אדום

אדום זיינען איינער פון דער קדומיקע עממים וואס. דער ציוויליזעציע פון אדום זיינען געקומען פון עשיו קינדער.

אמבולאנס

אן אַמבולאַנס אדער קראנקן וואגן איז א סארט פארמיטל וואס ווערט גענוצט צו טראגן א קראַנקן אדער באַשעדיקטן מענטש. געוויינטלעך טרייבן אַמבולאַנסן צו מענטשן אין נויטפאלן צו פירן זיי אין א שפיטאל פאר מעדיצינישן הילף.

ער איז שטארק מערקבאר אויפן וועג ווייל ער האט שרייעדיגע אותיות מיט בליטשקעדיגע לעמפלעך און הויכע סירענעס וואס דאס מאכט אז די אנדערע טרעקלעך אויפן וועג זאלן זיך רוקן אין דער זייט און האבן דרך ארץ פארן אמבולאנס ער זאל קענען שנעלער אנקומען צו זיין ציל.

אנטיפטרוס

אנטיפטרוס, איז געווען א וויכטיקער שטאטסמאן, און פאליטיקער, אין די צייטן פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער, אין די צייטן פון צווייטע בית המקדש, און דער פאטער פון צוקונפטיקע קעניג הורדוס. געבוירן אין יאר 104, געשטארבן אין יאר 43 איידער ציווילע רעכענונג.

ער איז געבוירן צו אנטיפס, א פאמיליע פון אדום, א פאלק וואס האט זיך געפונען אין דרום פון ארץ ישראל, נאכן איינעמען די געגנט דורך די אלכסנדר ינאי, האבן אלע איינוווינער זיך מגייר געווען, אנטיפס צווישן זיי, און ינאי האט אים געשטעלט אלס גובערנאטאר פון אדום. אנטיפטרוס האט געהייראט אן אראבקע מיטן נאמען קיפראס פון די נבטים שבט, און הורדוס איז געבוירן פון די פרוי, אין אשקלון.

אין די צייטן פון ינאי המלך, און שפעטער זיין פרוי שלומציון המלכה, איז די קעניגרייך געווען רואיג, איינמאל די צוויי זענען געשטארבן, האט אויסגעבראכן אין ארץ יהודה, א בירגער קריג, צווישן די צוויי קינדער, יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און יהודה אריסטובולוס דער צווייטער. הורקנוס איז געווען א שוואכער מאנספארשוין, און ער האט געשלאסן א שלום מיט זיין ברודער, אנטיפטרוס האט געהעצט הורקנוס די גאנצע צייט, אז די מלוכה קומט זיך אים און נישט צו זיין ברודער.

די רוימישע אימפעריע, האט זיך אריינגעמישט אין די קריג, און אנהייב האבן זיי געפסקנט לטובת אריסטובולוס, נאכדעם וואס ער האט זיי אונטערגעשמירט, אבער פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, האט זיך אנגענומען פאר הורקנוס, און נאך א קורצע קריג קעגן אריסטובולוס, האט פאמפאיוס ארויף געשטעלט הורקנוס אויפן בענקל.

גאנצע שטיקער פון ארץ יהודה זענען אוועקגעריסן געווארן פון די מלוכה, ווי בית שאן, און יפו. הורקנוס איז געווארן עטנארך (געוועלטיגער אויס קעניג), אנטיפטרוס איז געווארן פאקטישע הערשער איבער די יידן. ער האט געוועליטיקט מיט אן אייזערנעם פויסט, זייענדיק פארפיינטעט ביי די פאלק.

אלכסנדר דער צווייטער, זון פון אריסטובולוס, האט אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, נאכן אנטלויפן פון רוימישע געפענגעניש. אין די ענדע פון די קריג, נאכן שיקן די רוימישע מיליטער אונטערצוברענגען די אויפשטאנד, איז הורקנוס צוריק געווארן כהן גדול, רוים האט אבער צעטיילט די געגנטער אין ארץ ישראל צו באצירקן, אונטער באזונדערע הערשאפט, געפירט דורך רוים און מער נישט דורך הורקנוס.

אין רוים איז פארגעקומען דערווייל א קריג, צווישן גענעראל פאמפאיוס, און יוליוס קייסער, אנטיפטרוס האט געשיקט א מיליטער צו העלפן די גענעראל, אבער יענער האט פארלוירן, אנטיפטרוס האט זיך נישט פארלוירן, און זיך אנגעשלאסן צו די קייסערס וואגן.

