אביי

אביי דער אמורא איז געווען ראש ישיבה אין פומבדיתא. ער איז געווען א תלמיד פון רבה בר נחמני. ער ווערט דערמאנט אסאך מאל אין ש"ס, און ער איז דער בר פלוגתא פון רבא. געבוירן אין שנת ד"א ל"ט און איז נפטר געווארן ד"א צ"ו — צ"ט.[1]

Tomb of Tannaim Abaye and Rava ap 002
די מערה פון אביי און רבא

ביאגראפיע

אביי'ס פאטער האט געהייסן כייליל.[2] די גמרא פארציילט אז ווען ער איז געווען קליין האט שוין רבה געמערקט אויף איהם אז ער וועט אויסוואקסן א גרויסער מענטש, ער האט אויף איהם געזאגט דעם שפריך ווארט בוצין בוצין מקטפי ידוע (ברכות מח.).

ער איז געווען א כהן, אבער זיין סדר איז געווען אז ער האט נישט גענומען די מתנות פון כהונה נאר איינמאל א יאהר ערב יום כיפורים כדי מען זאל וויסן אז ער איז א כהן (שבת קלג.). אפילו ווען מען האט געדוכנט איז ער נישט ארויף דוכנ׳ען מיט די אנדערע כהנים ווייל ער פלעגט זיין זייער פארטוהן אין לערנען מיט זיינע תלמידים (שם).

ער איז געווען א קיילעכדיגער יתום אהן א טאטע און אהן א מאמע, זיין טאטע איז געשטארבן פאר ער איז געבוירן, און ווען ער איז געבוירן איז זיין מאמע געשטארבן. ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי א פרוי, ער פלעגט אסאך נאכזאגן זאכן פון איהרט וועגן ווי דער גמרא זאגט אז אביי פלעגט זאגן אמרה לי אם מיין מאמע האט מיר געזאגט (שבת סו: קלד. עירובין כט: סה. יומא עח: מו"ק יב. יח.) דאס מיינט דער וואס האט איהם אויפגעצויגן (קידושין לא:). די וועלט זאגט אז אביי איז די ראשי תיבות פון דעם פסוק א'שר ב'ך י'רוחם י'תום (הושע יד, ב).

זיין עכטער נאמען איז געווען נחמני, (שבת לג. עד. מעילה כ:). ער האט געהייסן אזוי נאך זיין זיידע און אזוי ווי ער איז געווען א תלמיד פון זיין פעטער רבה בר נחמני און רבה האט איהם נישט געוואלט זאגן דעם נאמען פון זיין טאטע האט ער איהם גערופען אביי פון דעם לשון טאטע, און דערפון איז געווארן דער נאמען אביי[3].

אין א צווייט פלאץ זאגט רש"י (גיטין לד:) פארקערט זיין עכטער נאמען איז געווען אביי, נאר זיין פעטער רבה האט איהם זייער ליב געהאט און איהם גערופען אויפן נאמען פון זיין טאטע נחמני.

עס איז דא א הלכה אז אויב א פרוי האט צוויי מאל אדער דריי מאל חתונה און יעדעס מאל שטארבט דאס מאן, דארף מען חייש זיין מער נישט חתונה האבן מיט איהר ווייל אפשר איז זי א קטלנית, דאס הייסט איהרע מענער האלטן זיך נישט ביי איר, פארציילט די גמרא (כתובות סה.) אז אביי האט נישט געהאלטן ווי רבי אז ביי צוויי מאל הייסט א חזקה און ער האט חתונה געהאט מיט א שיינע פרוי א יפת תואר וואס האט שוין געהאט צוויי מענער פאר איהם, ביידע מענער זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים איינער רחבה פון פומפדיתא דער צווייטער רבי יצחק דער אייניקל פון רבה בר בר חנה, אבער אביי האט נאך זיין חתונה נישט מאריך ימים געווען.

ער איז געווען פון די משפחה פון בית עלי (וואס ווערט דערמאנט אין שמואל א'). און כאטש אלע כהנים פון בית עלי זענען געשטארבן יונגערהייט צוליב דעם עונש וואס שטייט דארט אין פסוק האט אבער אביי געלעבט ביז די זעכציג יאר ווייל ער האט געלערנט תורה און אויך געטוהן אסאך טובות פאר אידן (ראש השנה יח. יבמות קה.).

