אגאישער ים

דער אגאישער ים איז דער טייל פון דעם מיטלענדישן ים וואס איז צווישן גריכנלאנד און טערקיי. אין דער צפון זייט איז ער באהאפטן צום ים פון מארמארא דורך די דארדאנעלן. דער ים האט אסאך אינזלען וואס מען רופט די אגאישע אינזלען.

באלקאן לענדער

די באלקאן לענדער זענען א גרופע פון לענדער, אין דרום מזרח אייראפע. די שטח איז גרויס 550,000 קוואדראט קילאמעטער, און האט א באפעלקערונג פון 53 מיליאן מענטשן.

די לענדער רעכענן צווישן זיך.

אלבאניע, באסניע און הערצעגאווינע, בולגאריע, גריכנלאנד, קראאטיע, מאקעדאניע, סערביע, קאסאווא, מאנטאנעגרא, סלאוועניע, די אייראפעישע טייל פון טערקיי, און דרום פון רומעניע. נישט אייביק ווערן רומעניע, און סלאוועניע גערעכנט. די געגנט ווערט גערופן אויף די בערג, וואס געפונען זיך אין בולגאריע, און סערביע.

די גרעניץ פון צפון, די דוניי טייך, און די קופע און די סעבע טייכן, צפון פון די באלקאן, געפונען זיך די קארפאטן בערג. עס ווערט אויך גערופן האלבאינדזל, וויבאלד עס איז ארומגענומען פון דרום, מיט עטליכע ימים. דער אדריאטישער ים, דער שווארצער ים, דער אגאישער ים, דער יאנישער ים, און דער ים פון מארמארא.

גריכנלאנד

גריכנלאנד (גריכיש: Ελλάδα עלאַדאַ אדער Ελλάς עלאַס), אפיציעל די העלענישע רעפובליק (גריכיש: Ελληνική Δημοκρατία), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.

גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײַט 1981, און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001, נאט"א זײַט 1952, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961, און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.

ים

א ים, מער אדער זעע איז א גרויסער געביט מיט געזאלצענע וואסער. אין אלגעמיין פארבינדן זיי זיך מיט אן אקעאן.

רוב וועלט איז געדעקט מיט ים. די טראנספארט אויפן ים איז דורך שיפן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.