יוליוס קייסער האט געשטיצט אנהייב אריסטובולוס, און זיין זון אלכסנדר, אבער געטוישט זיין מיינונג, און געשטעלט אנטיפטרוס פאר אפוטרופוס (וואס איז דער באדייט דערפון איז נישט באוויסט) איבער די יידן, אנטיפטרוס הא געשטעלט זיין זון פצאל אלס קאמאנדיר פון ירושלים און זיין זון הורדוס אלס קאמאנדיר פון די גליל.

אין די יאר 43 איידער די ציווילע רעכענונג, נאכן פארלירן זיין חן ביי הורקנוס, האט מליכוס א ראטגעבער פון הורקונוס אים פארסמט, און אנטיפטרוס איז געשטארבן. וואס ער האט אנגעפאנגען האט ער שפעטער אויסגעפירט, טאקע נאך זיין טויט הורדוס איז געווארן קעניג איבער די יידן. אלס נקמה האט הורדוס פארסמט די ראטגעבער, און יענער איז געשטארבן.

דוד המלך

דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב)

לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

ה'תש"י

ה'תש"י (5710) – אדער אין קורצן תש"י – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט ‏פארן 24סטן סעפטעמבער, 1949, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: ‏ 11טן סעפטעמבער, 1950. ה'תש"י איז א פשוט יאר (מיט בלויז איין חודש אדר) וואס איז לאנג 353 טאג. דאס איז דאס פינפטע יאר צו שמיטה.מדינת ישראל געפייערט אין יום העצמאות ה'תש"י 2 יאר זעלבשטענדיקייט.

הורדוס אנטיפאס

הורדוס אַנטיפאַטער (גריכיש: Ἡρῴδης Ἀντίπατρος, Hērǭdēs Antipatros; געבוירן פריער פון 20 פאַר דער ציווילער רעכענונג – געשטאָרבן נאָך 39 לויט דער ציווילער רעכענונג), באַקאנט מיטן בײַנאמען אַנטיפאַס, איז געווען אן ערשטן־יאָרהונדער הערשער איבער גליל און פעראיע.

הורדוס פון כאלקיס

הורדוס בן אַריסטובוּלוס (15 פאַר דער נײַער צײַטרעכענוג – 48 פון דער נײַער צײַטרעכענונג) איז געווען אַ מלך פון כאַלקיס, אַ קליינע מלוכה אויפן דרום-מזרח פון איצטיקן לבנון.

הורדוס בן אריסטובוּלוס איז געבוירן געוואָרן אין יהודה. זײַן פאָטער אַריסטובוּלוס איז געווען אַ זון פון דעם מלך הורדוס דעם גרויסן און פון זײַן ווײַב מרים די חשמונישע. זײַן מוטער בערניקי איז געווען די טאָכטער פון הורדוס דעם גרויסנס שוועסטער שלומית און איר מאַן דעם גובערנאַטאָר פון אדום קוסטובר.

אינעם יאָר 7 פאַר דער נײַער צײַטרעכענונג האָט הודרוס פאַרלאָרן זײַן פאָטער אַריסטובוּלוס, וועלכער איז הינגערריכט געוואָרן לויט אַ באַפעל פונעם מלך הורדוס דעם גרויסן. אינעם יאָר 5 פאַר דער נײַער צײַטרעכענונג איז בריניקי מיט אירע זין אגריפּס און הורדוס אַריבערגעפאָרן קיין רוים. הורדוס איז אויסגעוואַקסן בײַם הויף פונעם רוימישן קיסר.

אין 41 האָט דער רוימישער קיסר קלאַודיוּס איבערגעגעבן אונטער דער מאַכט פון הורדוס בן אַריסטובוּלוס די קעניגרײַך פון כאַלקיס, וועלכע האָט געהאַט אַ געמישטע (גוייִשע און ייִדישע) באַפעלקערונג. צוזאַמען מיט זײַן ברודער אַגריפס דעם ערשטן, וועלכער איז געוואָרן דער מלך פון יהודה, האָט הורדוס בן אַריסטובוּלוס זיך דערשלאָגן פונעם אימפּעראַטאָר קלאַודויוּס אַרויסגעבן אַ געזעץ, וועלכער האָט גאַראַנטירט רעכט און ייִדן אויסער די גרענעצן פון ארץ-ישראל.