פון זיינע מנהגים און גוטע זיטען

אביי פלעגט גיבן די הענט פאר אלטע לייט און זיי געהאלפן זיך באוועגן (קידושין לג. ושאילתות דרב אחא).

ער האט באוויזן א קונץ שטיק, ער האט געווארפן אכט אייער און זיי אלע געכאפט איינס נאך אנאנד (סוכה נג.).

ער האט זיך שטארק געפרייעט ווען א תלמיד חכם האט מסיים געווען א מסכתא, ער פעלגט דאן מאכן א סעודה א סיום מסכתא פאר אלעמען ( שבת קיח:).

די הלכה בלייבט ווי ער

די גמרא זאגט (גיטין לד:) והלכתא כנחמני, די הלכה בלייבט ווי אביי וואס הייסט נחמני.

עס איז דא א כלל אז די הלכה בלייבט ווי אביי ביי די הלכות פון יע"ל קג"ם [דאס איז ראשי תיבות י'אוש שלא מדעת (ב"מ כב), ע'ד זומם (סנהדרין כז), ל'חי העומד מאליו (עירובין טו.), קידושין שלא נמסרו לביאה (קידושין נא), ג'ילוי דעת בגיטין (גיטין לד), מ'ומר (סנהדרין כז), עס שטייט אין מלחמות ה' (מסכת ב"ק י.) אז אויב עס איז א פשוט'ע זאך פאר אביי און פאר זיין חבר רבא איז עס א ספק, דאן בלייבט די הלכה ווי אביי.

זיין גרויסקייט

אין הימל האט מען אויסגערופען זיי געווארט אין דעם צדיק נחמני, און דערפאר האט ער געקענט פארטרייבן די קליפה פון אגרת בת מחלת (פסחים קיב:).

די גמרא זאגט אין תענית אז מען פלעגט אים שיקן א גריס א שלום עליכם פון הימל יעדן ערב שבת.

די גמרא פארציילט (גיטין מה.) עס איז אים אמאל פארלוירן געווארן אן אייזל צווישן גוים, און ער האט געגעבן א סימן אויף אן אייזל אז עס איז זיינס, האט מען אים געזאגט "אלמלא נחמני את" ווען דו ביסט ווען נישט אזא צדיק וואלט מיר דיר עס נישט צוריקגעגעבן, אבער מיר ווייסן אז דו זאגסט נישט קיין ליגנט.

אלס ראש ישיבה

אביי איז געווען דער ראש ישיבה אין פומבדיתא נאך רב יוסף, נאך אביי איז רבא געווארן דער ראש ישיבה (גיטין סו"פ הנזיקין, ברכות פרק הרואה), ער איז געווארן ראש ישיבה אין יאהר ד"א שנת פ"ה.[4] ער איז געווען דרייצען אדער פערצין יאהר ראש ישיבה.[5]

די גמרא פארציילט ווען מען האט געוואלט שטעלן א ראש ישיבה איז דארט געווען ר' זירא, רבה בר מתנה, און רבא, יעדען האט מען געפרעגט נאר נישט אביי, דעריבער האט איהם רבא געזאגט פתח נחמני הייב אהן נחמני.

זיינע חברים

רב יוסף איז געווען זיין חבר און אויך זיין רבי (שבת מה: קידושין לג. ערכין ספ"ד) זעה אין (מנחות לה:) אביי איז געזעסן פאר רב יוסף.

רעפערענצן

  1. סדר הדורות
  2. זבחים קיח: רש"י ד"ה חד ברא
  3. ערוך, ורש"י פ' המקבל
  4. סדר הדורות ערך ד"א צ"ט בחלק א'.
  5. ספר יוחסין
אבא בר זימנא

ר' אבא בר זימנא איז געווען א תלמיד פון ר' זעירא (ירושלמי סו"פ ג' שאכלו מס' ברכות).

