים, גריכנלאנד, טערקיי און רוים.

די לענדער מיט בארטנליניעס אויפן מיטלענדישן ים זענען איטאליע, אלבאניע, אלזשיר, באסניע און הערצעגאווינע, גריכנלאנד, טוניסיע, טערקיי, ישראל, לבנון, ליביע, מאלטא, מאנאקא, מאנטענעגרא, סיריע, סלאוועניע, עגיפטן, פראנקרייך, ציפערן, קראאטיע און שפאניע. דערצו, האבן אויך דער עזה פאס און די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס גיבראלטאר און אקראטירי און דעקעליע בארטנליניעס אויפן ים.

פירענעען

די פירענעען (שפאניש: Pirineos, פראַנצויזיש: Pyrénées, אראגאנעזיש: Perinés, קאטאלאניש: Pirineus, אקציטאניש: Pirenèus, באסקיש: Pirinioak אדער Auñamendiak), איז א בארג-קייט אין דרום־מערב אייראפע וואס שיידט די איבערישער האלבאינזל פון גאנץ אייראפע. דער בארג-קייט ציט 491 ק"מ פון דער בוכטע פון ביסקע צום מיטלענדישן ים און שאפט א נאטירלעכער גרענעץ צווישן פראנקרייך און שפאניע. דאס קליינע לאנד אנדארע ליגט אין די פירענעען.

דער העכסטער שפיץ אין די פירענעען איז אַנעטא, 3,404 מעטער איבערן ים־פלאך.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.