אין 44 איז געשטאָרן דער מלך אַגריפּס דער ערשטער און זײַן קעניגרײַך איז געוואָרן אַ פּראָווינץ פון דער רוימישער אימפּעריע. דאַן האָט הורדוס בן אַריסטובוּלוס באַקומען די אחריות פאַרן פירן דעם בית-המקדש אין ירושלים און פאַרן באַשטעטיקן כהנים-גדולים.

זײַן ערשטע ווײַב איז געווען זײַן שוועסטערקינד מרים, וועלכע האָט אים געבאָרן אַ זון מיטן נאָמען אַריסטובוּלוס. נאָך איר פטירה האָט ער גענומען פאַר אַ ווײַב זײַן פּלימעניצע בערניקי, וועלכע האָט געבאָרן צוויי זין – בערניקיוס און הורקנוס.

הורדוס בן אַריסטובולוס איז געשטאָרבן אין 48. די קעניגרײַך פון כאַלקיס האָט געירשנט זײַן פּלימעניק אַגריפּס דער צווייטער. אין 53 איז אַגריפּס דער צווייטער געוואָרן דער מלך פון יהודה און דער מלך פון כאַלקיס איז געוואָרן דער בכור פון הורדוסן אַריסטובולוס.

הצלה ישראל

הצלה ישראל איז בעיקר קאנצעטרירט אין ירושלים דאס פאראייניגט אלע פרומע מיטגלידער פון מגן דוד אדום און פֿעלדשערס.

איר פארזיצער איז ר' דוקי גרינוואלד.

איר רב איז ר' חיים יהודא כהן.

יהודה הלוי

רבי יהודה הלוי אָדער ריה״ל (בערך 1075, טאָלעדאָ, שפּאַניע - בערך 1141, אַפּנים אין ארץ־ישראל) איז געווען אַ פייטן, אַ יידישער פילאסאף און אַ דאקטער אין מיטל־עלטערישן שפּאַניע. ער איז באַוואוסט אַלץ דער מחבר פונעם פילאָסאָפישן ספר הכוזרי, שאַפער פון אַ צאָל באַרימטע פיוטים און אויך אַלץ באַזינגער פון ציון, וואָס האָט פּערזענלעך עולה געווען בעת די שווערע צייטן פון קרייצפארער.

יהודה המכבי

יהודה המכבי איז געווען דער זון פון מתתיהו הכהן, פון די חשמונאים. ער איז געווען דער אנפירער פון דעם אויפשטאנד קעגן די גריכן און אנטיוכוס, און דערפאלגרייך געגרינדעט א יידיש זעלבסטשטענדיק לאנד אין ארץ יהודה, וואס שפעטער דורך זיינע נאכפאלגער, איז פארברייטערט געווארן צו א קעניגרייך.

ער איז געווען דער דריטער זון פון מתתיהו, פון זיינע פינף זין, געבוירן אין מודיעין, אויף די בערג פון יהודה.

די באדייט פון מכבי איז נישט באוואוסט. לויט יוסיפון איז עס אויפן פסוק מי כמכה באלים ה', אנדערע טענהן אז עס קומט מיט א ק', און אזעלכע זאגן אז עס איז דאס לאטיינישע ווארט פאר מצביא, וואס מיינט גענעראל אין העברעיש, נאר אין לאטייניש זאגן זיי מקבי בטעות.

דורכאויס דעם אויפשטאנד פון די רעליגיעזע יידן קעגן די גריכן, און די מתייוונים, איז יהודה געווארן הויפט אנפירער, נאכדעם וואס זיין טאטע איז געשטארבן. צום סוף האט ער באפרייט ארץ יהודה פון די גריכן, אויסער אין ירושלים, ווי עס איז געבליבן א קליינע אנוועזנהייט, קעגן איבער די הר הבית.

וויבאלד די יוונים האבן געהאט א מאכטפולע ארמיי, האט יהודה זיך בעיקר באנוצט מיט גערילא טאקטיקן, און מיט פלוצימדיקע אנפאלן. אין עטליכע קאמפן האט יהודה באוויזן צו צעשמעטערן גאנצע ארמייען פון די גריכן. און יהודה האט באוויזן אומצוברענגען די גענעראלן מיט זיינע אייגענע הענט.