אין אסאך פלעצער ווערט מיוחס צו אים דער מאמר וואס שטייט אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם אויב די פריערדיגע דורות זענען געווען ווי מלאכים זענען מיר ווי מענטשן, אויב מיר טראכטן אבער אז די קלוגע לייט פון אמאל זענען געווען מענשטן ווי אונז אלע, דאן זענען מיר ווי חמורים ווי אייזלען (שבת דקי"ב ע"ב, בר"ר פ"ס ירושלמי שקלים פ"ה ה"א).

ער האט אמאל גענייט א קלייד פאר א גוי אין רוים, זאגט אים דער גוי דו מוזט עסן ביי מיר טריפה, אויב וועסטו נישט עסן וועל איך דיך הרג'ענען, זאגט אים ר' אבא קענסט מיך הרג'ענען אבער קיין טריפה וועל איך נישט עסן, האט אים דער גוי געזאגט איך האב דיך געוואלט פרובירן אויב דו עסט טריפה, און אויב דו וואלסט יא געגעסן טריפה וואלט איך דיך דאן גע'הרג'ט. (ירושלמי סנהדרין ה"ו). און דער ירושלמי זאגט אז לויט דער הלכה וואלט ער אנדערשט געדארפט עסן, ווייל מען טאר נישט האבן קיין מסירת נפש פאר עסן טריפה מען מוז ענדרש עסן און נישט זיך לאזן הרג'נען.

אמוראים

אמוראים זענען די חכמים און רבנים פון די תלמוד, וואס האבן געלעבט און געשאפן אין די תקופה פון די פארענדיגונג פון די משנה דורך רבי יהודה הנשיא און ביז נאכן פארענדיגן דעם גמרא.

די אמוראים זענען געווען פלאצירט אין צוויי אידישע צענטערן: אין ארץ ישראל און אין בבל.

בעפאר זיי האבן באלאכטן און געפירט כלל ישראל די הייליגע תנאים און נאך זיי האבן איבערגענומען די סבוראים.

דער טיטול און נאמען "אמורא" האט לכתחילה געדינט אלס מקור צו אידענטיפיצירן די אויפגאבע וואס איז געווען שייך אין א בית המדרש - דער "אמורא" האט פשוט און פראסט מסביר געווען די רייד פון די חכם פאר די פאבליק, דאס הייסט ער האט איבערגעזאגט אויף אזא אופן אז דער המון זאל דאס אויך פארשטיין, אבער אין די צייטן פון די אמוראים איז דאס געווארן א נאמען פאר יעדן חכם און רב.

אין ארץ ישראל איז דער צענטער פאר די תורה וועלט געווען אין ציפורי היינט א דארף נעבן נצרת אין אונטער גליל און דערנאך האט זיך דאס אריבערגעצויגן קיין טבריה.

אין בבל איז דער עיקר דאס געווען אין ישיבת סורא, און טייל מאל איז דאס אריבער צו ישיבת פומבדיתא און צו די ישיבת נהרדעא.

די אמוראים פון בבל און ארץ ישראל האבן אנגעהאלטן א פארבינדינג מיט איינער דעם אנדערן און זיך געהאלפן שליכטן שווערע אישו וויאזוי אידן זאלן זיך פירן דורך שיקענדיג שליחים איינער צום אנדערן.

די צאל אמוראים וואס זענען אונז באקאנט שטייגט איבער צו מער פון דריי טויזנט, לויט דער ציילונג פון די חוקרים וואס שטודירן די גמרא.

צווישן די אמוראים זענען געווען אזאלעכע וואס האבן זיך גאר שטארק אויסגעצייכענט אין זייער בקיאות זיי האט מען אנגערופען "סיני".

עס איז אבער געווען אזעלכע וואס האבן זיך אויסגעצייכענט אין זייער שארפקייט, ד.ה. און זייער מעגליכקייט צו דערגרייכן, דורך לאגישע מסקנות, צו א שליכטונג פון אלע סוגיות וואס זענען ארויפגעקומען צום דעבאטע פון די אמוראים - זיי האט מען גערופען איטליכער "עוקר הרים".

אסאך ביאגראפישע אנעקדאטן פון די אמוראים איז באזירט פון די גמרא וואס זייער אסאך פון זיי קען מען נישט אנעמען אלס א ריכטיגער ביאגראפיע ווייל פיל פון זיי זענען אגדתא שטיקער וואס זענען געשריבן אלס משל.

די תקופה פון די אמוראים אין ארץ ישראל ווערט צעטיילט אוף 5 דורות און אין בבל אויף 7 דורות.

די מערסטע מערקווירדיגע אמוראים פון יעדן דור איז ווי פאלגנד.

בטחון

דער ארטיקל דיסקוטירט די מדה פון בטחון. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן, זעט זיכער.בטחון אין אידישקייט איז דער אמונה אין אייבערשטן זיך צו פארלאזן אויף גאט אין אלע אומשטענדן, און גלייבן אז מען קען זיך באמת פארלאזן בלויז אויף גאט אליין.

ברכת החמה

ברכת החמה אדער קידוש החמה איז די ברכה וואס מען זאגט ווען מען זעט די זון אין דעם אנהייב פון יעדן זון ציקל פון 28 יאר, ווען לויט דער יידישער מסורה קערט צוריק די זון צו איר ארגינעלן ארט אין דער צייט ווען די וועלט איז באשאפן געווארן.

ו'א'

אין חז"ל (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די וועלט גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זיבעטע טויזענט יאר וואס איז מרומז אויפן טאג פון שבת וועט די וועלט חרב ווערן און עס גייט נאר פארבלייבן דער אויבערשטער אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב) ונשגב ה' לבדו ביום ההוא, און א טאג פון אויבערשטען איז 1,000 יאר, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול. אביי זאגט אז 2,000 יאר גייט עס זיין חרב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע פסוק.

די גמרא (סנהדרין צז:) זאגט אויך אז די צדיקים גמורים גייען נישט שטארבן דעמאלטס, נאר וועלן שוועבן אין די ספערן, ביזן צייט פון עולם הבא.

דער רשב"א (שו"ת ח"א סימן ט) איז מסביר, אז אפילו די וועלט וועט זיין וויסט, וועט זיך די צייט רעכענען כאילו די וועלט וואלט ווען געשטאנען, וואס דאן וואלט עס געדויערט הונדערט יאר.

אין א אנדער מדרש (פרקי דרבי אליעזר) שטייט אז די הימל און ערד גייען באנייט ווערן, און אלע באשעפענישען גייען טועם זיין א טעם פון טויט אויף 2 טאג, און אין די דריטע טאג וועט די אויבערשטער אלעס באנייען און אויפלעבן די טויטע. אבער דער רשב"א (דארט) ערקלערט אז די 2 טאג מיינט 2 טאג פון אויבערשטען וואס דאס איז באמת 2,000 יאר, ד.ה. ר' אליעזר האלט אזוי ווי אביי.

ווידער, אין זוהר הקדוש (תרומה קעו:) שטייט אז די וועלט גייט שטיין 6,000 יאר, און דערנאך וועט עס חרוב ווערן אין 12 שעה, און אין די 13'טע שעה וועט דער אויבערשטער פריש באנייען די וועלט פון דאס ניי.

דער רמב"ם אין ספר המורה (חלק שני פרק כט) און אזוי אויך דער רשב"א (שם), ווארפן אריין ווערטער אז עס מיינט נישט ממש אז עס גייט ווערן אויס וועלט, נאר אז וועט נישט זיין אויפן געהעריגען שטייגער, נאר באופן הפסד וכדומה. (גלאבאלע אנווארעמונג[פֿעלט אַ מקור])

עס איז וויכטיג אנצוצייכענען אז מיט דעם האלטן אלע אייניג אז די וועלט גייט חרוב ווערן נאך 6,000 יאר, נאר עס איז דא א דיעה אין קבלה, אין אויך פיל ראשונים האלטן אזוי, אז די וועלט גייט שטיין א צירקע פון 49,000 יאר [אין זייער שפראך: זיבן שמיטות], און יעדן זיבעטן טויזנט יאר שמיטה גייט די וועלט רוהען און זיין וויסט, און ווידער נתחדש ווערן צוריק, ביז די 50,000טע טויזנט יאר וואס דאן וועט זיין די גרויסע בירור יובל הגדול, וואס אלעס וועט מתוקן ווערן און די גאנצע עולם הזה וועט בטל ווערן, און עס וועט נאר פארבלייבן די צדיקים לעולם הבא.