די קאמף אין (עמאוס) לאטראן, איז א גאר באוואוסטע קאמף, אין וועלכע יהודה האט מיט זיינע 6,000 קעמפער, באוויזן דאס אומגלויבלעכע, און באזיגט אן ארמיי פון 40,000 פוסגייער, און 7,000 רייטער. דורך א געניטער איינפאל. גרעגאריעס די גריכישע גענעראל, האט גענומען טייל פון זיין ארמיי, און פארלאזט זייער באזע, יהודה האט דאס געזען, איז ער געווען זיכער, אז גרעגאריעס פלאנירט צו אטאקירן ביינאכט, דעריבער האט ער באשלאסן דעמאלט צו אטאקירן דעם פיינט אויפן פלאץ, ביים אטאקע האט ער אומגעברענגט 9,000 גריכן, די איבריקע זענען אנטלאפן. אין די יידישע לאגער האט ער געלאזט די פאקלען ברענען, אזוי ארום האט גרעגאריעס געמיינט אז די יידן זענען אנטלאפן, האט ער זיי אויפגעזיכט, נאכן נישט טרעפן די יידן האט ער זיך אומגעקערט צו זיין באזע, ווי יהודה האט אטאקירט גרעגאריעס, זיי זענען אלע אנטלאפן אן א קאמף, און מיטדעם האט יהודה געהאט א גלענצענדע זיג. וואס שפעטער זענען אנדערע יידן וואס האבן נישט געוואלט אריינגיין אין מיליטער, האבן זיך יעצט אנגעשלאסן.

נאכן באפרייען ארץ יהודה, און אויסרייניקן ירושלים, האט זיך די פאמיליע פארנומען מיט ארויסהעלפן די יידן אין גליל. ער און זיין ברודער שמעון התרסי, האבן זיך צעטיילט, ער אין גלעד, אדום, און פלשתים, און שמעון אין גליל.

אין איינע פון די קאמפן איז אלעזר המכבי אומגעקומען, דער ברודער פון יהודה, נאכן ווערן איבעגעטרעטן פון אן העלפאנד. אין די קאמף האבן די חשמונאים געהאט א נידערלאגע, און די גריכן האבן אנגעהויבן באלאגערן ירושלים, וואס האט זיך געענדיקט ווען אין דמשק האט פיליפוס פארכאפט די מאכט, און אריינגעווארפן אנטיוכוס דער פיפטער אין טורמע. דעריבער האבן די גריכישע ארמייען אפגעטרעטן פון זייער אפענסיווע.

שפעטער זענען נאך ארמייען אנגעקומען קעמפן מיט די יידן, מיט א גענעראל ניקנור, וואס האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט יהודה, אבער איז געקומען קעמפן קעגן אים, יהודה האט באוויזן אים צו הרנען.

אין א קאמף וואס באקחידעס, א גריכישע גענעראל, איז געקומען מלחמה האלטן קעגן יהודה, האט יהודה געפונען זיין טויט, און זיין ברודער האט געטראפן זיין קערפער. זיי האבן געברענגט זיין קערפער קיין מודיעין און אים דארט באגראבן.

זיינע צוויי ברידער שמעון התרסי, און יונתן הוופסי, האבן ווייטער פארגעזעצט די קאמף קעגן די יוונים.

יואב בן צרויה

יואב בן צרויה איז געווען דער מיליטער-באהערשער/ קריגס פירער פון דוד המלך, ער האט אנגעפירט די מלחמות אנטקעגן ארם, עמון און אדום. אויכט איז ער געווען די הויפט פון די סנהדרין. ער איז געווען די געשוועסטער קינד פון דוד.

יוחנן הורקנוס דער צווייטער

יוחנן הורקנוס דער צווייטער, איז געווען קעניג איבער ארץ יהודה, און כהן גדול, פון די חשמונאים דינאסטיע. געבוירן בערך אין יאר 110 איידער די ציווילע ציילונג, און געשטארבן אין יאר 30 איידער די ציווילע ציילונג.

הורקנוס איז געווען דער עלטערער זון פון ינאי המלך און פון שלומציון המלכה. ווען ינאי איז געשטארבן, איז שלומציון געווארן קעניגן, און הורקנוס כהן גדול, זיין מאמע האט אים אריינגערעכנט, אין די אנפירערשאפט פון דעםקעניגרייך. אין יוסיפון שטייט געשריבן, אז הורקנוס איז געווען א רויגער מאנס פארשוין, אין די צייט וואס זיין ברודער יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, איז געווען א היציקער פון נאטור אויס, שלומציון האט דעריבער זיך נישט פארלאזט אויף אריסטובולוס, און הורקנוס איז ביי איר געווען די קרוינפרינץ.