די מקובלים שרייבן אז איצט האלטן מיר אין דער 2טער רונדע פון 7,000 יאר, דאס הייסט אין די שמיטת הגבורה.

יוחנן כהן גדול

יוחנן כהן גדול (דער ערשטער), אדער יוחנן בן מתתיהו איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פיר מאל אין משניות.

יע"ל קג"ם

יע"ל קג"ם איז ראשי תיבות:

יאוש שלא מדעת (ב"מ כב)

עד זומם (סנהדרין כז)

לחי העומד מאליו (עירובין טו.) אדער למפרע הוא גובה (פסחים ל:), אדער ימי ל'ידה (תוספות נדה לז.)

קידושין שלא נמסרו לביאה (קידושין נא)

גילוי דעת בגיטין (גיטין לד)

מומר אוכל נבילות להכעיס (סנהדרין כז),עס איז דא א כלל אז כאטש מען פסק'נט ווי רבא קעגן אביי, די הלכה בלייבט ווי אביי ביי די הלכות פון יע"ל קג"ם.

מר בר רב אשי

מר בר רב אשי, איז געווען אן אמורא, דער זון פון רב אשי, און ער האט ממשיך געווען זיין פאטער'ס ארבעט מסדר זיין די גמרא פון תלמוד בבלי. אויף אים איז דא דער כלל "הלכה כמר ברב אשי" אז די הלכה בלייבט ווי אים חוץ בייי דריי זאכן מיכף שבועה אודיא וי"ג חוורי (חולין עו:). דער רי"ף אין מסכת סנהדרין (פרק זה בורר) ברענגט בשם רב האי גאון אז איבעראל וואו עס איז א מימרא פון מר רב אשי און עס שטייט נישט מפורש ארויס די הלכה איז נישט לויט אים, דעמאלטס איז דער כלל אז דער הלכה בלייבט לויט אים.

ער איז געווארן ראש ישיבה פון סורא (אין מתא מחסיא) אינעם יאר ד'רט"ו ביז זיין פטירה יום כיפור ד'רכ"ח

אין עירובין (קב:) איז משמע אז מר בר רב אשי איז געווען א תלמיד פון רבא, מוז דאס זיין אן אנדער מר בר רב אשי, ווייל רב אשי איז געבוירן דעם טאג פון רבא'ס פטירה. אבער תוספות אין עירובין זאגט אז די גירסא איז נישט רבא נאר אבא, אויב אזוי איז ער דער זעלבער מר בר רב אשי.

לויטן סדר הדורות אין דער מערכה פון "מר בר רב אשי" האלט ער אז עס זענען געווען צוויי מר ברב אשי'ס.

מר בריה דרבינא

מר בריה דרבינא איז געווען באקאנט אין די צייטן פון די אמוראים אלס א גרויסער חסיד און צדיק. ער פלעגט אסאך פאסטן, כמעט א גאנץ יאר, אפילו יום טוב (מרדכי), חוץ פורים, און שבועות. (פסחים סח)

ער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן‏ און רב ששת.‏די גמרא פארציילט אז איינמאל ווען ער האט געמאכט א חתונה פאר זיין זון, זענען די חכמים געווען זייער פרייליך, מען האט געטאנצט לעבעדיג, האט ער גענומען טייערע קריסטאל, ווייסע גלאז און האט עס צובראכן אויף דער ערד, האט זיך יעדער דערשראקן אזא טייערע זאך האט זיך צובראכן, האט ער געזאגט דאס איז א סימן מען זאל זיך דערמאנען מען גייט אמאל שטארבן, מען זאל נישט זיין זייער שטארק ווילד.‏די גמרא זאגט ״וירא שמים יוצא ידי כולם״, איינער וואס איז גאר פרום איז יוצא יעדער, דאס גייט ארויף אויף מר בריה דרבינא (ברכות דל"ט שבת דס"א).

עס איז דא אזא נוסח אין גמרא לאו מר בריה דרבינא חתים עליה (יבמות דכ"ב), דאס הייסט די זאך איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, מר בריה דרבינא וואלט ווען נישט גע'חתמ'ט דערויף, ווייל א זאך וואס ער האט דערויף געשריבן איז זיכער גוט.

עס ווערט אויסגערעכנט עטליכע ניסים וואס איז געשען צו אים, איינמאל איז ער געווען זייער דורשטריק איז אים באשאפן געווארן א קוואל וואסער און האט געטרונקען דערפון, איינמאל איז אים נאכגעלאפען א צו ווילדעוועטער אייזל און איז ניצול געווארן. (ברכות נ"ד ע"א)

ער איז געווען א גרויסער איסטניס, און אסאך זאכן האבן אים געשטערט, האט אים זיין מאמע געמאכט זיבן ערליי קליידער, יעדען טאג פון דער וואך זאל ער אנטון א ניי קלייד, עס זאל נישט ווערן שמוציג און קריכן דערין לייז.‏די גמרא ברענגט דעם נוסח פון דער תפילה וואס ער פלעג זאגן נאך שמונה עשרה, וואס האט זיך געפינען אן ארט אין סידור ביזן היינטיקן טאג.‏

פרשת הקרבנות

ביים דאווענען זאגט מען די קרבנות אלס זכר צו די קרבנות וואס די כהנים פלעגן מקריב זיין אינעם בית המקדש.

מ'זאגט די קרבנות שחרית נאך די ברכות השחר און מנחה פאר אשרי.

די קרבנות זאגט מען אויפן פאלגנדן סדר:

פרשת הכיור

פרשת תרומת הדשן (נאר ביי שחרית)

פרשת התמיד

סדר הקטורת

סדר המערכה פון אביי (נאר ביי שחרית)

אנא בכח (די תפילה פון רבי נחוניא בן הקנה)

פרק "איזהו מקומן" אין מסכת זבחים (נאר ביי שחרית)

ברייתא דרבי ישמעאל (נאר ביי שחרית)

ר' אלעאי דער חבר פון ר' אבהו

ר' אלעאי דער אמורא איז געווען א חבר פון ר' אבהו, ווי עס ווערט דערמאנט אין ב"ק דף קי"ז.

ווען זיין ווייב איז אוועק האט ער חתונה מיט א יונגער פרוי, א כהנת, א נערה א בעלת חן.

מיר געפונען אים לערנען מיט אביי, פון רבי יוחנן.אן אינטערעסאנטער אויסדרוק געפינט מען ביי אים ווען ער האט געלערנט מיט רבי חנינא, ווען ר' חנינא האט נישט מסכים געווען וואס ער זאגט האט אים ר' חנינא געזאגט רחמנא ליצלן מהאי דעתא, האט ער צוריק געענטפערט צו ר' חנינא אדרבה רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

רב (אמורא)

רב אבא, אדער ווי ער ווערט אנגערופן אין ש"ס מיטן נאמן רב, אדער אבא אריכא. ער האט געגרינדעט די ישיבה אין סורא.

רב מרי בר רחל

רב מרי בר רחל איז געווען אן אמורא אין דעם דריטן דור.

ער איז געווען דער זון פון רחל, זיין טאטע האט געהייסן איסור גיורא. רחל איז געווען די טאכטער פון שמואל, דער חבר פון רב, דער זון פון אבא. שמואל איז געווען א כהן.

אין ש"ס אין אסאך פלעצער ווערט ער אנגערופן רב מרי בר רחל (ברכות טז. שבת פח, ב"מ קג.). ער ווערט נישט אנגערופן דער זון פון זיין טאטע נאר פון זיין מאמע, דאס איז ווייל זיין מאמע רחל איז געפאנגען געווארן צו א גוי (זעט כתובות כג: בנתיה דשמואל אשתביין), זי איז נתעבר געווארן פון אים אלץ גוי, דערנאך האט ער זיך מגייר געווען, דערנאך איז געבוירן דאס קינד וואס מען האט גערופן רב מארי, קומט אויס אז דאס קינד איז געווען הורתו שלא בקדושה, זיין מאמע האט איהם געהאט נישט דורך א איד, אבער ווען ער איז געבוירן איז שוין זיין טאטע געווען א איד דאס הייסט אז לידתו איז געווען בקדושה. דאס קינד איז אויסגעוואקסן א גרויסער אמורא, דער חבר פון רבא.