איידער זי איז געשטארבן, האט אריסטובולוס געווינען אלע קאמאנדירן, פון די פעסטונגען אין יהודה, צו זיין זייט, און זיך דערקלערט אלס נייע קעניג. שלומציון האט איינגעזעצט אריסטובולוס' ווייב און קינדער אין טורמע, אבער זי איז געשטארבן נאך איידער זי האט עספיעט צו טון עפעס.

נאך איר טויט, האט הורקנוס איבערגענומען, אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן. א בירגער קריג, האט אויסגעבראכן צווישן די יידן. צום ענדע, האבן די צוויי ברודער געקומען צום אפמאך, אז הורקנוס וועט זיין כהן גדול, און אריסטובולוס קעניג, און צו ברענגען די שלום צו א פאקט, האט אלכסנדר דער צווייטער זון פון אריסטובולוס, געהייראט הורקנוס' טאכטער אלכסנדרה החשמונאית.

הורקנוס האט געהאט א פריינט, מיטן נאמען אנטיפטרוס, וואס זיין טאטע איז געווען אנטיפס, גובערנאטאר פון אדום, אין די צייטן פון ינאי המלך, און די פאמיליע, האט זיך מגייר געווען אין די צייטן פון יוחנן הורקנוס דער ערשטער. דער אנטיפטרוס, האט צוגערעדט הורקנוס זאל צוריק ציען פון די אפמאך מיט אריסטובולוס, און די צוויי זענען אנטלאפן צו די קעניג פון נבטים, וועלכע האט מיט זיין ארמיי, ארויף מארשירט קיין ירושלים, און באלאגערט די הר הבית, ווי אריסטובולוס האט זיך באפעסטיקט, די גמרא דערציילט אז פאר געלט וואס די כהנים האבן אראפ געשיקט, האבן די באלאגערער צוריק געשיקט א שעפס, ביז איין טאג האבן זיי ארויף געשיקט א חזיר.

דאס אלעס האט זיך געענדיקט ווען א רוימישער גענעראל, מיטן נאמען סקווארוס, האט פארלאנגט פון די קעניג פון נבטים אפצוטרעטן. נאכן אפטרעטן, האט אריסטובולוס פלוצים אטאקירט, די ארמיי פון די נבטים, און האט אומגעברענגט אסאך פון זיי.

די צוויי ברודער האבן געברענגט זייערע טענות צו סקווארוס, און נאכן באקומען שוחד פון אריסטובולוס, האט ער געפסקנט אז אריסטובולוס איז קעניג. דער קאמאנדיר פון סקווארוס איז אנגעקומען זיין נאמען איז געווען פאמפאיוס, און ער האט רעכט געגעבן פאר הורקנוס, אריסטובולוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, ווי ער האט זיך באפעסטיקט, און פאמפאיוס איז אים נאכעקומען, און א קריג האט זיך ווידעראמאל אנגעפאנגען, די רויישע גענעראל האט איינגענומען ירושלים, אריין אין די בית המקדש, און אין די קדשי קדשים, אבער די עבודה האט ווייטער פארגעזעצט. 12,000 יידן זענען אומגעקומען דורך די רוימישע סאלדאטן, און אריסטובולוס, איז גענומען געווארן אין געפענגעניש, קיין רוים. ריזיקע שטחים פון לאנד, זענען אוועק גענומען געווארן, פון די הערשאפט פון הורקנוס, דורך די רוימישע אימפעריע.

אין יאר 58-, איז אלכסנדר דער צווייטער, אנטלאפן פון געפענגעניש, און אנגעקומען קיין ארץ ישראל, ער האט אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, און הורקנוס האט געמוזט אנקומען צו רוימישע הילף צוריק צו באקומען די הערשאפט, נאכן באקומען די הערשאפט, איז די לאנד צעטיילט געווארן צו געגנטער, און ער איז פארבליבן בלויז מיט די כהונה גדולה.

ווען יוליוס קייסער, איז ארויף צו די מאכט אין רוים, האט ער געשיקט אריסטובולוס איבערצונעמען די הערשאפט פון הורקנוס, רוים איז געווען פארנומען אין א קריג צווישן יוליוס, און פאמפאיוס, און פאמפאיוס' מענטשן, האבן פארסמט אריסטובולוס און ער איז געשטארבן, וויבאלד הורקנוס האט זיך גערעכנט צווישן פאמפאיוס מענטשן. אלכסנדר דער צוייטער איז אומגעברענגט געווארן אויפן באפעל פון פאמפאיוס.