אלץ כבוד פון זיין מאמע האט מען אים גערופן נאך זיין מאמע (רש"י עבודה זרה עג:).

אין גמרא (תענית כד.) שטייט ער האט געזען מלאכים דורך דער תפלה פון רבי יהודה.

אין תוס' (ב"ב קמט) קומט אויס אז עס זענען געווען צוויי רב מארי בר רחל בת שמואל, און די סיבה פאר וואס מען רופט איהם נאך זיין מאמע, איז וויבאלד מען האט געוואלט מחשיב זיין רב מארי אלץ א אייניקעל פון שמואל.

רב מרי האט געהאט דריי קינדער אמוראים, 1) רב אחא סבא (קידושין כא. סה: זבחים צא.). 2) מר זוטרא. 3) רבא. (רש"י ב"ק פרק השוכר).

רב ששת

רב ששת איז געווען אן אמורא. ער איז געווען א תלמיד פון רב הונא,

א חבר פון רב חסדא. זיינע חברים זענען אויך געווען ר' נחמן (תוס' גיטין לב.) און רב יוסף (תוס' חולין קד:). ר' אבא בר כהן, ר' אבא בר זבדא.

רבי אבא

רבי אבא איז געווען אן אמורא אין דעם דריטן דור פון די אמוראים.

רבי אבא א תלמיד פון רב הונא, רב יהודה און פון אביי ‏ער איז געווען א חבר און א תלמיד פון ר' אמי, עס איז באקאנט מיט איהם די סוגיא נסכא דר' אמי (ב"מ כד:).

די גמרא זאגט (מס' שבועות) די הלכה בלייבט ביי דיני ממונות ווי ר' אבא וויבאלד ער איז א דיין פון ארץ ישראל און איז נחית לעומקא דדינא, ער גייט אריין אין די טיפעניש פונעם דין.

פאר ער איז ארויף פון ארץ ישראל קיין בבל, האט ער זיך נישט נישט געוואלט באווייזן פאר זיין רבי / חבר ר' יהודה, ווייל ר' יהודה האלט אז מען טאר נישט ארויף גיין פון בבל קיין ארץ ישראל, וויבאלד ירמי' הנביא האט געזאגט פאר אידן בבלה יובאו (ברכות כד.). ער האט מתפלל געווען פאר ער איז ארויף קיין ארץ ישראל יהא רעוא דאימא מילתא דמתקבל (ביצה לח.) השי"ת זאל העלפן איך זאל זאגן זאכן וואס מיינע חברים זאלן גלייכן.

ער איז דערנאך צוריק געגאנגען קיין בבל, ווייל מען געפונט אים דערנאך אין בבל (חולין מג:).

יעדן ערב שבת האט ער געקויפט פון דרייצן פלייש געשעפטן פלייש לכבוד שבת, ער האט נישט געוואלט אז די פלייש געשעפטן זאלן בלייבן מיט פלייש, ווייל דעמאלטס וועלן איבער א וואך צושטעלן ווייניגער פלייש פאר שבת פארן ציבור, דעריבער האט ער אפגעקויפט אלע איבעריגע פליישן (שבת קיט.).

אויך איז געווען מיטן נאמען אבא:

אבוה דשמואל, דער פאטער פון דעם אמורא שמואל

רב אבא, אן אמורא אין זעקסטן דור, א חבר פון רב אשי.

רבי יוחנן

דער ארטיקל דיסקוסירט רבי יוחנן דער אמורא, פאר אנדערע באדייטן זעט רבי יוחנן (באדייטן)רבי יוחנן בר יצחק נפחא, אויך אנגערופן בר נפחא, איז געווען אן אמורא פון ארץ ישראל, דער צענטראלער פערזענליכקייט פון דעם תלמוד ירושלמי און אזוי אויך גאר שטארק באקאנט אינעם תלמוד בבלי און אין מדרשים.