שפעטער האט פאמפאיוס פארלוירן די קאמף קעגן יוליוס, און הורקנוס האט אנערקענט אין יוליוס אלס קייסער פון רוים. אנטיפטרוס איז געווארן פאקטישע הערשער איבער יהודה, און ער האט געשטעלט זיין זון הורדוס, אלס גאווערנער, איבער די גליל. נאכן האבן א געפעכט מיט אים, וויבאלד הורדוס האט געהרגט מענטשן אן א משפט, האט הורקנוס אים געגעבן מרים החשמונאית הורקנוס' אייניקל פאר א ווייב.

דעמאלט איז יוליוס געהרגט געווארן, און מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, זון פון אריסטובולוס, איז אנגעקומען מיט אן ארמיי, און האט פארטריבן הורקנוס קיין בבל, נישט איידער ער האט אים אפגעשניטן די אויערן, אים צו פסול מאכן פאר די כהונה. און אנטיגונוס איז געווארן קעניג.

הורדוס האט דעמאלט אנגעפאנגען גרויס ווערן, און הורדוס האט געוויסט, אז ווילאנ הורקנוס לעבט אפילו נישט אין ארץ ישראל, וועט אים זיין שווער צו ווערן קעניג. דעריבער האט ער אים איבערצייגט צוריק צוקומען קיין ירושלים, ווי ער האט אים געגעבן גרויס כבוד, אבער האט אים געהיטן אויף טריט און שריט, ער זאל נישט קענען טון וואס ער וויל.

מרים די ווייב פון הורדוס, האט געהאט א ברודער מיטן נאמען אריסטובולוס דער דריטער, וועמען הורדוס האט געשטעלט אלס כהן גדול, אבער מורא האבנדיק פון אים, האט הורדוס דערטראנקן דעם יונג, אין א שווים באסיין, אין יריחו. דערנאך האט הורדוס געטענהט אז הורקנוס האט אים פרובירט פארסמן, האט ער אים אומגעברענגט, אויך האט ער דערנאך אומגעברענגט זיין שוויגער אלכסנדרה, און זיין ווייב מרים, די טראגעדיע האט זיך געענדיקט, ווען הורדוס האט אומגעברענגט זיינע צוויי זון וואס ער האט געהאט פון מרים אריסטובולוס און אלכסנדר.

דאס איז געווען די ענדע פון די חשמונאים דינאסטיע.

מגילת איכה

מגילת איכה ענטהאלט די קינות פון ירמיה הנביא אויפן חורבן ירושלים. זי איז פון די חמש מגילות אין כתובים. אין תנ"ך און אין מדרש ווערט זי אנגערופן קינות אדער מגילת קינות.

מען זאגט דעם מגילת איכה תשעה באב ביינאכט נאך מעריב, זיצנדיג אויף דער ערד.

מגן דוד אדום

מגן דוד אדום (ווערטלעך: "רויטער מגן דוד"; ראשי תיבות: מד"א) איז די פארמאלע ארגאניזאציע פון רפואה אין ישראל. זי איז געגרינדעט אין יאר ה'תר"צ (1930) אלס א קרענק סעקציע פון די הגנה, און אין יאר התש"י (1950) איז דאס געווארן די פארמאלע קאמיטע פון ישראל. אין יאר 2006 איז זי געווארן פארמאל מיטגליד אין דעם רויטן קרייץ. זי קען ווערן אַלאַרעמט דורך אָנדרייען 101 פון יעדן טעלעפאן אין ישראל.

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, איז געווען דער לעצטער קעניג, פון די חשמונאים דינאסטיע, און כהן גדול, ער האט געקעניגט צווישן די יארן 40 ביזן יאר 37 איידער די ציווילע ציילונג.

אנטיגונוס איז געווען דער יונגסטער זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, און אייניקל פון ינאי המלך. זיין טאטע און זיין ברודער אלכסנדר דער צווייטער, זענען געווען פארנומען דורך זייער לעבן, צו אונטערגראבן די קעניג יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און זיך אליין קעניגן איבער ארץ יהודה. איינע פון די הויפט צילן פון זייערע אויפשטאנדן איז געווען, אפרייסן די יידישע אנהענגיקייט, פון די רוימישע אימפעריע.