ער איז געווען א שוואגער פון ריש לקיש.

ריש לקיש

ריש לקיש אדער ווי זיין נאמען איז ר' שמעון בן לקיש. ער איז געווען אן אמורא און דער בר פלוגתא פון זיין שוואגער רבי יוחנן. ער ווערט דערמאנט הונדערטער מאל אין ש"ס.

אמוראים
אמוראי ארץ ישראל
ערשטער דור (ביז ד' אלפים)

רבן גמליאל ברבי • רבי חייא • רבי ינאי • רבי אושעיא • רבי אפס • רבי יהושע בן לוי • רבי חנינא בר חמא • לוי בר סיסי • בר קפרא • רבי ירמיה (הראשון)

צווייטער דור (ביז ד'ם')

רבי יהודה נשיאה • רבי יוחנןריש לקיש • רבי אלעזר • רבי יוסי בר חנינא • רב כהנא (השני) • רבי יעקב בר אידי • חזקיה • יהודה בן רבי חייא

דריטער דור (ביז ד'ע')

רבן גמליאל הרביעי • רבי אמי • רבי אסי • רבי אבהו • רבי אבין • רבי חייא בר אבא • עולא • רבי זירא • רבה בר בר חנה • רבי אלעאי • רב עוירא • רבי חנינא בר פפי • רבי ירמיה (השני) • רב הושעיא • רב חנינא • רבי אבא בר ממל • רבי אבא • רבי פרידא

הדור הרביעי (ביז ד'ק')

רבי יהודה נשיאה השני • רבי ירמיה • רבי אחא • רבי ברכיה • רבי יוסי בר זבידא • רבי יונה • רבי חלקיה• רבי זריקא • יצחק בן אלישיב• רבי הושעיא איש טריא •

הדור החמישי (ביז ד'ק"ם)

הלל נשיאה • רבן גמליאל החמישי • רבי יוסי ברבי בון • רבי מנא

הדור השישי (ביז ד'ק"ע)

רבי יהודה נשיאה השלישי • רבי תנחומא • רבי חנניה דציפורין • רבי שמואל בן רבי יוסי ברבי בון

אמוראי בבל
ערשטער דור (ביז ד' אלפים)

רב • שמואל • מר עוקבא • קרנא • רב שילא • רב אסי

צווייטער דור (ביז ד'ם')

רב הונא • רב יהודה • רבה בר אבוה • רב ירמיה בר אבא • רב כהנא (השני) • רב ברונא • חייא בר יוסף • רב גידל • רב חייא בר אשי • רבה בר ירמיה • רב קטינא

דריטער דור (ביז ד'ע')

רב נחמן • רב ששת • רב חסדא • רבה • רב יוסף • רבה בר רב הונא • רב יוסף בר חמא • רמי בר אבא • רבי אבא • רב הונא (הכהן)

פערטער דור (ביז ד'ק')

אביי • רבא • רמי בר חמא • רב אחא בר יעקב • רב ספרא • רב כהנא מפום נהרא • רב אידי בר אבין • רב חייא בר אבין • רב שיזבי • רב יצחק בריה דרב יהודה • רבא בר רב שילא • רפרם בר פפא • מר בריה דרבינא

הדור החמישי (ביז ד'ק"ם)

רב נחמן בר יצחק • רב פפא • רב הונא בריה דרב יהושע • רב זביד • רב פפי • אמימר • מר זוטרא • רב משרשיא • רב אדא בר אבא • רב דימי מנהרדעא

הדור השישי (ביז ד'ק"ץ)

רבינא • רמי בר אבא (השני) • רב אשי • רב הונא בר נתן • רב כהנא (הרביעי)

הדור השביעי (ביז ד'רכ"ה)

רב יימר • מר בר רב אשי • רפרם • רב אחא בריה דרבא • יהודה בר מרימר •

הדור השמיני (ביז ד'ר"ס)

רבה תוספאה • רבינא האחרון • רבה יוסי

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.