אין יאר 49 איידער דער ציווילער ציילונג, האט אויסגעבראכן א בירגער קריג צווישן יוליוס קייסער, און פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, יוליוס האט געשיקט אריסטובולוס, צו העלפן אים באזיגן פאמפאיוס, אבער אריסטובולוס איז פארסמט געווארן, און אלכסנדר דער צווייטער איז אומגעברענגט געווארן, דורך אראפהאקן זיין קאפ, אויפן באפעל פון פאמפאיוס. אנטיגונוס איז צו יענע צייט געווען ווי אן אויסטויש אין טורמע, אין רוים.

נאכן זיג פון יוליוס קייסער, האבן יוחנן הורקנוס, און אנטיפטרוס, געשטיצט יוליוס קייסער און באקומען זיין שטיצע. אנטיגונוס האט דא פארלוירן זיין געלעגנהייט.

נאכן אטענטאט אויף יוליוס קייסער, און געברענגט אויף רוים נאך א בירגער קריג, אין ארץ ישראל האט ויך אויסגעראכן א קריג, אין ירושלים קעגן פצאל זון פון אנטיפטרוס, און אין גליל קעגן הורדוס. ווען מארקוס אנטיניוס האט געווינען אין רוים, זענען יין געגאנגען בעטן פון אים, ער זאל אראפנעמען די פאמיליע פון אנטיפטרוס פון די מאכט, אבער אן דערפאלג.

צו יענער צייט האבן די פרתים, אויסגעניצט די אומקלארע צושטאנד אין רוים, און איינגענומען ריזיגע געגנטער אין סיריע. אנטיגונוס האט אויסגעניצט די געלעגנהייט, און זיך געוואנדן צו די קעניג נאך הילף. אנטיגונוס האט באקומען אן ארמיי, און געקומען קיין ירושלים, ער האט איבערצייגט פצאל די ברודער פון הורדוס ארויסקומען זיך אונטער געבן, פצאל איז באגאנגען זעלבסטמארד. און זיין פעטער הורקנוס, האט ער אפגעשניטן די אויערן, און אים געפסלט פון די כהונה.

פאר הורדוס איז געלונגען צו אנטלויפן קיין אדום.

אנטיגונוס איז געווארן קעניג, נישט אויף צו לאנג, פאר בלויז דריי יאר, ער האט געלאזט גיסן מטבעות, וואס דאס איז די איינציקסטע זאך געבליבן פון זיין הערשאפט, וויבאלד צופיל איז נישט באוויסט איבער אים. אויף זיינע מטבעות האט ער געשריבן פריינט פון די יידן, נישט קעניג. ווארשיינליך איז ער געווען באליבט ביי אלע פארטייען.

אין יאר 40-, איז הורדוס געקרוינט געווארן אין רוים, אלס קעניג איבער יהודה, און זיך געלאזט אין וועג אריין. נאך א יאר איז ער אנגעקומען אויף עכו, און ער האט אנגעהויבן זיין קאמף קעגן אנטיגונוס, וואס איז אים אנגעקומען גאנץ שווער, ווען ער האט נישט געוואלט צוקומען צו קיין הילף, פון פרעמדע קרעפטן.

דאס פאלק איז מיטגעשטאנען און געשטיצט אנטיגונוס, ווי אויך האט אנטיגונוס געגעבן שוחד פאר רוימישע גענעראלן, נישט צו קומען צו הילף פאר הורדוס.

אנטיגונוס האט אויסגעניצט די קריגס צושטאנד אין רוים, און איינגענומען אדום פארניכטעט מורשה, און באלאגערט מצדה, ווי די קעניגס סוויטע האט זיך געפונען, הורדוס' טאטע אריינגערעכנט.

הורדוס האט איינגענומען די שומרון, און דארט געמאכט זיין הויפט באזע. און דערנאך האט ער באקומען הילף פון מארקוס אנטוניניוס.

אין די צייט וואס הורדוס האט איינגענומען די גליל, איז אנטיגונוס געזעצן אין ירושלים רויג, און גארנישט פרובירט צו טון.

ווען אנטיגונוס איז ארויס אין א קאמף קעגן הורדוס, האט ער געווינען אין עטליכע שלאכטן, אבער ווען די רוימישע סאלדאטן זענען אנגעקומען, האט ער ביטער פארלוירן. אין איינע פון די קאמפן, וואס איז פארגעקומען אין יריחו, האט אנטיגונוס צעטיילט זיין ארמיי, און איין טייל געשיקט קיין שומרון, אפצוהאקן, די סופלייען פון הורדוס' ארמיי, הורדוס האט צעמאלן אנטיגונוס' ארמיי. אנטיגונוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, ווי הורדוס האט זיך גענומען באלאגערן די שטאט, נאך 55 טעג האט די שטאט זיך אונטערגעגעבן.

אויפן באפעל פון מארקוס אנטיניונס, איז אנטיגונוס וועלכע איז געווען געפאנגען, אומגעברענגט געווארן.

זיין אומקום צייכענט אן, די ענדע פון די חשמונאים, און די אנהייב פון הורדוס קעניגרייך.

נויטפאל

א נויטפֿאל אדער עמערגענץ איז א פאל וואס שטעלט מיט זיך פאר א זאפארטיגער סכנה צו לעבן, געזונט, אייגנטום אדער סביבה. מייסטענס עמערגענצן פארלאנגט זיך קריטיש וויכטיגע אריינמישונג צו אפהאלטן א פארערגערונג אין די סיטואציע, כאטשיג אין טייל סיטואציעס, קען קיין אפהאלט נישט זיין מעגליך און די אגענטורן און מענטשן וואס העלפן קענען שוין גארנישט טאן נאר צו באהאנדעלן די נאכווייען.

כאטשיג א סאך עמערגענצן זענען אפן און קלאר פאר יעדן אז דאס איז אן עמערגענץ ווי למשל נאטורליכע קאטאסטראפעס אבער זייער אסאך זענען אויך באהאלטן פון אן אנדערן און פארלאנגט זיך די סאביעקטיווער מיינונג פונעם באטראפענדען כדי צו דעצעדירן אויב עס איז טאקע אן עמערגענץ.

די פונקטליכער דעפעניציע פון א נויטפאל, די אגענטורן אינוואלווד און די פראצעדורן גענוצט, טוישט זיך ביי איטליכער יוריסדיקציע, און איז געווענליך אויסגעשטעלט ביי די רעגירונג, וועמעןס אגענטורן זענען פאראנטווארטליך פאר עמערגענץ פלאנירונג און פֿאַרװאַלטונג.

פרשת דברים

פרשת דברים איז די ערשטע סדרה אין ספר דברים.

מען לייענט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב (דאס הייסט, ד' אב, ו' אב, ח' אב אדער ט' אב). טייל קהילות האבן דעם מנהג ביים לייענען די תורה שבת צו לייענען דעם פסוק ״איכה אשא לבדי …״ מיטן איכה ניגון.

רויטער קרייץ

דער רויטער קרייץ (ענגליש: Red Cross) איז אן אינטערנאציאנאלע נייטראלע ארגאניזאציע וועלכע איז געווידמעט צו העלפֿן פארוווּנדעטע אין א קריג און ארויסהעלפן די ציווילע מיט עסן און מעדיצין ווען עס פעלט זיך אויס. די הויפט ביוראס זיינען פלאצירט אין גענף- אין דער שווייץ.

די רויטע קרייץ איז היינט א פארנומענע ארגאניזאציע מיט טויזנטער וואלונטירן ארום די וועלט וועלכע העלפן ארויס די ארימע לענדער מיט עסן אין מעדיצין ווען עס פאסירן קאטאסטראפעס ווי פארפלייצונגן, ערדציטערנישן, עפידימיקס, און אנדערע פראבלעמען.

די רויטע קרייץ איז הויפטקווארטירט אין דזשעניווע, שווייץ, און פארמאגט אפטיילונגן אין 160 לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט די אמעריקאנער רויטע קרייץ וועלכע איז באוואוסט אלס די מערסט אקטיווע אפטיילונג.

שדרות

שדרות איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 5,000 דונאם. געגרינדעט אין 1953, באקומען דעם נאמען שטאט אין 1996, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין שדרות 20,000 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.2 פראצענט. רוב זענען אידן. די שטאט האט אריינגענימען במשך די יארן אסאך אימיגראנטען, איינע פון די באקאנטע איז עמיר פרץ די היינטיגע דעפענ'ס מיניסטער - שר בטחון.

די שטאט איז א קילאמעטער ווייט פון עזה, און אין די אינטיפאדא איז דאס געווען א ציהל פאר אסאך קסאמים רעקעטען, און אפילו היינט (2007) איז די שטאט אין א רויטע אלערט (צבע אדום) וואס 20 סעקונדען פאר א ראקעט הערט מען פייפען, עמיר פרץ וואס וואינט דארט האט עס שוין אויך מיטגעהאלטען אסאך מאהל. [1] ער איז אויך געווען די מעיאר פון שטאט.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שדרות איז אלון דוידי.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.